היינט י"ט אדר געפאלט די יארצייט פונעם באקאנטן גאון הדור רבי מאיר יחיאל הלוי האלשטוק זצוק"ל באקאנטער אלס דער "אוסטרובצה גאון".
דער אסטרובצה'ר איז געבוירן געווארן אין יאר תרי"ג אין שטאט סאבין צו זיין פאטער ר' אברהם יצחק. סאיז באקאנט אז ווען זיין מאמע איז טראגעדיג געווען מיט אים האט זי עפעס אויפגעהערט צו שפירן אז זי טראגט, איז זי אריינגעגאנגן צו הרה"ק ר' אשר'ל פון פשיסחא (זון פונעם יהודי הקדוש) און ער האט איר בארואיגט זאגענדיג אז זי איז מעוברת מיט א גרויסער נשמה. ער האט איר געגעבן א עצה, אז זי זאל גיין אין ווייבער-שול און זיך שטעלן קעגענאיבער דעם ארון קודש בעת פתיחת הארון, און זי וועט ווייטער פילן דאס קינד. "ווייל ווען א צדיק זעהט א ספר תורה גיט ער א ציטער" - האט דער ר' אשר'ל צוגעגעבן.
ווען ער איז אלט געווען בערך 10 יאר אלט האט אים זיין טאטע געטראגן צו זיין רבי הרה"ק ר' אלימלך שפירא פון גרודז'יסק און אים דארט געלאזט לערנען.
ווען ער איז אלט געווען 17 יאר אלט איז ער א חתן געווארן און זיך געצויגן קיין ווארקא, און טאקע באקאנט געווארן אלס דער "עילו פון ווארקא".
אין יאר תר"מ איז ער געוארן רב אין סקרנביץ
און אין יאר תרמ"ט איז ער אויפגענומען געווארן אלס רב אין אוסטרובצה וואס איז אין פולין. און דריי יאר שפעטער אין יאר תרנ"ב ווען זיין רבי ר' אלימלך איז נפטר געווארן האבן די תלמידים און אפילו חבירים פון ישיבה אים אפיציעל מכתיר געווארן אלס זייער רבי.
דער אוסטרובצה'ר איז באקאנט געווען מיט זיין מורא'דיגע גאונות און חריפות. און ס'איז איבערגעבליבן די ספרים (וואס זיינע תלמידים האבן ארויסגעגעבן) אור תורה, די וועלט בארימטע "מאיר עיני חכמים" און אור טהרה"
אויך איז דער אוסטרובצה'ר גאר באקאנט געווען אז ער האט געפאסט אריבער 40 יאר יעדן טאג, און נאר געגעסן אביסל ביינאכט.
ער איז נפטר געווארן אין י"ט אדר תרפ"ח
זיין בן יחיד הרה"ק ר' יחזקאל האט איבערגענומען דאס כסא הרבנות אין אוסטרובצה.
און זיין איידעם הגאון ר' דוד סילמן איז געווען רב אין גוסטנין.
הגאון רבי מאיר יחיאל הלוי האלשטוק מאוסטרובצה זצוק"ל
- שעפטל
- חבר ותיק
- הודעות: 3447
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
- געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
- האט שוין געלייקט: 2518 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל
הגאון רבי מאיר יחיאל הלוי האלשטוק מאוסטרובצה זצוק"ל
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...