"עוז והדר" פאבלישינג רייט אויפן סאטמאר'ן תמימות'דיגן עולם

עולם הספרים און די וועלט פון ליטעראטור
נייעס, איבערזיכטן, קריטיק
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

"עוז והדר" פאבלישינג רייט אויפן סאטמאר'ן תמימות'דיגן עולם

שליחה דורך קאווע טרינקער »

[justify]א ידיד מיינע, וואס דענקט מיר מגיב זיין אין ארטסקראל .vs מתיבתא עוז והדר אשכול, לאו דוקא לויב ווערטער אויף די "עוז והדר" אויפגעבלאזענע אומ-קלאסישע פבלישיניג לשם-שמים קאמפאני, האט מיר היינט צוגעשיקט א שאקירענדע נייעס, וואס ער האט געליינט אין "בקהילה-פלוס" מאגאזין פארגאנגענע וואך.

די עלטערע צווישען אונז וועלן געדענקן וויאזוי עוז והדר בראשות הגאון הצדיק וכו' וכו' - נאך איידער זיי האבן זיך גענומען אויפן אור החיים הקדוש, און האבן פארמאגט א גמרא אויף בלויז עטליכע מסכתות - האט געפירט א מערכת קודש קעגען אנדערע הוצאות ספרים, ווי למשל מאזנים. נישט חלילה א ביזנעס מלחמה, נאר ענדערשט א מחלוקה לשם שמים, ווארום די ש"ס מהדורת נהרדעא פון מאזנים האט ל"ע מכניס צלם געווען אין היכל, נוצענדיג עטליכע מאל דורכאויס דעם נייעם קאלום "לעזי רש"י" העברעישע ווערטער וואס אידן אין ארץ ישראל באנוצען זיך.
עוז והדר, זעהנדיג אז דר'עולם גולם עולם קויפט דאס גוט אפ, מ'איז ווארים פאר די ענינים, האט געטוהן א פשוטע ביזנעס שריט, און זיך אהערגעשטעלט אלץ א "טהרת הקודש" פאבלישינג, און די געלט האט זיך גענומען פליסען. ס'טייטש? נאך אזויפיל יארן פון הצלחת הסטרא אחרא, ווי נישט היימישע פאבלישערס, א שטייגער ווי מוסד הרב קוק, ארטסקרול, מכון ירושלים, יד הרב הרצוג, יד הרב ניסים, פעלדהיים, שזר און נאך אזוי גערופענע מכון'ס און אינסטיטוציעס אשר אין רוח סלתה ושמנה נוחה הימנו, וועט ענדליך די וועלט הנאה האבן פון ספרי קודש על טהרת הקודש, א געווינס וואס מאכט זיך נישט יעדען טאג!

ס'גייט אזוי ווייט, אז עוז והדר האט א "סעיל" ביומא דהילולא קדישא אין עיה"ק מאנראו תובב"א - ווען דען זאל אזא הייליגע פאבלישער אפהאלטן א סעיל אויב נישט אינעם יארצייט טאג פון דער לוחם אקעגען די מאזנים גמרות, כידוע. - אין זייער בראשור לכבוד די יומא דהילולא קדישא, לייגן זיי א בילד פון א מאזנים גמרא, מיט א גרויסע X
1.jpg


צו מאכן א לאנגע ביזנעס מלחמה קורץ, פארגאנגענע וואך האט די שטארק-רעכט-מזרח'יסטשע "מוסדות אריאל" אפגעראכטן אין ישרטול-ים-סוף האטעל אין עיה"ק אילת א דריי טאג'איגע פאנעל איבער די נושא פון "קירוב רחוקים וקרובים והגשמת החזון של ויעשו כולם אגודה אחת", צווישען אנדערע אנפירערס פונעם פאנעל - אלע מזרחי'שע מנהיגים, איז געווען דער נייער רב הראשי הרב דוד לאו (דא אויף פעיסבוק).

אפאר ווערטער פון וויקיפדיה ווען מכון אריאל
ראשיתו של מכון אריאל ב"מכון הרי פישל לדרישת התלמוד" שנוסד בסוף שנת תרצ"ב (1932), ביוזמתו של הרב אברהם יצחק הכהן קוק ובמימון הנדיב ישראל אהרן פישל. ראשו ומנהלו היה הרב דב הכהן קוק, אחיו של הראי"ה קוק. הראי"ה קוק בחר להקמת המכון בעשרה מתלמידיו המובחרים ביותר ובעיקר מישיבת מרכז הרב וביניהם הרבנים אליהו יצחק פריסמן, שמעון סטרליץ, שלום אליהו ננקנסקי, שמואל אליעזרי, משה דוד בקשט ובנימין צבי יהודה רבינוביץ' תאומים שהיה תלמיד הרב קוק אך לא למד בישיבת "מרכז הרב". לאחר שהקים הרב יצחק אייזיק הלוי הרצוג את "מכון משפט התורה", במסגרת "מכון הרי פישל", שמו המלא של המכון הורחב ל"מכון הרי פישל לדרישת התלמוד ומשפט התורה". היום מכון זה הוא אחד מ"מוסדות אריאל".

כיום המכון מורכב מבית מדרש לרבנים ולדיינים, תוכנית הכשרה למוסמכי כשרות מטעם הרבנות הראשית לישראל, תוכנית השתלמות לרבני קהילות מצרפת, הוצאה לאור העוסקת בספרי יסוד בהגות ובהלכה, ו"מכון הרי פישל לדרישת התלמוד ומשפט התורה" המוציא לאור כתבי ראשונים על פי כתבי יד עם הגהות, ציוני מקורות, ביאורים והערות‏[1]. בנוסף מקיים המכון ימי עיון לרבנים.


2.jpg

ס'איז דערפאר געווען מער ווי א שטיקל חידוש אז איינע פון די אנפירערס פונעם "פאנעל" איז געווען נישט מער נישט ווייניגער א פארטרעטער פון "עוז והדר"!
3.jpg

דער פאבלישינג וואס שרייט "התבדלות" איז גאר דער וואס זיצט אויף איין טיש, פאר דריי טעג, און פלאנירט סטראטעגיעס פון "צוזאמענ-ארבייט" מיט די ציונים, מזרחי'ניקעס, רע-בנים רשעיים! אוי לדור שכל עלתה בימיו!
פארדעם האבן אונז סאטמערע געשמירט געלטער?!
מ'האט אונז פארראטן!!![/justify]
Under influence
באניצער אוואטאר
דריידל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1146
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 17, 2014 12:42 am
געפינט זיך: נישט אהער און נישט אהין
האט שוין געלייקט: 1132 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1247 מאל

שליחה דורך דריידל »

איך האב דיך געלייקט ווייל איך גלייך דיין סטיל פון שרייבן און דיין אויסדרוקן ווי "אשר אין רוח סלתה ושמנה נוחה הימנו " אד"ג, אבער איך זעה נישט פארוואס די מאכסט אזא ויצעקו.
לשיטתם פון די וואס האלטן אז עס איז א פראבלעם צו לערנען אין א ספר געדרוקט מיט געלטער פון "אומריינע מקורות", איז דאך עוז והדר א מעלה. וועם גייט עס אן אז אן איינגעשטעלטער באטייליגט זיך אין א קאנפערענס? עס זענען דא אסאך חסידי גור איינגעשטעלט ביי עוז והדר, וועסטי יעצט עפענען נאך אן אשכול ארויסצוברענגן ווי עוז והדר נערט אויס די סאטמארע מיט האבן איינגעשטעלטע וואס נעמען אנטייל אין בחירות?
פארדריי די דיר דיין קאפ
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

שליחה דורך שעפטל »

כ'[tag]דריידל[/tag] האב איך דיר [tag]קאווע טרינקער[/tag] געלייקט אפילו נאר פארן אויפדעקן דעם שרעקליכע סקאנדאל...

אבער ווי איך פארשטיי וועט עוז והדר ווייטער נישט אריינלייגן עיברית אין זייערע ספרים, וועלן ווייטער נישט נהנה זיין ממקורת זרים, און ווייטער ארויסגעבן די ספרים על טהרות ההערשי פר"מ ושותפיו, כדי ס'זאל נישט זיין דער כח הפועל בהלומד מיט א שלעכטע השפעה.

למעשה אזוי צו אזוי, ביזנעס ארויף ביזנעס אראפ, זיי מאכן על פי רוב א גוטע דזשאב, (חוץ די בילדער אין די גמרא'ס).
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
גם כי אלך
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 80
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 16, 2014 1:31 pm
האט שוין געלייקט: 50 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 42 מאל

שליחה דורך גם כי אלך »

גוט ארויסגעברענגט און גוט געזאגט און פאר עוז והדר איז עס געלונגען, בגדול.
כאפט א בליק אויף די נדבנים פאר די מתיבתא גמרות, בעסיקלי אלע נעמען וואס זענען אין די בעק פון די נייע מושיען של ישראל, די קאהן'ס פון מאנטריאל, יודא לייב פערלמוטער, ישראל מענדל שווארץ אין זיינע גוטע יארן און אזוי ווייטער.
באניצער אוואטאר
ברסלבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
האט שוין געלייקט: 3570 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל

שליחה דורך ברסלבער »

זייער שיין אראפ געשריבן, קאווע טרינקער.

איין גרויסער סאטמערער נדיב האבן זיי געהאט וואס האט זיי געגעבן גרויס געלט אז זיי זאלן דרוקן די גמרות דאהי און נישט אין ארץ ישראל, למעשה האבן זיי געבראכן דעם אפמאך, און ער האט אויפגעהערט געבן געלט.
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
באניצער אוואטאר
יואליש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2681
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1390 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל

שליחה דורך יואליש »

כ'בין מיטגעהאלטן אזא אנטי מאזנים קאמפיין יארן צוריק, כ'האב געדיעלט מיט די ווגשל ברודער. כ'האב פערזענליך גערעדט מיט אדמו"ר מהר"א מסאטמאר איבער די לעזי רש"י און ער האט נישט געזעהן די פראבלעם צו האבן מאזנים ש"ס'ן ביי אים אין ישיבה. כ'געדענק די רוח לחומרא איז געווען געפירט דורך קנאים "וואס געדענקן נאך דעם רבי'ן" ווען זיי זענען געווען קינדער, און אלס מאזנים לתורה בצירוף מיט מה יאמרו האבן די קנאיש'ע בעלי בתים געפאסט א פאליטיש-קנאיש באשלוס צו ארויסטראגן די ש"ס מאזנים ס'זאל זיין נישט סמוך און נישט נראה.
שרייבער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1844
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 2:53 pm
האט שוין געלייקט: 673 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 656 מאל

שליחה דורך שרייבער »

ערגעץ האב מיר צוזאמען געלערנט יואליש, איך האב אויך בימים ההם גערעדט צו מהר"א וועגן די מאזנים גמרות, ער האט דאס אוועקגעמאכט די גאנצע מערכה

(יא יא, וויזניצע איידעם)
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

[tag]הירשל ציג[/tag] שרייבט כמוני, וברוך שכוונתי.
http://theantitzemach.blogspot.com/2014 ... st_26.html
Under influence
באניצער אוואטאר
הירשל ציג
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 221
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 3:41 pm
האט שוין געלייקט: 52 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 112 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך הירשל ציג »

ברוכים הנמצאים
באזוכט מיין בלאג
hirsheltzig.com
באניצער אוואטאר
מאראנצןזאפט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 994
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 22, 2013 2:15 pm
האט שוין געלייקט: 1544 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2255 מאל

שליחה דורך מאראנצןזאפט »

אויך דער צעדרייטער לויב אויף זיין קול מלחמה האטליין האט זיך צוגעכאפט צו דער עוולה פון פאמאראנץ . ברוך שנתן עולמו לשומרים.
צו די חשוב'ע רעדאקציעס פון אידישע אויסגאבעס: אדם אוסר את שלו, עס איז נישט ערלויבט זיך צו באנוצן מיט מיינע ארטיקלען אן קיין בפירושער ערלויבעניש. איר קענט אייך מיט מיר פארבינדן אין אישי. א דאנק פון פאראויס.
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

אים באדערט די התחברות לרשעים, מיך באדערט די בלאף.
Under influence
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

היי יאר פראוועט נישט עוז והדר דעם הילולא.
לכאורה צוליב דעם תרגום סומאטוכע.
Under influence
ווייט פיש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 164
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 03, 2014 12:37 am
האט שוין געלייקט: 23 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 39 מאל

שליחה דורך ווייט פיש »

וואס האט עס מיט די סאטמארע הילולא, סאטמאר האט עפעס א ספעציעלע מהלך אינעם תרגום?
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

דריידל האט געשריבן:איך האב דיך געלייקט ווייל איך גלייך דיין סטיל פון שרייבן און דיין אויסדרוקן ווי "אשר אין רוח סלתה ושמנה נוחה הימנו " אד"ג, אבער איך זעה נישט פארוואס די מאכסט אזא ויצעקו.
לשיטתם פון די וואס האלטן אז עס איז א פראבלעם צו לערנען אין א ספר געדרוקט מיט געלטער פון "אומריינע מקורות", איז דאך עוז והדר א מעלה. וועם גייט עס אן אז אן איינגעשטעלטער באטייליגט זיך אין א קאנפערענס? עס זענען דא אסאך חסידי גור איינגעשטעלט ביי עוז והדר, וועסטי יעצט עפענען נאך אן אשכול ארויסצוברענגן ווי עוז והדר נערט אויס די סאטמארע מיט האבן איינגעשטעלטע וואס נעמען אנטייל אין בחירות?

ניין. דריידל: דער פראבלעים איז אז די גרויסע, היציגע קנאים קענען נישט לערנען. זיי האבן נישט די ברייטע ידיעות און הבנה וואס די ציונים האבן. פשוט. ווייל זיי האבן זיך נישט מעמיק געווען אין תורה. נאר זענען געוועין פארנומען מיט שטותים והבלים. ביידע זאכן קענמען נישט. אדער תורה. אדער שטותים. דאס גייט נישט אין זעלבן קאפ...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

ווייט פיש האט געשריבן:וואס האט עס מיט די סאטמארע הילולא, סאטמאר האט עפעס א ספעציעלע מהלך אינעם תרגום?

אבער דעי וואס פארלייגן זיך אויפ'ן תרגום פון עוז והדר זענען פון די גרעסט לייבן ביי רביה"ק, און זיי רעדן אין זיין נאמען, ואין צורך לפורטם כי ידועים הם...אבער דאך. גאלד, טענענבוים,וכו'...!
פארשפארט