דער זון פון פיגא די נביאה

תולדות און ‫ביאגראפיע, פראפילן און אנאליזן פון אידישע און אלגעמיינע פערזענליכקייטן, אמאל און היינט
באניצער אוואטאר
מ גפני
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1001
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 05, 2012 3:09 pm
האט שוין געלייקט: 1135 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 465 מאל

דער זון פון פיגא די נביאה

שליחה דורך מ גפני »

[justify]קאפיטל א'[/justify]

אזוי ווי די אויסגעטרוקענטע ערד לעכצט נאך רעגן, אזוי האט דאס הארץ פונעם קליינעם נחמן געלעכצט נאך השם יתברך. אויסערליך א קינד ווי אלע קינדער. געטאנצט, געשטיפט, געקוילערט זיך אין זאמד, געשפילט אין יאגעלעך, אין באהעלטעניש. אינערלעך א פלאם פייער, א נאגעגיש, א באגערונג נאכן קוואל פון אלע לעבנס, א בענקעניש, וואס האט דעם קליינעם קיין רו נישט געגעבן, אים ארויסגעיאגט פון דער קינדער־מחנה אין רעכטן מיטן פון דער קינדערשער זארגלאזיקייט.

געהאדעוועט אין א סביבה פון לויטער גוט-יידישקייט, פון קאנצענטרירטער, פארשארפטער יראת שמים, פון עליות, מדרגות און בעיקר א שטרעבונג ווערט צו זיין די גרויסע זיידעס — רבי ישראל בעל שם טוב און רבי נחמן האראדענקער, האט דער קליינער נחמן, איינזאפנדיק אין זיך דעם צער השכינה און די באהאלטנסטע כסופין פון די ארומיגע, געוואלט זיי איבערשטייגן אין דעם אלעמען, געזוכט אן אייגענעם וועג צום אויבערשטן, געוואלט דורך אייגענער האראוואניע צוקומען צו א נקודה וואס אפילו זיינע עלטערן און זיינע הייליגע פעטערס זענען צו איר נישט צוגעקומען.

ער איז געבוירן געווארן שבת הגדול פון יאר תקל״ב אין מעזשיבוזש.

זיין פאטער רבי שמחה איז געווען איינער פון די שארפע למדנים און חסידים פון זיין צייט. באוויסט איז געווען זיין מוטער פייגע, די טאכטער פון די בארימטע אדל, וואס איז געווען די טאכטער, די תלמידה פון דעם הייליגן בעל שם טוב. פייגע איז געווען די שוועסטער פון די צוויי צדיקים, באלייכטער, דערקלערער און פארשפרייטער פון חסידות: ר׳ ברוך מעזשיבוזשער (דער, וואס האט געפירט זין רבי'סטעווע ביד רמה און האט זיך געהאלטן פאר דעם איינציגן אמת'ער יורש פון בעש״ט, זיינע ווערטער זענען געזאמלט אינם ספר ״בוצינא דנהורא״) און ר׳ אפרים (רבי און רב אין סדילקאוו, מחבר פונעם ספר ״דגל מחנה אפרים״). אט די צוויי זיילן פון חסידות פלעגן רופן זייער שוועסטער : פייגע די נביאה, זיי האבן איר געהאלטן פאר א הייליגע, פאר א פרוי וואס באזיצט רוח הקודש. לויט די מסורה פון די בראסלאווער חסידים, איז זי געשטאנען אין פארבינדונג מיט די נשמה פון איר זיידן — דעם בעש"ט — און האט דורך אים באקומען הויכע השגות און פאראויסזעאונגען וועגן אלע אירע נאענטע, איבערהויפט איר זון, נחמן, וואס דארף אויסטרעטן די וועג צום מלך המשיח.

דער קליינער נחמן האט זיך נישט באגנוגענט מיטן ירושה־ליכט, וואס האט פאר אים געשיינט פון יעדן ווינקעלע. ער האט, שוין פון קינדווייז אן, געזוכט זיין אייגן ליכטל.

דאס קינד האט באשלאסן אפצוזאגן זיך פון דער וועלטס תענוגים. וואס טוט מען אבער מיטן עסן? לעבן אן עסן קען מען דאך נישט, און ווען מען עסט, האט מען דאך הנאה, צי מען וויל, צי מען וויל נישט. איז דאס קינד געפאלן אויף א המצאה! עסן און שלינגן גאגצע שטיקער נישט צעקייטערהייט, כדי נישט צו פילן קיין טעם. ער האט זיך אזוי געפירט ווען ער איז אלט געווען סך-הכל זעקס יאר. דעד זעקס־יאריגער קינד האט אבער שנעל געמוזט אויפגעבן אט די ערשטע פרישות זיינע, דאס לערנען אין חדר איז אים זייער שווער אנגעקומען, אנשטאט צו קאנצענטרירן די גאנצע אויפמערקזאמקייט אויפן לימוד, האט ער גאר געהאלטן אין איין אויסמאלן אין געדאנק און פארשטעלן פאר זיך דעם שם הוי', כדי מקיים צו זיין ״שויתי ד׳ לנגדי תמיד״.

דער מלמד איז אויף אים בייז געווען. דער קליינער נחמן האט אבער דעם רבין מפייס געווען מיט זיין געדולד און התמדה. שפעטער, ווען ער האט שוין געלערנט גמרא, האט ער זיין גמרא־מלמד מפייס געווען דערמיט, וואס ער פלעגט, אויסער דעם שכר לימוד, וואס די עלטערן האבן געצאלט, אים געבן אויך א באזונדערן טאג־טעגליכן אפצאל פון זיין טאשן געלט, כדי דער רבי זאל מיט אים וואס מער גמרא לערנען.

אויך שפעטער, ווען ער האט געלערנט פאר זיך, איז אים דאס לערנען שווער אנגעקומען. ער עפנט א ספר, קוקט, מאטערט זיך און פארשטייט נישט דעם פשט. ער גייט אבער נישט אוועק פונעם ספר, ביז ער דערגרייכט נישט דאס זיייניגע, ער וויינט, ער בעט רחמים פון השם יתברך, ער שטרענגט אן אלע זיינע כוחות, נעמט ארום יעדן ענין, באטראכט אים פון אלע זייטן, שטעלט זיך אפ אויף יעדער שורה, אויף יעדן ווארט, אויף יעדן אות, אויף יעדן תג, אויף יעדע נקודה, ביז אלץ ווערט פאר אים ליכטיג און קלאר.

נחמן לאזט נישט דורך קיין איינציגן ספר - פון די וואס געפיגען זיך אין מעזשיבוזש, - אז ער זאל אים נישט דורכלערנען פון דעקל צו דעקל, ער לערנט תנ״ך, ש״ס, פוסקים, עין יעקב, מדרשים, זוהר, תקונים, כתבי האר״י, אנדערע קבלה ספרים, מוסר־ספרים און (כאטש זיינע תלמידים דערציילן נישט פון דעם) אויך אלערליי חקירה־ספרים, ספרים פון תכונה (אסטראנאמיע), נאטור־וויסנשאפט, רפואה, הכלל אלערליי וויסנשאפטליכע ספרים, וואס מען האט דאן געקענט באקומען אויף לשון קודש.

פונקט ווי דער יונגער נחמן איז געווען איבערגעשארפט און איבערגעשפייט סיי אין לערנען, סיי אין יראת שמים, אזוי האט ער זיך געריסן דווקא צו גרויס פשטות אין השגות פון דער תורה און אין עבודת השם. אין דער זעלבער צייט, וואס ער האט געלערנט דעם ״עץ־חיים״ און דעם ״פרי עץ חיים״ און איז געשטיגן אין די העכסטע עולמות, האט ער אויך דורך געלערנט אלערליי מעגליכע מוסר-ספרימ'לעך וואס האבן זיך געפונען ביי זיין פאטער אין הויז. אין דערצייט וואס ער איז געווען אריינגעטאן אין די פארוויקלטסטע, טיפסטע קבלה־כוונות בעת'ן דאוונען, פלעגט ער אויך זאגן, ווי יעדער פראסטער פרומער יוד, א יעדע בקשה און יעדע תחינה, וואס ער האט געפונען אין די גראבע סדורים. ער האט אפילו נישט פארפעלט קיין איין תחינה אין עברי-טייטש, ווי אויך איז דער תהלים געווען זיין אייביגער באגלייטער. מיטן תהלימ'ל פלעגט ער זיך קיינמאל נישט שיידן.

אויסער די פארטיגע תפילות, פלעגט ער אויך אויסגיסן טאג טעגליך זיין הארץ פארן אייבערשטען מיט אייגענע ווערטער, מיט אייגענע תפילות. אויסרעדן זיך פאר השם יתברך פלעגט ער נאר אויף יידיש, אויף זיין לשון. ער פלעגט זיך צוליב דעם באהאלטן ערגעץ-וואו אויף א בוידעם אדער גאר הינטער די שטאט, אין פעלד, אין וואלד, אדער אין א הייל.

אלץ קינד איז זיין התבודדות ארט געווען אונטערן דאך פון זיין פאטערס הויז, הינטער א דין ווענטל פון צווייגלעך געפלאכטן, וואו ס׳איז געהאלטן געווארן היי און שטרוי.

אלץ וואס ער האט געטאן אין עבודת השם, האט ער געטאן אין דער שטיל, ״הצנע לכת״, פארבארגן פון לייטישע אויגן. צו מענטשן איז ער גראד געווען א פרייליך, שטיפעריש, כמעט לייכטזיניק יונגל, אזוי אז ווען ער איז בר־מצוה געווארן, האט זיין הייליגער פעטער, דער ״דגל מחנה אפרים״, געפונען פאר נויטיג אים צו זאגן מוסר אויף דעם פסוק: ״אני היום ילידתיך״. ס׳איז שוין צייט — האט דער פעטער געזאגט — אוועקצוווארפן די קינדישע שטיפערייען און ווערן א שטיקל לייט...

באהאלטן פון אלעמען פלעגט זיך נחמן אריינ'גנב'ענען אין שול אריין דורך די פענצטער און דארט אריינווארפן מטבעות אין די צדקה פושקע, זאגנדיג דעם ״לשם יחוד״ פון ״שערי ציון״ פאר יעדע אריינגעווארפענע מטבע. ער פלעגט מתחילה אויפטוישן די גרויסע מטבעות אויף קלענערע, כדי וואס מער מטבעות אריינצווארפן אין די צדקה פושקע און אזוי ארום זאגן וואס מער ״יהי רצונ'ס״...

אין דער יוגנט האט ער אויך זייער פיל געפאסט. געווען צייטן, וואס ער האט געפאסט משבת לשבת. כאטש ער איז געווען פון געבוירן אן א שוואכער, האט ער אמאל אין משך פון איין יאר געפאסט אכצן מאל משבת לשבת!

אין די שפעטע אוונט שעה'ן פלעגט ער קומען אויפן קבר פון זיין עלטער זיידן, דער בעל שם טוב. פון דארט פלעגט ער לויפן זיך טובל זיין אין אן אפענער קאלטער מקווה, סיי זומער, און סיי ווינטער אין די גרעסטע פרעסט. ווען מען פלעגט אים זען אמאל אפווישן זיך און קעמען דעם קאפ נאך דער קאלטער ווינטער מקווה, פלעגט ער זאגן, אז ער האט אט ערשט געוואשן דעם קאפ ערגעץ-וואו אויף דער גאס. מען האט זיך שטארק גע'חידוש'ט: וואס איז עס פאר א וואשן דעם קאפ ערגעץ-וואו אויף דער גאס און נאך דערצו אין א פראסטיגע נאכט? נאר גיי פרעג קשיות אויף אים...

ער האט אויף זיך גענומען בייצוקומען, צו צוברעכן, אויסרייסן און אויסראטן פון זיך יעדע תאווה. ער האט נישט געפירט קיין קאמף מיט אלע תאוות אויף אמאל. סוף כל סוף וועלן זיי אים באהערשן און נישט ער זיי. וואס דען האט ער געטאן? — ער פלעגט פירן א הארטנעקיגן קאמף מיט אן איינציגע תאווה אויפאמאל. ווען ער פלעגט פירן א קאמף מיט איין באשטימטער תאווה, פלעגט ער אלע איבעריגע תאוות אפלאזן. דאס האט געהייסן : איך גיב דיר נאך יצר הרע אויף אלע תאוות, אבער אויף דער איין איינציגע תאווה מוזט דו מוותר זיין. פארפאלן, איך גיב דיר אזוי פיל, מוזט דו מיר כאטש עפעס נאכגעבן... פלעגט ער אזוי לאנג בייקומען אין זיך, איבערברעכן און אויסרייסן פון זיך יענע תאווה, ביז ער פלעגט זיך פילן אינגאנצן פריי פון איר. דערנאך פלעגט ער זיך נעמען צו א צווייטער תאווה. ווידער נאכגעבן אנדערע תאוות און צעברעכן יענע צווייטע תאווה. אזוי די דריטע, אזוי די פערטע, אזוי כסדר.

אויף דעם זעלבן אופן וואס ער האט אין זיך באזיגט זיינע תאוות, האט ער אויך באזיגט אין זיך מדות רעות. אמשווערסטן איז אים אנגעקומען צו באזיגן די מידה פון כעס. ער איז געווען פון נאטור א כעסן און ס׳האט אים פיל מי און פלאג געקאסט, ביז ער האט זיך אינערלעך אזוי אויסגעארבעט, אז קיין זאך אין דער וועלט זאל אים נישט אריינברענגען אין צארן. דאך, — גיבן צו זיינע תלמידים, — אז ערשט זייענדיג אין ארץ ישראל האט ער זוכה געווען צוצוקומען צום פולן היפך פון דעם, צום טוב גמור, אזוי, אז קיין זאך אין דער וועלט זאל אים נישט אריינברענגען אין דער מינדסטער קפידה.

שווערע, ביטערע יסורים האט ער געהאט ביים באזיגן, צעברעכן און אויסרייסן די תאווה איבער אלע תאוות — ווי ער רופט זי, — די ״קדושת הברית״. ער איז אבער אלע נסיונות בייגעשטאנען, אויף אזוי ווייט, אז ער האט שפעטער געקענט זאגן וועגן זיך: ״אין מיינע אויגן זענען מאן און פרוי גלייך״, ד"ה, קיין פרוי דערוועקט נישט אין אים קיין געשלעכטלעכן חשק. ער האט אויך געקענט דאן זאגן: ״די געשלעכטס תאווה איז גאר קיין תאווה נישט, יעדן בר-דעת דארף זיך עקלען פון איר״. און אויך האט ער געזאגט: ״ווער עס קען אנאטאמיע, ווייסט, ווי עקלדיק אט די תאווה איז״. און אויך: ״איך האב קיין מורא נישט — נישט פאר קיין פרוי און נישט פאר קיין מלאך״. דאס הייסט: דער וואס האט נאך נישט דערגרייכט צו קדושה אינם געשלעכטלעכן לעבן, דארף מורא האבן פאר א מלאך, ווייל דער מלאך איז הייליגער פון אים. דער וואס האט אבער יא דערגרייכט די העכסטע מדרגה אין ״קדושת הברית״, האט גארנישט וואס מורא צו האבן פון א מלאך, ווייל ער קען צו יעדן מלאך זאגן דאס וואס רבי עמרם חסידא האט געזאגט צום יצר הרע, ווען יענער האט זיך באוויזן צו אים אין א פייער זייל: ״זעה! דו ביסט פייער און איך בין פלייש און איך בין אסאך שטארקער פון דיר״...

רבי נחמן איז אזוי פעסט און זיכער געווען אין דעם, אז קיין יצר הרע אין דער וועלט וועט אים נישט באזיגן, אז ער פלעגט נישט אנטלויפן פון געפערליכע נסיונות אינם געשלעכטלעכן לעבן. ער פלעגט גאר מתפלל זיין, אז גאט זאל אים צושיקן נסיונות, כדי ער זאל זיי קענען בייקומען. און ער פלעגט זיי טאקע בייקומען.

א טייל צדיקים פון זיין דור האבן געהאט אויף אים שטארקע תרעומות דערפאר און אנדערע האבן אפילו שטארק געקריגט אויף אים צוליב דעם, דערמאנענדיג דערביי די תפלה, וואס יעדעד איד איז יעדן טאג מתפלל: ״אל תביאני לידי נסיון״. רבי נחמן האט אבער געענטפערט: ״איך האב נישט קיין מורא פאר קיין שום נסיון אין דער וועלט. וועל איך דען משוגע ווערן און טאן עפעס קעגן דעם רצון פון השם יתברך ?״

איין זאך האט אים אלעמאל געראטעוועט: זיין איבערמענטשליכע התחזקות, זיין פעלזן פעסטער גלויבן, אז ״קיין יאוש איז גארנישט פארהאן״, אז קיין מענטש, אפילו דער שפל שבשפלים, טאר זיך אויף קיין פאל נישט מייאש זיין, ווייל ״אפילו אין שאול תחתית קען מען זיך דערנענטערן צו השם יתברך״. קיין מינדסטער קער, קיין מינדסטער ריר פון תשובה, בפרט נאך אן אמתע זיפץ און אן אמתע טרער, גייען קיינמאל נישט פארלוירן. מוז זיך דער מענטש מיט געוואלד אריינרייסן אין די טויערן פון תשובה, כאטש עס דאכט זיך אים, אז מען פארשטויסט און מען פאריאגט אים פון דארט. אלע הרחקות, אלע אפשטויסונגען, אלע מניעות אין דער וועלט קומען מן השמים, כדי דער חשק פונעם מענטש צו תשובה זאל זיך נאך מער צעפלאקערן, כדי זיין ווילן צום גוטן זאל נאך פעסטער געשמידט ווערן, כדי זיין געדאנק זאל נאך מער גערייניגט און געלייטערט ווערן.

רבי נחמן האט געוואוסט, אפילו בעת ער איז נאך גאר יונג געווען. אז א מענטש דארף זיין א גרויסער עקשן אין עבודת ד'. ער טאר נישט פארלאזן זיין אויסגעארבעטע פאזיציע אין יראת שמים, מען מעג אין אים שיסן מיט קוילן. ״אם רוח המושל יעלה עליך — מקומך אל תנח״. דו טוה דאס דייניגע און לאז דיך פון קיין שום מניעות אין דער וועלט נישט שטערן. פאלסטו איין מאל — הויב זיך אויף און גיי ווייטער דיין וועג, פאלסטו א צווייט מאל — טוה ווידער דאס זעלבע, — שטארק זיך און הויב אן צו גיין אין דיין עבודה, גלייך ווי דו האסט נאך קייינמאל נישט אנגעהויבן.

דאס איז דער עיקר און עבודת ד׳: מען דארף שטענדיג זיין אן אנהויבער. מען דארף אנהויבן פון דאסניי, גלייך ווי מען איז אט הערשט געבוירן געווארן, הערשט געעפנט די אויגן, הערשט דערקענט אז ס'איז דא א גאט אויף דער וועלט, וואס שפייזט אלעמען און איז מדריך אלעמען מיט ליבשאפט און מיט רחמנות. דאס איז דער פשט פון דעם, וואס רבי נחמן פלעגט שטענדיג זאגן : ״אלט טאר מען נישט זיין!״ דאס הייסט, אז א מענטש דארף זיך פילן ווי איינער וואס זיין הארץ איז אט ערשט געעפנט געווארן פארן סוד פון די וועלט און ער לערנט הערשט יעצט דעם אלף־בית פון עבודת ה'.
באניצער אוואטאר
ברסלבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
האט שוין געלייקט: 3570 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל

שליחה דורך ברסלבער »

זייער שיין [tag]מ גפני[/tag]. יישר כח.

אין מערסטנטייל איז דאס נאכגעשריבן פון ספר שבחי הר"ן. עס איז כדאי צוצולייגן נאך א נקודה וואס רבי נחמן האט געזאגט, אז טראץ וואס ער האט געטוהן די אלע גרויסע סיגופים, אבער דער עיקר וואס האט אים געמאכט פאר אן ערליכע איד איז געווען דאס וואס ער האט אסאך געבעטן דעם אייבערשטן דערויף, און בעיקר אויף זיין אייגענע שפראך, אויף אידיש, וואס דאן קומען די ווערטער ארויס פון הארצן.
ער האט אסאך גערעדט פון דעם, אז ער איז נישט צוגעקומען צו זיין גרויסקייט דורך יחוס אבות וכדומה נאר דורכ'ן רעדן אסאך צום אייבערשטן. און די נקודה דערפון איז אז יעדער מענטש קען אויך צוקומען צו דעם, עס איז נישט קיין חילוק די אומשטענדן אין וואס דער מענטשן איז געבוירן געוווארן און געפינט זיך, אויב ער וועט רעדן און בעטן דעם אייבערשטן, קען יעדער מענטש - באשר הוא שם - צוקומען צו די גרעסטע מדריגות.
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
גם כי אלך
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 80
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 16, 2014 1:31 pm
האט שוין געלייקט: 50 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 42 מאל

שליחה דורך גם כי אלך »

הערליכע ארטיקל זייער גוט געשריבן מיט א שטארקע לערע.

כמדומה אז רבי נחמן האט געזאגט שפעטער אז ווען ער וואלט געוויסט אז מיט התבודדות קען מען צוקומען צו אלע מדריגות וואלט ער ווייניגער געפייניגט דעם גוף אין די יונגט, נאר מער געמאכט התבודדות, ברסלבער קארעקט מיך אויב איך בין נישט גערעכט.
באניצער אוואטאר
מ גפני
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1001
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 05, 2012 3:09 pm
האט שוין געלייקט: 1135 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 465 מאל

קאפיטעל ב. - צווישן וועלדער

שליחה דורך מ גפני »

ווען נחמן איז געווארן בר־מצווה, האבן זיינע עלטערן געטאן מיט אים א שידוך פונעם שטעטל מעדוועדיווקע (נישט ווייט פון מעזשיבוזש). זיין שווער ר׳ אפרים איז געווען א איד א למדן, א ירא שמים, א גרויסער מיוחס און א גרויסער נגיד. ר׳ אפרים האט דאן, בעת ער האט גענומען רבי נחמנען פאר אן איידעם, נישט געוואוינט אינעם שטעטל גופא, נאר אינעם דארף אוסאטין (צי הוסאטין) און אין אנדערע דערפער לעבן מעדוועדיווקע. דארט אין די פעלדער און וועלדער פון ארום הוסאטין און אנדערע דערבייאיגע דערפער - ווי ר׳ אפרים האט געהאלטן אן ארענדע – דארט איז דערוועקט געווארן דער דיכטעדישער כוח אין רבי נחמנען.

ר׳ שמעון ב״ר בער, דער יוגנט־פריינט און ערשטער תלמיד פון רבי נחמן דערציילט, אז איין מאל, ווען רבי נחמן האט שוין געוואוינט אין גרויסע שטעט און איז שטארק בארימט געווארן, האט ער, ארומפארנדיג מיט ר׳ שמעונען, אין דער סביבה פון הוסאטין און אנדעדע דערפער פון מעדוועדיווקער געגנט, געטייטלט אויף די ארומיגע פעלדער און וועלדער מיט גרויס בענקשאפט און געזאגט: ״ווי גוט איז מיר דא געווען! אין יעדן טריט האב איך דאן געפילט דעם טעם פון גן־עדן!״

״אט דא, אויף די וועגן — האט ער צוגעגעבן, — פלעג איך זיין בהתבודדות, צו וואס טויג מיר די היינטיגע פרסום ?״

ר׳ נחמן האט אויך דערציילט אמאל: ״ווען איך בין יונג געווען און איך פלעג האבן התבודדות אין וואלד אדער אין פעלד, פלעג איך זיין פאר זיך, ביים זיך אומקערן פון דארט, האב איך געשפירט ווי איך בין אין א נייע וועלט. די פריערדיגע וועלט איז אינגאנצן פארשוואונדן געווארן, אין איר ארט האט פארנומען א וועלט, וואס האט גאר אן אנדער פנים געהאט״.

דא, אין די פעלדער און וועלדער, האט ר׳ נחמן דערהערט דאס געזאנג פון יעדן גרעזל, פון יעדן פויגל. אלץ האט געדערט צו אים פון בלי און וואוקס און שטייגן אין דערהייך, פונעם אויבערשטנס חסד, פון זיין גאב און געשאנק, פון זונען אינעם ווייטן רוים און די קלענסטע פליגעלעך אויף דער ערד. אלץ האט גערעדט צו אים פון דער תפארת, וואס הילט ארום די וועלטן , פון דער געטליכער רויז — די שכינה.
צווישן ביימער און גראזן, צווישן בערג און טאלן, האט זיך ר׳ נחמן געפילט, ווי צווישן די נאענטסטע ברידער און פריינט. ער האט מיט זיי צוזאמען געדאוונט מיט זיי צוזאמען אפגעגעבן א שבח והודיה צו השם יתברך. ער האט אמאל וועגן אט די פריינט זיינע געזאגט : ״עס איז גוט פרום צו זיין צווישן זיי ...״

נישט נאר דאס געזאנג פון ביימער און גראזן האט ער געהערט, נאר אויך דעם געדאנק זייערע האט ער פארנומען. ער פלעגט זאגן: "פון אלע ברואים אין דער וועלט. פון אלע ביימער אין וואלד און פון אלע גראזן אין פעלד איז דא צו לערנען עצות און דרכים ווי אזוי צו דינען השי״ת".

״ווינטער — האט ער געזאגט — איז די ערד בבחינת עיבור: זי טראגט אין זיך א גרויסן סוד, זומער ווערט דער סוד אנטפלעקט״.

ווען ר׳ נחמן איז נאך געווען ביי זיינע עלטערן אין מעזשיבוזש, האט ער זיך געמוזט פיל מאל באגענוגענען מיט מאכן התבודדות אונטערן דאך פונעם פאטערס הויז, אינעם ווינקל פאר היי און שטרוי. דא אבער, אין די דערפער פון מעדוודיווקער געגנט, האט ער געהאט פאר זיך פעלדער און וועלדער, וואו ער האט זיך געקאנט צוזאמענגיסן מיט דער נאטור און מיט איר פאטער, דעם אייביגן באשעפער, וויפיל זיין נשמה האט נאר געגלוסט, ער האט געקענט זיך פריינטליך אדורכשמועסן מיט יעדן בלימעלע, געקענט גאטס שטימע פארנעמען נישט נאר פון ספרים, נאר אויך פונעם גרויסן ״ספר ד׳״ — זון און שטערן, ערד און ערד־קינדער.

בעת זיין קינדהייט אין מעזשיבוזש האט מען אים געזען זיך רייסן מיט אלע כוחות אין דער הויך, מיינענדיג דערביי (צייטנווייז), אז זיינע איבערמענטשליכע עבודות, תפילות און בקשות גייען קיינעם נישט אן, מען הערט אים נישט און מען זעט אים נישט און אדרבא, מען איז אים נאך מרחק און מדחה. דא, אבער אין דער פרייער, ריינער וועלט, האט ער דערשפירט, אז ער איז נאענט צו גאט און אז גאט איז אזוי נאענט צו אים, אז יעדע בקשה זיינע קען לייכט דערפילט ווערן.

ר' נחמן האט דערציילט פאר זיין תלמיד ר' נתן אז ער האט פארלאנגט אפאר זאכן פונעם אויבערשטן וואס זאלן אים דינען ווי א צייכן, אז דער אויבערשטער הערט צו זיין תפלה, און זאלן פארשטארקן אין אים די אמונה.

די וועלדער, ווי ר׳ נחמן פלעגט ארומגיין, פארזונקען אין מחשבות און אין דביקות, האט ארומגעקרייזט א טייך. ר׳ נחמן פלעגט אפט צו גיין צום טייך נעמען דאס ערשטע בעסטע שיפל און זיך שעות-ווייז שיפלן איבערן שטילן, זון באגאסענעם וואסער. אין דער הייליגער שטילקייט ארום פלעגט ער הערן נאר דעם ״קול ד' על המים״. אין אט דעם טייך פלעגט ער אויך אפריכטן זיינע מקוואות און פון דעם טייך האט ער געוואלט באקומען ״דגים״ אויף שבת. דער ענין פון פיש אויף שבת איז א הויעכער: ״דג״ איז דער צדיק, "דג״ איז — משיח. אין ״דגים״ זיינען דא גלגולים פון נשמות, וואס בעטן א תיקון.

געוואלט האט ר׳ נחמן האבן אט די געהיימע דגים גלייך פון טייך. קען ער אבער ווערן מיטאמאל א פישער ? וואו נעמט מען א נעץ און אנדערע מכשירים ? האט ער געבעטן פונעם אויבערשטן, אז די פיש זאלן פון אינמיטן טיפן טייך אליין צושווימען צום ברעג, און אזוי איז טאקע געשען, גלייך צו אים אין האנט אריין זיינען זיי צוגעשוואומען.

נאך א מופת!
ער האט געבעטן פונעם אויבערשטן, אז ס'זאל אים געוויזן ווערן א מענטש וואס איז שוין לאנג געשטארבן, און זען זאל ער אים נישט - ווי מען זאגט עס - מיט די אויגן פון גייסט, נאר טאקע מיט געווענליכע מענטשליכע אויגן. אויך אט די בקשה זיינע איז דערפילט געווארן ווען דער מת האט זיך באוויזן צום רבין — דערציילט זיין תלמיד — איז ער געפאלן חלשות, דאס איז געווען איבער דעם, ווייל דער מת איז בחייו געווען א גרויסער רשע.

״שפעטער — גיט צו דער תלמיד — פלעגן טויזנטער, טויזנטער נשמות פון מתים קומען צום רבין בעטן א תיקון און ער האט פאר זיי נישט געהאט דעם מינדסטן פחד״,

אין מעזשיבוזש האט ר׳ נחמן געארבעט איבער זיך, איבער זיין אייגענער שלימות, אין מעדוועדיווקע האט ער שוין געפילט זיר אזוי פעסט, אז ער האט זיך גענומען מתקן זיין אנדערע, מדריך זיין די יוגגט, זיי ראטעווען פון ״הבלי התאוות״.

אנגעהויבן האט ער עס נאך אין דעם טאג פון זיין חופה. אליין א יונגל פון דרייצן יאר, אויסערליך פארשטיפט, פארשפילט, האט ער זיך לייכט צונויפגערעדט מיט אנדערע בחורימלעך פון זיין עלטער, זיך פאר זיי אהערגעשטעלט ווי א יונגל, וואס וויל געניסן פון עולם הזה און לעבן א גוטן טאג. האבן זיי זיך פאר אים פארטרויט אלע זייערע ״חטאות נעורים״ און ער האט אזוי ארום זיך דערוואוסט פון זיי, אז זיי זיינען אלע ״פגומים און בעלי עבירה״, ווען ער איז אבער צוגעקומען מיט זיין עולם-הזה-אנשטעל צום פריער דערמאנטן שמעון ב״ר דוב, האט אים יענער געענטפערט ״איך וויל פון די אלע זאכן נישט וויסן, איך וויל גיין אין דעם וועג פון תמימות״. דערויף האט אים ר׳ נחמן געענטפערט : ״ווי איך זע, וועלן מיר זיין גוטע פריינט״. פון אט דעם טאג זענען זיי געווארן גאר נאנט, אט דער ר׳ שמעון, איז אין אלע זיינע מחשבות און מעשים מקושר געווען אין ר׳ נחמן, ער האט אין אים געלעבט און מיט אים געאטעמט, ער איז יעדע רגע גרייט געווען אוועקצוגעבן זיין אייגן לעבן צוליב דעם מינדעסטן וואונטש פון רבי'ן, ער איז דער וואס האט באגלייט און באדינט ר׳ נחמנען אויף זיין נסיעה קיין ארץ־ישראל און האט מיטגעמאכט און מיטגעלעבט מיט אים אלע דעמאלסטיגע רייזע־געפאהרן (ר' נחמן איז געפארן קיין ארץ־ישראל טיף אינמיטן דעם פייער פון די פראנצויזישע מלחמות אויפן מזרח). ביזן לעצטן אטעם זיינעם האט ר׳ שמעון נישט געוואלט אפטרעטן פון זיין רבין און ער איז אויך געשטארבן בעת ער איז געפארן אין א וויכטיגער שליחות פון ר׳ נחמנען.
באניצער אוואטאר
לשוא הכיתי
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 65
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 02, 2012 9:00 pm
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 36 מאל

שליחה דורך לשוא הכיתי »

עיינו כאן ותמצאו נחת.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום לשוא הכיתי, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
לשוא הכיתי את־בניכם מוסר לא לקחו
גם כי אלך
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 80
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 16, 2014 1:31 pm
האט שוין געלייקט: 50 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 42 מאל

שליחה דורך גם כי אלך »

לשוא הכתי, דער לינק איז א גלענצענדער שרייבער און געשמאק צו ליינען, אבער דאס אראפלייגן רבי נחמן כאילו א מיסטריעזער מאדנער פיגור ארומגענומען מיט קאנטערווערסיע און דמיון האט לכאורה נישט קיין אחוזה אין די מציאות. ער האט געטראפן עטליכע אינטערסאנטע שיחות און דערפון אויפגעבויעט א בנין וואס מען קען עני טיים מאכן מיט יעדן כמעט פון די תלמידי בעש"ט.

גפני, נאכמאל א יישר כח פאר די שיינע ארבעט, קיפ איר אפ. מעגליך וועסטו אין די ענדע קענען ארויסגעבן א ביכל ואוס וועט צעכאפט ווערן אומעטום...
באניצער אוואטאר
לשוא הכיתי
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 65
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 02, 2012 9:00 pm
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 36 מאל

שליחה דורך לשוא הכיתי »

גם כי אלך האט געשריבן:לשוא הכתי, דער לינק איז א גלענצענדער שרייבער און געשמאק צו ליינען, אבער דאס אראפלייגן רבי נחמן כאילו א מיסטריעזער מאדנער פיגור ארומגענומען מיט קאנטערווערסיע און דמיון האט לכאורה נישט קיין אחוזה אין די מציאות. ער האט געטראפן עטליכע אינטערסאנטע שיחות און דערפון אויפגעבויעט א בנין וואס מען קען עני טיים מאכן מיט יעדן כמעט פון די תלמידי בעש"ט.


לא כוונתי להערכתו, רק לזכרונותיו האישיים של הסבא משפאלי ואביו.
לשוא הכיתי את־בניכם מוסר לא לקחו
באניצער אוואטאר
מ גפני
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1001
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 05, 2012 3:09 pm
האט שוין געלייקט: 1135 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 465 מאל

קאפיטעל ג. - דער אנהויב פון רבישאפט

שליחה דורך מ גפני »

מיט דערצייט, ווען דאס קינדישקייט אין נחמנען איז אינגאנצן איינגעשטילט געווארן און עס האט זיך אנגעהויבן אפן ארויסשיילן פון אים דער עילוי און דער צדיק, זענען צו אים צוגעשטאנען נאך יונגעלייט, וואס האבן אין דעם יונגן מענטשן – וואס פארהייליגט די נעכט מיט זיין תהלים־זאגן, מיט געזינגענע תפילות און אויסגעוויינטע בקשות - דערזען זייער רבין, יועץ און וועגווייזער.

אין די ערשטע יארן נאך זיין חתונה, ווען ער האט געגעסן קעסט ביי זיין שווער און שוויגער, האט ר׳ נחמן בשום אופן נישט געוואלט אנטיען אויף זיך דעם לבוש פון רבישקייט, נישט קוקנדיק דערויף, וואס ער איז געווען גאר גרויס אין יחוס פון צדיקים און אויך אין יחוס עצמו (ס׳ווערט גערעדט וועגן דער צייט וואס מען האט שוין אגעהויבן צו דערקענען זיין העכערן מהות). שפעטער, ווען ער איז אראפ פון זיין שווער און שוויגער'ס קעסט, האט ער געלעבט אויף די דריי הונדעדט רענדלעך וואס ער האט באקומען אלס נדן, בשעת די צייט האט ער מער גארנישט אנדערש געטאן, ווי געדאוונט און געלערנט. אבער מיט די צייט האבן זיך די רענדלעך אויסגעלאזט און ר׳ נחמן מיט זיין פאמיליע האבן פשוט געהונגערט. איינמאל, ווען דער הונגער איז אים גאר שטארק באפאלן, איז ער ארויס, ווי זיין שטייגער איז אלעמאל געווען, מתפלל צו זיין אין פעלד. ארומבלאנזשענדיג אין די פעלדער, האט ער פלוצים דערזען פאר זיך א געהענגעל טרויבן, איינגעוויקלט אין א פאטשיילע.. ער האט גענומען די טרויבן מיט דער פאטשיילע און עס אהיימגעברענגט, פול מיט שמחה און שבח והודיה צום אייבערשטן, וואס האט אים מזמין געווען זיין שפייז, פונקט ווען ער האט זיך אמשטארקסטן גענויטיגט אין איר. וואס טוט מען אבער ווייטער, נישט אלעמאל געשעען דאך נסים, און די נשמה מוז מען דאך ווי עס איז האלטן אין גוף, און די ווייב און קינדער בעטן דאך עסן. האט ער באין ברירה, געמוזט אנהייבן טראכטן וועגן רבישאפט . . .

מתהילה האט ער שטארק געקעמפט קעגן אזא מעגליכקייט. ער האט פיינט געהאט די רבישע פרסום. ער האט אזוי ווייט פיינט געהאט אזא פרסום, אז ער האט גאנץ ערנסט געטראכט פון צו פארלאזן אלעס, און זיך אוועקלאזן איבער די וועלט און ארומגיין איבער די הייזער בעטלען.

איינמאל האט ר' נחמן אזוי דערציילט וועגן זיין סברא איבערצולאזן אלעס און ווערן אן איינפאכער בעטלער : ״איך האב געוואלט זיך לאזן איבער די הייזער גיין בעטלען און זיך אויסלאכן פון יעדן אין דער וועלט״ ...

דער פלאן איז אבער צו שווער געווען פאר אזא הויך־מיוחסדיגן, גייסטיג־גרויסן, פיזיש-שוואכן און איידל־דערצויגענעם מענטש, ווי עס איז געווען ר׳ נחמן. דערצו האט דאך ר׳ נחמן געשפירט מיט אלע זיינע חושים, אז ער האט א גרויסע שליחות צו ערפילן, אז ער האט וואס צו זאגן פאר די מענטשן און וואס זיי צו לערנען, אז ער טראגט אין זיך א גרויסע ברכה פאר נאענטע און ווייטע, און נישט נאר פאר זיין דור, נאר אויך פאר די קומענדיגע דורות, אז כאטש דער פרסום פון רבישאפט איז פארבונדן מיט גרויסע גייסטיגע סכנות, זיינען אבער דא צייטן, ווען מען דארף יא אננעמען די רבישאפט.

ר׳ נחמן האט דעריבער איינגעשטימט צו דער בקשה פון די ישובניקעס פון מעדוועדיווקע, אז ער זאל זיך באזעצן ביי זיי אין שטעטל אויף שטענדיג, מיט א מעמד פון א רענדל א וואך.

דעם ביישפיל פון די נאענטע ישוביניקעס האבן נאכגעטאן די ווייטע ישובניקעס און דעם ביישפיל פון די ווייטע ישובניקעס האבן נאכגעטאן די שטעטל־לייט פון מעדוועדיעויקע און פון אנדערע שטעטלעך. אזוי, אז מען האט אנגעהויבן פארן צו אים פון צוואנציג מייל ארום.

