הקב"ה יושב ומזווג זיווגים

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

הקב"ה יושב ומזווג זיווגים

שליחה דורך מאטי »

איך בין זיכער אז אלע דא האבן שוין געהערט די באקאנטע מעשה וואס ווערט אראפגעברענגט אין בראשית רבה, אז א געוויסע מטרונה האט געפרעגט פון ר' יוסי בן חלפתא וואס טוט דער אייבישטער. האט ער איר געענפרט "הקב"ה יושב ומזווג זיווגים. נאכהער, דאס גאנצע השתלשלות, אז זי האט אים אויסגעלאכט און געזאגט " איך קען אויך" און זי האט טאקע צוזאמגענומען אלף עבדים ואלף שפחות און זיי זענען ביז איין וואך געווען צוביילט און צוקלאפט. דאן האט זי מודה געווען אז יא! נאר דער
אייבישטער איז מזווג זיווגים.

אסאך קושיות און תירוצים, שבע ברכות דרשות, האט דער דאזיגער מאמר שוין פאראורזאכט. אבער מיר דאכט זיך אז א פשוט'ער קושיא וואס מיר איז שווער איז נאך נישט געפרעגט געווארן, עכ"פ 'בפומבי' עד היום.
והנה: מיר ווייסן דאך אז אלעס קומט פון גאט, יעדע פירונג פון א בשר ודם אין אדם נוקף אצבעו מלמטה עד ..... טא ווי אזוי זאגט זיך דא אזוי מיט א פשטות אז די מטרונה'ס זיווגים זענען געווען עפעס היימישע אליין געמאכטע שידוכין. א יעדער שידוך איז דאך דא א דרך הטבע וואס פירט צו דערצו פון אונטן הגם ס'פירט זיך פון אויבן דאס גאנצע זאך , נו פארוואס איז פונקט דארטן געווען א זערא סוקסעס ראטע ?

הערט א תירוץ:
דא ליגט א טיפער לימוד, דער אייבישטער איז מזווג זיווגים זייט ששת ימי בראשית דעם זעלבן וועג, נאטורליך, א זכר ציט צו א נקבה וכן איפכא. דאס איז ווי אזוי דער אייבישטער האט אראפגעשטעלט די בריאה. מ'איז אויסגעשטעלט איין מין צום אנדערן א בליק,א ווארט,א מראה א טאלאנט, אזוי באקענט מען זיך צוביסלעך מער און מער ביז מ'באשלוסט צו גיין ווייטער און צום מזל קניפט מען א בונד. אבער אז מ'פרובירט צו גיין אן אנדערן וועג , מ'קרייזט ארויס פונעם דרך הטבע'דיגער וועג ווי אזוי די בריאה איז אויסגעשטעלט. מ'כאפט גענענדל מ'גיט דאס פאר מענדל, בלויז ווייל די עלטערן גיין ביידע א פרוזורט אדער א געדריבעלטע, דאן קומט מען ארויס צוקלאפט און צוזעצט . פארשטייט זיך אז די נידריגע ראסע עבדים און שפחות האבן ארויסגעגעבן זייער אנטוישונג אויפן פיזישער וועג, דאס מיינט אבער נישט אז אויב פארמאגט מען אן איידלקייט וואס לאזט נישט זיך באגיין פיזיש, איז גייסטיש איז מען נישט צוקלאפט און צושאסן. נאר אדרבה מ'איז נאך מער צושאסן גייסטיש ווי פיזיש.
אלזא לאמיר זיך נישט לאזן פונעם נארישן מטרונה לאמיר אננעמען די עצה פון ר' יוסי בן חלפתא מיר קענען טאקע נישט פון איין טאג אויפן צווייטן טוישן דעם סיסטעם ווי אזוי ס'ארבייט היינט. אבער עפעס קענען מיר אודאי יא טון. לערנט אויס אייערע קינדער וואס מיינט דאס א פרוי/מאן. וואס וויל איינער פונעם צווייטן מ'האט נישט חתונה כדי נישט צו בלייבן חס ושלום אן אלטער בחור. פארכאפט נישט גאט'ס עבודה אין נאמען פון גאט. פרובירט אים לאזן מזווג זיין ווי ווייט מעגליך אזוי ווי ער איז מזווג זייטן אנהייב . און אזוי וועט איר זוכה זיין צו זען נחת מיט רואיגקייט פון אייערע קינדער און קינדס קינדער עד ביאת הגואל.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 3 אום מאטי, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
באניצער אוואטאר
דער (פינטעל) איד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1192
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 6:02 pm
האט שוין געלייקט: 784 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 950 מאל

שליחה דורך דער (פינטעל) איד »

גענענדל וואלט איך געגעבן פאר מענדל פשוט ווייל ס'גראמט. ערנסט גערעדט קומסט נישט אריין קלאר פונקטליך וואס ווילטסו טוישן? זיי מער מסביר



.
באניצער וועלכע וואלטן געלייקט דער (פינטעל) איד פאר די הודעה אויב ס'וואלט געשריבן געווארן דורך א צווייטן (93 בסך הכל):
אי • אפשר • לפורטם • כי • רבים • הם
ראנג: 99.9%
באניצער אוואטאר
לאליפאפ
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1281
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 06, 2013 3:12 pm
האט שוין געלייקט: 276 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 813 מאל

שליחה דורך לאליפאפ »

גראדע קומט ער זייער קלאר אריין. ער זאגט אז בדרך הטבע טאמער מאכט מען שידוכים ווייל די עלטערן אדער משפחות שטימען וועט מען אויסקוקן א וואך נאך די חתונה אזוי ווי די אלף עבדים ואלף שפחות. גאר פארשטענדליך. שכוח מאטי.
באניצער אוואטאר
דער (פינטעל) איד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1192
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 6:02 pm
האט שוין געלייקט: 784 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 950 מאל

שליחה דורך דער (פינטעל) איד »

לאליפאפ האט געשריבן:גראדע קומט ער זייער קלאר אריין.

דו האסט נישט זוכה געווען צו ליינען דעם ערשטן מהדורא.. איך יא
באניצער וועלכע וואלטן געלייקט דער (פינטעל) איד פאר די הודעה אויב ס'וואלט געשריבן געווארן דורך א צווייטן (93 בסך הכל):
אי • אפשר • לפורטם • כי • רבים • הם
ראנג: 99.9%
גם כי אלך
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 80
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 16, 2014 1:31 pm
האט שוין געלייקט: 50 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 42 מאל

שליחה דורך גם כי אלך »

פיינע פשט, נישט אזוי גוט ווי אמת... און פארוואס עס פאסירט נישט אזוי אפט דאס וואס די טויזנט עבדים ושפחות האבן געטון איז ווידער א תוצאה פונעם לעבנסשטייגער וואו אלעס לעבט פאר יענעם און אלע ליידן צוליב אלע און דער באן פארט אן אפשטעל וואו אהין?
באניצער אוואטאר
מצטמק ויפה
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 479
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 7:31 pm
האט שוין געלייקט: 761 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 844 מאל

שליחה דורך מצטמק ויפה »

דער עולם הערט נישט אויף קאכען אויף די היימישע קרייזען, הלמאי? מען מאכט חתונה מענדל מיט גענענדל, אן פרעגן זייער מיינונג? און יעדער אויבער חכם וואס זיכט צו ווייזען זיינע גאלדענע קלוגע פקחות, פאנקט אן זיין מלחמה ביי די פראבלעם פון אונזער קומיונעטי, אז מען מאכט חתונה קינדער אן פרעגן זייער מיינונג, און מען צווינגט זיי אריין מיט סיי וועם.

אבער לאמיך אייך פארשטעלן די מיליאן דאללער שאלה, אויב איז עס טאקע אזא פארברעך, היתכן מען נער'ט אריין אונזערע קינדער, דאן פארוואס זעט מען נישט אז די סוקסעס ראטע פון צופרידענע קאפעלס איז אסאך נידריגער ביי אונז ווי ביי די אנדערע, פארוואס איז נישט דא א גרעסערע ראטע פון ציפרידענע קאפעלס ביי די קרייזען וואס מען דעיט יא??!! און איך מיין אז פארקערטהאיז עס יא, נו פארוואס? פארוואס איז עס אזוי? א זאך וואס מען האט אליינס גענומען וואלט דאך געדארפט בלייבן, ניין?

נאר איך מיין אז די תירוץ איז זייער פשוט, א מענטש איז א מענטש, און פאר א מענטש איז זייער שווער זיך אויסקומען מיט א צווייטען, און נאכדערצו אז מען דארף האבן א ריכטיגע קשר און ליבשאפט צו א צווייטען; איז וועגען דעים, אן ארבעטען און אוועקגעבן פון זיך אסאך, קען מען קיין קשר נישט האבן, ממילא די וואס רעדן זיך איין אז זיי פארשטייען צו זייער פּאר, און זיי וועלען זיך אויס איינער וואס זיי טראכטען אז דאס איז א מושלם, און מיט איר/איהם גיי איך קליקען א מחי', קומט אבער נאך די חתונה און זאכן זענען נישט אזוי געוואלדיג, שיין, מוראדיג, ספעציעל, ווי מען האט געמיינט, נו וואס טוט מען? שרייבט מען גלייך 12 שורות.
אנדערש איז אבער ביי אונז וואס מען מיירעט דיך איין מיט איינעם וואס די האסט קוים גערעדט 10 מינוט, און אויך נאר וועלכע סקול זי איז געגאנגען וכו', און מען האט חתונה בשעטו"מ, און א וואך נאך די חתונה זעהט מען אז עס איז צרות, נו וואס טוט מען? מען האט עס דאך ארויפגעצווינגען אויף מיר, איז בלית ברירה הייבט מען אן סאפערע'ן און אוועק געבן פון זיך, ביז עס קומט ארויס א הערליכע שלום בית מיט א ריכטיגע ליבשאפט וואס איז געקומען פון ארבעטען שווער; אדרבה זאל מיר איינער דא זאגן אז ער האט א ריכטיגע קשר מיט זיין ווייב אן ארבעטען שווער, נישט דא אזא זאך.
איז, אויב לערנט מען אויס אז די האסט נישט קיין ברירה די מוזט בלייבן מיט דעם, וועט מען זיך צום סוף אויסקומען, און אין הכא נמי, די 10 פרעצענט וואס איז ממש אריינגעפאלען גט'ן זיך טאקע, אבער אלעס נאר נאכן פרובירען א לאנגע צייט, און מען זעט אז עס גייט נישט, ווייל די קומיונעטי לאזט זיך נישט אזוי שנעל גט'ן , משא"כ ביי די אנדערע וואס מען לערנטנאויס אז אלעס דארף זיין ווי אזוי מען וויל און אלעס דארף קליקען, קוקט עס אויס ווי אזוי עס קוקט אויס.
אדרבה קוקט'ס ביי די גוים וואס מען נעמט זיך אליין וואס מען דארף, און געבן א דעוואר'ס איז בכלל נישט קיין פראבלעם, ווי אזוי עס קוקט אויס; אין בית אשר אין שם שבע גיטין.
באניצער אוואטאר
דער (פינטעל) איד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1192
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 6:02 pm
האט שוין געלייקט: 784 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 950 מאל

שליחה דורך דער (פינטעל) איד »

איך פארזע א צייט ווען מ'וועט באשרייבן א נפטר אין צייטונג אזוי: "כשהגיע לפרק האיש מקדש אין תשס"ה איז ר שלום געווארן אן איידעם ETC ... ער איז ווייטער געזיצן און געלערנט, אוןגעווען יעדן טאג פון דע עשרה ראשונים. שפעטער האט ער אנגעהויבן ציען חיונה פון זיין ספרים געשעפט ווי ער האט מקפיד געווען אויף יעדן פרוטה אין מסחר. זאכן אינדערהיים האבן זיך נישט אויסגעארבעט והגיע לפרק השולח גט לאשתו אין תשע"ב האט ער זי פארשיקט, אין תשע"ה איז ער ווידער אנגעקומען צו פרק האיש מקדש וכו'.."
דאן וועט זיין א נארמאל וועלט
באניצער וועלכע וואלטן געלייקט דער (פינטעל) איד פאר די הודעה אויב ס'וואלט געשריבן געווארן דורך א צווייטן (93 בסך הכל):
אי • אפשר • לפורטם • כי • רבים • הם
ראנג: 99.9%
באניצער אוואטאר
אפטעמיסט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2352
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
געפינט זיך: אין מאחורי
האט שוין געלייקט: 2515 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3142 מאל

שליחה דורך אפטעמיסט »

אוי, געוואלד! איך רייב מיר די אויגן -- איך זעה גוט??? פינטעל איד הקדיח תבשילו ברבים. וואס האט פאסירט מיט אונזער לוחם מלחמות ה'? ווי קומט צו אים צו רעדן אזעלכע אפיקורס'ישע דיבורים? וואס איז געשעהן אז ער ברענגט פלוצים ארויף טענות אקעגן דער סיסטעם?
באניצער אוואטאר
מצטמק ויפה
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 479
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 7:31 pm
האט שוין געלייקט: 761 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 844 מאל

שליחה דורך מצטמק ויפה »

גלייבטס מיר אויפ'ן ווארט, ווען מען זאל ווען זיך יעדער קלויבן אליין וואס מען וויל, און געבן א גט וואלט געווען א נארמאלע זאך, וואלט נישט געווען קיין צען משפחות מיט א ריכטיגע שלום בית.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

מצטמק, מען דארף נישט גיין ביז זייער עקסטרעם, מען קען מאכן א מיטל וועג, דהיינו נעמען די מעלות פון ביידע סיסטעמ'ס. די יונגווארג אליין קענען זיך שווער דערקלויבן, די עלטערן מוזן זיך אבער רעכענען מיט די קינדער, אין אנדערע ווערטער, אנשטאט מיר זאלן האבן א בעשוי פון 10-15 מינוט, זאל מען ארויסגיין לכה"פ אויף א שעה, עטליכע מאל, און זעהן צי זיי "קליקן" בכלל, און אויב יא, קען מען גיין ווייטער.
ביי מיר איז א שאלה ע"פ הלכה, דער "שאלה את פיה ואמרה הן", דער הן איז דען א הן? מדעת עצמה? מען דארף לאזן די זאך זיך אנווארעמען, געבן צייט אדורכצוטראכטן, נישט גיין צום ערשטן בעשוי אנגעטון שבת'דיג מיט א זיכערקייט אז דער מז"ט גייט אט אט פאסירן.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
מצטמק ויפה
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 479
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 7:31 pm
האט שוין געלייקט: 761 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 844 מאל

שליחה דורך מצטמק ויפה »

שמעקי ביסט הייס גערעכט, איך בין אויך געווען מסופק צו איך זאל רעדן וועגן א מיטל וועג, איך האב אבער למעשה געשפירט אז כדי מען זאל מיך פארשטיין מוז איך גיין קודם עקסטרעים אהין.
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

שמעקי איז הייס?
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
אי איתמר
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 94
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 23, 2013 6:54 pm
האט שוין געלייקט: 25 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 28 מאל

שליחה דורך אי איתמר »

ווען מאיז דן א נושא רעדט מען איבער די צוויי צדדים,
יעדע בר דעת פארשטייט אז די ריכטיגע וועג הלכה למעשה איז די מיטל וועג וכמבואר ברמב''ם..
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

מצתמק ביזט כשר גערעכט, מ'זעט טאקע ביים זיידן יעקב אז די ווייב וואס די ערשטע שדכן בשר ודם אין היסטאריע, די פעטער לבן האט עם איינגעמיירעט, האט ער זיך גוט געלעבט מיט איר אלע יארן, אבער די ווייב וואס ער האט זיך אליינס געוועלט, וואס פאר איר זענען זיבען יאר שווערע ארבעט געווען כימים אחדים ביי עם, מיט איר האט ער ליידער נישט געהאט קיין שלום בית...


פאר דיין פראבלעם איז דא זייער א פשוטע עצה, מ'זאגט פארן בחור\מיידל אז זאלסט נישט מיינען אז וויבאלד דו שפירסט באטערפלייס אין בויך יעדע מאל דו זעסט דיין באשערטע מיינט נישט אז פון יעצט און ווייטער גייט זיין א געניידעם, נאר א רילעישענשיפ איז עפעס וואס מ'ברויך שטענדיג ארבעטן דערויף. און ביליוו איט אר נאט, אזוי טוט מען טאקע.
באניצער אוואטאר
DotCom
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 631
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 10:51 pm
געפינט זיך: בין פיתום לרעמסס
האט שוין געלייקט: 299 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 573 מאל

שליחה דורך DotCom »

מאטי האט מיר דערמאנט פון א זיסן וואצעפ קליפ וואס איז ארומגעפארן א צייט צוריק, די באגעבא שידוך.
לול'ן לול'ט ווער ס'לול'ט דער לעצטער (-י.ל.)
פארשפארט