צניעות'ס קוואטער

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
באניצער אוואטאר
איש הישר
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 28
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 03, 2014 4:38 pm
האט שוין געלייקט: 21 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 63 מאל

צניעות'ס קוואטער

שליחה דורך איש הישר »

אין יאר תרל"ג איז געדרוקט געווארן פון די סאמע ערשטע אחרונ'ישע ליקוט ספרים אויף א טעמע אין הלכה. זינט דאן זענען שוין ארויסגעקומען א ים מיט ליקוטים אזש אז איינער וויל היינט ווערן א מחבר ספר האט ער קיין צוויי ברירות נאר זיך צו נעמען צו הלכות עיטוש אדער הלכות הכאות ילדים, אבער בימים ההם איז אזא סארט ספר געווען אן אריגינעלער געדאנק. דער ספר האט געהייסן "חפץ חיים."

עס ווייזט זיך אויס אז דער המון עם איז נישט דאנקבאר געווען דעם געדאנק. דער חפץ חיים -- דאס חפצא, נישט דער גברא -- האט זיך קונה שביתה געווען אין מוסר שראנק. זעלטן מען זאל טרעפן זיין משנה ברורה בשכינות פון א חפץ חיים. דער לעצטיגער וועט זיך ענדערש טרעפן דאס פלאץ צווישן אורחות צדיקים און חובת הלבבות. כאטש דער שער בלאט פון חפץ חיים מאכט קלאר אז דא רעדט זיך פון הלכות, האבן גַבָּאֵי חק"ס אלוועלטליך אפגעשטעמפלט זיין ראנג אלץ מוסר ספר.

לעבן זיי אין א טעות, אדער האט ר' ישראל מאיר הכהן זצ"ל געמאכט א מארקעטינג גרייז? אז מען דערגרונטעוועט זיך צו וואס שטייט אונטער דעם סארטירונג, פאלט מען אריין אין א טיפערן -- און ברייטערן -- מעטאפיזישן חקירה. וואס איז בעצם דער חילוק צווישן מוסר -- אדער השקפה, דער מאדערנער נאמען -- און הלכה? זענען נישט ביידע דען חלקים פון עבודת ה'? אויב יא, צו זענען זיי נישט ביידע אונז מחייב מיט אן אייניגע הארבקייט? וואס ברענגט אונז צו נאך-מער-ברייטערע מעטאפיזישע שאלות. וואס איז דער ציל פון מצוות? אונז אויסצוארבעטן? אדער מיר זאלן מתקן זיין תיקונים אין די עולמות? און וויאזוי פאסט דקדוק הדין זיך אריין אין בילד? מאכט הלכות שבת פון אונז א לייט נאר אויב מען רעכנט איר אין אינטשעס און אין אונסעס? און אויפן צווייטן צד, צו זענען די עולמות ווי מאשינען און מיר ווי אינסטאלאטארן אז אויב ציען מיר די נישט-ריכטיגע דראט ארבעט נישט דאס גאנצע מאשין, "היפוך צינורות" אין בוכשטאבליכן זין פון ווארט?

ווי לאנג מיר זענען דן אין דברים העומדים ברומו של עולם, קערן מיר זיך צוריק צום חפץ חיים מיט א טעאריע אז דאס קאטאגארירן דעם ספר חפץ חיים אלץ הלכה איז געווען א בריליאנטער מארקעטינג מיטל ווי איידער א קאטאגאריע טעות. זעהענדיג ווי הלכה האט -- לכאורה צוליב דעם מתנגד'ישער קריג קעגן חסידים און צוליב דער גאונ'ישער השפעה -- פארנומען א גאר וויכטיג ארט אין ליטע און אין בעלארוסיע, ווי דער חסידישער שוין-גארנישט-אזא-וויץ לויטעט, "דער מתנגד פארכט דעם שולחן ערוך, דער חסיד פארכט גאט," האט דער חפץ חיים פארשטאנען אז צו רעדן איבער עבודת המידת איז צו איבערטון דאס אלטע טעות, ווארום עבודת המידת האט א גרעסערן שייכות מיט פארכטן גאט ווי מיט פארכטן הלכה. די לייזונג מיט וואס ער איז אויפגעקומען איז לויטער זשעני. אנשטאט מעורר זיין מענטשן איבער דאס וויכטיגקייט פון עבודת המידות, מוסר, אדער השקפה ווי מ'האט פרובירט ביז דאן מיט ווייניג סוקסעס, וועט מען פשוט טוישן די קאטאגאריעס פון מדות צו הלכה! אנשטאט לשון הרע זאל ווערן אנגעקוקט ווי א מדה אויף וואס מען דארף ארבעטן, איז עס פארוואנדלט געווארן אין א הלכה געצייג מיט א פונקטליכע מעטריק ווען מען מעג און ווען מען טאר נישט, אפילו מיט אייגענע לופהאולס ווען מען קען זיך ארויסדרייען פון די איסורים.

עס איז לאו-דוקא אז דער חידוש איז געווען באוואוסטזיניג, עס איז די זעלבע -- אויב נישט מער -- מעגליך אז דאס האט פאסירט הונטערבאוואוסטזיניג דורך א מוח וואס איז אויפגעוואקסן מיט דעם הלכה-איבער-אלעס געדאנקנגאנג אין האט צוליב זיין ערליכקייט אויך געדארפט טרעפן א מקור אין הלכה פאר די מדות וועלכע ער האט געזען פאר פעלערדיג אין דור, וואס איז טיילווייז קאמיש ווייל אז מען קוקט ווען נישט אן הלכה און מוסר ווי א דיכאטאמיע נאר ווי איין גוף פון עבודת ה' איז נישט פארהאן דער שטופ אריבערצוריקן מושגים פון דעם נידעריגערן קאטאגאריע צום העכערן. אלענפאלס, וויאזוי דער חידוש איז צושטאנדגעקומען איז א טעמע פאר היסטאריקער, דער פאקט-אויפן-ערד איז אז עס האט געשאפן א גענצליכער פארדיגם טויש אין דעם אופן וויאזוי מיר קוקן אן אידישקייט און רצון הבורא, וויבאלד עס איז זעלבסטפארשטענדליך אז אינו דומה מי שאינו מדבר לשון הרע מחמת רצון הבורא למי שאינו מדבר לשון הרע מחמת איסור בשולחן ערוך. ווען די מאטיווען זענען אנדערע זענען די פאראמעטערן אנדערע.

דער חידוש פון חפץ חיים איז געווען דער קוואטער פון פיל מיט ענליכע ענינים וועלכע האבן באלאנגט צום מידות/מוסר/השקפה קאטאגאריע, און זענען דורך עלעגאנטע קונצן פארוואנדלט געווארן אין הלכה. די סוקסעספולסטער טויש איז געווען אין צניעות, ווי עס האט נישט בלויז פארנומען דאס מקום אלס אפיציעלער הלכה מושג, נאר דער מוסר-חלק פון צניעות ווערט גאר אנגעקוקט ווי א באווייז אויף דאס צענטראליטעט פון הלכות צניעות אין אידישקייט!

איראניש, דער חפץ חיים זעלבסט איז געווען א טאטאלער דורכפאל, ווי דער מעשה גייט אז אין א שטאט ווי דער חפץ חיים האט גע'דרש'נט אז לשון הרע איז ווי חזיר האט דער המון עם אנגעהויבן מקיל זיין אין עסן חזיר. אז מען זוכט דעם חפץ חיים אין שול צו אין ספרים געשעפט וועט עס ליגן פארשעמט אין מוסר שראנק. ווידעראום עוז והדר לבושה פארנעמט פראמינענט א פלאץ אין הלכה שראנק, און ס'וועט אפילו נישט איינפאלן קיינעם דאס צו רוקן ערגעצוואו אנדערש.
איש הישר בעיניו יעשה

דער אשכול פארמאגט 3 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר