איטערנעט, שלום בית, און סטאטיסטיקס - PEW שטודיע

באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1694 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6350 מאל
קאנטאקט:

איטערנעט, שלום בית, און סטאטיסטיקס - PEW שטודיע

שליחה דורך לעיקוואד »

מיר הערען כסדר פון דעם ווי אינטערנעט, אדער וואטסאטפ, אדער פעיסבוק, אדער אנדערע כלים מכלים שונים שטערט פאר די שלום בית. רבנים און דרשנים פרעזענטירען פארשידענע טענות און מענות דרשות און הפדות וועגן דעם. פארשטייט זיך אז כמנהג ישראל, זענען די הפחדות נישט געבויט אויך סטאטיסטיקס, אר אויף אנעקדאטעל מעשיות און דמיונות, למשל אז א עס קומען צו א רב אדער רבי צוויי קאפעלס וואס האבען זיך גע'גט וועגן וואטסאפ, און דאס איז מער וויפיל עס זענען געקומען צו עם אז זי גט'ן זיך וועגן דער שדכן האט נישט געטוהן זיין דזשאב יענער וואך, שרייט ער שוין אז וואטצאפ איז דער נומבער איינס סיבה פון גיטין. עס פאלט עם גארנישט איין צו רעכענען אז אין זיין קהילה לעבן צוויי טויזנט קאפעלס, וואס לעבן יחסית בשלום, און צוויי פון דעם איז 0.5% - א נישטיגע נומער. ווי אויך פארגעסט ער פון דעם וואס עס זענען דא צוואנציג קאפעלס וואס וואטסא האט זיי בעסער געמאכט די שלום בית דורך דעם וואס דער מאן קען זיך טעקסטען מיט זיין ווייב דורכן טאג, וואס דאס מיינט אז באופן כללי איז די גוטע השפעה פון וואטסאפ צען מאל די שלעכטע.

אבער לא אלמן ישראל, און דער pew ריסרטש ארגאנאזציע האט פאריגע וואך ארויסגעגעבן זייער רעפארט וואס שטעלט קלאר אוועק מיט נומערען די השפעה פון דער אינטערנעט, סעל פאון'ס, אד"ג, אויף קאפעלס און שלום בית. דא קענט איר ליינען די גאנצע זאך. איך וועל איבערטייטשן די הויפט געפינסען פון אנהייב שטודיע.

איבעראלע השפעה פון אינטערנעט

- נאר 10% פון קאפעלס זאגען אז דער אינטערנעט האט א "ערנסטע השפעה" אויף זייער שלום בית. 17% זאגען עס האט א קליינע השפעה, און גאנצע 72% זאגען עס האט גארנישט קיין השפעה.

- פון די וועלכע עס האט ביי זיי א השפעה, זאגען 74% אז דער השפעה איז פאזעטיוו. נאר 20% זאגען אז עס האט א נעגאטיווער השפעה, און 4% זאגען עס האט סיי א גוטע און סיי א לעכטע השפעה.

די גוטע השפעה פון טעקסט און טשעט

- 25% פון קאפעלס האבען געטעקסט זייער פארטנער אפילו ווען זיי זענען ביידע געווען אנידערהיים.
- 21% פון קאפעלס האבען זיך געפילט נענטער צו זייער פארטנער וועגן שמועסען וואס זיי האבען געהאט דורך טעקסט אדער טשעט.
- 9% פון קאפעלס האבען שלום געמאכט פון וויכוחים דורך טעקסט וואס עס איז זיי שווער געווען שלום צו מאכען פרעזענליך.

די שטערענדע חלקים פון טעכנאלאגיע
- 25% פון קאפלעס האבען געפילט זייער פארטנער איז געשטערט אין זייער צייט צוזאמען דורך סעל פאון'ס.
- 8% פון קאפעלס האבען געהאט א וויכוח וועגן די צייט וואס דער צווייטער פארברענגט אנליין.
- 4% פון קאפעלס זענען ברויגז געווארען וועגן עפעס וואס דער צווייטער האט געטוהן אנליין.

ואידך זיל גמור שם.
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3112
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 7535 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6639 מאל

שליחה דורך הוגה »

די צוואנציג פראצענט פון זיבעצן פראצענט וואס זאגן אז ס'האט א נעגאטיווער השפעה זענען מן הסתם אלע חרדי'שע אידן. יעצט שטימט אלעס.


.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
באניצער אוואטאר
לאליפאפ
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1281
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 06, 2013 3:12 pm
האט שוין געלייקט: 306 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 850 מאל

שליחה דורך לאליפאפ »

הוגה האט געשריבן:די צוואנציג פראצענט פון זיבעצן פראצענט וואס זאגן אז ס'האט א נעגאטיווער השפעה זענען מן הסתם אלע חרדי'שע אידן. יעצט שטימט אלעס.


.

יעצט ביזטו אזוי ווי די רבנים. וואו קומט מסתם אריין אין פיקטשער?
באניצער אוואטאר
איש עברי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 798
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 6:41 pm
האט שוין געלייקט: 1073 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1888 מאל

שליחה דורך איש עברי »

אין די וועלט איז דא א נטייה פון מענטשן אויסצוטוישן סטאטיסטיקס מיט אנעקדאטן, ביי אונזער ציבור איז ספעציעל דא אזא נייגונג אפילו אין אנדערע זאכן, עס קען זיין זאכן וואס די דאקטוירים זאגן אז עס איז געזונט אבער מען וועט שטיין ווייט דערפון ווי פייער ווייל מיין קלעסמעיטס מאמע'ס שכנט'ע האט געהאט יענע מאכלע פון דעים,
די זעלבע זאך ביי חינוך קיינער גייט נישט מאכן געהעריגע ריסוירטש און סורוועי איבער פארשידענע טעמעס וואס סאיז נישט קלאהר וויאזוי מדארף זיך פירן סאיז גענוג אז מווייסט אז פלוני האט אזוי געטוהן און מיאוס אפגעשניטען איי אפשר זענען דא נאך צענדליגע פאקטארן וואס דו האסט נישט גענומען אין חשבון, קען זיין אבער אזוי ציהט מען מסקנות פון אנעקדאטן.
די זעלבע ביי אינטערנעט ביי אונז איז שטערקער די מעשה'ס איבער מומע רויזי'ס ניס וואס איהר מאן איז צוגרונד געגאנגען פון די אינטערנעט צו מאכן א פאקט אז אינטערנעט איז שעדליך, איי אפשר איז די אינטערנעט בכלל נישט געווען די גורם און אפילו טאמער יא אפשר ביי דעם פאל קען גאר אינטערנעט זיין די ישועה, א שאד צו רעדן לאגיק צו מענטשן וואס זייערע הנחות זענען געבויט אויף אנעקדאטן און נישט אויף פאקטן.
ביי אונז איז נאך וואסער נאך די פיש א סכנה און שדים שוועבן נאך אין די לופטן, און ציגרעטלעך איז גוט פאר די הכנות, פאום קאפס ברענגט יענע מחלה, און נאך טויזענטער זאכן וואס די וויסנשאפט נעמט אהן אלס זינלאז איז ביי אונז פארבליבן פאקטן, ווייל ווי געזאגט ביי אונז איז דא א אנדער סארט וועג וויאזוי א פאקט ווערט א פאקט.

איך האב מיך נישט גוט ארויסגעברענגט און גערעדט זייער נישט ספעציפיש אפשר וועט ידידנו [tag]לעיקוואד[/tag] מסכים זיין צו מרחיב זיין די נקודה
פוןדעסטוועגןדאך
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 315
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 11, 2013 2:32 pm
האט שוין געלייקט: 245 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 309 מאל

שליחה דורך פוןדעסטוועגןדאך »

א חסידישע אינגערמאן האט גאר ווייניג געלעגענהייטן ארומצולאכען און סתם פארברענגען מיט זיין ווייב. צווישן לערנען פארטאגס, דאווענען, ארבעטען שווער, לויפן צום מלמד טיטשער דיין, באדן די קינדער, זיי לייגן שלאפן, בלייבט ווייניג צייט פאר עפעס אנדערש. ענדליך גייט מען שוין צו א שמחה, האט מען די געלגענהייט צו רעדן מיט די ווייב און שמחהדיגע שטימונג פונקטליך דריי מינוט וואס עס דויערט צו שפאצרין פון דעם קאר צו די זאל.

האט דער אייבערשטער ברוב רחמיו וחסדיו אריינגעגעבען פאר א פאר גוים די רייץ צו מאכן אפאר טאלער, 16 אדער 19 ביליאן טאלער פאר א מער פונקטליכע ציפער, און זיי האבן מחדש געווען דעם וואטסעפ.
עס איז באמת א ישועה. מען באקומט אסאך אינטערסאנטע קליפס און מען קען אלעס שיקן פאר די ווייב. אינמיטען כאפט זיך שוין אריין א ווארט פון ליבשאפט און געטריישאפט. דאס ווייבעלע שיקט צוריק זאגן וואס זי באקומט. מען האט עפעס וואס צו לאכן צוזאמען. מען האט א וועג וויאזוי צו זיין קאנעקטעד אפי' אינמיטן די ארבעט.

וואלטן די רבנים וואס זארגן זיך פאר דעם ציבור געדארפט מאכן אסיפות כללי און עצרת הסברה, מעודד צו זיין אז מען זאל מוסיף זיין אהבה אחוה שלום וריעות בין איש לאשתו מיט וואטסעפ.

אבערוואס, זיי טרעפן אויס א ריזיגן איסור אויף דעם אויך. ווייל מען קען בשום אופן נישט טראסטן אינגעלייט און ווייבער. זיי מוזען זיין משומר ווי צען יעריגע חדר אינגלעך.

יא, נעמט דאס ביסל חיבור אויך אוועק. נאר צו טישן זאל מען גיין.
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3833
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 4466 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1823 מאל

שליחה דורך נולד מאוחר »

די לצינות איז אז זיי געבן אן אלץ איינע פון די וואטסעפפ פראבלעמען אז סשטערט שלו' בית.
איי לאוו ווען די רבנים סלעש אסקנים געבען אן פראקטישע סיבות. עז איף זיי געבען א פליעדיגע דעם פאר אונדזער שלו' בית.
גם כי אלך
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 80
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 16, 2014 1:31 pm
האט שוין געלייקט: 55 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 42 מאל

שליחה דורך גם כי אלך »

עס האט פונקט די פארגאנגעע וואך מיר פארציילט איינער וואס טוט אין היימישע שלום בית, ער האט געהאט א פרישע פארפאלק וואס האט פשוט זיך נישט פארשטאנען, מהאט עפעס נשיט געקענט קאמיוניקטעטן געהעריג, ער האט זיי ביידע געהייסן קויפן טעלעפאן'ס מיט וואטס עפפ, און נאך אפאר וואכן האבן זיך זאכן געטוישט צום גוטן, זיי האבן זיך אזוי לאנג געטעקסט און געטשטעט ביז מהאט באקומען א קשר, ##אמת'ע מעשה.
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 537 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1432 מאל

שליחה דורך איחוד פעלד »

רב גרין פארציילט אז איינער פין ארץ ישראל האט זיך דא באזעצט לצורך פרנסה, און ווייל ער האט אנגעהויבען קוקען אויף אינטערנעט מיט ווידיאס, האט ער אפגעלאזט זיין ווייב מיט צוועלף קינדער.

אני הקטן ווארט נאך מיין ווייב זאל האבען צוועלף קינדער, דעמאלס קען רב גרין צולייגען מיין נאמען...........
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
באניצער אוואטאר
ראש הישיבה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 792
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 06, 2013 4:35 pm
האט שוין געלייקט: 973 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1110 מאל

שליחה דורך ראש הישיבה »

איחוד פעלד האט געשריבן:רב גרין פארציילט אז איינער פין ארץ ישראל האט זיך דא באזעצט לצורך פרנסה, און ווייל ער האט אנגעהויבען קוקען אויף אינטערנעט מיט ווידיאס, האט ער אפגעלאזט זיין ווייב מיט צוועלף קינדער.

אני הקטן ווארט נאך מיין ווייב זאל האבען צוועלף קינדער, דעמאלס קען רב גרין צולייגען מיין נאמען...........

רב גרין שרייבט דארט אז נעבעך דער אינגערמאן האט געטוהן אזא מאדנער זאך אז ער האט איבערגעלאזט א ווייב מיט 12 קינדער! אפשא חדא בחברתה מתרצת! דער אינגערמאן האט איר איבערגעלאזט ווייל זי האט 12 קינדער?
רעאגיר