וועקט אייך אויף! קאווע שטיבל צייכענט אפ?

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
באניצער אוואטאר
משה געציל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1676
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2705 מאל

וועקט אייך אויף! קאווע שטיבל צייכענט אפ?

שליחה דורך משה געציל »

אוי אוי אוי אוי אוי....
אריינגעקומען בין איך יעצט אין שטיבל נאך א טאג ארבעט, גערעכענט האב איך צו טרעפן א דאזן נייע אשכולים איבערן גרויסן טאג. אבער.... שא שטיל... קיין פיפס נישט... ניטאמאל קיין איין איינציג געהענגיל וואס זאל אפילו ברמיזא דערמאנען א ווארט פונעם גרויסן אפצייכענונג.

איך שפיר מיך ווי דער אורח ביים קבלת פנים אן קיין מחותנים, ווי דער גאסט רעדנער ביים מעמד אינעם גיגאנטישן זאל אן קיין מנין.... איך זעה זיך שפאצירן אין קראון הייטס אן קיין יחי המלך פענדלעך, אדער אין ווילאמסבורג אן קיין פאשקעווילן...

נא, כאפסט נאך אלטס נישט? אקעי, נאך איין רמז... ניטאמאל האבן די צוויי קאווע טרינקערס אויפן זייטלס פראפייל (טרינקערס? זויפערס! זיי הערן נישט אויף אפילו בטעות) גענומען די מיה זיך אנצוטאן דעם היטל זייערס לרגל די פייערונג!
הזאת השטיבל? חברה וועקט אייך אויף! צוויי יאר! יאפס! עס הערט זיך אזוי קראצעדיג אבער צוויי יאר איז שוין פארלאפען זינט אונזער אדמינאסטרעיטאר האט געשניטן דעם בענדל ואין פוצץ פה ומצפצף!

צוויי יאר? עס לאזט זיך קוים גלייבן!
איי... ווען מען קען ווען צוריק אביסל אריינפארן אינעם עבר... בעליוו איט אר נאט, אונזער חכם יידל האט אמאל אינדזשויד נארישע שמייכעלדיגע בילדער... אמאל האט אים גאר אנגעכאפט א פינעף ווערטערגידע געשפרעכעריי גוסטע...
יאנקל מיט די ערענסטן געזיכט האט נאך געקענט אריינווארפן א ווערטל דא דארט... איי איי איי.... איך האב נאך געהאט דאגות פון אפאר בעקעלעך.... שמואל הלוי דערמאנט דעם עולם צו ציילן ספירה מיט א גראם אינדערזייט... הרב_שלום טרעפט בילדער לכבוד פורים... קול גדול הערט נישט אויף שרייען.... און בין העמודים ווערט נולד א קופערניקוס.... איי איי איי... פון פשוטע ביטול ברוב שאלות ביז קאמפלעצירטע 'חסידים זענען מקפיד צו דאווענען פאר'ן סוף זמן תפילה' נושאים...

אינדערמיט פון די כינוס כלל ישראל טענה'ריי ברענגט אונזער וואן ענד אלני געפילטע א בפירושע שפת אמת וואס רעדט ממש לענינינו... שרגא פון זיין זייט בלייבט נישט שולדיג... צונעמט די נושא מיט א קלארקייט... חיים נחום איז אויך פרא דעם כינוס געשטימט, הגם דער אופן וויאזוי עס ווערט געפירט שמעקט אים נישט צו שטארק... אך שמח גאראנטירט לעבעדיגע בילדער פונעם אווענט... אזוי אינעם ברען פונעם דעבאטע וויל אונזער 'איך אויך' נאר וויסן צו די סאטמערא האבן א יד דערין, אויב יא גייט עס זיין א דורכפאל... יואליש ווארפט אריין א שורה און דער עולם לאכט פאר די נעקסטע פאר טאג... אונזער ראשעקאל זז"ג פיטערט אונז מיט לייוו לינקס און וויכטיגע אפדעיטעס... בשעת ווען דבילה טובל'ט זיך אריין מיט זיין וויכטיגן אנאליז און ואיננו... ביז א האלבע יאר זיכטס מיר ניטאמאל...

"כינוס ארויף כינוס אראפ" שרייט אונזער פראפעסאר שפירא! אלעס איז בלויז קאנספיראציעס! עס איז קלאר ווי דער טאג אז די גרויסמאכטן ווילן אונז אלע פאר'סמ'ן... ווידער קאווע טרינקער מיט זיין שפוציגן שטריימל ברימט זיך אונטער זיין באליבטן 'טונקעלען מארגן' ליד מיט א געשמאקן קול מבשר שיעור אינדערזייט, און פייפט אויפ'ן וועלט...

די לופט ווערט שוין רוהיגער מען קען שוין צוריק אויפלעבן אונזער צוויי ווערטער געהענגעל... פשוט קאמפלעצירט האט זיך אריינגעלייגט בעובי הקורה צו מסביר'ן פאר אונז פשוטע קלעצער איינשטיינס רעוועלאציע מיט א זעלטענעם בהירות... קול דודי איז למעשה נישט מסכים... איך קלאץ פארשטיי נישט קיין ווארט ווען אינדערמיט ריקט זיך אונזער ונבנתה העיר זאל זיין געזונט אן און איז בונה וסותר העיר על תילה...

א פריש כוכב בנימין פרנקל ריקט זיך אריין ווי א גרינער וואס פארשטייט נישט קיין מילה אידיש, און ווארפט צוזאם פלאות'דיגע ארטיקלך בלשון המדרש... למעשה האט זיך עס אזוי עוואלירט און פון בנימין פרנקל דובר לשה"ק בהברת ספרדית, איז נולד געווארן א בענדזשימאן פרענקל וואס פארשטייט גוט צום אונגארישן ראפעגאש און פוילישן יאפטשיק... אבי מען זאגט אז מען זעט נישט קיין אפענע זאכן בימינו אלה...
א רייע חכמים האבן זיך אזוי אריינגעריקט אונטערן ארבעל, אזא לעיקוואד און יאיר... דאס ציוועלעזירטע המון עם פריווט אפילו נישט אריינצורעדן אין זייער היציגע דעבאטעס אויסזארג מען זאל נישט פארציקט ווערן פון די פייער חכמה צונגען וואס שפריצן אן א אויפהער...

ביקש לישב בשלוה, און וועבערמאנ'ס סעמעטוכא דרייט ווייטער אן א מצב... אונזער אב הידענים מיט'ן געמאכטן תמימות ה"ה ידידינו הר"ר ידען עפענט אויף אזא אומשולדיג אויסזענדען אשכול מיט א צוויי דריי שאלות, און יאווא! דער זאך פארט אויף הייווען! נישט מיר נישט דיר דערזעט מען זיך מיט א חשבון הנפש פון קופערניקוס צום הונדרעטסטן בלאט! און אונזער אלעמען באליבטן לעמאן דזשוס ז"ל ווארפט צוריק מיט קלארע בהירות... הגם דער צוגאנג וואס די רבנים האבן גענומען איז אים נישט אזוי צום הארץ... בן תמליון האט שוין ריטוויטעט ארן יאנעבע'ן צום פוציגסטן מאל אינעם לעצטן שעה...

און... ליידער האט די ביטערע סומאטאכע געקאסט א קרבן פון אונזער שטיבל ווען אונזער באליבטער גאלדענער קרוין האט זיך אפגעזאגט פון כאצמאטירדתנ'ס קאטשעניא, און איינגענומען א שטילשווייגעניש. אנפאנג האט נאך אויסגעקוקט ווי ער לאזט זיך איבערבעטן, למעשה האט ער איינגענומען שטילשוויגעניש, פינטל. ווער עס ווייסט עפעס מער אינפארמאציע ווערט געבעטן זאפארט זיך צו מעלדן צום איד'ס אפיס.

א נחמה פורטה נאך אונזער באליבטן לעמאן דזשוס; מיר האבן לכה"פ אריינבקומען א צווייטן געשמאקען געטראנק, א געטראנק וואס שפירט זיך אין אלע ביינער! א גלעזעל מאראנצןזאפט (איך פראביר נאך אלטס געוואויר צו ווערן, וואס די גהינם האט אים געשטערט א קלאפ צו טאן אויפ'ן ספעיס באר צווישן מאראנצן און זאפט, ומצוה ליישב) וואס צוגייט אין אלע גלידער כמים קרים על נפש עייפה! א מין געמויזאכטס וואס קען צוזאמישן פון אייזענבאך ביז הרב ווייס מיט אפאר יושע גליק'ס אינדערמיט אין עס זאל האבן טעם גן עדן!

א גרינעם מיטוואך קומט איינער קלאפן אויפ'ן טיר, האו איז דעיר? אה, איך גיי נאך געלט... נא, נאט אייך א טאללער... איך ווארף אים צו דעם טאללער און ער פאנגט אן פארציילן מעשיות ווי פון שיק'ס קונטריסים ארויס. געוואלט האב איך א קלאפ טאן דעם טיר און אים מכבד זיין מיט נשיקת מזוזה. למעשה האט ער זיך ארויסגעשטעלט אלטס איינער וואס איז אנגעפיקעוויט מיט ישרות און א קלארן פארשטאנד אין יעדער נושא! א ברסלבר להלכה!

און לאמיר נישט פארגעסן פון אונזער באליבטן, איידעלן, געשמאקן, הומאריסטישן, איך דארף נאך זאגן א נאמען? איך מיין אז נישט, אבער להוציא מלבן... יא יא, איך רעד טאקע פון דיר שמעקעדיג... מיום הוסדה של קאווע שטיבל שטייט ער דא מיט אזא איבערגעגבנקייט לעמוד ולשרת, צו גאט אין צו לייט!

עס ווירבעלט זיך, ניקים פארפירן נושאים אין תהום פון פארטיי אריין אלעס פארשטייט זיך מיט'ן בלויזן ציל לרומם ולפאר... מען דעבאטירט און מען שטימט ביז די געטרייע הנהלה האט באשלאסן צו ווידמן א ספיציעלן פארום וואס זאל באדינען די האקעלע יסודות הדת נושאים. איך לשעצמי האט גאנץ ווייניג געשמעקט דעם ברוינעם מאכל, למעשה חזרני בה. שטעלט אייך פאר מיר האבן נישט דעם שיפס קאפיטאן דא פאר א האלבע-דריי פערטל יאר! די לייצעס האט ער טאקע גענומען אין צימעס אבער גאנץ שנעל האט ער אנגעפאנגען משפיע זיין מטוב אוצרותיו בכל קצוי השטיבל.
ווידער אזא שעפטל, ווער נישט אויב צימעס וואלט אימפאטירט אהער אזא זאפטיגן שרייבער און אנאלאזירער אין געשמאקע נושאים ווייט ארויס פונעם צימעס וועלט!

אויף אפריל דעם פערטן האט זר ז"ל אנגעדרייט א געזונט שטיקל מיט יידל לרפו"ש, ווען לעמיל האט אהער דערליווערט א קנאק פון אן ארטיקל! זר, אמת דארט אין עולם האמת לאכט מען אויך פון דעם? עס איז געווען א גוטס... פארפאלן...

די נייעסטע באניצער איז... Motty107... וואס די העק! שוין ווייטער האט זיך אנגעריקט עפעס א צימעס ניק! וואס, ווער, ווען, וואו, ויקרא שמו בישראל מאטי (ששש... אגלה לכם סוד גדול...לבית זינבערגן, ביטע נישט פארשפרייטן) האקט שטיקער! ווארפט צוזאם גאונות'ן אונטערן נאז. ער מיט נולד מאוחר האבן פראבירט איינצורעדן דעם עולם אז זיי קענען נאר ציילן ביז צען... העי, ענקער וויץ איז נישט געלונגען, היבש ווינקעלדיג געווען.
הוגה שרייבט ארטיקלך ווי איך שליקץ! און נישט סתם ארטיקלך נאר ארטיקלך וואס דער נאמען זיינער איז צוגעפאסט ממש ווי פון סיני! (העי! האלט דיך איין! איך ווייס וואס עס ליגט דיר יעצט אויפ'ן צינג... קראכן זאלסטו...)

יואב! פון רעסייקעלטע פאפירן ביז מומע יענטלן, אלעס איז א וויץ! דאס לעבן גייט אים גיט מיינט ער אז ער קען שטיין אין די זייט אין חוזק מאכן פון אלע ארומיגע כחומר ביד היוצר... הער נאר יואב'ל זיסער, איך מיין בלויז דיין טובה... דער רבי פלעגט שטענדיג מעורר זיין אז עס איז דא א מושג פון פעי בעק טיים... אז נישט היינט איז עס מארגן... שוין, כ'האב גארנישט געזאגט.

און סאשי... אוי, דיינע בילדער בארוהיגן אסאך מאל אנגעצויגענעג געמיטער, איך האב עס געהערט פון עטליכע שלום בית עקספערטן. ניינציג פראצענט פון 'נישט גיטין' זענען צו פארדאנקען סאשיס בילדער וואס לאזן אויף די אנגעצויגענע מאנגלען...

עניוועיס עס איז שוין דער דריי און צוואנציגסטער דמוקפין... לאמיר שנעל שלחנ'ן אולי ירחם.

לאמיר נאר אויספירן מיט א תפילה צו די אלע געשטארבענע, פארשלאפענע, פארוואונדעטע, פארביילטע, פוילע, אומטיגע, וכו' וכו'; עורי ישנים משנתכם! הערטס אויף מיט די אלע תרוצים! שיבערווישערס זאלן זיך אהער כאפן ווי נאר זיי ענדיגן ווישן, דער פרענקל זאל אזוי גוט זיין און סערווירן אביסל הייסע חמין. און צו דיר פרישער וועל איך פריבן ריידן פרידיזש, אין עולם הביעה זעט מען דיר אויך נישט... איך האף (וויאזוי זאגט מען עס נאר אויף פרידיש? וואטעווער) אז מעדארף נישט מבתל זיין בתילות טובות. ונזכה לבלא בלא תיכף ומיד ממש.

#אוןדערקליינערבלעטעלעאיז... איינגעשלאפן זיס...
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
באניצער אוואטאר
דריידל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1146
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 17, 2014 12:42 am
געפינט זיך: נישט אהער און נישט אהין
האט שוין געלייקט: 1132 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1247 מאל

שליחה דורך דריידל »

מה נאמר ומה נדבר. איך האב אריינגעוואנדערט דא אין שטיבל אביסעלע צו שפעט איך זאל קענען פארשטיין אלעס וואס געציל שרייבט בין השירות. אבער דאס לאכעריי בשעת'ן ליינען די תגובה האט נאך אלץ אפגעהילכט גאר ווייט.
פארדריי די דיר דיין קאפ
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

:lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol:

ווען איז די פינקליכע דעיט פון די יאהרטאג?
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

פעברואר דעם דריי אונד צוואנציגסטן, א' אדר תשע"ב.

געצל איז בעק!
ראשעקאל האט געשריבן::lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol:
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3112
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6841 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל

שליחה דורך הוגה »

שוין! פיינעלי האמיר קלארע proof אויף תורה מסיני....

הערליכע ארטיקל. וכאן המקום להודות פאר די בעלי בתים, גבאים און אחראים פארן צושטעלן אזא שיינע פלאץ. אויך פאר די שרייבער - אלע שרייבער פון אלע זייטן, אזא געשמאקע diverse גרופע שטעלט צו א געוואלדיגע פיקטשער, גענוג סחורה פאר א יעדעם. מארק מיי ווארדס, ק"ש וועט זיין א היסטארישע זאך. מען וועט איר דיסקוסירן פונקט ווי ראזע פארקס. ישלם השם פעליכם ותהי משכרתכם שלמה מעם השם.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

עוז והדר וואלט געמאכט פון דעם ארטיקל צוויי בענדער מתיבתא גמרות!! מראי מקומות פון א' ביז אא'תתתק"כ.
הערליך משה געציל. ייש"כ. (האסט פארגעסען פון מיינע סעקראטארן עליהם השלום)
Under influence
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

משה געציל בתפארתו....!!
ווער געדענקט נאך זיינע חיבורים וואס האט באלויכטן יעדן אידישן הויז אין די זומער צייטן? ווער געדענקט נאך די בעשוי מיטן שטריימל? דער קאמף מיטן פליעדיגס? און נאך און נאך....
משה געציל מיר בענקען נאך דיר אויך, קשוט עצמך! מיר דארפן דיר פונקט אזוי שטארק ווי פראנקלין און קופערניקוס.... הלא אם קטן אתה בעיניך, איז עס פלעין ענווה, גלייב מיר דו טויגסט, ביסט פון די טאפ 10 שרייבער אין שטיבל!

יישר כח פאר די געוואלדיגע ארטיקל און פאר די קאפלימענטן בשפע. קיעפ איט אפ...........
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
ברסלבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
האט שוין געלייקט: 3570 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל

שליחה דורך ברסלבער »

[tag]משה געציל[/tag], פארפאלן, בעסער ווי גוט! מזל טוב צו גאנץ קאווע שטיבל צום צווייטן געבורטסטאג. און זאל דיין ארטיקל זיין לזכות ולרפו"ש צו די אלע פארשוואונדענע, זיי זאלן אפגעפינען ווערן אין א גוטן צושטאנד בקרוב ובמהרה.

גראדע ביך איך נעכטן נאכט געווען ביי דיין טיר נאך צדקה, דיין קליינער יאנקעלע האט געעפענט, ער האט געזאגט אז טאטי איז זייער פארנומען. זעהענדיג זיין באזארגטע געזיכט האב איך אים געפרעגט אויב אלעס איז אין ארדענונג, זאגט ער מיר אז טאטי זיצט שוין אין הכנות שטיבל א לענגערע צייט, קליינע געלעכטער הערט זיך ארויס פון צייט צו צייט, אבער ער רעאגירט נישט בכלל ווען מען פרעגט אים וואס גייט פאר.
איך האב אים פרובירט צו בארוהיגן, אבער אין הארצן האב איך געוואוסט אז מארגן קען איך ערווארטן א גוטס אין שטיבל. וכך הוה, איך האב זיך נישט גענארט ב"ה.
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
באניצער אוואטאר
נאר,,פרייליך
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1615
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 10:52 pm
האט שוין געלייקט: 109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 217 מאל

שליחה דורך נאר,,פרייליך »

די צווייטער יארטאג קענט איר שוין גיין פראווען אינעם צענטער יארטאג פון פוטסטעפס שטיבעל על פי רוב זענען רובא דרובא פון די געוועזענע פארשווינדענע צובראכענע צוביילטע ערגעץ דארטען אומגעקומען, און נארמאלע נושאים ווילען זיי בשו''א נישט דיסקוסירען, זיי זענען מוכן ענדערש צו רעזיגנירען ווי איידער צו זיין געצוימט איבער די או.טו.די. נושאים

מז''ט צום צווייטען יארטאג ! ! !

ייש''כ געציל פאר'ן געדענקען דעם שיפ'ס קאפיטאן, האסט אינגאנצען פארגעסן פינעם פישעלע הערינג וואס האט אנגעמאכט דעם בלעטער סומאטוכע וואס זינט דאן זענען די בלעטער ווי אינעם ים אריין.
לעמיל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2901
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 17, 2012 1:10 pm
האט שוין געלייקט: 913 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 692 מאל

שליחה דורך לעמיל »

משה געציל האט געשריבן:אויף אפריל דעם פערטן האט זר ז"ל אנגעדרייט א געזונט שטיקל מיט יידל לרפו"ש, ווען לעמיל האט אהער דערליווערט א קנאק פון אן ארטיקל! זר, אמת דארט אין עולם האמת לאכט מען אויך פון דעם? עס איז געווען א גוטס... פארפאלן...

דאס איז די גאנצע וואס מ'געדעינקט פון מיך...
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום לעמיל, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

משה געציל האט געשריבן:א גלעזל מאראנצןזאפט (איך פראביר נאך אלטס געוואויר צו ווערן, וואס די גהינם האט אים געשטערט א קלאפ צו טאן אויפ'ן ספעיס באר צווישן מאראנצן און זאפט, ומצוה ליישב)

אין די תורה טרעפן מיר גאנצעטע חשבונות, די י' פון שרי/שרה און די ה' פון אברם/אברהם און די י' איז געגאנגען צו הושע/יהושע בן נון א.א.וו.
איך האב מיך געוואונדערט פארוואס נאר,,פרייליך האט געמאכט צוויי הפסק-טהרה'ס צווישן די ערשטע חלק און צווייטע פון זיין ניק, נו אם אינו ענין לגופו תנהו לענין אחר, נעם פון דא און לייג צו דארט, והכל על מקומו יבא בשלום.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 8315 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

מזל טוב קאווע שטיבל!
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
פישלע העררינג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1396
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 11:19 am
האט שוין געלייקט: 3030 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2212 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך פישלע העררינג »

[tag]משה געציל[/tag], איך האב געוואלט האלטן א סוד, אבער אז דו וואנדערסט זיך, 'על איך דיך זאגן. עס קומט עפעס גוט. סטעי טונד ווי מ'זאגט אויף אונגאריש.
(- - -)
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 8315 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

מזל טוב!!!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום רויטע וואנצעס, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
באניצער אוואטאר
גבאי
געוועזענער מנהל
געוועזענער מנהל
הודעות: 177
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 26, 2012 6:16 pm
האט שוין געלייקט: 2 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 22 מאל

שליחה דורך גבאי »

עס איז באמת א גרויסע שמחה אז מ'האלט שוין נאך צוויי יאר, אבער די הנהלה האט פאריאר באשטימט ר"ח אדר ווי דער פייערונג טאג. וועלן מיר צואווארטן אביסל...
באניצער אוואטאר
דריידל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1146
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 17, 2014 12:42 am
געפינט זיך: נישט אהער און נישט אהין
האט שוין געלייקט: 1132 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1247 מאל

שליחה דורך דריידל »

דער עולם לעכצט שוין און קען נישט צו לאנג ווארטן. איך האב מורא אויב וועט מען אפשטיפען די פייערונגען וועלן די חברים באשטימען א נייע הנהלה
פארדריי די דיר דיין קאפ
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

מיר וועלן מאכן אן עגל!
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
משה געציל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1676
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2705 מאל

שליחה דורך משה געציל »

איך שפיר מיך באמאכט, פון אלע זייטן אישית'ן.
"משה געציל זיסער, אלעס פיין און אלעס וואויל, איר האט אבער פארגעסן אז אן קיין דרייוער קומט מען נישט אן אין ערגעץ".
ס'הייסט אונזער אלעמען באליבטן בעל העגלה האט מען אויסגעלאזט? ר' בערל זיסער עס זאל אייך נישט באנק טאן ח"ו, איך האב נאר פראבירט אינטערוויאן ר' סענדר דייטשס קינדער בעפאר, איך האב זיי נישט געקענט כאפן. וה' הטוב יכפר.
לויט ווי איך קען ר' בערל'ן לאכט ער ממילא פון די אלע אונטער פופציג. :D :) ;) :( :o :shock: :? 8-) :lol:

און אז מען קומט אריין אין שטיבל און עס שמעקט פון פרישע אונגארישע גאלאש, און דער קעכער איז מלא ספיקות וויאזוי מגדיר צו זיין דעם קיגל. אוואו פונקטליך ווערט דער חלות (מיט א גולם, סארי חולם דגושה), אווער קאכט דא צוזאם אזא מאכארייקע אויב נישט אונזער פיל פארביגער היימישער ליטוואק? מיט א צוויי שורות בויט ער הגדרות על גבי יסודות און ציט פרישע ספיקות און מסקנות....
ווער רעדט נאך ווען חכם גנדי קומט אריין און ווארפט צו עפעס א חדיל'ה, דא שפירט ער זיך אינגאנצען היימיש.... דער עיקר איז אבער מען זאל ח""ו נישט ארויסקריכן מיט קיינע מסקנות פאר מען האט אנדערע ספיקות און חקירות...
און ווען טעפל זעט אז דער מצב ווערט אנגעצויגן קומט ער ווארפן אפאר קענדיס, א טעפל מלא וגדוש על כל גדיותיו!

