די דרייפוס אפערע

אידישע און וועלטליכע היסטאריע
באניצער אוואטאר
הדד בן בדד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1491
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 1:57 pm
האט שוין געלייקט: 684 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1083 מאל

די דרייפוס אפערע

שליחה דורך הדד בן בדד »

היינט איז געווען הונדערט און ניינצן יאר פון דעם טאג וואס מען האט דערנידערט אלפרעד דרייפוס אין הויף פון דעם פאליטעכניק מיליטערישן אקאדעמיע אין פאריז, פראנקרייך. היות דער דרייפוס פרשה איז גאר א דראמאטישע און צייכנט אפ גאר וויכטיגן ווענדפונקט אין די היסטאריע פון די מערב וועלט בכלל און פון אידישן פאלק בפרט און אירע נאכפאלגן שפירט מען ביז היינט אויף גאר אסאך אופנים, וויל איך דעריבער אפשרייבן דא אפאר ווערטער איבער דעם פרשה. זעלבסטפארשטענדליך אז אזא פרשה קען נישט רעכט באשריבן ווערן אין אזא קורצן קאווע שטיבל ארטיקל, עס פאדערט אסאך מער פון דעם. אבער כרגע האב איך פלעין נישט קיין צייט דאס צו טאהן. אויב זאל איך ווארטן ביז איך וועל קענען געבן דעם ארטיקל וואס עס קומט אים, האב איך מורא איך וועל עס קיינמאל נישט אפשרייבן. וועל איך דעריבער יעצט שרייבן וואס איך קען מיך יעצט ערלויבן, נאר בקיצור, און בעז"ה האף איך אז די אנדערע טרינקער דא וועלן אריינפילן וואס עס פעלט. און מעגליך גאר, אז אין עפעס אן אנדערן חזון למועד וועל איך אליינס נאך עפעס אנשרייבן מער באריכות און בעומק, אבער דערווייל האט איר דאס.

דער אונטערגרונד

אין 1870 איז דער דריטער פראנצויזישער רעפובליק געגרינדעט געווארן. דאס איז געווען אינמיטן פון די פראנקרייך דייטשלאנד מלחמה, א מלחמה וועלכע פראנקרייך האט דערקלערט, זייענדיג זיכער מיט זייער באוואוסטע פוסטע גאוה אז זיי גייען די מלחמה געוואונען איינס צוויי. דערווייל האט זיך די זאך אנדערש אויסגעשטעלט, און די דייטשן האבן דערלאנגט דעם פראנצויז א גוטן זעץ און זיי האבן שטארק געוואונען די מלחמה, און אלס רעזולטאט איז דער רעגירונג אין פראנקרייך געפאלן. אט די רעגירונג איז געווען באקאנט אלס די צווייטע אימפעריע.

נאכן פאנאנדערפאל פון די צווייטע אימפעריע, האבן די פראנצויזן זיך שנעל צאמגענומען, געגרינדעט די דריטע רעפובליק, שנעל צאמגעשטעלט אן ארמיי און זיך ווידער ארויסגעלאזט קעגן די דייטשן. אבער אויך דאסמאל האבן די דייטשן מיאוס צושמעטערט די פראנצויז'ישע מויל מאכערס, און זיי זענען געבליבן מיטן צינג אינדרויסן. אין גאר א ווייטאגליכן פאטש האבן די פראנצויזן געמוזט איבערגעבן צוויי געביטן פאר די דייטשע געווינערס, די געביטן פון עלזאס און לארעין (לותיר \ לותירונגען).

אט דעם פראסק האבן די פראנצויזישע בעלי גאה נישט געקענט אראפשלינגען, ס'טייטשט ווי קען דאס זיין אז מיר האבן פארלוירן, מיר זענען דאך די גרעסטע בעלי גאה און מויל מאכערס, ווי קען איינער אונז באזיגען. און דאס האט זיי געבויערט אין קאפ פאר די קומענדיגע יארן, בשעת זיי האבן אומערמידליך געזוכט דעם שולדיגן. ווייל עס קען דאך נישט זיין אז זיי אליינס זענען שולדיג, אלא מאי מוז זיין אז א צווייטער איז שולדיג.

דער כלליות'דיגער שעיר לעזאזל

און דער נאטורליכער שעיר לעזאזל מוז דאך זיין דער איד. ווי אלעמאל אין די היסטאריע האט דא אויך נישט געשפעטיגט צו קומען א כוואליע פון אנטיסעמיטיזם וועלכע האט ווילד געבוזשעוועט אין די פראנצויזישע גאסן פאר די קומענדיגע עטליכע צענדליגער יארן און איז נאר געוואקסן מיט די צייט.

די דריטע רעפובליק האט אפט געטוישט רעגירונגען, און איז נישט געווען זייער סטאביל. די ארמיי אבער האט זיך יא צוביסלעך אויפגעבויעט אלס א מאכטפולע אינסטיטוציע, זיי האבן אריינגעלייגט אסאך כוחות צו זיין גרייט צום קומענדיגן קאנפליקט, וועלכע זיי האבן געזעהן אלס אומפארמיידבאר. די העכסטע מיליטערישע אקאדעמיע איז געווען די פאליטעכניק סקול אין פאריז און זיי האבן ארויסגעגעבן די בעסטע מיליטערישע קאדעטן און גענעראלן.

אזוי ווי אלעמאל ווען א רעגירונג איז נישט זייער שטארק און סטאביל, אבער די מיליטער איז יא שטארק, באקומט אויטאמאטיש דאס מיליטער א פיל מער זעהבארע ראלע אין לאנד ווי עס וואלט זיך איר געקומען, ספעציעל אין א צייט ווען מען רעדט אדער מען טראכט נאר אפילו פון מלחמה.

אט די צייט, ווען די רעגירונג איז נישט געווען זייער שטארק, די ארמיי איז יא געווען שטארק, די פאלק איז געווען דערנידערט און צוקלאפט, הונגעריג נאך נקמה אין דעם שולדיגער פון זייער דורכפאל, אט די צייט איז געווען דאס בעסטע און געוואונשנסטע פאר די אנטיסעמיטן. און די דאזיגע האבן דאס אויסגענוצט ביזן סוף.

עס איז וויכטיג צו באצייכענען, אז אנדערש ווי אין דייטשלאנד ווי די אנטיסעמיטן האבן זיך צעפירט די הענט און אויפגעהויבן א וויי געשריי אז די אידן נעמען פשוט צו דאס לאנד פון זיי, איז אין פראנקרייך דאס אינגאנצן נישט שייך געווען. אין א לאנד פון בערך פערציג מיליאן איינוואוינער, האבן די אידן געציילט אינגאנצן ארום ניינציג טויזענט, (ווייניגער פון טויזענט פון זיי זענען געווען ארטאדאקסיש), מיט נאך עטליכע צענדליגער טויזענט אין דעם פראנצויזישן קאלאניע פון אלדשירס (אלדשיריע) אין צפון אפריקע. די אידן זענען אלזא געווען ווייניגער ווי איין פערטל פון איין פראצענט פון די באפעלקערונג, און עס איז זייער שווער צו פארקויפן פאר קלוגע, אינטעליגענטע, געלערנטע מענטשן, אז אזא קליין און נישטיג פראצענט פון די באפעלקערונג, ממש א הייפעלע, איז גאר א סכנה צו איר עקזיסטענץ.

דאס אנטיסעמיטיזם אין פראנקרייך איז דעריבער געווען ממש בלויז א געצייג אין די הענט פון די ווילדע אידן פיינט, וועלכע האבן אין די זעלבע צייט געוואלט אונטערמינעווען די דריטע רעפובליק דורך אנזייען שרעק און אנארכיע. האבן זיי זיך זייער געפלאגט איבערצואווייזן פאר די פראנצויזן די סכנה פון דעם איד. א סכנה וועלכעס נאטורליך האבן זיי זייער שווער געקענט באגרייפן. זיי האבן שטענדיג געפילעוועט איבער די אומגעהויערע רייכטומען פון די ראטשילד באנקירן, זיי האבן כסדר פאנטאזירט באבע מעשיות איבער א באהאלטענע אלוועלטליכע אידישע פאראיין וועלכע וויל איבערנעמען די וועלט און זיי פארמאגן גאר א באהאלטענעם פליגל אין פאריז וועלכע טוט אינפילטרירן די רעגירונג און די ארמיי.

ווען דער קאטוילישער באנק יוניאן דשענעראלע האט באנקראטירט אין 1882, נאכן אינטערנעמען צווייפלהאפטע שפעקולאנטע אינוועסטירונגען, שטעלנדיג דערמיט אין געפאר דאס גאנצע פראנצויזישע עקאנאמיע, האבן די אנטיסעמיטן געווילדעוועט און באשולדיגט דעם איד ראטשילד אין קאנספיראציע אונטערצוברענגען דעם באנק. פשוט, די אידן קאנספירירן אונטערצוברענגען פראנקרייך.

דעם געלעגענהייט האבן די אנטיסעמיטן אויסגענוצט ביז א מאקסימום. עס האבן אנגעהויבן ערשיינען עטליכע טעגליכע אנטיסעמיטישע צייטונגען וועלכע האבן געהאט איין ציהל, אריינצוהאקן אין די פראנצויזישע קעפ אז די אידן זענען די גרעסטע שונא און דאס גרעסטע אומגליק פון פראנקרייך. אין 1886 איז ערשינען גאר א מיאוס'ער בוך "דאס אידישע פראנקרייך", דאס איז איינע פון די מיאוס'טע, עקלהאפטיגסטע ביכער וואס זענען נאר אמאל געשריבן געווארן. איר שרייבער איז געווען איינער עדווארד דריומאנט שר"י, און ער האט נישט געקארגט קיין ווערטער און נישט געשוינט דעם טינט נאר געגאסן פעך און שוועבל, פול מיט שקרים און העצערישע פאנטאזיעס קעגן אידן. (ער שרייבט למשל, אז איינער א בארימטער גענגסטער אין פראנקרייך, וועלכער איז געווען גאר פארפיינטעט ביי די מאסן, איז גאר א איד. בשעת ווען עס איז געווען גאר באוואוסט ביי יעדן אז ער איז א פאלנער גוי. אבער דאס האט נישט אפגעהאלטן דעם אנטיסעמיט פון שרייבן אז ער איז א איד, א אייניקל פון די אנטלאפענע מאראנען פון שפאניע...)

דער בוך האט געהאט אזא אויסטערלישע סוקסעס, אז מען האט אים איבערגעשריבן און איבערגעדרוקט אויף עטליכע אנדערע שפראכן, האט זיך פארקויפט אין די מיליאנען עקזעמפלארן און איז געווארן איינס פון די גאנגבארסטע ביכער קעגן אידן. דער בוך איז אויך געווען איינע פון די פונדאמענטן אויף וועלכע די נאציס האבן שפעטער באזירט זייערע אנטיסעמיטשע פילאזאפיעס. דער סוקסעס פון זיין בוך האט אים געטריבן צו עפענען א צייטונג "די פרייע ווארט", וועלכע איז אויך געווען גארנישט מער ווי נאך א שופר פאר אים אויסצוברעכן זיינע אנטיסעמיטישע דעמאגאגיעס, און יעדע פראבלעם וועלכע האט זיך נאר געמאכט אין פראנקרייך, נישט קיין חילוק וואס, האט די צייטונג געטראפן א וועג ווי צו באשולדיקן די אידן אין דעם פראבלעם. אויך די צייטונג האט געהאט א שטארקן סוקסעס. אזוי אויך האט ער געגרינדעט "די פראנצויזישע אנטיסעמיטשע ליגע". עס איז איבריג צו ערקלערן וואס די ארבעט פון די ליגע איז געווען.

אפאר יאר שפעטער, אין 1892 האט אויסגעבראכן די "פאנאמא קאנאל סקאנדאל", (וועלכע ווערט ביז היינט באצייכנט אלס דאס גרעסטע קארופציע סקאנדאל אין דעם ניינצטן יארהונדערט), אין וועלכען פראנצויזישע אינוועסטירער האבן פארלוירן ארום א ביליאן מארק. צווישן די אנפירער פון דעם פראיעקט, (וועלכע זענען געווען די שולדיגע אין איר צוזאמענפאל) האבן זיך געציילט עטליכע אידן. אבער כאטש רוב פון די אנפירער זענען נישט געווען קיין אידן, האבן אבער די אנטיסעמיטן אויסגענוצט דעם סקאנדאל נאך מער אנצוהעצן די מאסן קעגן אידן. אלע אידן זענען פלוצים געווארן "פאנאמיסטן" און זיי האבן דאס גאר אנגעדרייט די גאנצע מעשה אלס א מיטל אונטערצוברענגען און באנקראטירן דאס פראנצויזישע פאלק.

די אנטיסעמיטן האבן זיך אזוי געמערט און מיט דעם איז געוואקסן זייער חוצפה. אין 1893 האבן זיי אריינגעטראגן א פארשלאג פאר א געזעץ אין דעם פארלאמענט ארויסצוטרייבן אלע אידן פון פראנקרייך. מען האט זיי ניטאמאל געגעבן דעם כבוד דעם פאפיר זייערן צו באטראכטן, אבער זיי האבן זייערס אויסגעפירט. זיי האבן געמאכט זייער דעמאנסטראציע.

איינס פון זייערע צילן איז כסדר געווען דאס מיליטער - וועלכע איז אליינס געווען היפש אנגעשטעקט מיט אנטיסעמיטיזם. זיי האבן כסדר געשריבן העצע ארטיקלען קעגן די אידישע אפיצירן אין דעם פראנצוישן ארמיי באשולדיגנגדיג זיי אז זיי זענען גרייט ווען אימער צו פארראטן דאס לאנד פאר אירע שונאים. אלס א דירעקטער רעזולטאט פון די העצעס איז איין טאג א אידישער אפיציר "מאיער" דערמארדעט געווארן דורך א באקאנטן אנטיסעמיט.

דער קריגס מיניסטער איז דוקא געווען אן איידעלער מענטש און אים האט זייער וויי געטאן דאס גאנצע מעשה, האט ער דעמאלס געהאלטן א פארדאמונגס רעדע אין די רעגירונג, און דאס האט נאכמער צורייצט די אנטיסעמיטן, וועלכע האבן פאר יעדן פרייז געוואלט איבערווייזן אז די אידן זענען דוקא יא שולדיג אין אלע צרות פון פראנקרייך. און אט דעם שעיר לעזאזל האבן זיי געפונען אין דעם פערזאן פון אלפרעד דרייפוס.

(שוין, ביז אהער בין איך יעצט אנגעקומען. איך האב צופיל מאריך געווען און עס האט מיר גענומען צופיל צייט, איך האף ממש בקרוב ממשיך צו זיין, אביסל מער בקיצור, אבער דערווייל שטעל איך דאס ארויף פשוט ווייל יעצט איז די יארצייט דערפון און איך וויל כאטש אנהייבן אין דעם טאג)
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

הערליך שיין!!
(איך האב נישט געהאט באמערקט די ארטיקעל, נאר עס יעצט געליינט אין [tag]פישל'ע העררינג[/tag]'ס קונטרס קאווע בלעטער, און שנעל אויפגעזיכט די אשכול כדי צו קענען לייק'ן)
באניצער אוואטאר
הדד בן בדד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1491
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 1:57 pm
האט שוין געלייקט: 684 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1083 מאל

שליחה דורך הדד בן בדד »

ווער איז געווען אלפרעד דרייפוס

אלפרעד דרייפוס איז געבוירן אום אקטאבער 1859 (תשרי תר"כ) צו פארמעגליכע אסימילירטע אידישע עלטערן, אין שטאט מילהויזן אין עלזאס געביט. די דרייפוס משפחה האט געוואוינט פאר פילע דורות אין דעם דייטש-פראנצויזישן געגענט, און דער טאטע רפאל דרייפוס, א רייכער טעקסטיל פאבריקאנט, און אזוי אויך די עלטערע געשוויסטער האבן אלע גערעדט פליסיג דייטש און אידיש. אלס דער אינגסטער פון ניין קינדער, האט אלפרעד שוין באקומען א פולע פראנצויזישע חינוך, מיט וואס זיין פאטער האט ארויסגעברענגט זיין שטארקן געטריישאפט און פאטריאטיזם פאר פראנקרייך.

ווען פראנקרייך האט אבער פארלוירן דעם געביט צו דייטשלאנד נאך די אויבנדערמאנטע מלחמה, האט די דרייפוס פאמיליע - ווי געטרייע פראנצויזן - זיך אוועק געצויגן פון דארט, איבערלאזנדיג זייער דורות לאנגע וואוינארט און זיך אריבערגעצויגן צו די הויפטשטאט פאריז.

דארט אין פאריז האט דער אינגער אלפרעד געענדיגט זיינע שטודירונגען, און, וועלנדיג געטריי דינען זיין לאנד, האט ער זיך איינגעשריבן אין דעם פרעזטיזשפולן פאליטעכניק סקול ווי ער האט געהאפט צו עררייכן א מיליטערישע קאריערע.

אלפרעד האט זיך שטארק געפלייסט אין זיינע שטודירונגען און איז טאקע שנעל געשטיגן. אין 1880 האט ער באקומען זיין ערשטע אויסצייכענונג, וועלכע האט אים געהאלפן שטייגן צו די העכערע, עליטע אקאדעמיעס פון די מיליטער, אקאדעמיעס ווי נאר די אויסגעצייכנסטע סטודענטן פון פאליטעכניק האבן געקענט אנקומען. אין די קומענדע יארן האט ער געהאלטן אין איין שטייגן העכער און העכער, ביז אין 1889 האט ער עררייכט דעם ראנג פון "קעפטן" (קאפיטאן). מיט דעם האט אלפרעד כמעט דערגרייכט זיין ציהל. אבער נאר כמעט.

אנצוקומען העכער פון דעם, האט ער געדארפט ווייטער שטודירן אין דעם העכסטען אנשטאלט פון מיליטערישער קאליבער דער "ספעציעלער מיליטערישער אקאדעמיע פון סט. סיר". אויב איז ער דא מצליח, גייט ער אריין אין דעם גענעראל שטאב. אבער אלפרעד האט אפילו נישט געוואלט בלייבן ביים גענעראל שטאב, ער האט געוואלט אנקומען צו די העכסטע פענסטער, "דער גענעראל שטאב הויפטקווארטיר". קיין שום איד איז נאכנישט אנגעקומען אזוי הויך אין דעם פראנצויזישן מיליטער, און אלפרעד דרייפוס האט זיך פארמאסטן צו זיין דער ערשטער.

אינצווישן האט ער חתונה געהאט און געהאט צוויי קינדער, אבער די גאנצע צייט האט ער ווייטער פארגעזעצט זיינע שטודירונגען מיט גרויס פלייס און ענערגיע. אלפרעד האט זיך טאקע אויסגעצייכנט מיט זיינע לעהרעס, און אלע האבן ערווארטעט אז ער וועט גראדואירן מיט דעם העכסטן - אדער לפחות איינס אונטער דעם - אויסצייכענונג. אבער איינער פון די העכסטע גענעראלן אויף דעם פאנעל וועלכע האבן געצייכנט די עקזאמען, האט אים בכוונה געגעבן א נידעריגערן ציפער ווי עס איז אים געקומען, האפנדיג אזוי אים ארויסצוהאלטן פון דעם גענעראל שטאב הויפטקווארטיר, פאר די פשוט'ע סיבה ווייל "אידן געהערן נישט דא".

מיט דעם אלעם אבער, האט ער נאך אלס געענדיגט איינער פון די צען העכסטע אין דעם עקזאמען, און איז דעריבער יא אריינגענומען געווארן אין דעם גענעראל שטאב הויפטקווארטיר, פארווירקליכנדיג זיין לעבנס טרוים, ווערנדיג דער ערשטער איד (וועלכעס האט ליידער נישט קיין סאך געמיינט ביי אים, ער האט געהאלטן פאר א גרעסערן חשיבות דאס זיין א פראנצויז) אין דעם הויפטקווארטיר.

פאקטיש אבער זענען די אנדערע גענעראלן אין דעם הויפטקווארטיר אויך נישט געווען זייער גונסטיג געשטימט פאר אידן, און דעריבער האבן זיי אוועק געהאלטן דרייפוס'ן פון די אויגן פונעם פובליקום אויף וויפיל זיי האבן געקענט. אזוי ארום איז דרייפוס געבליבן גענצליך אומבאקאנט פאר די פראנצויזישע פאלק, כאטש ער איז אנגעקומען אזוי הויך אויפן מיליטערישן לייטער.
באניצער אוואטאר
חזקיהו המלך
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 585
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 09, 2013 7:31 pm
האט שוין געלייקט: 61 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 541 מאל

שליחה דורך חזקיהו המלך »

שכוח, הדד, זייער שיין באשריבען, נארמאל האב איך נישט קיין געדולד צי ליינען אונליין לאנגע ארטיקלעך, אבער כ'האב עס געליינט אין [tag]פישל'ע העררינג[/tag]'ס קאווע בלעטער, אין די צווייטע חלק וועל איך אי"ה ליינען אין די נעקסטע קאווע בלעטער,

זייער שיין אין באלערענד, גיי אן,
איך בין א חוצפעניאק ! אזוי האט מיין טיטשער געזאגט
גם כי אלך
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 80
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 16, 2014 1:31 pm
האט שוין געלייקט: 50 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 42 מאל

שליחה דורך גם כי אלך »

הערליך שיין באשריבן, כל הכבוד.

אז מען רעדט פון די דרייפוס אפערע איז גוט צו באטאנען אז ס'איז אנגענומען געווען אסאך יאר אז די געשיכטע האט למעשה באוואויגן הערצל צו אויפקומען מיט זיין וויזיע פון ציונות, ער שרייבט עס אליינס אז ער איז אין יענע תקופה געווען אין די הויפשטאט פאריז אלס א שרייבער פאר די נויע אידישע פרעסע (אזוי מיינעך האט עס געהייסן) און האט מיטגעהאלטן פון דער נאנט די געוואלדיגע שנאת ישראל וואס האט איינגעהילט די מאסן. דאס האט אים געפירט צו זוכן א לעזונג פארן אידישן פאלק.

לאידך גיסא טענ'הן אנדערע אז ס'הייבט זיך גארנישט אן, הערצל האט אין זיינער צייט בכלל נישט דערמאנט א ווארט דעדווועגן אין זיינע מעמוארן, הערשט פיל שפעטער אין יאר תר"ס, עטליכע יאר נאך די אויפקום פון ציונות ווען דרייפוס איז נאכאמאל באשולדיגט געווארן ווערט עס דערמאנט אין די כתבי הערצל.
באניצער אוואטאר
הדד בן בדד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1491
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 1:57 pm
האט שוין געלייקט: 684 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1083 מאל

שליחה דורך הדד בן בדד »

אה, יישר כח פארן ארויפברענגען, איך דארף טאקע ממשיך זיין מיט די מעשה.
פארשפארט