פון פארשידענע שפעטערדיגע געשפרעכן זיינע, איז צו זען אז ער האט געהאט פיל אויסצוזעצן קעגן דער קליינקעפלדיקייט און שליממזל־דיקייט פון א טייל חסידים זיינע. דערפאר האט ער שטארק ליב געהאט דעם אויב'ן-דערמאנטן ר׳ שמעונ'ן. ער האט אים אזוי ווייט ליב געהאט, אז ער האט אים געהאלטן פאר מין שותף אין דער עבודה, פאר א דירעקטן מיטהעלפער, מיטקעמפער און מיטבויער. דאס איז קענטיג פון א שמועס זיינעם וואס ער האט אין א שפעטערדיגן געלעגנהייט געזאגט אז: ״פון מיין נגלה (פונעם אויסערליכן אויסזען) דארפט איר זיך נישט צו לערנען, ווייל כאטש איר זעט מיך על פי רוב ״שרוי בעצבות״, דארפט איר תמיד פריילעך זיין. קענט איר דען אין אלע זאכן זיין גלייך צו מיר? דערביי בין איך אויך אינעווייניג פריילעך, איך מוז אבער מאכן א וועג דארט, וואו ס׳איז געווען וויסטעניש און מדבר און איך מוז אויסהאקן אלעס וואס עס שטערט אויסצוטרעטן דעם וועג. איך מוז אויסהאקן ביימער, וואס וואקסן פון טויזנטער יארן, האקן און האקן, ביז דער וועג וועט אויסגעטראטן ווערן פאר א יעדן, אזוי, אז זיי זאלן קענען גיין אויף דעם וועג. איבער אט דער ארבעט בין איך כמעט אלעמאל פארזארגט" רעדנדיג וועגן אט דער ארבעט, האט ער צוגעגעבן, אז אויך ר׳ שמעון האט א שייכות צו דער וועג־אפרוימונג...

צו אנדערע צוויי חסידים, ר׳ יהודה און ר׳ שמואל אייזיק פונעם שטעטל דאשעוו - וואס האבן זיך געוואלט באזעצן אין מעדוועדיווקע, כדי צו זיין וואס נענטער צו זייער רבין - האט ר׳ נחמן, אזוי געזאגט: ״איך בענק זייער נאך די וועגן, וואס איר זענט אויף זיי געקומען צו מיר, ווייל פון יעדן טריט פון אייער נסיעה איז באשאפן געווארן א מלאך״.

דער פרסום פון ר׳ נחמנען וואלט אבער דאך נישט געגאנגען ווייטער פון די פאדאליער שטעטלעך. איין געשעעניש האט אריבערגעטראגן ר׳ נחמנ'ס נאמען איבער די גרעניצן פון פאדאליע. ס׳איז אזוי געווען:

דער שווער און די שוויגער פון ר׳ נחמן פלעגן אים אפגעבן גרויס כבוד, כאטש פיל פון זיינע דרכים זענען פאר זיי פרעמד געווען. א יונגערמאן א למדן, אן אור אייניקל פון בעש״ט, לויפט גאר ארום איבער די דערפער און עס טרעפט זיך, אז ער ווערט פארפאלן אויף טעג. מען זוכט אים און מען ווייסט נישט, ווי ער איז אהינגעקומען. מען טרעפט אים אמאל ערגעץ ווי אין א הייל, זאגנדיג תהלים מיט אזעלכע בכיות ויללות, אז אפילו א שטיינערע הארץ ווערט צעפלאצט. זיי פלעגן זיך פרעגען: "צו וואס דארף ער דאס אלעס? קען ער נישט זיצן און לערנען גמרא ביי זיך אין שטוב, ווי עס טוען אלע שיינע איידעמער וואס זענען אויף קעסט?"

ר׳ נחמן'ס שווער, א רייכער ישוב־מאן, האט געהאט זייגע אייגענע פערד. פלעגט ר׳ נחמן איינשפאנען א פאר פערד און אוועקפארן אין פעלד אריין. דאס האט געדארפט צו הייסן, אז דער יונגער איידעם וויל פארן זיך אביסל אויסלופטערן. פלעגט אבער ר׳ נחמן אריינפארנדיג אין וואלד, צובינדן די פערד צו א בוים און אליין פלעגט ער אוועקגיין טיף אין וואלד אריין פראווענען התבודדות. פלעגט זיך טרעפן אמאל אז ער פלעגט זיך דערווייטערן אלץ טיפער אין וואלד, פארגעסן אינגאנצן אין דעם צוגעבונדענעם פערד, די פערד פלעגן זיך אפרייסן פונעם בוים און זיך צוריקקערן אהיים אן דעם פארער. ווען ר׳ נחמן'ס ווייב, שווער און שוויגער פלעגן דאס זען, פלעגט אויף זיי אנפאלן אן אימה, ווער ווייסט וואס מיט נחמנ'ן האט פאסירט?! פלעגט מען זיך אוועקלאזן זוכן, עס פלעגט צייטנווייז געדויערן שעה'ן ביז מען פלעגט אים געפינען, א דורכגענעצטן פון רעגן אדער א האלב געפרוירן.

עס פלעגט אויך געשעהן, אז ר׳ נחמן, זייענדיג פארזונקען אין איבערוועלטליכע געדאנקען, תפלות און געזאנגען, פלעגט ער - ארומבלאנזשענדיג איבער די פעלדער און וועלדער - צוקומען צו א טייך, דערזען פאר זיך א שיפל, פלעגט ער זיך אריינזעצן און זיך לאזן שווימן ווי אהין די ווינט האט עס נאר געשטיפט...

די אלע פאסירונגען פלעגן באאומרואיגן ר׳ נחמנ'ס שווער און שוויגער. די ליבשאפט און דער דרך ארץ צו אים, ווי אויך די געטריישאפט צו זייער טאכטער, האבן אבער סוף כל סוף איבערגעוואויגן.

די שוויגער איז געשטארבן און ר׳ אפרים, דער שווער, האט גענומען א צווייטע ווייב. בעת דער חתונה איז באקאנט געווארן די נאמען פון ר׳ נחמן, דער יונגער רבי.

די צווייטע פרוי פון ר׳ אפרים האט געשטאמט, קענטיג, פון א גרויסן יחוס און ר׳ נחמן אליין האט איר אויסגעשדכנט פאר זיין שווער. די חתונה פון ר׳ אפרים מיט אט די מיוחסת איז פארגעקומען אין מאהילעוו. אויף דער חתונה זיינען געווען רביים און גאונים פון גאנץ פוילן, ר׳ נחמן בתוכם. דארט, אויף דער חתונה, האט ר׳ נחמן געזאגט תורה. גאונים און צדיקים זענען שטארק נתפעל געווארן פון אים. אייניגע פון זיי האבן אנגעמערקט, אז אזא תורה האבן זיי נאך קיינמאל נישט געהערט אין זייער לעבן. דאס האט ר׳ נחמן'ס נאמען אריבערגעטראגן ווייט ווייט איבער די גרעניצן פון פאדאליע און דער יונגער רבי איז געווארן מפורסם.
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3795
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 6591 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל

שליחה דורך ונבנתה העיר »

.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום ונבנתה העיר, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

גם כי אלך האט געשריבן:לשוא הכתי, דער לינק איז א גלענצענדער שרייבער און געשמאק צו ליינען, אבער דאס אראפלייגן רבי נחמן כאילו א מיסטריעזער מאדנער פיגור ארומגענומען מיט קאנטערווערסיע און דמיון האט לכאורה נישט קיין אחוזה אין די מציאות. ער האט געטראפן עטליכע אינטערסאנטע שיחות און דערפון אויפגעבויעט א בנין וואס מען קען עני טיים מאכן מיט יעדן כמעט פון די תלמידי בעש"ט.

גפני, נאכמאל א יישר כח פאר די שיינע ארבעט, קיפ איר אפ. מעגליך וועסטו אין די ענדע קענען ארויסגעבן א ביכל ואוס וועט צעכאפט ווערן אומעטום...

שוין דא אזא ביכל דורך דעם באקאנטן פראפעסאר פון אידישע מיסטיציזם ארטור גרין.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

ליינענדיג מיט נאסטאלגיע די אמאליגע לעבן פון דעם צדיק הדורות, ווי ער איז כסדר געווען נאנט צו די ריזיגע וועלדער און פעלדער, אין שויס פון נאטור, עוועילעבל 24/7 צו מאכן התבודדות צווישן די טוויטערס פון די פויגעלעך, און איך פארגלייך עס צו אונזער סיטי לייף סטייל ווי 150 משפחות וואוינען אין איין טשולענט טאפ בנין און די קארס און טראקס פייפן און לאזן ארויס א עיפוש'דיגן פאלושען רויך, א בוים איז קוים בנמצא אחד בעיר ושנים בסיטי, כאפט מיר אן אזעלכע געגועין צום רואיגן אמאל, איך וויל אויך זיצן רואיג און וואלד בהתבודדות און קענען טראכטן רואיג....

איך וואונדער זיך אויב דער זון פון פייגע וואלט אויסגעוואקסן דער זעלביגער צדיק וואוינענדיג אין אונזער עקלהאפטיגער סיטי וואס שלאפט קיינמאל.
וירח ה' את ריח הניחוח
ממרום שלח אש
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 545
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 26, 2013 2:56 pm
האט שוין געלייקט: 447 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 521 מאל

שליחה דורך ממרום שלח אש »

יעצט פארענפערסט מיר וואס איז מיר געווען אזוי קשה, פייגעס זון זאגט אז אלע מדרגות קומען פון רעדן צו גאט, איך קען כמה וכמה וואס רעדן צו גאט אפילו שוין איבער די מאס און זיי זענען נאך אלץ אנשים פשוטים מאד. זעט אויס אז פאלושען איז די קולפריט. ודו"ק.
"ווי דער גוטער בוך זאגט, אז מען שפייט אין די לופט, לאנדעט עס אין פנים"
באניצער אוואטאר
לאליפאפ
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1281
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 06, 2013 3:12 pm
האט שוין געלייקט: 276 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 813 מאל

שליחה דורך לאליפאפ »

גפני, מיי אופיניען טויש די קעפל צו "די זון פון פייגא" נישט פייגע כ'האב עס אנגעקוקט א גאנצע צייט ווי עפעס א נארישע שטותים אשכול ביז כ'האב אריינגעסטעפט.
באניצער אוואטאר
לאליפאפ
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1281
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 06, 2013 3:12 pm
האט שוין געלייקט: 276 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 813 מאל

שליחה דורך לאליפאפ »

Thanks for listening to my advice.

איך באקום פאוער. 8-)
באניצער אוואטאר
מ גפני
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1001
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 05, 2012 3:09 pm
האט שוין געלייקט: 1135 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 465 מאל

שליחה דורך מ גפני »

לאליפאפ האט געשריבן:Thanks for listening to my advice.

איך באקום פאוער. 8-)

ווען ביזט גערעכט דארף איך דיך פאלגן
באניצער אוואטאר
מ גפני
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1001
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 05, 2012 3:09 pm
האט שוין געלייקט: 1135 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 465 מאל

קאפיטל ד. - די הכנות צו ארץ־ישראל

שליחה דורך מ גפני »

אין איין סוף ווינטער־טאג פון יאר תקנ״ח האט ר׳ נחמן א זאג געטון אינדערהיים: ״איך האב א נסיעה צו פארן״. — ווי אהין איז די נסיעה? - איך ווייס נאך אליין נישט ווי אהין איך האב צו פארן. — ווי לאנג וועט די נסיעה געדויערן? —מעגליך א וואך, מעגליך צוויי, מעגליך א חודש, מעגליך א פערטל יאר, מעגליך א האלב יאר אדער א גאנץ יאר.

ר׳ שמעון, דער געטרייער פריינט און תלמיד פון ר׳ נחמן, האט מתחילה געלאכט. ער האט געמיינט, אז דאס איז דעם רבינ'ס א שפאס. ווען ער האט אבער דערזען, אז דער רבי מיינט עס ערנסט, האט ער צוגעגרייט די פערד און וואגן און אלעס וואס מען דארף צום פארן, און מען האט זיך געלאזט אין וועג אריין. ר׳ נחמן האט געהייסן, מען זאל דורכפארן דעם דערפל וואלכאוויץ. דארט האט מען מיטגענומען נאך א פארער. דערנאך האט ר׳ נחמן געהייסן פארן קיין מעזשיבוזש. קומענדיק קיין מעזשיבוזש, איז מען צוגעפארן צו ר׳ נחמן'ס עלטערן. די עלטערן — דער למדן און חסיד ר׳ שמחה און די מוטער פיגא די נביאה — האבן זיך זייער געפרייט מיט זייער זון, וועלכן זיי האבן א היפשע צייט שוין נישט געזען. נאך דעם ערשטען באגריסונג, רופט זיך אן ר׳ נחמן'ס מוטער צו אים : ״זון מיינער ווען וועסטו גיין צו דיין עלטער־זיידן דעם בעש״ט, זכרונו לברכה ?״ — ״אויב דער עלטער־זיידע וויל זיך מיט מיר זען, — ענטפערט איר ר׳ נחמן, — זאל ער קומען צו מיר״.

ס׳איז צוגעפאלן די נאכט. מען האט זיך געלייגט שלאפן. אינדערפרי שטעלט זיך די מוטער ביים בעט פון זון און זאגט : ״דיין עלטער-זיידע איז דאך ביי דיר יא געווען, (זי האט געזען מיט נביאות אז דער בעש״ט האט זיך באוויזן צו אים) ווען־זשע וועסטו צו אים גיין אויפן קבר ?״ דערויף האט ר׳ נחמן געענטפערט : ״איצט וועל איך ביי אים אויפן קבר נישט זיין, אבער ווען איך וועל מיך אומקערן פון מיין נסיעה, וועל איך זיין ביי אים״.

איידער ער איז אוועקגעפארן פון מעזשיבוזש, איז ר׳ שמעון שטארק קראנק געווארן. ר' נחמן איז געגאנגען צו אים געוואויר ווערן, וואס ער מאכט. ״ווייסט — רופט זיך אן ר׳ נחמן צו אים, — איך מוז שוין אוועקפארן פון דא״. ״ניין רבי, — האט אים ר׳ שמעון געענטפערט, — איך וועל אייך נישט לאזן אוועקפארן, ביז איר וועט מיר נישט מבטיח זיין אויף אייער הייליג ווארט, אז איר וועט מיך, ביים צוריקקומען, טרעפן פריש און געזונט״. האט אים ר׳ נחמן פארזיכערט אז אזוי וועט זיין. פרעגט אים ר' שמעון ווייטער, איר האט דאך ביים אוועקפארן פון דערהיים געזאגט, אז די נסיעה אייערע קען געדויערן א וואך, צוויי, אדער א חודש אדער א פערטל יאר, האלב יאר אדער א גאנץ יאר אויך. ווען וועלן מיר זיך פארט זען? ווען איך בין אפגעפארן פון דער היים — האט אים ר׳ נחמן געענטפערט, — האב איך נאך נישט געוואוסט ווי אהין איך פאר און ווי לאנג אזא נסיעה וועט געדויערן, יעצט ווייס איך שוין קלאר, איך פאר יעצט קיין קאמעניץ און מיין זיך אויפהאלטן דארט וועט נישט דויערן לאנג. דער בעש״ט האט זיך צו מיר דא באוויזן און מיר געהייסן פארן קיין קאמעניץ..

געפארן איז ר׳ נחמן קיין קאמעניץ נישט ווי א רבי מיט זיין גבאי, נאר מעשה סוחר, מיט זיינס א משרת. אין קאמעניץ האבן דאן קיין אידן נישט געטארט וואוינען און אפילו איבערנעכטיגן דארט איז זיי נישט דערלויבט געווען. פלעגן זיי א גאנצן טאג האנדלען אין קאמעניץ און נעכטיגן פלעגן זיי אין די דירות וואס זיי האבן פארמאגט אונטער דעם שטאט. ר' נחמן מיט זיין משרת זיינען אריינגעקומען אין שטאט בייטאג. ווען ס׳איז געווארן נאכט האט ר׳ נחמן געהייסן זיין משרת פארלאזן דעם שטאט און ער אליין איז געבליבן נעכטיגן אין שטאט. צומארגנס איז דער משרת געקומען אין שטאט אריין און האט דארט אנגעטראפן זיין רבין. דער רבי איז געגאנגען מיטן משרת אין פארשידענע הייזער — אונטער אזא אדער אן אנדערן אויסרייד. אזוי־ארום זיינען זיי געווען אין פיל דארטיגע הייזער. וואס ער האט געטאן אין יענע הייזער און וואס ער האט בכלל געטאן אין קאמעניץ — ווייסט קיינער נישט.

די חסידים האבן זיך וועגן די נסיעה געשפארט, טייל האבן געזאגט, אז ער איז געפארן קיין קאמעניץ, כדי צו געפינען די כתבים, וואס דער בעש״ט האט דארט באהאלטן אין א שטיין. טייל האבן אויסגעזוכט אנדערע טעמים. ר' נחמן האט זיך פון די אלע טעמים אויסגעלאכט, וועגן די כתבים פונעם בעש״ט האט ער געזאגט, אז ער דארף זיי נישט, און ווען ער וואלט זיי יא געדארפט, וואלט מען זיי אים אהיימגעברענגט...

איין זאך איז זיכער קלאר, ר' נחמנ'ס נסיעה קיין קאמעניץ האט א דירעקטע שייכות מיט זיין נסיעה קיין ארץ-ישראל. ר׳ נחמן אליין האט עס אויסגעדריקט אין א קורצע און שארפע זאץ: ״ווער עס ווייסט פארוואס ארץ ישראל איז פריער געווען אין די הענט פון כנען און דערנאך אין אידישע הענט, יענער ווייסט אויך, פארוואס איך בין פריער געווען אין קאמעניץ, און דערנאך אין ארץ־ישראל"...

פארוואס אבער פונקט קאמעניץ ? און וויאזוי האט ער דארט גענעכטיגט, ווען קיין שום איד איז דארט נישט ערלויבט געווען צו נעכטיגן ? און ווי בינדט זיך דער אנזאג פון בעש"ט: ״פאר קיין קאמענעץ״ מיט די נסיעה קיין ארץ־ישראל ?

די ווארשיינליכסטע השערה איז די, אז ר׳ נחמן, וואס האט זיך דאס גאנצע לעבן פארנומען מיט מחזיר בתשובה זיין אלערליי זינדיגע מענטשן, איז געפארן קיין קאמעניץ מחזיר בתשובה צו זיין אייניגע פראנקיסטן, וואס האבן דארט געוואוינט פארשטעלט ווי קריסטן (קאמעניץ איז דאן געווען דער צענטער פון דער פראנקיסטישער באוועגונג).

דאס שטימט מיט די ווערטער פונעם בעש״ט, וואס ער האט געזאגט ווען די פראנקיסטן האבן זיך געשמדט: ״די שכינה קלאגט און וויינט, כל זמן דער קראנקער אבר איז נאך באהאפטן צום גוף, איז נאך דא א האפענונג, אבער ווען ער ווערט אבער אפגעשניטן פון גוף, איז יעדע האפענונג פארלוירן".

דער שמד פון א טייל פראנקיסטן איז נישט געווען קיין פולשטענדיגער, זיי, יענע פראנקיסטן, האבן אזוי ווי די "דאנמעה׳ס" (באהאלטענע שבתאים) אין טערקיי געפירט א דאפלט־לעבן. אזוי ווי די "דאנמעה׳ס" זיינען אויסערליך געווען מוסולמענער מיט אלע פיטשעווקעס און אין אמת'ן האבן זיי געגלויבט אין זייערע ספעציעל שבתאי'שע דאגמען און אפגעהיט פיל אידישע מצוות און מנהגים,—אזוי זיינען אויך יענע פראנקיסטן געווען אויסערלעך פולשטענדיגע קריסטן און אינערלעך זיינען זיי טריי געבליבן די אלטע שבתאיש-פראנקיסטישע לערע און אפשר אפגעהיט אויך אייגיגע אידישע מנהגים און געבאטן.

ר' נחמן, וועלכער פלעגט — ווי עס איז שוין פריער דערציילט געווארן — קיינמאל נישט אנטלויפן פון נסיונות, נאר ער פלעגט גאר אריינלאזן זיך אין נסיונות מיט דער זיכערקייט, אז ער וועט קיינמאל אין קיין פאל נישט טאן עפעס קעגן דעם ווילן פון השם יתברך, כאטש ס׳וועט אים אויסקומען צו ליידן דערביי די גרעסטע ענויים, דער ר' נחמן וואס האט געשטרעבט צו ווערן נישט נאר דער גואל פון לעבעדיגע, נאר אויך דער גואל פון די טויטע, דער גואל פון נשמות וואס וואנדערן ארום אין וועלטן פון תהו ובוהו אן א תיקון, ער, וואס האט זיך געריסן צו ארץ־ישראל מיט דער האפענונג צו באקומען דארט די ליכטיגסטע השגות, יענע השגות וואס מוז מיט זיך ברענגען ביאת המשיח — ער האט געפונען פאר וויכטיג איידער ער פארט אייננעמען ארץ־ישראל גייסטיש, מכניע צו זיין די הארבסטע קליפה און די טיפסטע טומאה, וואס האט דאן געהערשט אין פאדאליע: דער פראנקיזם. אזוי ווי קאמעניץ־פאדאלסק איז געווען די פעסטונג פון אט די טומאה, האט ער געפרואווט איינצונעמען די פעסטונג דורך מחזיר בתשובה זיין די חשובערע צווישן די פראנקיסטן. דאס האט געהייסן אין זיין שפראך, אז איידער מען גייט בויען ארץ ישראל, מוז מען אייננעמען כנען...

א שליסל צו אט דעם ענין גיט אויך צו די אויפפירונג פון ר׳ נחמנ'ן אין די לעצטע יארן פון זיין לעבן, זיין שטענדיג פארברענגען אין אומאן אין שמועסן מיט אזעלעכע, וועם ער האט אנגערופן ״קלי עולם״. אנשטאט צו אנטלויפן פון זיי, און זיי מדחה־זיין מיט ביידע הענט, אזויווי אלע אנדערע רביים האבן געטאן, און נישט זיך אריינלאזן אין לאנגע וויכוחים מיט זיי, ווי ס'שטייט, אז מיט א ״מין ישראל״ טאר מען קיין וויכוחים נישט פירן, ווייל "כל שכן דפקר טפי״ (ער וועט פון דעם נאך מער אפיקורס ווערן), דאך פלעגט ר׳ נחמן דווקא לאנג שמועסן מיט יענע ״קלי עולם״, זיך אריינלאזן אין לאנגע וויכוחים מיט זיי, גלויבנדיג, אז ער וועט סוף כל סוף אריינבלאזן אין זיי פונקען פון אמונה מיט בושה פארן קעניג פון אלע וועלטן, און תשובה אויף זינד און חרטה.

אפילו וועגן גרויסע רשעים פלעגט ר׳ נחמן זאגן : ״די גרויסע רשעים, וואס קומען אריין צום צדיק אמת, שוין פון דעם אליין וואס זיי זיינען זיך אביסל מכניע פאר אים און קומען אים אפגעבן כבוד, פון דעם אליין ווערט ערגעץ-וואו א גרויסער תיקון, ווייל לויט דער גרויסקייט פון זייער רשעות ווערט אפילו פון די קלענסטע הכנעה זייערע, א גרויסער תיקון. אידן זאגן עטליכע מאל אין טאג: ״כי גדול ד׳ מכל האלוקים״ און עס ווערט נישט פון דעם אזא גרויסער רעש, אבער ווען יתרו איז געקומען און געזאגט: ״עתה ידעתי כי גדול ד' ״, איז — ווי דער זוהר שרייבט — טייער געווארן און געהויבן געווארן דעם נאמען פון הקב"ה סיי אויבן און סיי אונטן, דורך דעם וואס איינער קומט פון אזא ווייטעניש פון די עמקי הקליפות, און איז זיך מכניע פאר די קדושה, דווקא דורך דעם ווערט דערהויבן און געגרויסט זיין הייליגער נאמען״.

און אמאל האט ר׳ נחמן געזאגט: וועגן די ״קלי עולם״, וואס קומען אריין צו אים: ״אז איינער פון זיי טוט זיך א בייג — בויגן זיך די הימלען"...
באניצער אוואטאר
מ גפני
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1001
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 05, 2012 3:09 pm
האט שוין געלייקט: 1135 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 465 מאל

קאפיטל ה. - דאס אוועקפארן פון דערהיים און דער אנקום קיין אינ

שליחה דורך מ גפני »

ערב פסח תקנ״ח ווען ר׳ נחמן איז ארויס פון מקוה האט ער געזאגט צו איינעם וואט האט אים באגלייט : ״דאס יאר וועל איך געוויס זיין אינעם הייליגן לאנד״. פסח האט ער געזאגט תורה וואס דער גאנצער אינהאלט פון דער תורה איז געווען, אז ער פארט ווי אמשנעלסטן קיין ארץ ישראל.

ווען זיין ווייב האט דאס דערהערט, האט זי געשיקט א טאכטער אים פרעגן: ״אויף וועמען וועסטו אונז איבערלאזן ? ווער וועט אונז מפרנס זיין ?״ האט ער אזוי געענטפערט: דו וועסט פארן צו דיין מחותן, דיין עלטערע שוועסטער וועט זיין א העלפערין ביי עמיצן, דיין קלענערע שוועסטער וועט זיין ביי איינעם, וואס וועט איר ארייננעמען פון רחמנות-וועגן, און דיין מוטער וועט זיין א דינסט, און א קעכערין. אלצדינג וואס איך האב אין שטוב, וועל איך פארקויפן אויף הוצאות הדרך.

ווען די בני־בית האבן דאס דערהערט, האבן זיי אויסגעבראכן אין א געוויין. ער האט אויף אלע בכיות און יללות געענטפערט: ״עס קען אנדערש נישט זיין. די גרעסטע העלפט מיינע איז שוין דארט — און דער מיעוט מוז גיין נאכן רוב״ ...

ער האט אויך געזאגט : ״איך ווייס, אז איך וועל האבן עיכובים און מניעות אן א שיעור און אן אן ערך, נאר כל זמן מיין נשמה איז אין מיר, כל זמן עס וועט אין מיר זיין א לעבעדיגער אטעם, וועל איך מיך מוסר נפש זיין און פארן קיין ארץ-ישראל און זאל גאט טאן, וואס אים וועט געפעלן״. ער האט אויך געזאגט: ״אויף יעדן טריט קיין ארץ-ישראל וועל איך האבן מסירת נפש״. דערנאך האט ער געזאגט אזוי: ״איך וויל פארן תיכף, ווי אזוי עס זאל זיך נאר נישט מאכן, אפילו אן געלט. וויל עמעצער אויף מיר רחמנות האבן, זאל ער מיר עפעס געבן אויף הוצאות״.

די חסידים האבן זיך באלד א לאז געטאן אין די ארומיגע שטעטלעך און האבן צוזאמענגענומען אביסל געלט, ער זאל כאטש האבן מיט וואס אוועקצופארן פון דער היים. די נסיעה איז געווען אין גרויס איילעניש און זיי האבן געזען אז מען קען אים שוין לענגער נישט אפהאלטן.

ח״י אייר פון יאר תקנ״ה איז ר׳ נחמן אוועקגעפארן פון מעדוועדיווקע קיין ניקאלאיעוו אין דער באגלייטונג פון איינעם פון זיינע חסידים, וואט האט איינגעשטימט מיטצומאכן מיט אים די לאנגע, ווייטע, און געפארפולע נסיעה. אין ניקאלאיעוו האבן זיי געטראפן א שיף וואס האט געפירט ווייץ קיין אדעסע. פון אדעסע זענען זיי אפגעפארן מיט א שיף קיין אינסטאמבול. פריער פלעגן משולחים און אנדערע, וואס פארן פון פוילן און רוסלאנד קיין ארץ־ישראל, מורא האבן צו פארן דורך אדעסע, ווייל זיי האבן געהאלטן, אז דער ים איז דארט אומרואיג. פלעגן זיי פארן דורך גאלאץ כאטש ס'איז פיל ווייטער געווען, ווי דורך אדעסע. ר׳ נחמן האט זיך אבער נישט צוגעהערט צו די רייד פון די וועלט און איז געפארן פון ניקאלאיעוו קיין אינסטאמבול דווקא דודך אדעסע.

פאר זיי זענען אוועקגעפארן פון אדעסע, זענען מענטשן געקומען צום ים ברעג זיך צוגעזעגענען מיט ר׳ נחמן, און זיי האבן אים ארויסבאגלייט מיט גרויס פאראדע.

איידער ר׳ נחמן איז ארויף אויפ'ן שיף, האט ער געהייסן זיין באגלייטער קויפן פאפיר און טינט. וויבאלד זיי זענען ארויף אויפ'ן שיף, האט ר׳ נחמן אנגעהויבן שרייבן תורה. ר׳ נחמן האט פארלאנגט פון זיין באגלייטער אז ער זאל אים מבטיח זיין אז ער וועט נישט אריינקוקן אין די כתבים וואס ער שרייבט. ערשט נאכדעם ווען דער מענטש האט אים די הבטחה געגעבן, האט ער אים פארטרויט מיט די שליסל פון זיין כתבים קעסטל.

דעם ערשטן טאג פון זייער נסיעה, האט זיך דער שווארצער ים צעווילדעוועט. א גרויסער שטורעם האט געהויבן די כוואליעס, זיי זענען ממש אין שיף אריינגעשפרונגען.

אין דער גאנצער צייט פון ר׳ נחמנ'ס נסיעה האט געבליצט און געדונערט. די בליצן, די דונערן און די שטורמדיגע כוואליעס האבן אויף יעדען אינעם שיף אנגעווארפן א גרויס פחד.

אינמיטן דעם רוח סערה — דערציילן די ברעסלאווע חסידים — האט ר׳ נחמן דערזען פאר זיך א געשטאלט פון א מענטש, וואס איז נישט לאנג צוריק געשטארבן. ר׳ נחמן האט דאן געזאגט פאר זיין באגלייטער : ״האסט געזען, דער יונגערמאן פון וואלבאוויץ איז געקומען אהער נאך א תיקון״.

ווען זיי זענען אנגעקומען קיין אינסטאמבול נאך א שווערע פיר טאגיגער רייזע, האבן זיי זיך אנידערגעזעצט ביים פארט, זיי האבן נישט געקענט קיין ווארט טערקיש און צו קיין אידן האבן זיי זיך אויך נישט געקענט ווענדן, ווייל זיי האבן נישט געקענט מבחין זיין לויט די קליידונג צווישן א איד און א טערק, ענדליך האבן זיי דערזען א איד, א גאסט וואס האט פארשטאנען זייער שפראך. דער איד האט זיי געפירט צו א גאסט הויז אין דעם קווארטאל גאלאטע.

ווען זיי זענען אריין אהין, האט ר׳ נחמן געזאגט, אז די גאסט הויז געפעלט אים נישט. האט אים דער פארמיטלער געזאגט : ״אפשר ווילט איר זיין אין הארץ פונעם קרוין-שטאט אינסטאמבול, דארט, וואוינט דער קייזער אליין, און קיין שום פארל טאר דארט נישט וואוינען, בלויז זכרים אליין מעגן דארט וואוינען״. ״יא, — האט ר׳ נחמן געענטפערט, — אט דאס געפעלט מיר טאקע״ זענען זיי געגאנגען צום צענטער פון אינסטאמבול, צו זוכן דארט א דירה. אויפן וועג האט דער פארמיטלער דערציילט, אז דארט זענען איצט דא צוויי שדרי״ם פון ארץ-ישראל, און מיט זיי קען ער דארט איינשטיין.

״אט אהין פירט מיר״ — האט ר׳ נחמן געזאגט צום פארמיטלער. און צו זיין באגלייטער האט ער געזאגט : ״איך בין דיך שטרענג מזהיר, דו זאלסט בשום אופן נישט אויסזאגן פאר קיינעם ווער איך בין, אפילו זיי טוען דיך מוטשען״.

ווען ר׳ נחמן איז אנגעקומען מיט זיין באגלייטער צו די נייע אכסניא, האט איינער פון די צוויי שדרי"ם, דערקענט ר׳ נחמנ'ס באגלייטער. האט ער אים געפרעגט: ״וואס טוסטו דא?״ האט ר׳ נחמנ'ס באגלייטער געענטפערט: ״איך פאר מיט דעם יונגערמאן קיין ארץ־ישראל״. — ״ווער איז דער יונגערמאן? און פארוואס פארט ער קיין ארץ־ישראל ?״ האט דער באגלייטער געענטפערט— "איך ווייס נישט פארוואס". מיר קענען דיך פאר אן ערליכן מאן פון שטענדיג אן — האבן די צויי שדרי"ם געזאגט צו ר׳ נחמנ'ס באגלייטער — אצינד אבער ווייזט אויס, אז דו נארסט אונז אפ. מיר ווייסן נישט, צי דו ביזט נאך אזוי ערליך ווי דו ביזט געווען. נאכדעם האבן זיי אים ווידער געפרעגט: ״האסטו געפרעגט דיין רבין, ר׳ נחמן פון מעדוועדיווקע, צי דו זאלסט פארן מיט דעם יונגערמאן?״ — יא, — האט דער מענטש געענטפערט. די מענטשן האבן אים אויסגעפרעגט נישט אלס בלויזער נייגעריקייט, נאר ווייל זיי האבן חושד געווען, אז דער יונגערמאן, וואס זעט אויס ווי א רבי, פארט קיין ארץ-ישראל אנצומאכן דארט קריגערייען. פון וואנען האט זיך אזא חשד גענומען? דאס וועלן מיר לייענען אונעם קומענדיגן קאפיטל.
באניצער אוואטאר
איש עברי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 798
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 6:41 pm
האט שוין געלייקט: 997 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1854 מאל

שליחה דורך איש עברי »

א גרויסן ישר כח חן חן לך פאר די שווערע ארבעט און די גלענצענדע טאלאנט
אפשר מאכסטו דעפון א pdf מזאל קענען ליינען אין איין שאס ביים שבת טיש?
באניצער אוואטאר
מ גפני
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1001
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 05, 2012 3:09 pm
האט שוין געלייקט: 1135 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 465 מאל

קאפיטל ו. – אין ארץ ישראל מיט די תלמידי בעש"ט

שליחה דורך מ גפני »

ר׳ נחמנ'ס נסיעה קיין ארץ ישראל איז אויסגעפאלן אין די תקופה פון רבי'שע נסיעות צום הייליג לאנד, די ערשטע נסיעה האט געמאכט ר׳ מענדל וויטעבסקער, א תלמיד חבר פונעם מעזריטשער מגיד, אויף ר׳ מענדל וויטעבסקער האבן אלע תלמידים פונעם מעזריטשער מגיד - אפילו די עלטסטע און די גרעסטע - ארויפגעקוקט ווי נישט אויף זייער'ס גלייכן. ר׳ מענדל האט זיך טאקע באמת אויסגעצייכנט, אפילו צווישן די ערשטע גרויסע רביים, נישט נאר מיט זיין גאונות און זיין צדקות, נאר אויך און איבערהויפט מיט זיין געוואלדיגע עמקות אין חסידות, מיט זיין טיף פילאזאפישער אויפפאסונג פון די גרונד־יסודות פון קבלה. דער גאון און צדיק ר׳ שניאור זלמן דער גרינדער פון חב״ד, איז געווען סיי א חבר, און סיי א תלמיד פון ר׳ מענדל וויטעבסקער , א חבר — ווייל זיי זענען ביידע געווען תלמידים פונעם מעזריטשער מגיד, א תלמיד — ווייל נאכן זיין א לאנגע צייט ביים מעזעריטשער און נאכן בלייבן א געוויסע צייט — נאך דעם מגיד'ס פטירה — ביי זיין זון ר׳ אברהם המלאך, איז ר׳ שניאור זלמן געפארן א לענגערע צייט צו ר׳ מענדל וויטעבסקער.

ר׳ מענדל'ס שיטה אין חסידות איז איבערגענומען געווארן דורך זיינע הויפט תלמידים, וואס זענען, אין א געוויסן זין, אויך געווען זיינע חברים: ר׳ ברוך קאסאווער, ר׳ אברהם קאליסקער און ר׳ שניאור זלמן לאזשניער (איידער ר׳ שניאור זלמן האט זיך באזעצט אין לאדי האט ער געוואוינט אינעם שטעטל לאזשניע). ר' ברוך קאסאווער האט - אזוי צו זאגן - ראציאנאליזירט די קבלה, און האט דאס חסידות מקרב געווען צום שכל, אזוי אז ער האט אלע עולמות עליונים, שמות און ספירות צוגעפירט צו געטליכע ״שכליים״ (איגטעליגענצן). ר׳ אברהם קאליסקער האט ר׳ מענדל'ס חסידות פארדביקה'ט ביז צו אזא מדרגה, אז זיינע חסידים פלעגן פון גרויס התפעלות טאנצן אין די גאסן.

ר׳ שניאור זלמן לאזשניער האט פון זיין רבינ'ס תורה געשאפן א גראנדיעזע מיסטיש-פילאזאפישע שיטה, וואס פאראייניגט דעם תמימות'דיגן גלויבן מיט שארפע פארשן און זוכן, פלאם־פייערדיגע דביקות מיט רואיגע טראכטונגען, טיפענישן פון קבלה מיט קלארקייטן פון רמב״ם'ישע חקירה, ברייטקייט פון דרוש מיט פרומקייט פון מוסר. דאס אלעס האט ר׳ שניאור זלמן פאראייניגט אין א הערליכן בנין, וואס הייסט : חב״ד (חכמה, בינה, דעת).

ווען ר׳ מענדל וויטעבסקער איז געפארן קיין ארץ־ישראל, האבן אים זיינע חסידים געשריבן: ״אויף וועמען האסטו אונז געלאזט?״ האט ער געענטפערט אין א בריוו, ״עס איז דא מיט אייך דער באליבטסטער פון מיין נשמה, ר׳ שניאור זלמן. איר קענט זיך אויף אים פארלאזן אין אלע ענינים פון הימל און ערד, פונקט ווי אויף מיר״. פון דאמאלטס אן איז ר׳ שניאור זלמן געווארן דער איינציגער רבי אין רייסן (ווייס-רוסלאנד).

ר' שניאור זלמן האט געפירט זיין רביסטעווע מיט א שטארקער ליבשאפט, נישט נאר צו זיינע חסידים, נאר אויך מיט באזונדערע הכנעה פאר יעדן איינציגן איד, און אין דער זעלבער צייט, מיט א באזונדערע שטרענגקייט און רוח־גבורה דארט וואו עס האט זיך אויסגעפעלט. ער האט איינגעפירט זיין אייגענעם נוסח אין דאוונען, שטרענג ארגאניזירט זיינע חסידישע מנינים, קאנטראלירט אלע מעשים פון זיינע חסידים און פארבינדענדיג זיך מיט זיי גייסטיש, זיי ארויסגעהאלפן אין יעדער עת־צרה, סיי אין רוחנית, סיי אין גשמית. איינפירנדיג ארדענונג אין אלעס און אין אלעמען, האט ער אויך געוואלט איינפירן ארדענונג אינעם זאמלען געלטער פאר די עניי ארץ ישראל. די פריערדיגע ארדענונג, וואס האט נישט געוואוסט פון קיין חשבון און פון קיין סיסטעמאטישער חלוקה צווישן די נויטבאדערפטיגע אין ארץ ישראל, איז אים שטארק נישט געפעלן. אין וואס ס'איז אייגנטליך באשטאנען זיין נייע ארדענונג ביים זאמלען און צעטיילן די ארץ ישראל געלטער — איז שווער צו וויסן. איין זאך ווייסן מיר, אז זיין חבר און נאענטער פריינד, ר׳ אברהם קאליסקער, וואס איז דאן געזעסן אין ארץ ישראל און איז געווען פאררעכנט אלס ממלא מקום פון ר׳ מענדל וויטעבסקער, איז פון ר׳ שניאור זלמנ'ס אריינמישן זיך אין די ארץ־ישראל'דיגע ענינים געווען שטארק נישט צופרידן. די אומצופרידנקייט איז פארוואנדלט געווארן אין אן אפענער מחלוקה. ווי א טייל גוטע אידן זענען געשטאנען אויף ר׳ שניאור זלמנ'ס צד, און א טייל אויף ר׳ אברהם קאליסקער'ס צד. ווייזט אויס, אז ר׳ אברהם קאליסקער האט אויף זיך געהאט מחלוקת, אויסער מצד די חסידי חב״ד, אויך מצד די גאליציאגער רבי'ס, וואס זענען עפעס אויך נישט צופרידן געווען מיט ר׳ אברהם קאליסקערס הנהגה.

די אויבענדערמאנטע שדרי"ם פון ארץ ישראל, — ווי עס ווייזט אויס, הייסע חסידים פון ר׳ אברהם קאליסקער, — זעענדיג, אז ס׳פארט א יונגער רבי קיין ארץ ישראל און זיין משרת וויל בשום אין אופן נישט אויסזאגן, ווער ער איז, און פארוואס ער פארט, האבן זיי חושד געווען, אז דער יונגער רבי פארט אויף צופארשטארקן די מחלוקה אויף ר׳ אברהם קאליסקער. מתחילה האבן זיי, מסתמא, געמיינט, אז ער איז א שליח פון ר׳ שניאור זלמנ'ן, שפעטער ווען דער משרת האט זיי געזאגט, אז דער רבי זיינער פארט מיט א דערלויבעניש פון עסטרייך, האבן זיי אנגעהויבן חושד זיין, אז ער איז געשיקט געווארן פון די גאליציאנער רבנים צו פירן זייער קאמף קעגן ר׳ אברהמ'ן.

ווען די שדרי"ם האבן דערזען, אז זיי קענען פונעם משרת גארנישט דערגיין וועגן זיין רבין, האבן זיי זיך געוואנדן צום רבין גופא. ער האט זיי מדחה געווען מיט פארשידענע אויסריידן און פארשידענע איינפאלן. אויף אלע זייערע פראגן וועגן זיין נאמען, אפשטאמונג, משפחה, וכדומה, פלעגט ער זיי ענטפערן אזוי, אז זיי פלעגן מבולבל ווערן. איינמאל למשל, האבן זיי אים געפרעגט, צי ער איז א כהן. האט ער געענטפערט: יא. אויף צו־מארגנס האבן זיי אים א פרעג־געטאן: איר זענט א ישראל, האט ער ווידער געענטפערט: יא. פרעגן זיי אים: נעכטן זענט איר געווען א כהן און היינט זענט איר שוין א ישראל ? ענטפערט ער זיי: ״כהן איז די מידה פון חסד, ישראל איז אן אנדער מידה, און איך האב ברוך השם אין זיך ביידע מידות״. דערזענדיג, אז זיי קענען פון אים נישט ארויסבאקומען קיין קלארן ענטפער, האבן זיי אים געזאגט: ״איצט זעהן מיר, אז איר פארט קיין ארץ ישראל, כדי דארט אנצומאכן מחלוקת״...

איינמאל אין א שמועס, ווען די מענטשן זענען צו ר׳ נחמנ'ן שטארק צוגעשטאנען, וועגן דעם צוועק פון זיין רייזע, האט ער צו זיי געזאגט בזה הלשון :״וואס זאל איך אייך זאגן וועגן דעם כוונה פון מיין נסיעה קיין ארץ ישראל? עס איז אפילו לבא לפומא לא גליא (דאס הארץ אנטפלעקט נישט אפילו פאר'ן אייגענעם מויל). אבער — ״מה טוב ומה נעים שבת אחים גם יחד״. מיר קענען דאך גוט פארברענגען צוזאמען, אפילו ווען איינער ווייסט נישט דעם צווייטנס כוונות. האבן זיי אים געענטפערט: ווען איר וועט אונז מגלה זיין די כוונה פון אייער נסיעה, וועט איר פון אונז באקומען א טובה. ״ניין ! — האט ער זיי געזאגט — פון אייך וועל איך קיין שום טובה נישט מקבל זיין. איר פון מיר קענט יא מקבל טובה זיין״. איר רעדט עפעס - האבן זיי צו אים געזאגט - ווי איר וואלט ווען געווען איינער פון די מפורסמים, ווי א שטייגער, ר׳ ברוך אדער ר׳ נחמן. איר זענט דאך געוויס נישט קיין איינער פון זיי, נאר איר פארט קריגן אויפן צדיק ר' אברהמ'ן"...

ווען די מענטשן האבן ביי זיך פעסט באשלאסן, אז דער יונגער רבי פארט קיין ארץ ישראל נישט פאר עפעס אנדערש, נאר אויף צו פארפירן א מחלוקה קעגן ר׳ אברהם קאליסקער, האבן זיי אים פון טאג צו טאג מבזה געווען מיט אלערליי בזיונות, נישט פארלירנדיג דערביי די האפענונג צו דערגיין סוף-כל-סוף, ווער ער איז.

ווען עס איז געקומען צו שבת, האט ר' נחמן געוואלט עסן מיט זיי צוזאמען די סעודות שבת, ווייל ער האט נישט געהאט ביי זיך קיין שוחט און זיי האבן יא געהאט מיט זיך פלייש פון א גוטן שוחט. זיי האבן אבער בלויז ר' נחמן'ס באגלייטער גענומען צו זיך אויף שבת, ר׳ נחמנ'ן — נישט. פרייטיג צונאכטס איז ר' נחמן אריינגעקומען צו זיי, האבן זיי זיך מיט אים געקריגט און געוואלט ארויסשטופן. ר' נחמן האט זיך נישט געלאזט און עס האט צווישן זיי אויסגעבראכן א קריגעריי. אויף מארגן האט זיך איבערגעחזר'ט דאס זעלבע. ר׳ נחמן האט געמוזט אפקומען מיט א מילכיגן שבת.

ער האט אלעס געטאן צו דערוועקן קעגן זיך כעס און שנאה מצד די שדרי"ם. אויסער דעם, וואס ער האט זיי נישט אויסגעזאגט, ווער ער איז און וואס ער איז, אויסער דעם, וואס ער האט נישט ארויסגענומען פון זייערע הערצער דעם חשד, אז ער פארט קיין ארץ ישראל צו פירן דארט מחלוקת, אויסער דעם, וואס ער האט געענטפערט אויף אלע זייערע פראגן פארקערט ווי זיי האבן ערווארטעט, — פלעגט ער זיי נאך אויפוועקן ווען זיי זענען געשלאפן, ער פלעגט זיך מיט זיי רייצן אויף אלע סארט אופנים.

צייטנווייז האט ר׳ נחמן זיך געוואלט איבערבעטן מיט די שדרי"ם פארן זיי אנטאן עגמת נפש. ער האט זיי געגעבן צו פארשטיין, אז מען קען צו אים נישט צופאסן די מאס, וואס מען קען צו אנדערע מענטשן, און מען מוז אים דעריבער אפלאזן מיט שאלות און קשיות און מען מוז אים אויך נאכגעבן זיינע קאפריזן. ער האט פיל מאל פראבירט אנצובינדן מיט זיי א פריינדליכען שמועס, אויך האט ער געהייסן זיין באגלייטער ער זאל זיי מכבד זיין. ס׳האט אבער נישט געהאלפן. זיי האבן אויף ר׳ נחמנ'ן געקוקט מיט חשד און שנאה און האבן זיך אפילו געווענדעט צו א אידישן מעקלער פון שיפן אין אינסטאמבול, וואס האט אליין געשטאמט פון פוילן (זיין פרוי איז געווען א ספרדישע און זיין שוויגער איז שטארק אנגעזען געווען ביי די טערקן), אז דער מעקלער זאל נישט לאזן דעם יונגן רבין פארן קיין ארץ ישראל, ווייל ער וועט דארט אנמאכן מחלוקת און וועט ברענגען צו א גירוש פון די דארטיגע אידן. זיי האבן אים מבטיח געווען א שפע מן שמים, אויב ער וועט דעם יונגן רבין טאן עפעס שלעכטס...

איידער ר׳ נחמנ'ס קעגנער זענען אוועקגעפארן פון אינסטאמבול האט זיי ר׳ נחמן געוואלט מיטגעבן א בריוו צו זיין פאמיליע און צו זיינע חסידים. די מענטשן האבן פון אים קיין בריוו נישט געוואלט נעמען. פון ר׳ נחמנ'ס משרת האבן זיי יא גענומען א בריוו אהיים. האט ר׳ נחמן אריינגעלייגט זיין בריוו אינעם בריוו פון זיין משרת. ווען די מענטשן האבן באקומען דעם בריוו, האבן זיי עס געוואלט עפענען, כדי געוואויר צו ווערן סוף-כל-סוף, ווער עס איז דער משונהדיגער רבי מיט דעם משונהדיגן אויפפיר. זיי האבן אבער ערגעץ וואו אריינגעלייגט דעם בריוו און האבן אים נישט געקענט געפינען. ערשט ביים אנקומען קיין וואלאכיי האבן זיי דעם בריוו געפונען און אויפגעעפנט. ווען זיי האבן דערזען, ווער עס איז אונטערן בריוו געחתמ'ט, נחמן פון מעדוועדיווקע, האבן זיי זיך שטארק פארוואונדערט און א גרויסע אימה איז זיי באפאלן.

נאכדעם, ווי די צוויי מענטשן זענען אוועקגעפארן פון אינסטאמבול, איז געקומען דער דערמאנטער שיף-מעקלער צו ר׳ נחמנ'ן, און, ווייזנדיג אים פארשידענע בריוו, וואו רבנים בעטן אים, אז ער זאל טאן טובות מיט זיי און מיט זייערע חסידים, האט ער אזוי געזאגט: ״וועט איר מיר זאגן, ווער און וואס איר זענט, וועט איר פון מיר האבן גרויסע טובות, טאמער נישט, האב איך בכח אייך אנצוטאן די גרעסטע נגישות, אפילו אריינצוזעצן אייך אין תפיסה״, באין ברירה האט ר׳ נחמן געמוזט אויסזאגן, אז ער איז אן אור אייניקל פונעם בעש״ט און פון רבי נחמן האראדענקער און אז ער פארט נישט קיין ארץ ישראל אויף צו פירן קעגן קיינעם קיין מחלוקת, נאר ער פארט צוליב'ן זיך באהעפטן מיט דער קדושה פון לאנד.

דער שיף-מעקלער האט עס אלץ אויסגעהערט און איז אוועק, צומארגנס איז ער געקומען צו ר' נחמנ'ן און געזאגט: "איך דאנק אייך זייער, וואס איר האט מיר געזאגט דעם ריינעם אמת, ווייל ווען איר זאגט מיר נישט דעם אמת, וואלט איך אייך אריינגעזעצט אין תפיסה און וואלט דערמיט פארזינדיגט מיינע ביידע וועלטן. איצט בין איך גרייט צו אייך באדינען מיט וואס איך וועל נאר קענען, סיי מיט דינגען א שיף, אדער מיט סיי וואס איר וועט פון מיר פארלאנגען״.

צומארגנס איז דער שיף-מעקלער ווידער געקומען און האט דערציילט, אז ס'איז אנגעקומען קיין אינסטאמבול א שיף מיט רוסיש-פוילישע אידן, מיט יענער שיף איז אויך אנגעקומען איינער פון די דעמאלס-באקאנטע רבי'ס, ר׳ זאב וואלף פון טשארנע-אוסטרא. ווען ר׳ זאב וואלף האט זיך דערוואוסט אז ר׳ נחמן איז דא אין שטאט (ר׳ נחמן'ס משרת האט אים דערציילט דערוועגן), האט ער געשיקט בעטן ר׳ נחמנ'ן, אז ער זאל זיך באזעצן מיט אים אין די אכסניא, ר׳ נחמן האט זיך אבער דערפון אפגעזאגט, כדי ער זאל ווייטער קענען טאן זיינע ״מעשי קטנות״...

די ״מעשי קטנות״ זענען באשטאנען אין דעם וואס ער פלעגט ארומגיין בארוועס, אן א גארטל און אן א הוט, ער האט זיך אנגעטאן אן אונטערשלאק פון א בגד, וואס ער האט ביי זיך געהאט, און איז אזוי ארומגעלאפן אויף די גאסן, ווי א ווילד חדר יונגל, ער האט ארום זיך צוזאמגענומען א מחנה יונגלעך און האט מיט זיי געשפילט אין מלחמות, ווי איינער איז געווען א טערק, דער צווייטער א פראנצויז, א. א. וו.

אין דעם הויף, וואו ר׳ נחמן האט געוואוינט, איז דערווייל אויסגעבראכן אן עפידעמיע. איז ר' נחמן געצוואונגען געווען צו פארלאזן זיין אלטע אכסניא און ער האט זיך באזעצט אין דער אכסניא פונעם רבין ר׳ זאב וואלף.

ר׳ זאב וואלף האט אויפגענומען ר' נחמנ'ן מיט גרויס כבוד. ער האט פון זיינעטוועגן געמאכט א גרויסע סעודה. ר׳ נחמן האט אבער געטאן אסאך זאכן קעגן ר׳ זאב וואלף'ס רצון, ווען ר׳ זאב וואלף האט זיך געשטעלט שבת אינדערפרי דאוונען ביים עמוד, האט זיך ר' נחמן געזעצט עסן, ווייל ער האט שוין פריער אפגעדאוונט. ווען ר' זאב וואלף האט זיך געזעצט צו שלוש סעודות, האט ר׳ נחמן ארויסגעשיקט זיין משרת, ער זאל א קוק טאן צי ס׳זענען שוין דא שטערן, ווייל ער וויל דאוונען מעריב. נאכן אפדאוונען מעריב האט ר' נחמן געמאכט הבדלה, אויסגעטאן דעם אויבערשטן מאנטל, אראפגענומען פון זיך דעם גארטל, פאררויכערט א לילקע און איז אזוי אריינגעקומען צו ר׳ זאב וואלף'ן, ווען ר' זאב וואלף איז נאך געווען פארטאן אין דביקות מיטן ״רעוא דרעוין״ און האט געשמועסט מיט די ״בני היכלא דכסיפין למחזי זיו דזעיר אנפין״...

ר' זאב וואלף האט אים אבער קיין בייז ווארט נישט געזאגט. אדרבה, ער האט אפגעדאוונט מעריב און געמאכט הבדלה און האט זיך צושמועסט מיט ר' נחמנ'ן מיט גרויס ליבשאפט. דער שמועס האט זיך געצויגן כמעט א גאנצע נאכט.

פארוואס האט פאר ר' נחמנ'ן געטויגט אויפצורייצן מענטשן קעגן זיך, אפילו אזעלכע, וואס האבן אים ליב געהאט? און פארוואס פלעגט ער פראווענען קינדערישע שטיק, שפילן אין מלחמות, וכדומה? — דאס וועט פארשטענדליכט ווערן ערשט שפעטער, נאכדעם ווי ס'וועט פארענדיגט ווערן די שילדערונג פון ר׳ נחמנ'ס "מסעות הים".
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

כמדומה לי, האט רבי נחמן אויפגעטוהן זייער שטארק, אז ישראל עף על פי שחטא ישראל היא, מיינט נישט אז דו מעגסט ווייטער זינדיגן רח״ל, נאר עס מיינט אז אויב ווילסטו מאכן א יו טורן באמת, איז דער אייבערשטער אייביג דא פאר דיר. אבער דאס מיינט נישט אז דו קענסט טוהן ככל העולה על רוחו ווייל ישראל שחטא.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

בדרך אגב, הרב גפני, עס קומט דיר א דאפעלטע לייק. כל הכבוד פאר דיין הערליכע ארטיקל.
באניצער אוואטאר
מ גפני
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1001
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 05, 2012 3:09 pm
האט שוין געלייקט: 1135 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 465 מאל

שליחה דורך מ גפני »

לכבוד [tag]איש עברי[/tag] האב איך עס איבערגעמאכט אין א PDF, מיט די צייט וועל איך צולייגן צו דעם פייל די צוקונפטיגע ארטיקלן וואס וועל אי"ה ערשיינען
בייגעלייגטע פיילס
דער זון פון פיגא די נביאה.pdf
איבערגעמאכט: קלארערע פאנט און נאך 2 ארטיקלען
(206.34 KiB) אראפגעלאדנט 66 מאל
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום מ גפני, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
מ גפני
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1001
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 05, 2012 3:09 pm
האט שוין געלייקט: 1135 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 465 מאל

קאפיטל ז. - פון אינסטאמבול קיין חיפה

שליחה דורך מ גפני »

צוליב די פראנצויזישע מלחמות אויפן מזרח, איבערהויפט די מלחמה מיט טערקיי, האט די אידישע קהילה אין אינסטאמבול נישט געלאזט קיין אידן ארויספארן פון שטאט און זיך ארויסלאזן אויפן ים.

ר' נחמן האט אויף דעם נישט געקוקט. אים האבן סכנות נישט אפגעשראקן. זיין משרת האט ער אבער נישט געוואלט אריינברענגען אין א סכנה און ער האט דעריבער צו אים געזאגט: ״איך וויל מיך מפקיר־זיין! אבער דיין לעבן קען איך נישט מפקיר־זיין. ווילסטו, נאדיר געלט אויף הוצאות הדרך און פאר אהיים לשלום, איך מוז פארן, איך וויל אוועקפארן אומבאמערקטערהייט. האט דער משרת געענטפערט: ״באשר תלך, אלך — דארט וואו איר וועט גיין וועל אויך איך גיין. אם למוות, אם לחיים״.

אין יענער צייט איז אין אינסטאמבול געזעסן א שד״ר פון ירושלים. די שדרי״ם פון אמאליגע צייטן זענען על פי רוב געווען, פון די שענסטע אידן אין הייליג לאנד. גענוג צו דערמאנען דעם גרויסן גאון און מקובל, זאמלער און פארשער ר' חיים יוסף־דוד אזולאי (גערופן אין קורצן: דער חיד"א). אזעלכע שטייגער מענטשן פלעגט ארץ-ישראל ארויסשיקן קיין חוץ־לארץ צו זאמלען געלט פאר די ״יושבים לפני ד׳״. דער ירושלימער שד״ר, וואס האט זיך געפונען אין אינסטאמבול בעת ר׳ נחמנ'ס דארט זיין, איז געווען א וואונדער־מענטש, ער האט געהאט בדעה צו פארברעגגען אין אינסטאמבול א גאנץ יאר, נאר פלוצלונג האט ער א זאג געטאן צו די דארטיגע אידן: "איך מוז גלייך אוועקפארן, ווייל אין די גאר נאנטע טעג וועל איך נסתלק ווערן פון דער וועלט. ס'איז שוין אנגעצייכנט דאס ארט פון מיין קבורה. האט נישט קיין מורא פונעם פראנצויז און זארגט אייך נישט פאר די אידן וואס ווילן פארן קיין ארץ-ישראל, ווייל עס וועט זיי, מיט גאטס הילף גארנישט קיין שלעכטס פאסירן.

ווען די אינסטאמבולע אידן האבן דאס דערהערט, זענען זיי געגאנגען, זיי האבן געדונגען א גרויסע שיף און אויסגערופן, ווער עס וויל פארן, זאל פארן. זענען ארויף אויף דער שיף מענער און פרויען, סיי פון ספרדים, סיי פון אשכנזים, און בתוכם — ר׳ נחמן מיט זיין משרת. ר׳ נחמן האט זיך באקענט מיטן שד״ר פון ירושלים און האט מיט אים אפגעשמועסט, אז ער וועט אים מיטנעמען קיין ירושלים, ווייל ער האט נישט געוואלט זיין נישט אין צפת און אויך נישט אין טבריה.

ווען די שיף האט זיך ארויסגעלאזט איבערן גרויסן ים, האט זיך אויפגעהויבן א שטורעם. די שיף איז געשליידערט געווארן ארויף און אראפ — ״יעלו שמים, ירדו תהומות״, די סכנה איז געווען אזוי גרויס, אז קיינער פון די פארער האבן זיך געגלויבט, אז זיי וועלן בלייבן לעבן, יעדער שרייט צום אויבערשטן, און מען איז זיך מתודה פארן טויט. ממש אזוי ווי יום־כיפור. מען זאגט סליחות און אנדערע תפילות ותחנונים. איין ר׳ נחמן איז געזעסן און געשוויגן. ווען מען האט אים געפרעגט פארוואס שווייגט איר אין אזא עת צרה? — האט ער גארנישט געענטפערט, דארט אויפן שיף איז אויך געווען, א פרוי א מלומדת, וואס האט, אזוי ווי אלע, געשריגען און געוויינט, איז זי אויך געקומען מיט טענות צו ר׳ נחמנ'ן הלמאי ער שווייגט, האט ער געענטפערט האלב אין שפאס: ״הלואי וואלט איר אויך געשוויגן, וואלט פאר אייך אלע בעסער געווען, אט פרואווט צו שווייגן, וועט דער ים אויך פארשוויגן ווערן״...

די מענטשן האבן טאקע אויפגעהערט צו שרייען. עס האט אנגעהויבן צו טאגן. דער שטורעם האט אויפגעהערט און די ים כוואליעס זענען שטום געווארן.

אפאר טעג שפעטער איז די שיף געבליבן אן וואסער צום טרינקען. עס איז געבליבן נאר איין כלי מיט וואסער, וואס ווערעם זענען אין איר ארומגעקראכן. דאס וואסער האט מען צעטיילט צווישן די מענטשן אויף דער שיף, א נייע סכנה — נאך גרעסער פון די פריערדיגע. מענטשן האבן דעם דורשט נישט געקענט אריבערטראגן. האבן אלע, מענער און פרויען, מתפלל געווען. דערנאך האט אויסגעבראכן א נייער שטורעם. ענדליך נאך צוויי מעת לעת איז די שיף אנגעקומען צום פארט פון יפו.

ר׳ נחמן האט געוואלט אראפגיין פון שיף אין יפו, כדי צו פארן פון דארט מיטן שד״ר קיין ירושלים. די טערקן האבן אים אבער ניט געלאזט אראפגיין, ווייל זיי האבן אים חושד געווען, — איבער זיין פרעמדער קליידונג. האט ר׳ נחמן נישט געהאט קיין ברירה און איז געבליבן אויפ'ן שיף.

געווען איז דאס צוויי טעג פאר ראש השנה פון יאר תקנ"ט. ר׳ נחמן איז אויסגעגאנגען פון בענקשאפט אראפצוגיין וואס שנעלער און טרעטן אויף די הייליגע ערד, דער קאפיטאן האט זיך גאגץ געמיטלעך גענומען אנקערן דעם שיף, כדי זיך אפצוריען דא עטליכע טעג. אבער די כוואליעס האבן דווקא געוואלט איבערקערן דעם שיף. עס האבן נישט געהאלפן קיין עצות ותחבילות. דער קאפיטאן האט זיך געוואונדערט פארוואס קען די שיף נישט שטיין רואיג? האבן אים די ספרדישע חכמים, וואס האבן זיך געפונען אויף דער שיף, געזאגט: ״מיר האבן בקבלה איש מפי איש, אז דא איז דאס ארט, וואו מען האט אריינגעווארפן דעם נביא יונה בן אמיתי״...

אזוי האט די שיף זיך געראנגלט א גאנצע נאכט מיט די ווילדע כוואליעס, איז דער קאפיטאן געצוואונגען געווען אוועקצופארן פונעם אומהיימליכן ארט. אין דער נאכט פון זכור־ברית איז די שיף אנגעקומען קיין חיפה. די אנגעקומענע אידן האבן זיך אפגעשטעלט ביים הר הכרמל אנטקעגן דער מערת אליהו. פארטאגס האבן אלע געזאגט סליחות. נאכדעם האבן זיי אפגעדאוונט שחרית און נאכן דאוווען זענען אלע מענער, פרויען און קינדער געגאנגען אין שטאט אריין.

נאך האלבן טאג איז דער גאנצער עולם געגאנגען אין מקוה. דערנאך אין שול אריין. אין שול האט דער עולם זיך פארזומט ביזן אוונט. אין אוונט, ווען ר' נחמן איז געקומען צו זיין אכסניא, איז ער געווען פריילעך ביז גאר. ער האט געזאגט צו זיין משרת: ״וואויל איז דיר, וואס דו האסט זוכה געווען צו זיין דא מיט מיר" דערנאך האט ער אים געהייסן פארלייענען און מזכיר זיין פאר אים די נעמען פון אלע מקורבים, וואס האבן מיטגעגעבן א צעטל פון זייערע נעמען מתפלל צו זיין פאר זיי ביים אנקומען אינעם הייליג לאנד. מיט גרויס שמחה האבן זיי אפגעגעסן די נאכט סעודה פון ראש השנה. מיט א פריילעך געמיט האבן זיי פארבראכט ביזן שלאפן גיין. אין דערפרי זענען זיי געגאנגען אין שול. ביים צוריקקומען איז ר׳ נחמנ'ן באפאלן א גרויסע זארג. זיין הארץ איז ביז גאר צעבראכן געווארן. פון גרויס הארץ ווייטאג האט ער מיט קיין שום מענטש קיין ווארט נישט גערעדט.

תיכף נאך ראש השנה האט ר׳ נחמן זיך געוואלט אומקערן אהיים, אבער זיין משרת, האט געוואלט — ווי ר׳ נחמנ'ס תלמידים דערציילען — זיך אנזעטיגן זיינע אויגן מיט די הייליגע מקומות פון ארץ-ישראל, איז ער געקומען צו ר׳ נחמנ'ן און אים דערציילט, אז ס'איז דא א שיירא, וואס מען קען מיט איר פארן קיין טבריה. למעשה האט ר׳ נחמן נישט מסכים געווען דאן צו פארן, הערשט נאך די ימים טובים איז ער אהין געפארן, ווי עס ווערט פארציילט אינעם קומענדיגן קאפיטל.
פארשפארט