דברי התחזקות, שנת ה'תתקע"ד. הארארע, אפריקע

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
פארשפארט
פארוואס?
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 954
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 31, 2014 11:28 am
האט שוין געלייקט: 1457 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2213 מאל

דברי התחזקות, שנת ה'תתקע"ד. הארארע, אפריקע

שליחה דורך פארוואס? »

דברי חיזוק והתעוררות
בענין התבדלות מרשעים
מאת רבינו הרה"ג ר' גמליאל שניידערמאן שליט"א
כ"ג טבת ה'תתקע"ד
בעיר הבירה: הארארע, זימבאבווע

מיר זענען זיך צוזאמגעקומען דא, די שארית הפליטה, די איבערגעבליבענע חלק, וואס זענען נאך געבליבן ערליך און געטריי צום טאטן אין הימל, אותם שלא כרעו לבעל, מיר זענען זיך געקומען מחזק זיין, צו קענען ממשיך זיין און אנהאלטן די מסורה, און זיך נישט רוקן קיין זיז כלשהו.

לא איש דברים אנכי, איך בין נישט דא געקומען מחדש זיין חידושים, און נישט זיך מפלפל זיין, איך בין געקומען איבערגיין און איבער'חזר'ן דברים פשוטים, וואס יעדער איד וואס האט א ריינע הארץ צום באשעפער, פארשטייט אליינס, אז אזוי איז עס. אלא מאי? מען ווערט נאכגעשלעפט פון די גאס, מען קען זעהן לכאורה ערליכע אידן דא אין אפריקע - וועלכע גייען אויך שווארצע זעקס-חלקים'דיגע קאפלען אזוי ווי אונז, און טראגן אויך גלעזער אויף די אויגן (און טראגן נישט קיין לענזעס, אזוי ווי די גויים), אזוי ווי אידן פלעגן גיין אלע יאהרן, שלא שינו את לבושם - אבער די גאנצע זאך איז גארנישט ווערט ווען זיי זענען פארכאפט און א חשש "ירחנות", אדער אפילו נאר א שייכות מיט קבוצה'ניקעס, מען רעדט דאך דא פון די עיקרי הדת, און מ'מוז זעהן נישט צו ווערן נאכגעשלעפט פון די גאס.

איך וועל דערמאנען דאס וואס דער רבי זי"ע דער "שארית ישראל" פלעגט כסדר זאגן, מ'זאגט שבת ביי מנחה, אתה אחד ושמך אחד ומי כעמך ישראל גוי אחד בארץ, פלעגט דער רבי זי"ע מדייק זיין במתק לשונו, אז די אידן זענען דער אויסדערוועלטער פאלק, נאר כל זמן וואס ס'איז "בארץ", דא אויפן ערד, אבער די וועלכע פארן ארויף אויף די לבנה, ווערן נישט פאררעכנט צו זיין אידן, זיי זענען מער נישט מזרע ישראל, אפילו אויב זיי זענען מדקדק בקלה כבחמורה (ווי מען רופט זיי פרומע ירחנים), זיי קענען נישט ווערן פאררעכנט צו זיין אידן. און מ'דארף עס כסדר חזר'ן: ירחנות מיט אידישקייט איז א סתירה. יהודי אינו ירחני!!

און לאמיר זיך מתבונן זיין, דאס האט דער רבי נאך געזאגט פאר אן ערך פון הונדערט יאהר צוריק (אין די תת"ס יאהרן), ווען עס האט זיך נאר גערעדט פון ארויפגיין נאר אויף די לבנה, אבער היינט רעדט מען נאך פון אסאך ערגער, מען רעדט פון פארן אויפן מאדים. די וועלכע לאזן עס צו, זענען טויזנט מאהל ערגער, ווי מיר האבן שוין מברר געווען כמה וכמה פעמים, אז מה-דאך אויף די לבנה וואס איז נענטער צו די ערד, איז אסור בתכלית האיסור, על אחת כמה וכמה, אויפן מאדים, וואס איז דאך א סאך ווייטער, איז דער איסור נאך א סאך גרעסער.

און עס טוהט וויי דאס הארץ אז מיר הערן לעצטנס, אזעלכע אידן דא אין אפריקע, וואס זייערע זיידעס זענען נאך געווען געטריי צום רבי'ן, און האבן זיך מתרחק געווען פון יעדן חשש ירחנות, קומען זייערע אייניקלעך און דרייען מיטן פינגער, און זענען מטהר את השרץ בק"נ טעמים, כאילו עס איז דא עפעס א חילוק פון די איסור אויף די לבנה, צום איסור אויפן מאדים. איך בין מוחה אויף די פירצה (כאטש וואס זיי אליינס גייען נישט אויפן מאדים, אבער זיי זענען זיך נישט מתנזר פון אלע פראדוקטן וועלכע ווערן דארטן פאבריצירט), איך ווייס נישט ווי אזוי אידן קענען זיך שפילן רוהיגערהייט מיט די עיקרי הדת, מ'שפילט זיך מיט פייער!!! עס איז דאך אן אפענע פסוק "והארץ נתן לבני אדם" די מענטשן טארן נישט זיין נאר אויפן ערד.

איך ווייס נישט ווי אזוי אידן מזרע ישראל קענען זיך מתדרדר זיין צו אזא נידריגע מדריגה, איך בעהט זיך זיי: ציהט שנעל צוריק מבעוד מועד! ס'איז נאכנישט צו שפעט! כאפט זיך שוין און גייט צוריק צום דרך הישר הסלולה לנו מדור-דור.

די נסיונות אין דעם דור איז דאך אזוי גרויס, איך מיין אז אידן האבן נאך קיינמאל נישט געהאט אזעלכע נסיונות, וואו מען גייט און וואו מען שטייט זעהט מען נאר פראדוקטן פון אינדרויסן פונעם ערד-קוגל, עס איז זייער שווער. אבער מ'מוז זיך מחזק זיין, איש את רעהו יעזורו ולאחיו יאמר חזק.

מיר דארפן כסדר חזר'ן די רייד פונעם רבי'ן זי"ע, אין כל חדש תחת השמש, ס'איז נישטא אזא מין זאך א נייע ערפינדונג, א שאלה וואס די תורה האט נאך נישט גערעדט דערפון, דער רבי איז מסביר באריכות אין שארית ישראל, ביי מאמר החדשות, ווי ער ווייזט אויף קליפ און קלאר, אז די גאנצע טעכנאלאגישע וועלט איז קלאר געווען פארן באשעפער בשעת'ן שרייבן די תורה, און אלעס איז שוין מרומז דערין.

אבער ווען עס קומט צו ירחנות, דארף מען נישט קיין רמזים און פשט'לעך, עס איז קלאר, עס דאך א בפירוש'ע פסוק. און עס איז פשוט אז דאס איז געווען דער מהלך המחשבה פון יעדן אמאליגער איד.

ברוך השם, לא אלמן ישראל, מיר האבן לעצטנס געעפנט א נייע הכשר, וואס וועט אויך מאכן זיכער אז די פראדוקטן ווערן נישט צוזאמגעשטעלט פון דרויסנדיגע טיילן, נישט פון די לבנה און נישט פונעם מאדים.

און ביי די געלעגנהייט וויל איך דערמאנען דעם איסור חמור, וואס די הארארער בי"ד האט ארויפגעלייגט אויף אלע הכשרים וועלכע קומען פון אמעריקע, בכל שם וחניכא דאית להו, אפילו פון די ביסל פרומע וועלכע זענען נאך דארטן געבליבן, ווייל לויט ווי מיר הערן זענען זיי אלע פארכאפט געווארן אין די נייע היתרים, און זיי זענען מתיר צו נוצן פראדוקטן פונעם מאדים.

אונז טארן מיר נישט פארגעסן, ווען דער רבי זי"ע איז געקומען קיין אפריקע, עס איז געווען א מדבר שמם, פוסט פון אידישקייט, דער רבי האט דא אויפגעבויט די גאנצע יידישקייט פון דאסניי. ווער האט דען אמאל געגלויבט אז אין הארארע וועט א איד קענען גיין אנגעטוהן מיט א שווארצע זעקס-חלקים'דיגע קאפל, און מיט גלעזער, אן קיין שום בושה, מיר קענען עס נאר פארדאנקען דעם רבי'ן זי"ע.

און אין דער געלעגנהייט האב איך געוואלט מחזק זיין ידי עושי מצוה, די בארימטע "שומרון" ארגעניזאציע, וואס פארשפרייט דעם דבר ה' אין די גוי'ישע וועלט, און זיי ערקלערן פארן גוי, אז ערליכע אידן האבן נישט קיין שייכות מיט ירחנות, און אז עס איז אנטקעגן די תורה. תחזקנה ידיהם וכה לחי!

איך האף אז דער עולם האט אליינס די פארשטאנד, און ווי באוואוסט אז כלל-ישראל האט א שמעק, מען קען שמעקן צו א זאך איז אויסגעהאלטן אדער נישט. עס איז באוואוסט אז דער רבי זי"ע פלעגט זאגן אז די קבוצה'ניקעס זענען טויזנט מאל ערגער ווי די ירחנים אליינס, ווייל זיי זענען צבועים, זיי גייען טאקע נישט ארויף אויף די לבנה, אבער זיי נוצן אלע פראדוקטן וואס ווערן דארט פאבריצירט, ממילא זענען זיי מחזק דעם גאנצן ענין.

איך מיין אז יעדער בר-דעת פארשטייט אליינס, אז די זעלבע ווערטער קען מען אויך זאגן אויף די היינטיגע בעלי-פשרות, וועלכע פראבירן מתיר זיין די פראדוקטן וואס קומען פונעם מאדים.

ס'איז איבעריג צו ארומרעדן דעם חומר הענין, יעדער איד וואס האט אביסל געקוקט אין פריערדיגע ספרים, וועגן דעם ענין פון התבדלות, ווייסט זיכער וואס ער האט צו טוהן אין אזא צייט, א שעת נסיון.

בקיצור, מען דארף אסאך חיזוק דערין, ס'איז זייער זייער שווערע נסיונות, איך בין זיכער אז די אמאליגע דורות האבן נישט געגלויבט אז עס וועט נאך אמאל זיין אזעלכע שווערע נסיונות.
מיר זעהן דאך ממש בחוש, אט אט קומט שוין די גאולה, עס איז שוין באו מים עד נפש!! משיח מוז שוין קומען. ס'איז באוואוסט פון צדיקים, אז גלות אפריקע איז די לעצטע גלות.

דער אויבערשטער זאל שוין טאקע העלפן און אויפרעכטן אונז אידישע קינדערלעך, און שיקן די גאולה שלימה בקרוב בימינו, אמן.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום פארוואס?, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
אסור ליראת שמים שתדחק את המוסר הטבעי של האדם, כי אז אינה עוד יראת שמים טהורה.
סימן ליראת שמים טהורה הוא כשהמוסר הטבעי, הנטוע בטבע הישר של האדם, הולך ועולה על פיה במעלות יותר גבוהות ממה שהוא עומד מבלעדה.
~ אורות ישראל להגראי"ה קוק
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

ענדליך קען איך דיר לייקן אן קיין חשבונות....
Under influence
באניצער אוואטאר
דריידל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1146
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 17, 2014 12:42 am
געפינט זיך: נישט אהער און נישט אהין
האט שוין געלייקט: 1132 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1247 מאל

שליחה דורך דריידל »

נורא נוראות. נישט קיין ווינדער צדיקים האבן אזוי מורא געהאט פון חבלי משיח. מיט אזעלכע נסיונות ווי וועט מען דאס אויסהאלטן?
פארדריי די דיר דיין קאפ
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

מהאי טעמא האבן די צדיקים פון וועד ארבעה ארצות (וויליאמסבורג, בארא פארק, מאנסי און מאנרא) מבטל געווען -ביים גרויסען אסיפה אין פרדס אלטע פייגע- דעם ענין פון קידוש לבנה. כי לא כדורות הראשונים...היינטיגע צייטן איז דא א חשש אז מ'וועט ווערן נאכגעשלעפט צו די אזוי גרופענע ירחונים רח''ל
Under influence
באניצער אוואטאר
ביבער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 846
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 3:12 pm
האט שוין געלייקט: 839 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1026 מאל

שליחה דורך ביבער »

זייער ווארימע רייד, מען זעהט בחוש אז דער הייליגער ר' גמליאל האט זכות אבות און נאר מיט זייער כח קען ער זיך אזוי שלאגן מיט די גאנצע וועלט.

איך האב געהערט אז ס'אויך דא די דרשה פון שנת ו'א לפ"ק ווען אלע אידן זענען אויפגעשטאנען צו א געהעריגע טאג עלי אדמות, דער רבי האט שטארק פארפירט דעמאלט שלא כדרכו, ווער עס האט עס איז מכובד עס ארויפצולייגן.
I may not agree with what you say, but I will defend to the death your right to say it. - Voltaire
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

פארוואס: יישר כח. מיט דיין גרויסן כח הדמיון האסטו אינז אראפגעלייגט פונקטליך דעם מצב. נאר איין שאלה. דער הייליגער שארית ישראל זכותו יגון עלינו ועל כל ישראל האט ארויסגעגעיבן נאר איין ספר? כ'האב עפעס געהערט אמאל אז ר'האט מחבר געוועין עפעס א "קונטרס על התהילה ועל התפארת". די ירחונים מיט זייערע רבנים פון די סיטרא אחרא האבן עס מסתמא פארברענט. :? 8-) :lol: :roll: :x :oops: :o
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

מען זוכט יעצט נדבנים וואס זאלן זיך צושטעלן ברוח נדיבה פאר דעם וויכטיגן צוועק ארויפצושיקן א "לבנה גוי" מיט דעם טעגליכן לבנה שאטעל וועלכער וועט צונעמען די לבנה עס זאל נישט בלייבן קיין זכר דערפון. דער שארית ישראל זאגט דאך שוין אז כאטש בימים ההם האט די לבנה געשפילט א גרויסע ראלע אין די מועדים ושנים, פונדעסטוועגן איינמאל די ירחונים האבן דאס גענומען פאר זייער סימבאל דארף מען דאס עוקר מן השורש זיין.

דער דגל הטמאה פון די ירחונים:
בילד
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

יאיר: דעיס איז לכאורה א הייליגער סימבאל. מ'דארף אנפרעיגן ביי נטרונא. ווייל ס'זעהט אויס ענליך צום אראבישן סימבאל. ממילא איז עס שוין כשר ביי די נטורי קרתא און זייערע סימפאטיזירער אין אנדערע כיתות. :twisted: :roll: :? :lol: :oops: :o
באניצער אוואטאר
דריידל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1146
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 17, 2014 12:42 am
געפינט זיך: נישט אהער און נישט אהין
האט שוין געלייקט: 1132 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1247 מאל

שליחה דורך דריידל »

כ'האב מיך געווינדערט פארוואס מען דארף ווארטען פאר ר' גמליאל צו אדרעסירן די פראבלעם. וואו איז ציממערמאן ווען מ'דארף אים? נאר יעצט אז די ביזט מגלה אז נ"ק איז גאר ביהיינד איט פארשטייט מען שוין.
פארדריי די דיר דיין קאפ
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3795
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 6591 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל

שליחה דורך ונבנתה העיר »

לח"י [ל'ביסוס ח'יי י'רח] שטייט שוין דארט...
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
באניצער אוואטאר
ברסלבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
האט שוין געלייקט: 3570 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל

שליחה דורך ברסלבער »

זייער שיין, [tag]פארוואס?[/tag]. יישר כח.

הבל הבלים אמר קהלת הבל הבלים הכל הכל. מען דערציילט א מעשה אז ווען שלמה המלך איז פארטריבן געווארן דורך אשמדאי, האט ער פרובירט צו זאגן אז ער איז דער אמת'ער שלמה המלך, ווען קיינער האט אים נישט געוואלט צוהערן האט ער אנגעהויבן האלטן דרשות מיט זיינע דברי חכמה אבער קיינער איז אפילו נישט געווען אינטערעסירט צו הערן וואס ער האט צו זאגן, איז ער אויפגעקומען מיט אן איידיע אז ער וועט אנהויבן רעדן נארישקייטן, און דאן וועט דער עולם צוהערן. וכך הוה, ער האט באקומען א גרויסן אודיענץ און ער איז געווארן זייער מפורסם ביז ער האט שוין אנגעהויבן זאגן דרשות בעיר המלוכה, און דאן האט ער מגלה געווען אז ער איז גאר דער שלמה המלך.
די סנהדרין האבן אים נישט געוואלט גלייבן זאגענדיג: "הבל הבלים אמר קהלת?" שלמה המלך דער חכם מכל אדם זאל דען רעדן אזוינע נארישקייטן ווי דו? האט זיך פארענטפערט: "איך האב געמוזט רעדן 'הבל הבלים', ווייל 'הכל הבל' דאס איז די גאנגאבארע נושא, דאס האט יעדער ליב צו הערן".

ולענינינו. דא אין שטיבל זענען מיר ב"ה געבענטשט מיט א שפע פון אשכולות איבערן פעלערדיגן קראנקן סיסטעם אין וואס מיר זענען געבענטשט געווארן אינעם היינטיגן אכשר-דרא'דיגן עפאכע. מאנכע האבן טענות אז מען רעדט שוין צופיל פון דעם, אבער דאס איז נישט גערעכט. מען קען הערן ווי די עלטערע אידן קענען נישט אויפהערן רעדן פון די ביטערע יארן וואס זיי אריבער אין קריג, זאל עס זיין ביי א שמחה, צו ביי א תוגה, צו ביי יעדן שמועס, פון וואס מען זאל נאר רעדן קומט עס אייביג אריין. קען מען דען האבן טענות אויף זיי? זיי זענען דאך קריגס געליטענע, די ווייטאג ליגט זיי אויפן הארץ און מען קען דאס נישט פארווישן אזוי שנעל.
ביי אונז געפינען זיך אויך ליידער אזעלכע סארט קריגס געליטענע, ליידער טאקע פון די מכם-ובכם-חברה, און מען קען נישט האבן קיין טענות ווען די נושא קומט שטענדיג ארויף אויפן טיש. דאס איז א פארווייטאגטע לאסט אויפן הארץ וואס מוז ארויס געגעבן ווערן.

איינע פון די הויפט זאכן וואס מען רעדט זיך אפ איז אויף די עדזשוקעישאן וואס מען געבט פאר די קינדער אויף זייער א שוואכן אופן. האט דער אייבערשטער געהאלפן און אונז אראפ געשיקט אזא [tag]פארוואס?[/tag] וואס האט זיך גענומען די מיה און זיך גענומען אויסלערנען אביסל חכמה ומדה, אנהויבענדיג מיט מאטאמאטיק אויפן היימישן לשון אז יעדער חדר אינגל זאל עס קענען פארשטיין, אבער ווי עס זעהט אויס האט אים דער עולם נישט אזוי אויפגענומען מיט ברייטע ארימעס, האט ער געזעהן אז שלמה המלך איז יא גערעכט געווען, מען דארף רעדן וואס דער עולם האט ליב צו הערן, האט ער אנגעהויבן שרייבן איבער דעם. און וואונדער איבער וואונדער די מספר הלייקס אויף דעם ארטיקל האט שוין איבערשטיגן די לייקס וואס ער האט באקומען אויף זיינע אריטמעטיק שיעורים.

ליכא מידי דלא רמיזי. [tag]יאיר[/tag] האט שוין געטראפן אן אלטע מגילה ווי די זאכן ווערן דארט קלאר אראפ געשריבן:
הוי! שמעו דבר ה' כל שותי קפא, עטרת גאות שכורי חרדתא. יען מאסתם את דבר ה', ותלכו אחרי ההבל ותהבלו, ותמאנו משמוע אריטמאטיק, ושערי מדע נעלתם. בצימתא ובביצה כל מאכליכם, ובדברים מטפשים קמתם ושכבתם, ותמאסו בכל דבר חכמה, ולא תשמענה אזניכם מקרא משנה וגמרא. כי אם בפוליטיקה עיניכם, ובדברי און ומרמה שמתם מאווייכם. עד מתי תישנו במיטותיכם, ולא תקיצו מתרדימתכם! כי הנה בוא יום גדול ונורא, אשר לא יועיל כל הבליכם ביום עברה, כי חי אנכי נאום ה', נשבעתי בזרוע עוזי, אשר חפרו אמותיכם, יבושו אבותיכם, כי ימיכם ימלאו בריק והבל, ושנותיכם בבהלה. כי קיא צואה מלאה פניכם, וטינופת תסובבנה מכל עבריכם. ביום ההוא, אמר ה', לא יהיה עוד פוליטיקה ולשון הרע, ולא צימתא ולא קפתא, כי אם מלאה הארץ את ה', בדברי חכמה נשגבה מכם, ויאירו דברי מדע, שבעתים כאור הבוקר. הלא כה דברי נאום ה', האומר לחרס ויזרח ולירח ויאיר.

עס מוז זיין אז די ווערטער זענען געשריבן געווארן מיט רוח הקודש, ווי מען זעהט אז עס איז מקוים געווארן ביזן לעצטן דעטאל.
ועל דא קא בכא רבי...
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
פישלע העררינג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1396
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 11:19 am
האט שוין געלייקט: 3030 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2212 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך פישלע העררינג »

קאווע טרינקער האט געשריבן:ענדליך קען איך דיר לייקן אן קיין חשבונות....

קאווע טרינקער בתפארתו! :קלאטש
(- - -)
ציוני
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 163
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 01, 2012 12:13 am
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 54 מאל

שליחה דורך ציוני »

פארוואס
ביזט ריזיג

ביטע שרייב נאך כיד הדמיון הטובה עליך

אין לו לדיין אלא מה שעיניו רואות

מוזט אראפ לייגן דעם צד המתירים פארוואס מ'האט בשעתו מתיר געווען די לבנה,
(יש אומרים מחמת מחסור במקום בהאי עלמא, והוא כמו ווייבערשול במיני מקומות)

און פארוואס מ'האט זיך דערקיייקלט צו די שרעקליכע פירצה פון "מאדים" וואס איז צוויישן 6 און 7 ממש א סכנה צו זיין דארט
און ווער האט מתיר געווען זיך אריינצולייגן במקום סכנה


עניוועי ייש"כ גדול אויף דיין ווערק
יהודי לו "ציוני"
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

שליחה דורך שעפטל »

ווייטאכליך צו טראכטן אז די גאנצע דרשה קומט פאר נאכן שוידערליכע דריטע וועלט מלחמה (וואס איז א באשרייבונג פאר זיך..)
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
פארוואס?
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 954
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 31, 2014 11:28 am
האט שוין געלייקט: 1457 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2213 מאל

שליחה דורך פארוואס? »

ביבער האט געשריבן:זייער ווארימע רייד, מען זעהט בחוש אז דער הייליגער ר' גמליאל האט זכות אבות און נאר מיט זייער כח קען ער זיך אזוי שלאגן מיט די גאנצע וועלט.

איך האב געהערט אז ס'אויך דא די דרשה פון שנת ו'א לפ"ק ווען אלע אידן זענען אויפגעשטאנען צו א געהעריגע טאג עלי אדמות, דער רבי האט שטארק פארפירט דעמאלט שלא כדרכו, ווער עס האט עס איז מכובד עס ארויפצולייגן.


איך מיין אז דעמאלטס וועט שוין זיין קליפ או קלאר פאר קליין און גרויס, אז עס איז ידוע פון אייביג, אז שית אלפי שנין, מיינט נישט פונקט 6,000 יאהר. (אזוי ווי יעדער פארשטייט אליינס היינט אז מוציא חמה ממקומה ולבנה ממכון שבתה, מיינט נישט כפשוטו).
אסור ליראת שמים שתדחק את המוסר הטבעי של האדם, כי אז אינה עוד יראת שמים טהורה.
סימן ליראת שמים טהורה הוא כשהמוסר הטבעי, הנטוע בטבע הישר של האדם, הולך ועולה על פיה במעלות יותר גבוהות ממה שהוא עומד מבלעדה.
~ אורות ישראל להגראי"ה קוק
petergrifin
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1344
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 1:44 am
געפינט זיך: אין גלות
האט שוין געלייקט: 929 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 876 מאל

שליחה דורך petergrifin »

װען די שיף װאלט געלאנדעט אין מאדים װאלט מען געאסרט צו פארן קײן הארארע, אפריקע.
.And they lived happily ever after

באבע מעשיות
באניצער אוואטאר
דריידל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1146
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 17, 2014 12:42 am
געפינט זיך: נישט אהער און נישט אהין
האט שוין געלייקט: 1132 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1247 מאל

שליחה דורך דריידל »

ציוני האט געשריבן:פארוואס
ביזט ריזיג

ביטע שרייב נאך כיד הדמיון הטובה עליך

אין לו לדיין אלא מה שעיניו רואות

מוזט אראפ לייגן דעם צד המתירים פארוואס מ'האט בשעתו מתיר געווען די לבנה,
(יש אומרים מחמת מחסור במקום בהאי עלמא, והוא כמו ווייבערשול במיני מקומות)

און פארוואס מ'האט זיך דערקיייקלט צו די שרעקליכע פירצה פון "מאדים" וואס איז צוויישן 6 און 7 ממש א סכנה צו זיין דארט
און ווער האט מתיר געווען זיך אריינצולייגן במקום סכנה


עניוועי ייש"כ גדול אויף דיין ווערק

קרינא דאיגרתא איהו דהוי פרונקא (כ'האף אז עס איז גיט געספעלט)
לדעתי קען פארוואס נישט באשרייבן די צד המתירים. נאך אזא ווארימע דרשה זעהט ער שוין נישט קיין שום צד היתר. איך וואלט געראטן די זאלסט דיך אויסשארפן די פעדער און מברר זיין את המעשה אשר יעשון.
פארדריי די דיר דיין קאפ
באניצער אוואטאר
זבולון
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 277
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 27, 2016 7:57 am
האט שוין געלייקט: 542 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 961 מאל

שליחה דורך זבולון »

און ווי באקאנט די טייטש פון צדיקים אויפן פסוק: "אָרוּר הָאִישׁ לִפְנֵי ה' אֲשֶׁר יָקוּם וּבָנָה אֶת הָעִיר הַזֹּאת אֶת יְרִיחוֹ". יריחו מיינט מען אוודאי די לבנה, נו, ווער וויל זיך אריינלייגן אין אזא איסור וואס דער פסוק שרייבט דערויף א קלארן "ארור".
אין - כי הכל הבל
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

זבולון האט געשריבן:און ווי באקאנט די טייטש פון צדיקים אויפן פסוק: "אָרוּר הָאִישׁ לִפְנֵי ה' אֲשֶׁר יָקוּם וּבָנָה אֶת הָעִיר הַזֹּאת אֶת יְרִיחוֹ". יריחו מיינט מען אוודאי די לבנה, נו, ווער וויל זיך אריינלייגן אין אזא איסור וואס דער פסוק שרייבט דערויף א קלארן "ארור".

בפרט אז יריחו איז די "עיר התמרים" (דברים לד ג), וואס שטימט מיט די פאראדי/סאטיר [סאטמאר קנאות וכו'] פון פארוואס?'ס "דרשה".

אגב:
https://www.youtube.com/watch?v=NtQkz0aRDe8
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
פארשפארט