וזאת למודעי, איך האב אנגעפאנגען שרייבן אויף א בערכ'דיגן סדר, לויט ווי זאכן זענען געפארן דא אין שטיבל מיום הוסדה. ווען איז קומט צו די פרישע גענעראציע פון ניקס קען מען שרייבן און שרייבן אן אויפהער! דרייט זיך דא לדוגמא איינער מיט רויטע וואנצעס, קוקען קוקט ער אויס ווי די קלאן פון שטאט, למעשה אזוי אומבאמערקטערהייט האט ער א כאפ געטאן די לייצעס אין די הענט אריין און ער שיסט מאוצרותיו המלאים! נעמט אזא פישעלע הערינג, מיטן גארטל און די צווי בארוויסיגע הענט טאנצט אריין אינעם שיסל הערינג, א ברכה צו מאכן! צו אזא טיטאניק, אדער אפטאמיסט, חברה אנגעפיקעוועט מיט כשרון. עבר הנהר מיט זיינע אנאליזן, אה! אי"ה לכשירחיב הזמן.
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
באניצער אוואטאר
משה געציל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1676
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2705 מאל

שליחה דורך משה געציל »

קאווע טרינקער האט געשריבן:עוז והדר וואלט געמאכט פון דעם ארטיקל צוויי בענדער מתיבתא גמרות!! מראי מקומות פון א' ביז אא'תתתק"כ.
הערליך משה געציל. ייש"כ. (האסט פארגעסען פון מיינע סעקראטארן עליהם השלום)

פארגעסן?! נאך ווי איך געדענק, אפגעשריבן א לאנגס און א ברייטס איבער זיי, כ'האב גע'שלח'ט און עס איז צוריקגעקומען א ווארענונג;
"די הודעה איז נישט ערלויבט אינעם אפענעם פארום, פאר מער פארבינדט אייך מיט די אחראים"

בד"וו, יושע לייפער זאגט אז ער נעמט נאר אן עורך צו זיין הערכת וואס זענען געשריבן געווארן על טהרת הקודש, על נייר פלסטיניה, און עס מיז האבן א בלעטעל פאר אליעזר קעסטענבוים.
נאר,,פרייליך האט געשריבן:די צווייטער יארטאג קענט איר שוין גיין פראווען אינעם צענטער יארטאג פון פוטסטעפס שטיבעל על פי רוב זענען רובא דרובא פון די געוועזענע פארשווינדענע צובראכענע צוביילטע ערגעץ דארטען אומגעקומען, און נארמאלע נושאים ווילען זיי בשו''א נישט דיסקוסירען, זיי זענען מוכן ענדערש צו רעזיגנירען ווי איידער צו זיין געצוימט איבער די או.טו.די. נושאים

הונדרעט פראצענט, עס חידוש'ט מיר פארוואס איר דרייט זיך נאך דא.
לעמיל האט געשריבן:
משה געציל האט געשריבן:אויף אפריל דעם פערטן האט זר ז"ל אנגעדרייט א געזונט שטיקל מיט יידל לרפו"ש, ווען לעמיל האט אהער דערליווערט א קנאק פון אן ארטיקל! זר, אמת דארט אין עולם האמת לאכט מען אויך פון דעם? עס איז געווען א גוטס... פארפאלן...

דאס איז די גאנצע וואס מ'געדעינקט פון מיך...

לעמיל? פון די עמודי התוך פון אונזער שטיבל! עס גיסט זיך פון אייך מלא חפניים.
משום עינא בישא האב איך נאר געוואלט אביסל צומישן דעם שטן.
שיטה מקובצת האט געשריבן:איך האב נישט זוכה געוועהן צו משה געציל'ס קריאת ה'

איך מיז מיך באמת אנטשולדיגן, איך האב נאר מורא געהאט פון אייער געשליפענעם פעדער איר זאלט מיר נישט צו'מזיק'ן נאכדעם אויפ'ן חשבון פון ר' אביגדור מיללער ז"ל...
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3795
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 6591 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל

שליחה דורך ונבנתה העיר »

ואי לא, לימא, עיזי דבי טבחא, די גבאים מיט חלפים, שמינא מינאי, זענען שטערקער פון מיר...
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

מ'טאר נישט מקדים זיין די גאולה פאר די צייט.
באניצער אוואטאר
משה געציל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1676
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2705 מאל

שליחה דורך משה געציל »

תוספות יו"ט.
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
מורינו הרב
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1136
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 05, 2012 4:48 pm
האט שוין געלייקט: 108 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 311 מאל

שליחה דורך מורינו הרב »

מוחה אויף משה געציל: מנשה לוסטיג איז נישט דערמאנט געווארן דארט.
ריין דיסקרימינאציע.
פארשפארט