ארבע מידות בספקנים

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
איש הישר
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 28
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 03, 2014 4:38 pm
האט שוין געלייקט: 21 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 63 מאל

ארבע מידות בספקנים

שליחה דורך איש הישר »

פארהאן געוויסע וועלכע גייען אריבער א תקופה פון ספקות, קווענקעלנישן, קושיות, יסורים, סתירות. עס זענען דא -- טאקע א מינאריטעט -- די וועלכע דראפען זיך ארויס דערפון, פארגעסן פון די צרות, גייען צוריק אריין אין קעסטל, פארמאכן זיך די אויגן, דאס לעבן פארט זיי ווייטער. ספקן שחזר להאמין. דאן זענען דא די וועלכע ספראווען זיך נישט פאר צי לאנג. מען קומט צו מסקנות, מען מאכט החלטות, עס שאפן זיך שינויים, דער בחור שייגעצט אויס. ספקן שיוצא לשאלה. פון די סארט זענען דא מער. די דריטע קאטאגאריע איז א מאיאריטעט. ביזן קבר אריין שלאגט מען זיך, אהין און צוריק. אפשר יא, מעגליך נישט. מסתמא נישט, מסתבר אז יא. לכאורה, ס'שייך, בדוחק, ס'שוין געווען קלוגערע ווי מיר, דאס מתים/תחית המתים טאנץ האלט אן ביזן לעצטן אטעם. ספקן נולד וספקן מת.

עס איז פארהאן א פערטע קאטאגאריע. דאס זענען די פאסט-אטעאיסטן, געווענליך מענטשן וואס זענען די נאענטסטע אין איינשויאונג מיט די וועלכע שייגעצן אפ אין ענדע, אבער זיי ענדיגן אפ ווי די חברה פון דעם ערשטן קאטאגאריע. נישט אז זיי געפונען צוריק זייער פריערדיגע אמונה. ניין. זיי בלייבן ספקנים ווי פריער. אנשטאט, ערפינדען זיי א נייע. ספקן שהתברסלב (או התקוק, או התחב"ד, או התקרלבך, כל אחד ואחד כפי מדרגתו והשגתו).

ווען מען רעדט צו אים, הערט מען איבער'ן לעצטיגן רוחניות'דיגן היי זאל זיין אין אומאן אדער שומרון. אין וואטסעפפ, באקומט פון אים לינקס צו ארטיקלן וועלכע שטרייכן אונטער דאס וויכטיגקייט פון רעליגיע אין טאג-טעגליכ'ס לעבן. ספיקות -- אייסערט ער זיך תמיד -- איז פארהאן איבעראל. דאס מענטשליכע צושטאנד איז איבעראל די זעלבע. אקזיסטענציאנאלע אנגסטן זענען אוניווערסאלע קרעמפן.

אדם ניכר במטבע לשונו. דער פאסט-אטעאיסט רעדט נישט פון רוחניות, נאר פון ספיריטשועליטי. ער דערמאנט נישט אהבת ישראל אדער אהבת הבורא, נאר לאוו ענד קיינדנעס. ער רופט עס נישט ענוה אדער השתוות, נאר סימפליסיטי. ער איז נישט באנומען פון מדריגות אדער תמימות, נאר פון סעלף-עקטשולייזעשאן. ער מאכט נישט התבודדות, ער מעדיטעיט.

וואו ער קוקט, טרעפט ער זיינע ניו עידזש געדאנקען. אושו אין נועם אלימלך, דער ראפשיצער ווי ער וואלט געווען דער דאליי לאמע. אז ער איז א בר הכי ווייסט ער פון קאפלאן און פון שעכטער-שלומי. ער ליינט דורך אורות מדשקה לדשקה. פארברענגט ליל שישי מיט א גיטאר און ר' שלמה'לע. ער גלייבט נישט אין דעם קל קנא וועלכער איז זיך נוקם ביז דור רביעי, ער גלייבט אין א גאט וואס ווארט אויפן ערשטן געלעגנהייט צו פארגעבן זינד.

און דאס טרויעריגע חלק? אויך איך בין א ספקן שהתברסלב.
איש הישר בעיניו יעשה

דער אשכול פארמאגט 13 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר