(1 נייע הודעה) האט געשריבן:א ווייטאג ציקיקן ווי שנאה מקלקלת השורה לעצטער וואך האט טיטאניק נאכנישט געוויסט וואס די עולה פין לב טהור אין גיבעטין העלפט ארויס אין יעצט איז ער שוין א גאנצער מבין עד כדי מקלל ומחרף זיין ערליכע יודן.
יודן וועקט ענק אויף פין ענקיר שלאף, לב טהור איז מיט גרנישט ווייניגער פון ענקיר חסידות, יא אויך ענק זענין גרייט זיך צוקריגן מיט די אייגינע משפחה אויב זיי שטימן נישט מיט אייער רבי ענק וועלין אויך זאגן אויף'ן רבינס ברידער אז ער איז שבתאי צבי און נאך אסאך ערגער אבער לב טהור איז נישט רודף קיין כבוד אין פארמעגין ווי זיי זיי ווילן איין זאך דינן גאט ברוך הוא אנע שטערינגן.
א ווייטאג צו זעהן ווי די שרייבסט אן טראכטן
קיין ארוני טענה'עט נישט אז זלמן לייב איז ש"צ, מערסט'נס אז ער איז א שוטה,
קיין זאלי שרייט נישט אז אהרן איז ש"צ, מערסטנס אז ער איז א רשע
קיין בן ציון באבוב'ער שרייט נישט אז מרדכי דוד איז ש"צ
קיין מרדכי דוד באבוב'ער שרייט נישט אז בנציון איז א ש"צ
קיין בעלזא'ער שרייט נישט אז מחנובקא איז א ש"צ
קיין מאכחנובקער שרייט נישט אז בעלזא איז א ש"צ
קיין ספינקא'ער (הורוויץ) שרייט נישט אויפן צווייטן ש"צ
קיין תולדות'ער חסיד שרייט נישט אז די אנדער תולדות איז ש"צ
קיין פאפא'נער שרייט נישט אז פאפא ב"פ איז ש"צ
אבער דער ארז שרייט יא אז אלע אנדערע זענען ש"צ (ראה קובץ מצורף מכירת המוח)
און קעגן דעם ארז איז דא חתימות פון צענדליגע רבנים נישט נאר פון אמאל
נאר היינט
וואס האבן גע'חתמ'עט קעגן אים, סיי אויף א קול קורא, וואס וועט בעז"ה גאר בקרוב נתפרסם ווערן (וכמובן אז דערווייל קען איך נישט ארויסגעבן די נעמען פון די רבנים וואס האבן אינטערגעשריבן, אבער ס'איז דא דארט יותר מעשרים רבנים)
און סיי די וואס חתמ'ענען פאר זיין זון דער נרדף נתן, וואס מ'האט פארטריבן פון דארט, און מ'רודפ'ט אים נאך "יעצט"
איז בארוהיגט אייך
און פאר איר שעלט "אלע חסידים" כמנהג הלטאים
ביטע קוק איבער די פאקטן
און גראדע דער טיטאניק האט יא געוויסט
נאר געוואלט הערן נאך
איך ווייס דו האלסט דאס נישט אויס, איז מוזט נישט אריין קומען פארשמירן דעם אשכול