ארבע מידות בספקנים
- איש הישר
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 28
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 03, 2014 4:38 pm
- האט שוין געלייקט: 20 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 63 מאל
ארבע מידות בספקנים
פארהאן געוויסע וועלכע גייען אריבער א תקופה פון ספקות, קווענקעלנישן, קושיות, יסורים, סתירות. עס זענען דא -- טאקע א מינאריטעט -- די וועלכע דראפען זיך ארויס דערפון, פארגעסן פון די צרות, גייען צוריק אריין אין קעסטל, פארמאכן זיך די אויגן, דאס לעבן פארט זיי ווייטער. ספקן שחזר להאמין. דאן זענען דא די וועלכע ספראווען זיך נישט פאר צי לאנג. מען קומט צו מסקנות, מען מאכט החלטות, עס שאפן זיך שינויים, דער בחור שייגעצט אויס. ספקן שיוצא לשאלה. פון די סארט זענען דא מער. די דריטע קאטאגאריע איז א מאיאריטעט. ביזן קבר אריין שלאגט מען זיך, אהין און צוריק. אפשר יא, מעגליך נישט. מסתמא נישט, מסתבר אז יא. לכאורה, ס'שייך, בדוחק, ס'שוין געווען קלוגערע ווי מיר, דאס מתים/תחית המתים טאנץ האלט אן ביזן לעצטן אטעם. ספקן נולד וספקן מת.
עס איז פארהאן א פערטע קאטאגאריע. דאס זענען די פאסט-אטעאיסטן, געווענליך מענטשן וואס זענען די נאענטסטע אין איינשויאונג מיט די וועלכע שייגעצן אפ אין ענדע, אבער זיי ענדיגן אפ ווי די חברה פון דעם ערשטן קאטאגאריע. נישט אז זיי געפונען צוריק זייער פריערדיגע אמונה. ניין. זיי בלייבן ספקנים ווי פריער. אנשטאט, ערפינדען זיי א נייע. ספקן שהתברסלב (או התקוק, או התחב"ד, או התקרלבך, כל אחד ואחד כפי מדרגתו והשגתו).
ווען מען רעדט צו אים, הערט מען איבער'ן לעצטיגן רוחניות'דיגן היי זאל זיין אין אומאן אדער שומרון. אין וואטסעפפ, באקומט פון אים לינקס צו ארטיקלן וועלכע שטרייכן אונטער דאס וויכטיגקייט פון רעליגיע אין טאג-טעגליכ'ס לעבן. ספיקות -- אייסערט ער זיך תמיד -- איז פארהאן איבעראל. דאס מענטשליכע צושטאנד איז איבעראל די זעלבע. אקזיסטענציאנאלע אנגסטן זענען אוניווערסאלע קרעמפן.
אדם ניכר במטבע לשונו. דער פאסט-אטעאיסט רעדט נישט פון רוחניות, נאר פון ספיריטשועליטי. ער דערמאנט נישט אהבת ישראל אדער אהבת הבורא, נאר לאוו ענד קיינדנעס. ער רופט עס נישט ענוה אדער השתוות, נאר סימפליסיטי. ער איז נישט באנומען פון מדריגות אדער תמימות, נאר פון סעלף-עקטשולייזעשאן. ער מאכט נישט התבודדות, ער מעדיטעיט.
וואו ער קוקט, טרעפט ער זיינע ניו עידזש געדאנקען. אושו אין נועם אלימלך, דער ראפשיצער ווי ער וואלט געווען דער דאליי לאמע. אז ער איז א בר הכי ווייסט ער פון קאפלאן און פון שעכטער-שלומי. ער ליינט דורך אורות מדשקה לדשקה. פארברענגט ליל שישי מיט א גיטאר און ר' שלמה'לע. ער גלייבט נישט אין דעם קל קנא וועלכער איז זיך נוקם ביז דור רביעי, ער גלייבט אין א גאט וואס ווארט אויפן ערשטן געלעגנהייט צו פארגעבן זינד.
און דאס טרויעריגע חלק? אויך איך בין א ספקן שהתברסלב.

איש הישר בעיניו יעשה
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 6957
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
- האט שוין געלייקט: 4586 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 6957
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
- האט שוין געלייקט: 4586 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל
- טאמבל סאס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4290
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
- געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
- האט שוין געלייקט: 6640 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל
ווילאנג ס'קוקט אויס אזוי איז דער פערטער אויסוואל געוואלדיג.
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1677
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
- געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
- האט שוין געלייקט: 5634 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל
דאן איז פארהאן א פיפטע קאטעגאריע, וועלכע איז אגב איידענטיש צו דער זעקסטער קאטעגאריע. נעמליך: "דאס נישט באלאנגן אין א קאטאגאריע". בעצם דעקט אזא קאטעגאריע נישט נאר די פיפטע און זעקסטע, נאר כמעט אלע קאטעגאריעס.
יעצט קודם שלום עליכם, גראדע האב איך הנאה געהאט פון דער צעטיילונג; מסודר און ארגינעל. מיין שאלה צו דיין פלאגעניש איז אזוי. וועלכער חלק, איז דאס וואס מאכט דיך זיין טרויעריג, מיטן האבן אדאפטירט ברסלביזם. אויב איז דאס פלאגעניש, פשוט אלס דעם נוח לו לאדם שלא נברא, און דו שפירסט אז "לייף סאקס", דאן ביזטו א געזונטער מענטש, און ס'וועט דיך נישט העלפן האלטן דעם קאטעגאריע פאראנטווארטליך. ווארום נישט די קאטעגאריע איז וואס ברענגט דיך צער. בכלל, איין טאג צו שטיין מיט אנבלויזע פיס אין קראקס, און זינגן מיט השתפכות הנפש צום בורא כל אויף א גיטאר; און א צווייטער טאג שפירן ווי ס'טוט דיך נאך יעצט וויי דעם הר כגיגית, דאס איז זייער א געזונטע קאמבינאציע. דאס ווייזט סימנים פון אן ארגינעלן לעבן. סעמי-קאטאגאריזירט.
אויב אבער קומט דער טרויער צוליב דער ספעציפישער קאטעגאריע, צו וועלכן דו געהערסט, דאן זע איך נישט צו וואס דו ביזט אזוי בעצבות, און וואס דו ווילסט עס זאל זיין דעם ענטפער? טו וואס אנדערע נישט אין דער זעלבער קאטעגאריע האבן געטאן.

- ברסלבער
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2048
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
- האט שוין געלייקט: 3570 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל
זייער שיין אראפ געלייגט [tag]איש הישר[/tag]. ווי דו זאגסט אדם ניכר במטבע לשונו, עס זעהט טאקע אויס ווי דו ביזט א גלייכער מענטש.
איך מיין אז די לעצטע אויסוואל איז דאס בעסטע. און איך זעה נישט פארוואס דו ביזט טרויעריג איבער דעם.
ביי אונז איז איינגעפירט ביי דיפאלט אז מען טראכט נישט בכלל, עס איז נישט איינגעפירט צו טראכטן. ביי איינעם וואס טראכט נישט קומט קיינמאל נישט אויף קיין ספיקות, און ווען יא, דערשטיקט מען עס גלייך. אבער למעשה איז די געזונטע טבע וואס דער אייבערשטער האט אריינגעגעבן אינעם מענטש אז מען זאל יא טראכטן, און אז מען טראכט האט מען ספיקות.
צו טרעפן אמת'ע קלארע תירוצים אויף אלע ספיקות איז למעשה נישט במציאות אויף דער וועלט, נאך אלע ספיקות מוז יעדער צוקומען צו א פוינט צו טוהן און גלייבן זאכן אפילו ער קען עס נישט אויפווייזן קליפ און קלאר אז עס איז טאקע אזוי.
אזויפיל קען מען טוהן, צו זעהן אז עס זאל כאטש מאכן דאס מערסטע סענס, עס זאל זיין דאס נענטסטע צו וואס די געפיהל זאגט אונז, און דאס איז די ניו עיטש - ווי דו רופסט עס - צו בלייבן מיט די אמונה וואס דאס קען מען סיי ווי נישט ארויס רייסן, עס וועט אייביג צוריק ארויף שווימען, א איד האט די אמונה אריינגעבאקן אין די בלוט, אבער אזויפיל פרובירט מען כאטש אז זאכן זאלן מאכן סענס, מען זאל כאטש האבן א געפיהל אין וואס מען טוט און נישט זיין א בלויזער טרוקענער האלץ אן נוצן דעם מח בכלל.
און אויף דעם האבן מיר ב"ה א אויסוואל פון ברסלב/חב"ד/קארלבאך/ועוד הרבה משפיעים למיניהם. און דאס איז לכאורה די בעסטע אויסוואל.

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום ברסלבער, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16679
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18070 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
ברסלבער, אוי ווי גוט דו זאגסט.
למעשה טראכט איך מיר אסאך מאל, וואס איז דער אויפטוה פון טראכטן, אז סייווי קומט מען אין ערגעץ נישט אן, און מען מוז סוף כל סוף בלייבן ביים "אמונה פשוטה" תירוץ און זיך איבערצייגן אז מיר קענען נישט אלעס פארשטיין, עס איז פאראן א העכערע כח וואס אונזערע פליישיגע אויגן קענען נישט באגרייפן אויף דער וועלט, און גלייבן אז אויף יענע וועלט וועלן מיר זעהן ווי אלעס איז געווען לטובה, נו אויב אזוי איז דאך שוין בעסער צו בלייבן לכתחילה א "מימיני מיכאל" און בכלל נישט טראכטן, נאר טאקע נאכגיין בתמימות די מסורה פון די עלטערן, אנע חקירות און דרישות...

וירח ה' את ריח הניחוח
- איש הישר
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 28
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 03, 2014 4:38 pm
- האט שוין געלייקט: 20 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 63 מאל
יואב האט געשריבן:אויב איז דאס פלאגעניש, פשוט אלס דעם נוח לו לאדם שלא נברא, און דו שפירסט אז "לייף סאקס", דאן ביזטו א געזונטער מענטש, און ס'וועט דיך נישט העלפן האלטן דעם קאטעגאריע פאראנטווארטליך. ווארום נישט די קאטעגאריע איז וואס ברענגט דיך צער. בכלל, איין טאג צו שטיין מיט אנבלויזע פיס אין קראקס, און זינגן מיט השתפכות הנפש צום בורא כל אויף א גיטאר; און א צווייטער טאג שפירן ווי ס'טוט דיך נאך יעצט וויי דעם הר כגיגית, דאס איז זייער א געזונטע קאמבינאציע. דאס ווייזט סימנים פון אן ארגינעלן לעבן. סעמי-קאטאגאריזירט.
דאס קאטאגאריזאציע איז נישט געווען געצילט צו לינדערן שמערצן, עס איז דערפאר נישט קיין חילוק צו עס העלפט צו נישט. צו נוצן געפילטע-פיש'ס אויסדרוק, א קאופינג מעקעניזם איז נאר אזוי שטארק ווי דאס שוואכסטע מינוט.
ברסלבר האט הערליך צולייגט דעם ספקן שהתברסלב, אבער תיכף האט שמעקעדיג געפרעגט דעם קשיא שאין עליו פירכא -- אויב איז טראכטן מוגבל, צו וואס אנהייבן טראכטן? דאס דערמאנט מיך מילטאן שטיינבערג'ס דעסקריפציע פון אלישע בן אבויה נאכן געוואויר ווערן אז לאגיק איז אויך באזירט אויף אומערקלערבארע אינטואיציע. איי דאס ווייטאג. און יואב רופט דאס נאך "געזונט".
איש הישר בעיניו יעשה