מניעת הריון ביי יונגע קאפלס

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
באניצער אוואטאר
ראש הישיבה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 792
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 06, 2013 4:35 pm
האט שוין געלייקט: 973 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1110 מאל

מניעת הריון ביי יונגע קאפלס

שליחה דורך ראש הישיבה »

איך וויל פארלייגן א שאלה לפני הקהל:
צי א יונגע קאפל מעג נעמען מניעת הריון?

איך רעד (טעארעטיש) פון א היימישע קאפל, זיי האבן חתונה, זיי קענען זיך נישט. זיי ווילן אויפבויען א קשר. זיי האבן נישט קיין ספיקות, נאר זיי פילן אז אויב זי ווערט גלייך מעוברת איז זי נישט ביי זיך, ולכן ווילן זיי אז זי זאל נעמן ב"ק, אזוי אז זיי וועלן האבן די ערשטע תקופה (6 חדשים אדער א יאהר) צו אויף בויען די קשר כדבעי. מעג זי נעמען מניעת הריון?

השתא אז מען האט מברר געוועהן אז עס איז נישט קיין חשש ז"ל, נאר א שאלה פון מדחה זיין פריה ורביה, אולי וואלטן מיר זיי דאס געקענט מתיר זיין?

מיר זעהען אז מען מוז נישט חתונה האבן גלייך ביי די בר מצוה ווייל לצורך ללמוד תורה קען מען מדחה זיין. יעדער ווייסט אז מען מוז נישט טוהן די ערשטע אוועליבעל שידוך, ווייל צוליב א בעסערע שידוך (וואס וועט אולי קומען) מעד מען מדחה זיין פו"ר.
מיר זעהען אז מען מוז נישט דאווענען גלייך צופרי, נאר נוהגין אז מען קען לערנען פארן דאווענען.

לכאורה, ווען א קאפל וויל אויפבויען די קשר איז עס לצורך פו"ר, אולי וואלטן מיר געקענט מתיר זיין פאר קאפלס צו נעמן ב"ק לתקופה קצרה?
די צד האיסור וואס איך זעה איז אז ווילאנג א מענטש האט נישט קיין פרוי מעג ער עס מדחה זיין, אבער איינמאהל ער האט א פרוי טאהר ער נישט.
די שאלה איז אי תימא הכי מהיכא דנתני?
דו קענסט נישט זאגן ווייל חז"ל האבן נישט מתיר געוועהן, ווייל דעמאלס איז נישט געוועהן קיין עצה פון ב"ק בלי חשש ז"ל.
ירא הקהל ויחוו דעתם בענין זה.

דער אשכול פארמאגט 45 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר