שרעקליכע בזיון המת אין לאנדאן

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
באניצער אוואטאר
לאנדאנער
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 23
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 22, 2014 10:41 pm
האט שוין געלייקט: 2 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 21 מאל

שרעקליכע בזיון המת אין לאנדאן

שליחה דורך לאנדאנער »

א שטילע מהפיכה טוט זיך יעצט אפ אינערהאלב די לאנדאנע אידישע געמיינדע. עס איז נישט פאר אלעמען באקאנט אבער איז א טרויעריגע געשיכטע דאס דעם פארגאנגענעם פרייטאג האט א איד, א משולח פון ארץ ישראל, מנהל פון באיאן׳ער ישיבה אין ירושלים עיה״ק, אויסגעהויכט זיין נשמה אין א לאנדאנע שפיטאל, זייענדיג אין די פרעמד נאך געלט, נאכן כאפן א פאטאלע הארץ אטאקע אין די פינטערס מקוה.
די בראך הייבט זיך אבער אן מיט די קאראנער׳ס אפיס וועלכע יאגן זיך אינגאנצן נישט. ביי בני ארץ ישראל איז שנעלע קבורה א ״מאסט״ ממש, און דארט שפענדעט מען נישט קיין איבריגע נאכט כמעט ווי קיינמאל. ווייטער ביי די אמעריקאנע אידן איז דאס שוין א אויסגעאקערטע פעלד, וואס כאטש די גוי׳שע מעדיקל עגזעמינאר וואלט גערן געקענט באשטיין ארומצופוילעצן אביסעלע, האבן זיך שוין ר׳ עיב פרידמאן מיט זיינע קאלעגע ליעזאנס זייערע דרכים וויאזוי דורכצוהאקן אלע פארשפארטע טויערן. און יעצט קומט איר צו צו לאנדאן בתפארתה.
(איר קענט באקומען א שטיקעלע מושג מיט וואסערע רואיגקייט די חברה קדישא אין לאנדאן ארבעטן אפילו ביי אזעלכע פעלער דורכן אריינבליקן אין מנשה לוסטיג׳ס ארטיקל פון זיין עקספיריענס מיט די רואיגע הייליגע לייט)
מ׳שטיימער שוין ליידער ביי צוויי און א האלב טעג זייט דער איד האט זיך געזעגנט פון דעי וועלט, דארט מעבר לים שטייט א צובראכענע צוקלאפטע משפחה און ווארטן און פרעגן מה זאת ועל מה זאת, די צעטלעך אין ירושלים וואס קלאגן אויף ר׳ נתן דונט ז״ל ווערן שוין עטוואס פארגעלט און טיילווייז איבערגעדעקט מיט פרישע צעטלעך, און דא זיצן זיך די לאנדאנע עסקנים און טרינקען טיי, און ווארטן אויף מאנטיג צופרי 8 אזייגער ווען די קאראנער׳ס אפיס וועט זיך עפענען, און דעמאלטס וועט מען שיקן א שיינעם אימעיל מיט פילע פליז׳עס און טענקיו׳ס און ווארטן אויפן עקזעמינערס תשובה מאנטיג ביינאכט אז דינסטאג צופרי קעמען שוין מאכן די לויה כדי אז מיטוואך מיטאג כמעט א וואך נאך די פטירה זאל דער נפטר קענען קומען למנוחות אין ארץ ישראל.

איז דאס נארמאל?
מען מוז זעהן עפעס צו טון אז מ׳זאל קענען אדורך פירן אזעלכע ענינים גרינג און שנעל, ווייל אנשטאט טון וואס מ׳דארף ווען מ׳דארף, זיצן יעצט לאנדאנע עסקנים אין שול און קלייבן חתימות פאר א פעטישן... מאך נישט קיין פעטישן, קלאפ נישט, שריי נישט, מאך די קאנעקשענס פריער וועסטעך נישט דארפן ברעכן קאפ ווען עס קומט צו א קריזיס!

(איימסארי אז איך קום מיר דא אן מיטן ערשטן תגובה אזוי שארף און ווייטאגליך, א פרישע ניק מיט שלעכטע בשורות, אבער עוד חזון מ׳עמיר נאך שרייבן שענער וועגן לאנדאן אין שענערע אשכולות.)

דער אשכול פארמאגט 23 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר