גיוס בני ישיבות -ליידער- שוין א פאקט, א געזעץ!

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
פארשפארט
באניצער אוואטאר
נאר,,פרייליך
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1615
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 10:52 pm
האט שוין געלייקט: 109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 217 מאל

שליחה דורך נאר,,פרייליך »

זלמן זאפיר האט געשריבן:
אפטעמיסט האט געשריבן:ס'איז נישט דא קיין עצה, די מצב איז ביטער ווי א גל. ווילסט פראטעסטירן די גיוס? פיין און וואויל. אבער אפשר טרעפסטו א נארמאלע וועג מוחה צו זיין? סתם ארויסברענגן טויזענטע חסידים וואס קענען נישט קיין ענגליש צו שרייען פוי? וואס קען מען דא מסביר זיין פארן גוי, אז חרדי'שע אידן האבן רויטערע בליט און זענען סופער-יומען? פארוואס זאלן מיר נישט דינען אינעם מיליטער?
די טיפשות שרייט ביז'ן הימעל. ס'פשוט בזיונות צו זיין אז איד.



אז ס'טוט וויי שרייט מען אין אז ס'טוט נישט וויי שרייט מען נישט
אינטערסאנט דער גוי להבדיל האט נישט קיין פראבלעם ארויס צי קומען אין די מיליאנען צי פראטעסטירן וועם אים טוט עפעס וויי
איז דא א פליכט אויף אינז
1 ) ארויס צי ברענגן אינזער ווייטאג לעיני העמים והשרים פאר די גאנצע וועלט
2) ארויס צי ברענגן אינזער ווייטאג צי ס'טוט יא אויף דאס האט שוין נישט מיט אינז
אינז דארף מיר טיען א פעולה אין דער רבוש"ע וועט שוין טיען זייניגע


מען זעהט דאך אפילו די וואס האבען אנדערע קבלות בנוגע די מהלך המלחמה קומען שוין אויך קיין אמעריטשקע פראטעסטירען
נו זעהט מען אז בלויז דאס איז וואס מיר קענען משתדל זיין ע''פ דרך הטבע,
א חוץ מלהרבות פעלים לתורה ועצרת תפילה, מיז דער כלל ישראל ארויסגעבן די ווייטאג
בן-זומא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 50
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 29, 2012 2:34 pm
האט שוין געלייקט: 31 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 29 מאל

שליחה דורך בן-זומא »

100 % גערעכט, יעדע מענטש האט רעכט אויסצידרוקן ווייטאג בפרט אין אזעלעכע זאכן וואס אפילו א פשוטער גוי פארשטייט אז איך בין גערעכט, יעדער נארמאלער מענטש ווייסט אז אויב א סטודענט לערענט אין קאלעדש איז ער פטור פון דינען אין די פאליציי, פארוואס מוז ארץ ישראל אייביג זיין אנדערש??
זלמן זאפיר
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 817
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 09, 2012 3:54 pm
האט שוין געלייקט: 10 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 70 מאל

שליחה דורך זלמן זאפיר »

די אלע וואס קומען נישט ארויס פראטעסירן אלץ ביטול תורה
1) ביי זייערע וואלן קערן זיי איבער די שטאט מיט ביטול תורה לכה"פ א וואך ווי יעדער ווערט איינגעשפאנט פארדעם
2) יעצט קערן זיי איבער א ישיבה פאר זיי אינטערסן אין ציטערן נישט גארנישט פאר ביטול תורה

יעצט צוריק צים ענין די אלע וואס ווילן נישט קיין פראטעסן איז נישט וועגן ביטול תורה צי גאר ווייל זיי ווילן האבן א נארמאלען פנים אין די גאס

זיי גייט פלען נישט אן די גזירה ליידער

ווייל ווען ס'קומט צי זייערע אינטערסן קערן זיי שוין איין מאל איבער די גאס אין שעלטן קללות אשר לא היתה מאז ומקדם
באניצער אוואטאר
נאר,,פרייליך
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1615
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 10:52 pm
האט שוין געלייקט: 109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 217 מאל

שליחה דורך נאר,,פרייליך »

ניש לאנג צוריק האט מען געהערט א געשעהניש ווי ביי די אנשי ביטול תורה האט מען אינמיטען זמן
צובראכען א ישיבה משום הצלת ביטול תורה

יענ'ס געלעכטער
באניצער אוואטאר
גיבור
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 298
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 14, 2013 4:07 pm
האט שוין געלייקט: 206 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 231 מאל

שליחה דורך גיבור »

נפתלי בענעט פון הבית היהודי האט געשיקט א בריעף צו ביבי נישט צו ערלויבן קרימינאלע סאנקציעס פאר ווער עס שטעלט זיך נישט צום צבא נאר כלכליות .
עס איז צו ערווארטן א שארפע ריס צווישן עם מיט לאפיד .
ווען מיינע שונאים רייסן זיך צווישן זיך ...........................................אהההה !!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!
איזהו גיבור ?
באניצער אוואטאר
גיבור
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 298
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 14, 2013 4:07 pm
האט שוין געלייקט: 206 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 231 מאל

שליחה דורך גיבור »

עס איז מיר א ווינדער אז די אשכול איז טויט לעצטנס ממילא וועל איך אביסל אופדעטן די עולם מיט מצב יעצט מיט די גזירה,
ווי שוין ערווענט אויבן כדי א געזעץ זאל ווערן אנגענומען מיז עס אריבער גיין מיט א מערהייט דריי מאל אין כנסת, די ערשטע מאל כדי מען זאל בכלל קוקען אויף די חוק נאכדעם וואס עס גייט אריבער די ערשטע מאל שיקט מען עס צו א וועד וואס איז צאמגעשטעלט פון אלע מינע חברי כנסת און זיי ארבעטן אויס די געזעץ מיט אלע דיטאלן דורך וואלען אין די וועד, און הערשט נאכדעם ברענגן זיי עס צוריק צום כנסת ווי מען וועלט א צווייט און א דריטע מאל און נאכדעם איז עס א חוק,
יעצט ווען די פותח האשכול האט געעפנט די אשכול " גיוס בני ישיבות -ליידער- שוין א פאקט, א געזעץ!" איז עס אין פאקט נאר אריבער די ערשטע מאל ממילא קיין חוק איז עס נאכנישט געווען,
נאר עס איז געפארן צום וועד בראשות ח"כ איילת שקד ווי עס ווערט טאקע אנגערופן וועדת שקד, מען האט זיך אויסגעטענהט במשך א האלבע יאר, און אין די איצטיגע טעג קומט פאר די וואלען אינערהאלב די וועד, נעקסטע וואך אנהייב וואך גייט מען וועלן וואס די סאנקציעס זאל זיין, ווי עס זעהט יעצט אויס וועלן רוב וועלן פאר קרימינאלע סאנקציעס,
און ח' אדר ב' מאנטאג פרשת צו וועט פארקומען די וואלען אין כנסת ווי עס וועט אריבערגיין מיט אסאך מער ווי רוב,
און דאן וועט זיין "גיוס בני ישיבות -ליידער- שוין א פאקט, א געזעץ!"
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום גיבור, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
איזהו גיבור ?
לבונה זכה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 118
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 11, 2013 3:36 pm
האט שוין געלייקט: 257 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 234 מאל

שליחה דורך לבונה זכה »

באניצער אוואטאר
גיבור
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 298
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 14, 2013 4:07 pm
האט שוין געלייקט: 206 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 231 מאל

שליחה דורך גיבור »

איך האב לעצטע וואך געשריבן אז יעצט גייט פארקומען די וואלען צו די סאנקציעס וועלן זיין עקאנאמיש אדער קרימינאלע, די וואלען האט געהייסן צו זיין 4 אזייגער, אבער מען האט געמאלדן פאר'ן חברי הוועד אז מען האט עס אפגעשטיפט אויף שפעטער אדער אויף מארגען, די סיבה פון דעם איז נישט קלאר יעצט אבער עס זעהט אויס ווי ביבי'ס ארבעט וועגן פרעשור, אזוי אויך האבען 50 ראשים פון הבית היהודי געשיקט א בריעף צו די חברי כנסת פון הבית היהודי אז זיי זאלן וועלן קעגן קרימינאלע סאנקציעס,
אין אנדערע נייעס זענען די פרימע חברי כנסת פון די וועד ארויס פון די וועד ווייל מען קען גארנישט אויפטון נישט צו ערלויבן קרימינאלע סאנקציעס.
אין לך את ההרשאות המתאימות על מנת לצפות בקבצים המצורפים להודעה זאת.
איזהו גיבור ?
באניצער אוואטאר
גיבור
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 298
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 14, 2013 4:07 pm
האט שוין געלייקט: 206 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 231 מאל

שליחה דורך גיבור »

אין די יעצטיגע מינוטן קומען פאר די וואלען אין די וועד וואס ווי ערווארטעט איז עס אריבער מיט רוב אויף קרימינאלע סאנקציעס, בפרט נאכדעם וואס די פרימע חברי כנסת פון יהדות התורה און ש''ס זענען נישט געקומען וועלן נאכדעם וואס ביבי האט זיך געבראכן נאכאמאל פאר לאפיד און צוגעזאגט צו וועלן פאר קרימינאלע סאנקציעס, האבן זיי פארשטאנען אז זיי קענען גארנישט טוישן,
עס איז וויכטיג צו באטאנען אז קיין סאך מאכט עס נישט אויס כמעט, פארקערט לכאורה איז עס בעסער פאר פרימע יודען, נאר בעיקר איז עס סימבאליש.
איזהו גיבור ?
גם כי אלך
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 80
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 16, 2014 1:31 pm
האט שוין געלייקט: 50 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 42 מאל

שליחה דורך גם כי אלך »

אינטערסאנט צו באטראכטן די רעאקציע פון די ליטווישע וועלט:

די מעין סטרים פראקציע, אונטער די פירערשאפט פון הרב שטיינמאן, האבן געעפנט א גאנץ שארפע ליניע אין זייער מלחמה פראנט, מען רעדט שוין ערנסט פון ארויסגיין צו עצרת'ן, און מען ניצט שארפע סטעיטמענטס קעגן ביבי פערזענדליך.

ווידעראום דער פלג הירושלמי אונטער הרב אויבערבאך קען נישט באהאלטן זייער פרייד אז סהאט זיך ארויסגעשטעלט צדקת דרכם, אויף די בלאגס און זייטלעך זעט מען א תרועת נצחון אויף זייער מנהיג'ס ווייטער בליק...
באניצער אוואטאר
ישמעאל הכהן
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2111
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 16, 2012 11:54 am
האט שוין געלייקט: 1551 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2012 מאל

שליחה דורך ישמעאל הכהן »

דער אידישער אפיקורס האלט יא פונעם דרעפט, נו מאובי תחכמינו וואס דארף א ערליכע איד האלטן?...

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=wm3-BgAjvB4[/youtube]
ראדיא באריכטער פאר ק''ש
גם כי אלך
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 80
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 16, 2014 1:31 pm
האט שוין געלייקט: 50 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 42 מאל

שליחה דורך גם כי אלך »

מען רעדט ערנסט פון אן עצרת המיליאן... כ'גלייב נישט אז סוועט זיין א מיליאן, אבער אויב קעמען ארויסברענגן אויך די ספרדים קען עס דערגרייכן שיינע נומערן, עיין ערך הלוית הגאון רבי עובדי' יוסף זצ"ל. און דא וועט נאך צוקומען נאך עטליכע טויזנט פון די עדה קרייזן, מעגליך אז סקען זיין גאנץ א גוטע מצב. די שאלה איז נאר וואס נאכדעם... גייט זיך דען לפיד דערשרעקן דערפון אדער גייט עס אים בלויז ברענגן מאמענטום אין די פרייע גאס?
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

שליחה דורך מאטי »

ישמעאל הכהן האט געשריבן:דער אידישער אפיקורס האלט יא פונעם דרעפט, נו מאובי תחכמינו וואס דארף א ערליכע איד האלטן?...

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=wm3-BgAjvB4[/youtube]

דאס ארבייט נאר, אויב ווען ער זאגט אז מ'דארף נישט גיין , דאן גייסטו יא.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
באניצער אוואטאר
ישמעאל הכהן
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2111
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 16, 2012 11:54 am
האט שוין געלייקט: 1551 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2012 מאל

שליחה דורך ישמעאל הכהן »

דאן וואלט איך געזאגט אז א הלייגער אידישע ניצוץ רעדט ארויס פון אים...
ראדיא באריכטער פאר ק''ש
באניצער אוואטאר
גיבור
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 298
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 14, 2013 4:07 pm
האט שוין געלייקט: 206 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 231 מאל

שליחה דורך גיבור »

ווער עס האלט נאר מיט די יודישע נייעס ווייסט אז כלל ישראל האט אויפגענומען מיט שאק אז מען האט באשטעטיגט קרימינאלע סאנקציעס,(קאוווע שטיבל ליינער זענען געוען גרייט אויף דעם אבער די וועלט זעהט זיך אויס ווייניגער) בקיצור עס איז צרות צרורות מען גייט אנהייבן איינזעצן בחורים רעכטס און לינקס,
מען רעדט פון א עצרת מיליון צו ווייזן די גאנצע וועלט אז היו לא תהיה,פארשטייט זיך אז ווער בין איך צו זאגן אין אזעלכע מינוטין וואס צו טון אבער מיין דעת בעלי בתים זאגט מיר ניין טו נישט גארנישט לאז עס לויפן אזוי ווי עס איז, איי וועסטו פרעגן פארוואס ?
לאמיר כאפן א שפאציר צו די פרייע וועלט זעהן וואס זאגן זיי צו די נייע חוק, רוב פרייע דאס הייסט מער ווי 80% אויסגעפרעגטע האלטן אין כאן שויון ואין כאן נטל אין כאן גיוס ואין כאן חרדים, און זיי זאגן קלאר עס איז נישט מער ווי א אחיזת עיניים די גאנצע זאך א גרויסע בלאף, פארוואס ?
לאמיר זעהן אביסל די דיטעילס פון די נייע חוק,
אין 2 וואכן מאנטיג גייט מען וועלן פאר די נייע חוק, און יא עס גייט ווערן באשטעטיגט !!!!!! כאפטס נישט קיין שאק פליז, איך געב ענק דא 2 וואכן זיך צו צוגרייטן, מען קען שוין פרינטן די קעפלעך פון די צייטונגען פון די הלם וואס כלל ישראל כאפט,
יעצט די ערשטע זאך וואס גייט א געשעהן איז אז גלייך נאכדעם גייט יעדער וואס איז 22+ באקומען א פטור און קענען גיין ארבעטן אזוי ווי איינער וואס האט געדינט אין מיליטער (פארשטייט זיך אהן די בענעפיטס אבער אויך אהן די שטערונגען פון א משתמט),
יעצט אלע וואס זענען יונגער ווי 22 גייען ווייטער באקומען א דיחוי פארן לערנען תורה אדער א פטור פאר משוגעים און דאס גלייכן (איקלודינג די וואס מאכן זיך), נאר די מדינה האט זיך געמאכט א גאול וויפיל דארפן זיך שטעלן וואס איז פאר די ערשטע יאר בערך 3000, און אין 2017 איז דאס 5200 פרימע יודען, די קשיא אבער איז מיהו חרדי – ווער הייסט א פרימע ? יעדער וואס היט שבת ? צו אפשר נאר סאטמערע ? אויב וועלן מיר רעכענען יעדע קאפל אלס פרום שטיי מיר דעמאלס זייער גוט, און אזוי אויך אויב רעכענען מיר די חבדסקער,
בקיצור ביז 3 יאר גייט מען גארנישט פילן ניטאמאל איין בחור גייט גיין זיצן (פארשטייט זיך איך רעד פון ווער עס שטעלט זיך, אזוי ווי ביז היינט) נאך דריי יאר קען געשען אפאר זאכן
1) די פרומע וועלן זיין אין ממשלה- קאאליציע ממילא וועט מען קענען דרייען ווער הייסט א פרומע ווי אויבן געשריבן, אדער אפשר גאר טוישן א פארט פון די חוק –א זאך וואס מאכט זיך טאג טעגליך,
2) אפילו אויב הייבט מען אהן רופען, איז עס נאר פון 21 יאר אלט און העכער און ביז דארטן באקומט מען זיכער א דיחוי, וואס דאס מיינט אז רוב (עכ''פ די חסידישע) זענען חתונה געהאט, וואס איז אסאך גרינגערע תנאים מען גייט אהיים ביינאכט מען קען באקומען גרינגע ארבייט ווי אין קאך- הכשר און דאס גלייכן, מען באקומט געלט אויסצוהאלטן די שטוב, בקיצור עס ווי א נארמאלע דזשאב, (אין פאקט איז דא היינט יונגעלייט וואס משום איזה סיבה האבן זיי זיך נישט געקענט זיך ארויסדרייען און זיי ארבעטן דארטן ביי כשרות, און נאכדעם איז שווער עס צו אפלאזן ווייל עס איז א גוטע פרנסה) פארשטייט זיך אליין אז איך קום נישט זאגן אז מען זאל גיין אין מיליטער ח''ו נאר איך וויל ארויסברענגן אז יונגע בחורים וועלן אזוי צו אזוי נישט מיזן גיין,
3) אפילו אויב גארנישט וועט זיך נישט טוישען מיז נישט זיין אז מען וועט אינפארסירען די געזעץ פשוט און פראסט, (פארגעסטס נישט אז גיוס בנות איז בתוקף נאר פשוט מען האט עס באגראבן) קען דא געשען די זעלבע זאך און עס איז דא אסאך סיבות צו זאגן אז אזוי וועט זיין, ימים יגידו..................................
אויב אזוי מה כל הרעש פון די פרימע? נאר א יונגעל א חברה מאן זעהט אז די רבי וויל עם שלאגן וויינט ער שוין גלייך אזוי וועט ער אפקומען ביליג, אויב זאלן די פרימע שרייען ניצחנו וועלן די שונאי הדת ווייטער פארארבעטן מעשים ממילא מיז מען וויינען, אבער די פרייע ווייסן גאנץ גוט אז די מצב ביי די פרומע איז נישט אזוי געפערליך און ער גייט נישט וועלן מארגען פאר לאפיד ווייל ער האלט אז לאפיד האט גארנישט דעליווערט, אבער אויב די פרומע וויינט מאכט עס עם שטיל, מה שאין כן אויב זאלן די פרימע צאמשטעלן א הפגנת מיליון איש וועט לאפיד האבן מיט וואס צו קאמפיינען קוק איך האב צוגעפיקסט מיליון דוסים,
ממילא דארף מען גיין אביסל לכאן ואביסל לכאן און נישט מגזים זיין מיט קיין איין שריט.
איזהו גיבור ?
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

דער בלוג כבר היה לעולמים ברענגט אראפ מיט פאקטן און דאקומענטען וואס די דעה און מהלך ביים חרדישער עולם איז געווען כלפי דער גיוס און צבא די לעצטע פופציג יאר. גאר אינטרעסאנט ואם יהיה לי זמן פנוי אעתיק משם די בילדער און דאקומענטען.
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
נאר,,פרייליך
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1615
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 10:52 pm
האט שוין געלייקט: 109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 217 מאל

שליחה דורך נאר,,פרייליך »

אינטערסאנט אז קיינער האט ביז דעים בלוג נאכניש געוויזען די מיינונג פון די ערליכע גדו''י פאר דעם לעיקוואד וואס אידען האבען צוטאהן איבער גיוס.

מעגלאך ער געהער גאר צו די יענע גדולים די רביים פון בודא און היימישער, מי יודע
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

גיבור, זאגסטו אז מיר האבן זיך נישט וואס צו זארגן ביז 3 יאר ארום? דאן וואס איז פשט אז עטליכע בחורים זענען שוין ארעסטירט געווארן אפאר וואכן צוריק?
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

אין אנדערע נייעס, בשעת מדינת ישראל גרייט זיך צו פארגרעסערן זייער מיליטער, פלאנט אמעריקע דורך מר. העיגל צו פארקלענערן די ארמיי צו די קלענסטע שטאפל פון פאר די צווייטע וועלט מלחמה.

דער אמת, ווי שוין ערווענט אין אנדערע פלעצער, דארף מען שוין נישט היינט צופיל מענטשן-פלייש אין מיליטער, טעכנאלאגיע איז היינט דער שליסל.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
גיבור
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 298
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 14, 2013 4:07 pm
האט שוין געלייקט: 206 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 231 מאל

שליחה דורך גיבור »

גיבור האט געשריבן:,
בקיצור ביז 3 יאר גייט מען גארנישט פילן ניטאמאל איין בחור גייט גיין זיצן (פארשטייט זיך איך רעד פון ווער עס שטעלט זיך, אזוי ווי ביז היינט)

קוק די איינגערינגעלטע !
יעדע בחור פאר ער ווערט 18 באקומט א בריעף אז ער דארף זיך שטעלן, ווען ער קומט אהין אויב זאגט ער אז ער לערנט באקומט ער א דיחוי אויפן פלאץ, אבער אויב קומט ער נישט הייסט ער א עריק און ער קען גיין זיצן, יעצט דאס איז די וויכוח, די מער מעסיגע (ליין שטיינמאן) זאגן ווילאנג מען געט דיר א דיחוי שטעל דיר, אזוי ווי די לעצטע 65 יאר, אויב דאס וועט זיך טוישן וועט מען דעמאלס זעהן, משא'''כ די מער קנאים (ליין אויערבאך) זאגן ניין וויבאלד זיי ווילען מבטל זיין די דיחוי פאר די בני ישיבות שוין יעצט שטעל דיר נישט, און די בחורים האט מען ארעסטירט.
פארשטייסט ?
איזהו גיבור ?
באניצער אוואטאר
נאר,,פרייליך
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1615
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 10:52 pm
האט שוין געלייקט: 109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 217 מאל

