נסיעת כ"ק אדמו"ר מ'סאטמאר (מהר"א) קיין ארה"ק אדר א' תשע"ד

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
פארשפארט
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

שליחה דורך שעפטל »

שעפטל האט געשריבן:די רבי איז יעצט ביים ראב"ד ירושלים שליט"א, און זיך איינגעשפארט פריוואט

אדמו''ר מ'סאטמאר אצל הראב''ד.jpg
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

שליחה דורך שעפטל »

האדמורים מדושינסקיא ותולדות אהרן זענען יעצט אנגעקומען צום מעמד

די רבי האט גערעדט איבער די גיוס פראבלעם
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

שליחה דורך שעפטל »

מהשדה עד סביון • גלריה ראשונה ממסע האדמו"ר

שעפטל האט געשריבן:יעצט איז דער גאב"ד אנגעקומען

דערנאך האט מען געטאנצן.
ריקודין.jpg


די רבי איז נאכן מעמד געגאנגן באזיכן האדמו"ר מ'גור שליט"א

די רבי איז יעצט אנגעקומען צום מעמד חנוכת הבית פונעם מקוה פון כולל שומרי החומות.
עס האבן אויפגעטרעטן צווישן אנדערע לכבודו פונעם נדבן, הרה"ח ר' משה אהרן האפפמאן, יו"ר וועד הפועל ד'מוסדות סאטמאר וויליאמסבורג, הרה"ח ר' מרדכי אלעזר הירש, אדמיניסטראטאר ד'מוסדות סאטמאר וויליאמסבורג, און הגה"צ רבי מנחם מענדל טייטלבוים שליט"א, אב"ד ור"מ סאטמאר וויליאמסבורג.
שומרי החומות.jpg
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
שרייבער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1844
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 2:53 pm
האט שוין געלייקט: 673 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 656 מאל

שליחה דורך שרייבער »

באריכט פון בחצרות סאטמאר


ביקור קודש בארה"ק – ערשטן טאג
יום ד' פ' ויקהל
צהלו ורוני יושבת ציון כי גדול בקרבך קדוש ישראל.
היינטיגן טאג האט דאס יהדות החרדית בארה"ק געהאט די זכי' מקבל צו זיין פני מאן מלכא רבנן כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א וועלכער איז אנגעקומען בשטומ"צ אויף א ביקור קודש אין ארה"ק.
ווי באריכטעט איז דער פליגער פון רבי'ן שליט"א אפגעשטופט געווארן אויף עטליכע שטונדן. דער רבי שליט"א האט פארלאזט מעון קדשו אין קרית יואל דינסטאג נאכמיטאג אום 4:00 אזייגער אויפ'ן וועג קיין נוארק לופט פעלד, ווי עס האבן שוין אפגעווארט די עסקנים הדגולים, שר העסקנים הרב ארי' לייב גלאנץ הי"ו, הרב יואל אייזדארפער הי"ו און הרב מענדל קארלבאך הי"ו פאורט אוטאריטי טשאפלעין'ס וועלכע האבן שוין געהאט צוגערישט די נויטיגע הכנות אין לופט פעלד.
דער רבי און די פמליא און באגלייטערס הנדבנים החשובים הנגידים תומכי המוסדות וראשי קהלתינו פון ניו יארק זענען אריין אין ספעציעל צוגעגרייטן ציממער און ארום 6:00 אזייגער איז דער רבי שליט"א און דער פמליא ארויף אויפ'ן פליגער.
קורץ נאך 7:00 אזייגער האט זיך דער פליגער בשטומ"צ געהויבן און פארלאזט ניו יארק מיט'ן ריכטונג אויפן וועג קיין ארה"ק.
ביים זמן האט מען זיך געשטעלט דאווענען מעריב, און עטליכע שעה שפעטער נאך ווי עס איז געווארן ליכטיג האבן זיך געשטעלט די מניים שחרית אויפ'ן פליגער.
היינט – מיטוואך בערך בשעה 12:25 – לאקאלער צייט אין ארץ ישראל (5:25 פארטאגס ניו יארק'ער צייט) האט דער פליגער פון מרן רבינו שליט"א בשטומ"צ געלאנדעט אין ארה"ק, ווי דער רבי שליט"א איז אפגעווארט געווארן דורך די רבני וראשי קהלתינו הק' פון ארה"ק.
דער רבי שליט"א איז גלייך צוגעפארן צום שטעטל "סביון" נאנט צום לופטפעלד וואו ער איז אפגעווארט געווארן דורך די בחורי חמד תלמידי הישיבה קטנה יטב לב פון ירושלים, וועלכע האבן מקבל פנים געווען דעם רבי'ן מתוך לימוד התורה.
לויט'ן ארגינעלן פלאן איז געווען געפלאנט אז די בחורים וועלן דאווענען תפילת שחרית מיט רבינו שליט"א, אבער ווי מיר האבן שוין געמאלדן נעכטן איז דער פליגער פון רבינו שליט"א אפגעשטופט געווארן מיט עטליכע שעה, און צוליב דעם האבן די בחורים געדאווענט שחרית אין ירושלים איידער זיי זענען ארויסגעפארן קיין סביון.
ווען די בחורים זענען אנגעקומען קיין סביון האבן זיי זיך געזעצט לערנען צוויי שעה ברציפות אלס הכנה דרבה צום ערשיינונג פון מרן רבינו שליט"א.
ווען רבינו שליט"א איז אנגעקומען האבן די בחורים ווייטער ממשיך געווען בלימוד התורה, רבינו שליט"א האט באגריסט דעם מנהל רוחני פון די בחורים הרה"ג ר' יודא ניילינגער שליט"א און די חשוב'ע מגידי שיעור, ווי אויך די חברי הנהלת המוסדות פון ירושלים אין שפיץ פון דעם מנהל המוסדות פון ירושלים הרה"ח ר' ישכר בצלאל יאקאב הי"ו. דערנאך האט דער רבי האט באטראכט וויאזוי די בחורים זענען עוסק בתורה, און האט שטארק הנאה געהאט פון די התמדת הלימודים.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים טיש מיט די בחורים וואו די בחורים האבן געזינגען ווארימע ניגונים.
דאן האט רבינו שליט"א אויפגעטרעטן מיט א דרשה פאר די בחורים, דער רבי האט ארומגערעדט דברי הדרכה ומוסר פאר די ירושלימ'ע בחורים איבער די וויכטיגקייט פון אויפשטיין פארטאגס און לערנען צוויי שעה פאר'ן דאווענען. און איבער די וויכטיגקייט אויסצוניצן די בחורישע יארן צו הארעווען אויף לימוד התורה.
דער רבי האט אויך דערציילט אז ער הערט כסדר צוריק גוטע גריסן פון די בחורים פון אנ"ש פון ניו יארק וועלכע באזוכן פון צייט צו צייט אין ירושלים און ברענגען פאר'ן רבי'ן גוטע גריסן איבער דעם גוטן נאמען פון די ישיבה קטנה אין ירושלים.
דערנאך האט מען אריינגעברענגט די גווילים פון די נייע ס"ת וואס וועט אי"ה געשריבן ווערן לע"נ דעם חשוב'ן תלמיד הישיבה הב' ישעי' ע"ה ב"ר אורי יודא קויפמאן נ"י, וועלכער איז ליידער פריצייטיג אוועקגעריסן געווארן לחיי העוה"ב. נאכ'ן אריינשרייבן אן אות אין די ס"ת האט דער רבי געטרונקן לחיים און גאר ווארעם אנגעוואונטשן פאר'ן טאטן און די בני המשפחה פון דעם חשוב'ן בחור ע"ה, מיט ווארימע טרייסט וואונטשן שלא יוסיפו לדאבה עוד.
דערנאך האבן די בחורים געהאט די זכי' צו דאווענען תפילת מנחה אינאיינעם מיט'ן רבי'ן, עס איז צוגעגאנגען צום עמוד איינער פון די חשוב'ע בחורים און די בחורים האבן געדאווענט מיט אן התלהבות און דערהויבנקייט.
דער באריכט פונעם ווייטערדיגער סדר המעוראות דרויכאויס דעם היינטיגן טאג וועט אי"ה נאכפאלגן.
•♦•
שרייבער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1844
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 2:53 pm
האט שוין געלייקט: 673 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 656 מאל

שליחה דורך שרייבער »

דא קען מען יעצט מיטהאלטן די דרשה פון רבין לייוו ביי מסיבה חנוכת המקוה פון כולל שומרי החומות

http://www.jdn.co.il/news/312525
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

שליחה דורך שעפטל »

שרייבער האט געשריבן:באריכט פון בחצרות סאטמאר


ביקור קודש בארה"ק – ערשטן טאג
יום ד' פ' ויקהל
צהלו ורוני יושבת ציון כי גדול בקרבך קדוש ישראל.
היינטיגן טאג האט דאס יהדות החרדית בארה"ק געהאט די זכי' מקבל צו זיין פני מאן מלכא רבנן כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א וועלכער איז אנגעקומען בשטומ"צ אויף א ביקור קודש אין ארה"ק.
ווי באריכטעט איז דער פליגער פון רבי'ן שליט"א אפגעשטופט געווארן אויף עטליכע שטונדן. דער רבי שליט"א האט פארלאזט מעון קדשו אין קרית יואל דינסטאג נאכמיטאג אום 4:00 אזייגער אויפ'ן וועג קיין נוארק לופט פעלד, ווי עס האבן שוין אפגעווארט די עסקנים הדגולים, שר העסקנים הרב ארי' לייב גלאנץ הי"ו, הרב יואל אייזדארפער הי"ו און הרב מענדל קארלבאך הי"ו פאורט אוטאריטי טשאפלעין'ס וועלכע האבן שוין געהאט צוגערישט די נויטיגע הכנות אין לופט פעלד.

אנקומענדיג אין נוארק לופט פעלד.jpg

שרייבער האט געשריבן:דער רבי און די פמליא און באגלייטערס הנדבנים החשובים הנגידים תומכי המוסדות וראשי קהלתינו פון ניו יארק זענען אריין אין ספעציעל צוגעגרייטן ציממער און ארום 6:00 אזייגער איז דער רבי שליט"א און דער פמליא ארויף אויפ'ן פליגער.
קורץ נאך 7:00 אזייגער האט זיך דער פליגער בשטומ"צ געהויבן און פארלאזט ניו יארק מיט'ן ריכטונג אויפן וועג קיין ארה"ק.

פליגער.jpg

שרייבער האט געשריבן:ביים זמן האט מען זיך געשטעלט דאווענען מעריב, און עטליכע שעה שפעטער נאך ווי עס איז געווארן ליכטיג האבן זיך געשטעלט די מניים שחרית אויפ'ן פליגער.

שחרית.jpg

שרייבער האט געשריבן:היינט – מיטוואך בערך בשעה 12:25 – לאקאלער צייט אין ארץ ישראל (5:25 פארטאגס ניו יארק'ער צייט) האט דער פליגער פון מרן רבינו שליט"א בשטומ"צ געלאנדעט אין ארה"ק, ווי דער רבי שליט"א איז אפגעווארט געווארן דורך די רבני וראשי קהלתינו הק' פון ארה"ק.

אנגעקומען.jpg
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

שליחה דורך שעפטל »

שרייבער האט געשריבן:דער רבי שליט"א איז גלייך צוגעפארן צום שטעטל "סביון" נאנט צום לופטפעלד וואו ער איז אפגעווארט געווארן דורך די בחורי חמד תלמידי הישיבה קטנה יטב לב פון ירושלים, וועלכע האבן מקבל פנים געווען דעם רבי'ן מתוך לימוד התורה.
לויט'ן ארגינעלן פלאן איז געווען געפלאנט אז די בחורים וועלן דאווענען תפילת שחרית מיט רבינו שליט"א, אבער ווי מיר האבן שוין געמאלדן נעכטן איז דער פליגער פון רבינו שליט"א אפגעשטופט געווארן מיט עטליכע שעה, און צוליב דעם האבן די בחורים געדאווענט שחרית אין ירושלים איידער זיי זענען ארויסגעפארן קיין סביון.
ווען די בחורים זענען אנגעקומען קיין סביון האבן זיי זיך געזעצט לערנען צוויי שעה ברציפות אלס הכנה דרבה צום ערשיינונג פון מרן רבינו שליט"א.
ווען רבינו שליט"א איז אנגעקומען האבן די בחורים ווייטער ממשיך געווען בלימוד התורה, רבינו שליט"א האט באגריסט דעם מנהל רוחני פון די בחורים הרה"ג ר' יודא ניילינגער שליט"א און די חשוב'ע מגידי שיעור, ווי אויך די חברי הנהלת המוסדות פון ירושלים אין שפיץ פון דעם מנהל המוסדות פון ירושלים הרה"ח ר' ישכר בצלאל יאקאב הי"ו. דערנאך האט דער רבי האט באטראכט וויאזוי די בחורים זענען עוסק בתורה, און האט שטארק הנאה געהאט פון די התמדת הלימודים.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים טיש מיט די בחורים וואו די בחורים האבן געזינגען ווארימע ניגונים.
דאן האט רבינו שליט"א אויפגעטרעטן מיט א דרשה פאר די בחורים, דער רבי האט ארומגערעדט דברי הדרכה ומוסר פאר די ירושלימ'ע בחורים איבער די וויכטיגקייט פון אויפשטיין פארטאגס און לערנען צוויי שעה פאר'ן דאווענען. און איבער די וויכטיגקייט אויסצוניצן די בחורישע יארן צו הארעווען אויף לימוד התורה.
דער רבי האט אויך דערציילט אז ער הערט כסדר צוריק גוטע גריסן פון די בחורים פון אנ"ש פון ניו יארק וועלכע באזוכן פון צייט צו צייט אין ירושלים און ברענגען פאר'ן רבי'ן גוטע גריסן איבער דעם גוטן נאמען פון די ישיבה קטנה אין ירושלים.

לחיים.jpeg

שרייבער האט געשריבן:דערנאך האט מען אריינגעברענגט די גווילים פון די נייע ס"ת וואס וועט אי"ה געשריבן ווערן לע"נ דעם חשוב'ן תלמיד הישיבה הב' ישעי' ע"ה ב"ר אורי יודא קויפמאן נ"י, וועלכער איז ליידער פריצייטיג אוועקגעריסן געווארן לחיי העוה"ב. נאכ'ן אריינשרייבן אן אות אין די ס"ת

ספר תורה.jpeg

שרייבער האט געשריבן:האט דער רבי געטרונקן לחיים און גאר ווארעם אנגעוואונטשן פאר'ן טאטן און די בני המשפחה פון דעם חשוב'ן בחור ע"ה, מיט ווארימע טרייסט וואונטשן שלא יוסיפו לדאבה עוד
.
לחיים2.jpeg


שרייבער האט געשריבן:דערנאך האבן די בחורים געהאט די זכי' צו דאווענען תפילת מנחה אינאיינעם מיט'ן רבי'ן, עס איז צוגעגאנגען צום עמוד איינער פון די חשוב'ע בחורים און די בחורים האבן געדאווענט מיט אן התלהבות און דערהויבנקייט.

מנחה.jpeg
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

שליחה דורך שעפטל »

די רבי האט אויך באזיכט ביי מחותנו כ"ק אדמו"ר מ'דושינסקיא שליט"א

און ביי כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
גדעון
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 513
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 1:55 am
האט שוין געלייקט: 284 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 232 מאל

שליחה דורך גדעון »

w
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

שליחה דורך שעפטל »

פאר די אלע וואס האבן געבעטן און געווארט
שעפטל האט געשריבן:פריער איז די רבי אנגעקומען קיין ירושלים, און געגאנגן צום גאב"ד ירושלים שליט"א, געווען דארט בערך 10-15 מינוט.

IMG-20140219-WA165.jpg
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

שליחה דורך שעפטל »

די רבי איז יעצט ביים הר הצופים קעגנאיבער דעם מקום המקדש, ווי די רבי האט געריסן קריעה און מתפלל געווען און געזינגן ניגוני געגיעים לגאולה שלימה האמיתית
IMG-20140220-WA001.jpg

IMG-20140220-WA003.jpg
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

שליחה דורך שעפטל »

די רבי איז יעצט געווען ביים ציון פון שווער, האדמו"ר בעל ישועות משה מ'וויזניץ זצ"ל, היינט איז די יארצייט.
IMG-20140220-WA029.jpg


און די רבי איז יעצט אנגעקומען צום פוסק הדור הגאון בעל שבט הלוי שליט"א
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
שרייבער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1844
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 2:53 pm
האט שוין געלייקט: 673 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 656 מאל

שליחה דורך שרייבער »

WOW
היסטאריש בילד
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

שליחה דורך שעפטל »

חתונה אפדעיט:
די רבי איז מכובד געווארן מיט סידור קידושין און עס איבערגעבן פארן פוסק הדור הגאון בעל שבט הלוי שליט"א
הגה"צ ר' וועלוול ערנסטער שליט"א, רב דקרית מאיר חיים - עלטער פעטער פון חתן, קריאת הכתובה
כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א (ר"י) זיידע פון חתן, ברכות ראשונות
כ"ק אדמו"ר מטשאקאווע, עלטער פעטער מצד הכלה, ברכה אחריתה

דערנאך האט הרב וואוזנער אנגעוואונטשן זייער שין פאר'ן רבי'ן און פאר די קהלה, דערנאך האט דער רבי אנגעוואונטשן פאר'ן גאנצן ציבור.

מזל טוב!
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
נאטרוליסט
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 547
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 5:51 pm
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 85 מאל

שליחה דורך נאטרוליסט »

ביי די חופה

פוסק הדור בעל שבט הלוי וואונטשט אן ביי די חופה

בעל שבט הלוי וואונשט אן ביי די חופה
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

שליחה דורך שעפטל »

[center]המשך ביקור קודש – ערשטן טאג
יום ד' פ' ויקהל[/center]

פאלגענד געבן מיר איבער דעם ווייטערדיגן באריכט פון ווי מיר האבן געהאלטן ביז אצינד.
ווען רבינו שליט"א האט פארענדיגט תפילת מנחה מיט די תלמידי הישיבה קטנה פון ירושלים - ווי שוין באריכטעט - איז דער רבי שליט"א אוועקגעפארן פון דעם שטעטל סביון וואו עס איז פארגעקומען דער מסיבת לחיים און אויפ'ן וועג קיין ירושלים עיה"ק.
צו ערשט איז דער רבי שליט"א צוגעפארן צום שטוב פון דעם ירושלים'ער רב שליט"א, וואו עס איז פארצויגן געווארן א שיינער שמועס איבער די בליענדע געגנטער אין ירושלים וואו דער היימישער ציבור שפרייט זיך אויס בליעה"ר,
גאב''ד.jpg

‫באזונדער האט מען גערעדט בשבחו פון הרבני הנגיד מוה"ר מאיר זעליג ריספלער הי"ו וועלכער איז געווען דערביי ביים באזוך, און האט שוין געהאט די זכי' מנדב צו זיין פארשידענע גרעסערע נדבות לטובת די קהלות ומוסדות בעיה"ק ירושלים ת"ו.
גאב''ד - מ''ז.jpg

‫ביים באזוך זענען אויך אנוועזנד געווען ראשי קהילתינו הק' פון ניו יארק וועמען דער רבי האט פארגעשטעלט פאר'ן ירושלים'ער רב שליט"א.

פון דארט איז דער רבי שליט"א צוגעפארן צו די אונגארישע הייזער אין ירושלים צו קובע זיין א מזוזה ביים נייעם מקוה אליעזר דוב די מקוה וואס איז געבויעט געווארן דורך הרבני הנגיד מוה"ר מאיר זעליג ריספלער הי"ו מגדולי תומכי קהלולינו ומוסדותינו הק'.
אנקומענדי'ג צום בנין המקוה האבן אפגעווארט אינדרויסן די קינדער פון ת"ת שומרי החומות,
קינדער.jpg

און דער רבי האט אויפגעטרעטן מיט קורצע ווערטער פאר די קינדער איבער די חשיבות פון תינוקות של בית רבן,
שומרי החומות1.jpg
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

שליחה דורך שעפטל »

און דערנאך איז דער רבי אריין אינעם בנין
מקוה.jpg

וואו דער רבי האט קובע געווען א מזוזה
מזוזה.jpg

און דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים
לחיים מקוה.jpg

וואו דער רבי האט אנגעוואונטשן פאר'ן חשוב'ן נדבן ר' מאיר זעליג הי"ו.
לחיים מ''ז.jpg
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

שליחה דורך שעפטל »

דערנאך האט רבינו שליט"א אפגעשטאטעט א באזוך ביי הגאון רבי דוד סאלאווייטשיק שליט"א ראש ישיבת בריסק, וואו עס איז פארפירט געווארן א שמועס איבער ענינים העומדים על הפרק ובעיקר איבערן ביטערן גזירת הגיוס. הגאון ר' דוד שליט"א זיך אויסגעדרוקט אז דער רבי שליט"א איז פון די איינציגסטע גדולי ישראל וואס שרייען שוין אזוי לאנג אז די גזירה איז א ביטערע גזירה, און מען דארף ווייטער זעהן מעורר צו זיין אידישע קינדער און אויפרודערן די וועלט, צולייגנדיג אז ער האלט אז עס איז שוין צייט פאר די בני א"י זיך אוועקצוציען פון לאנד, און די רבי האט געזאגט אז נאר מיטן כח פון מסירת נפש וועט מען טאקע קענען איבערקומען אזא גזירת שמד.
ר' דוד.jpg

פון דארט איז מרן רבינו שליט"א געפארן צום הר נוף געגנט אין ירושלים, וואו דער רבי האט באזוכט ביי הגאון האדיר ראב"ד ירושלים שליט"א וואו דער ראב"ד האט איבערגעגעבן פאר'ן רבי'ן זיין נייעם ספר וואס איז נארוואס ערשינען לאור עולם. און עס האט זיך פארצויגן א הלכה'דיגער שמועס איבער דעם זמן השקיעה ווען מ'דארף מקבל שבת זיין אין געגנטער וואס זענען ארומגענומען מיט הויכע בערג.
ראב''ד.jpg

דערנאך האט דערנאך האט זיך מרן רבינו שליט"א פארשפארט מיט הגאון הראב"ד שליט"א פאר א לענגערע צייט.

דאן איז רבינו שליט"א ערשינען צום צום גרויסארטיגן מעמד חנוכת הבית לרגל די אויפבוי פונעם נייעם הערליכן בנין הת"ת. אין זאל פון נוה ירושלים. וואו עס האבן זיך באטייליגט די חברי הבד"ץ העדה החרדית, ובראשם הגאב"ד והראב"ד שליט"א, האדמורי"ם מדושינסקי, תולדות אהרן, טשאקאווא, קהל חסידי ירושלים, פינסק קארלין, הרה"צ המשפיע רבי יעקב מאיר שעכטער, הרב דקהל פרושים, שליט"א, און נאך.
צום ערשט האט אויפגעטרעטן הגה"צ דומ"ץ דקהילתינו שליט"א פון ירושלים, וועלכער האט מקבל פנים געווען דעם רבי'ן בשם די גאנצע קהילה, און ארויסגעברענגט דעם וואוקס פון די קהילה בליעה"ר וואס איז א גירא בעינא דשטנא, וואס אפילו ווען רבינו שליט"א געפונט זיך אין אמעריקא איז דער רבי פארבינדן מיט אונז, און מיט זיינע כוחות האלט זיך דער גאנצער ציבור.
דערנאך האט דער דיין שליט"א אויסגערופן דעם פוסה"ד הגאון האדיר ראב"ד ירושלים שליט"א, דער ראב"ד שליט"א האט צום ערשט באגריסט דעם רבי'ן מיט'ן ברכת ברוך הבא בשם ה', און ער האט ארויסגעברענגט אז מה' מצעדי גבר כוננו אז דער רבי וואס איז געקומען יעצט צוליב א חתונה איז אנגעקומען אין די זעלבע צייט וואס די רשעי ישראל זיצן און פארענדיגן די ביטערע גזירת הגיוס, און אין אזא זמן דארף דער עולם אין א"י אסאך חיזוק.
דערנאך האט רבינו שליט"א אויפגעטרעטן מיט א פייערדיגע דרשה, וואו דער רבי האט צום ערשט ארומגערעדט איבער דאס מסירת נפש נישט נהנה צו זיין פון די טריפה'נע געלטער ממקורות זרים, זאגנדיג אז נאר אזוי איז מען זוכה צו אזא כח הקדושה און מען דארף דעריבער מחזק זיין די אלע וואס לאזן זיך קאסטן אונטערצוהאלטן דעם הייליגן וואגן, און דערנאך האט דער רבי געזאגט אז קומענדיג קיין ארץ ישראל איז אנגעקומען די בשורה לא טובה איבער די פרישע שטאפלען פון דעם גזירת הגיוס, ביום הזה הובקעה העיר, און די רבי האט ארויסגעברענגט אז די רשעים האבן זיך פארלייגט אויסצורייסן די תורה ולהעבירם מחוקי רצוניך. און דער רבי האט געטייטשט דעם דרש פון חז"ל "שתשים סנהדרין אצל המזבח" אז סנהדרין איז מרמז אויף לימוד התורה, און דער מזבח איז מרמז אויפ'ן עקידת יצחק, און אויב וויל מען קענען לערנען און היטן די הייליגע תורה דאן דארף מען שטענדיג געדענקען די מסירות נפש פון די אבות ביי די עקידה, ווייל נאר מיט מסירת נפש קען מען זוכה זיין זיך צו האלטן און איבערקומען די אלע שווערע גזירות, קיין שום אנדערע וועג נוצט נישט אויסער מסירת נפש וואס דאס האבן אונזערע עלטערן געטוהן.
דער רבי האט אויסגעשריגן פאר די בני ארץ ישראל אז דער יהדות החרדית אין חוץ לארץ שטייען צו זייער רעכטע זייט אין דעם מערכה, מען טוט און מען וועט ווייטער טוהן אלע מעגליכקייטן צו שטורעמען קעגן די ביטערע גזירה, און די אידן פון ארץ ישראל און פון חוץ לארץ טוען אינאיינעם אויסשרייען דעם "שמע ישראל ה' אלוקינו ה' אחד" אויסרופנדיג אז מיר זענען גרייט צו טוהן אלעס צו ראטעווען אונזער הייליגער עתיד.
דערנאך איז מען ארויס אין התרגשות'דיגע ריקודין לויבנדיג דעם אויבערשטן ברוך הוא אלקינו שבראנו לכבודו והבדילנו מן התועים ונתן לנו תורת אמת. ביים ענדע האט רבינו שליט"א באגריסט אלע רבנים המשתתפים און פארלאזט דעם זאל בשעת דער עולם האט ממשיך געווען מיט די פייערליכע געזאנגען. אויפ'ן וועג ארויס זענען אנגעקומען האדמורי"ם מראחמסטריווקא ולעלוב, און רבינו שליט"א האט זיי באגריסט און דורש געווען בשלומם.

נאך דעם מעמד חנוכת הבית האט רבינו שליט"א אפגעשטאטעט א באזוך אין שטוב פון האדמו"ר מגור שליט"א, וואו עס האט זיך אנטוויקלט א שמועס איבער דעם שרעקליכן גזירת הגיוס וואס ברענט יעצט אויפ'ן סדר היום אין ארץ ישראל.

‫פון דארט איז רבינו שליט"א צוגעפארן צו די אכסניא בבית הרבני הנגיד ר' אשר זעליג לעוו הי"ו, יו"ר הנהלת מוסדות יטב לב באייראפע, וואו דער רבי האט געדאווענט מעריב און זיך אפגערוהט פאר א קורצע וויילע.

דערנאך איז רבינו שליט"א אנגעקומען צום מסיבת חנוכת הבית פון הרבני הנגיד ר' מאיר זעליג ריספלער הי"ו פאר די נייע "מקוה אליעזר דוב" אין די בתי אונגארין וואס ער האט מנדב געווען לע"נ זיין שווער הרה"ח ר' לייזער בער דייטש ז"ל.
דער רבי האט דארט אויפגעטרעטן מיט א דרשה נאכברענגנדיג מפי ספרים וסופרים בגודל הענין פון גיין אין מקוה יעדן טאג וואס דאס איז סיי א טהרה אויפ'ן עבר און סיי א שמירה אויפ'ן עתיד. און דער רבי האט ארויסגעברענגט בשבחו פונעם נדבן שליט"א וואס האט זיך שוין געלאזט קאסטן לטובת הכלל בעבר, ביים בנין הבית רחל אין וויליאמסבורג און דער בנין הביהמ"ד אין קרית ויואל משה מאנטיסעלאו, ועוד ידו נטוי' אויפצובויען א פראכטפולע חתונה זאל אין וויליאמסבורג צו קענען צושטעלן א חתונה זאל פאר'ן היימישן ציבור פאר א ביליגן פרייז.
באזונדער האט דער רבי דערמאנט לטובה דעם שווער פונעם נדבן הרה"ח ר' לייזער בער דייטש וואס על שמו איז די מקוה געבויעט געווארן. ר' לייזער בער איז געווען א שכן טוב לאנגע יארן פאר רביה"ק בעל ברך משה זי"ע אין וויליאמסבורג, און א מתפלל קבוע אין דעם סיגוטער ביהמ"ד. און דער רבי האט מסיים געווען מיט ווארימע ברכות פאר'ן חשוב'ן נדבן ר' מאיר זעליג הי"ו.

נאכדעם האט דער רבי באזוכט ביי מחותנו האדמו"ר מדושינסקיא שליט"א, פאר וועם דער ‫רבי האט איבערגעגעבן א גרוס פון די קינדער און אייניקלעך, ווי אויך האט מען ‫גערעדט איבער די סדרי הישיבה און סיפורי צדיקים.
דושינסקיא.jpg

‫דערנאך האט דער רבי באזוכט ביי האדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א וואו עס האט זיך אנטוויקעלט א הערליכער שמועס בסיפורי צדיקים. און מיט דעם האט זיך געענדיגט דער סדר היום פון מיטוואך, ארום 1:00 ביינאכט.
תו''א.jpg

די ווייטערדיגע באריכט וועט אי"ה נאכפאלגן.

-עומדות היו רגלינו בשעריך ירושלים-

•♦•

אצינד אויפדערנאכט – א"י צייט – ווערט געפייערט די חתונה הגדולה בחצרות קדשינו אין די זאלן פון לב האצולה אין פתח תקוה.

פאלגט נאך די ווייטערדיגע מעלדונגען און באריכטן.

-קול רנה וישועה באהלי צדיקים-
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

שליחה דורך שעפטל »

שעפטל האט געשריבן:דאן איז רבינו שליט"א ערשינען צום צום גרויסארטיגן מעמד חנוכת הבית לרגל די אויפבוי פונעם נייעם הערליכן בנין הת"ת. אין זאל פון נוה ירושלים. וואו עס האבן זיך באטייליגט די חברי הבד"ץ העדה החרדית, ובראשם הגאב"ד והראב"ד שליט"א, האדמורי"ם מדושינסקי, תולדות אהרן, טשאקאווא, קהל חסידי ירושלים, פינסק קארלין, הרה"צ המשפיע רבי יעקב מאיר שעכטער, הרב דקהל פרושים, שליט"א, און נאך.

צום ערשט האט אויפגעטרעטן הגה"צ דומ"ץ דקהילתינו שליט"א פון ירושלים, וועלכער האט מקבל פנים געווען דעם רבי'ן בשם די גאנצע קהילה, און ארויסגעברענגט דעם וואוקס פון די קהילה בליעה"ר וואס איז א גירא בעינא דשטנא, וואס אפילו ווען רבינו שליט"א געפונט זיך אין אמעריקא איז דער רבי פארבינדן מיט אונז, און מיט זיינע כוחות האלט זיך דער גאנצער ציבור.

דומ''ץ סאטמאר י-ם.jpg

שעפטל האט געשריבן:דערנאך האט דער דיין שליט"א אויסגערופן דעם פוסה"ד הגאון האדיר ראב"ד ירושלים שליט"א, דער ראב"ד שליט"א האט צום ערשט באגריסט דעם רבי'ן מיט'ן ברכת ברוך הבא בשם ה', און ער האט ארויסגעברענגט אז מה' מצעדי גבר כוננו אז דער רבי וואס איז געקומען יעצט צוליב א חתונה איז אנגעקומען אין די זעלבע צייט וואס די רשעי ישראל זיצן און פארענדיגן די ביטערע גזירת הגיוס, און אין אזא זמן דארף דער עולם אין א"י אסאך חיזוק.

דרשת הגאון ראב''ד ירושלים שליט''א.jpg

שעפטל האט געשריבן:דערנאך האט רבינו שליט"א אויפגעטרעטן מיט א פייערדיגע דרשה, וואו דער רבי האט צום ערשט ארומגערעדט איבער דאס מסירת נפש נישט נהנה צו זיין פון די טריפה'נע געלטער ממקורות זרים, זאגנדיג אז נאר אזוי איז מען זוכה צו אזא כח הקדושה און מען דארף דעריבער מחזק זיין די אלע וואס לאזן זיך קאסטן אונטערצוהאלטן דעם הייליגן וואגן, און דערנאך האט דער רבי געזאגט אז קומענדיג קיין ארץ ישראל איז אנגעקומען די בשורה לא טובה איבער די פרישע שטאפלען פון דעם גזירת הגיוס, ביום הזה הובקעה העיר, און די רבי האט ארויסגעברענגט אז די רשעים האבן זיך פארלייגט אויסצורייסן די תורה ולהעבירם מחוקי רצוניך. און דער רבי האט געטייטשט דעם דרש פון חז"ל "שתשים סנהדרין אצל המזבח" אז סנהדרין איז מרמז אויף לימוד התורה, און דער מזבח איז מרמז אויפ'ן עקידת יצחק, און אויב וויל מען קענען לערנען און היטן די הייליגע תורה דאן דארף מען שטענדיג געדענקען די מסירות נפש פון די אבות ביי די עקידה, ווייל נאר מיט מסירת נפש קען מען זוכה זיין זיך צו האלטן און איבערקומען די אלע שווערע גזירות, קיין שום אנדערע וועג נוצט נישט אויסער מסירת נפש וואס דאס האבן אונזערע עלטערן געטוהן.
דער רבי האט אויסגעשריגן פאר די בני ארץ ישראל אז דער יהדות החרדית אין חוץ לארץ שטייען צו זייער רעכטע זייט אין דעם מערכה, מען טוט און מען וועט ווייטער טוהן אלע מעגליכקייטן צו שטורעמען קעגן די ביטערע גזירה, און די אידן פון ארץ ישראל און פון חוץ לארץ טוען אינאיינעם אויסשרייען דעם "שמע ישראל ה' אלוקינו ה' אחד" אויסרופנדיג אז מיר זענען גרייט צו טוהן אלעס צו ראטעווען אונזער הייליגער עתיד.

דברות קודש.jpg

שעפטל האט געשריבן:דערנאך איז מען ארויס אין התרגשות'דיגע ריקודין לויבנדיג דעם אויבערשטן ברוך הוא אלקינו שבראנו לכבודו והבדילנו מן התועים ונתן לנו תורת אמת. ביים ענדע האט רבינו שליט"א באגריסט אלע רבנים המשתתפים און פארלאזט דעם זאל בשעת דער עולם האט ממשיך געווען מיט די פייערליכע געזאנגען.

ריקודין במעמד.jpg
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
שרייבער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1844
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 2:53 pm
האט שוין געלייקט: 673 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 656 מאל

שליחה דורך שרייבער »

גאב"ד ירושלים איז יעצט אנגעקומען צי די חתונה מיט א שטריימל
באניצער אוואטאר
signout
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1415
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 2:50 pm
האט שוין געלייקט: 1207 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 271 מאל

שליחה דורך signout »

בילד?
שרייבער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1844
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 2:53 pm
האט שוין געלייקט: 673 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 656 מאל

שליחה דורך שרייבער »

באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

יישר כח שעפטל פאר דיינע באריכטן און בילדער.

איך ווייס נישט צי דאס איז שלא מן הענין, אויב יא קען עס עוזר אוועקפירן,
עס איז מיר א פלא ווי אזוי דער תו"א רבי איז זיך אזוי שיין משתתף, צוליב די פאליטיק האט ער אפגעלאזט דעם ברודער און געווארן פאניע-בראט מיט מהר"א? צי דא איז ער אויכעט גוט מיט יעדן איינעם?..
אלענפאלס, עס איז שיין צו זעהן.
וירח ה' את ריח הניחוח
פארשפארט