שליחה דורך נאר,,פרייליך »

היינט ביים זיצונג בנוגע גיוס, איז הגר'ש אויערבאך אינאיינעם מיט אלע ליטווישע ראשי ישיבות אנוועזענד געווען
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

שליחה דורך שעפטל »

גדולי ישראל יוצאים למלחמה: נשקול איסור על התייצבות בלשכות הגיוס • סיקור ענק

הסתיים הכינוס ההיסטורי של מועצות גדולי ישראל בבני ברק • בין החלטות הכינוס: עצרת ענק בעוד כשבועיים, קריאה לבני הישיבות שלא להתגייס ואזהרה: אם יתקבל חוק הגיוס יישקל איסור על ההתייצבות לצו ראשון • הגר"ש כהן בכה: "יקחו את בני הישיבות הספרדים - הם ייכנעו ראשונים" | סיקור ענק, גלריות ומסמך ההחלטות המלא

גדולי ישראל קוראים הערב (שני), בכינוס היסטורי ליום תפילה ועצרת שתקיף את כלל הציבור החרדי כמחאה נגד חוק הגיוס. כך גם מזהירים גדולי ישראל שבאם יתקבל החוק, יישקלו לאסור את ההתיצבות בלשכות הגיוס על בני הישיבות.

הערב התקיים כינוס המשותף לגדולי ישראל מהחוגים הליטאים, החסידים והספרדים, למחות נגד חוק הגיוס שאושר בוועדת שקד, ולאחד כוחות לקראתו.

בין החלטות הכינוס: לערוך עצרת תפילה זעקה ומחאה ביום ראשון ז' אדר ב'. המועצות מורות לבני הישיבות שלא להתגייס לצבא. ומתריעות שאם תימשך הרדיפה ישקלו לאסור התייצבות בלשכת הגיוס.

קודם לכינוס נערכה ישיבה של המועצה האגודאית בביתו של האדמו"ר מויז'ניץ בהשתתפות האדמו"רים מגור, בעלזא, צאנז, באיאן, סלונים, ביאלה, וסאדיגורה, כך גם השתתפו חברי הכנסת מאגודת ישראל ליצמן, פרוש, מוזס ואייכלר. הישיבה נערכה בחדר בו נערכו בעבר ישיבות המועצת, אצל האדמו"ר בעל ה'ישועות משה' מויז'ניץ.

חברי המועצת של אגודת ישראל הגיעו לכינוס המועצות, מיד לאחר הישיבה אצל האדמו"ר מויז'ניץ.

אחריהם הגיעו לכינוס חברי מועצת גדולי התורה של 'דגל התורה', הגראי"ל שטיינמן, הגרי"ג אדלשטיין, הגרמ"צ ברגמן, הגרב"מ אזרחי,הגרמ"ה הירש, הגרב"ד פוברסקי, הגר"ד כהן, הגר"ד עדס, הגר"ד יפה והגר"י זילברשטיין.

הפתעה גדולה נרשמה עם הגעתו של הגר"ש אוירבאך. הגר"ש לא השתתף לאחרונה במועצת גדולי התורה של 'דגל התורה'. אך עתה החליט להגיע לאחר ששוחח עם שלושה אדמו"רים מהמועצה החסידית אודות העניין.

כך גם השתתפו חברי מועצת חכמי התורה של ש"ס, הגר"ש כהן, הגר"ש בעדני, הגר"מ מאיה והגר"ד יוסף.

החלטת המועצת.jpg
אין לך את ההרשאות המתאימות על מנת לצפות בקבצים המצורפים להודעה זאת.
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
על טהרת הקודש
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 50
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 24, 2014 4:23 pm
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 13 מאל

שליחה דורך על טהרת הקודש »

זייער א פארעווע נוסח, היט נישט צו רעדן שארף צו די רשעי עמינו, די שאלה איז נאר וואס מיינט 'נשקול' ווען וועט קומען אן הכרעה ווען די חברי הכנסת וועלן קומען צום החלטה?
פארשפארט