איך האב געהויבען מיינע אויגען אין גאס צי זען "הכצעקתה"???

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
טיטאניק
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1254
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 9:31 pm
האט שוין געלייקט: 1008 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1132 מאל

איך האב געהויבען מיינע אויגען אין גאס צי זען "הכצעקתה"???

שליחה דורך טיטאניק »

ברוכים הנמצאים
אזוי ווי עס קאכט זיך יעצט איבער די נערישע כינוס עצרת "צניעות" ווען די אייגען געקרוינטע רבנים און טאטעס פון שטאט וואס שרייען אז די מצב אין צניעות איז ממש שרעקליך און בארא פארק איז נעבעך געווארען א פלאץ ווי א חסידישע יונגערמאן קען נישט ארויס גיין,
דערפאר האב איך באשלאסען אז איך גיי גיין אין די גאסען פון בארא פארק לשם שמים ממש, גיין קיקען צי בארא פארק איז טאקע אזוי משוקע אין תאוות היצר, און צי די פרויען דא גייען אנגעטין ווי פרוצות,
בדרך כלל גיי איך מיט די אויגן אראפ, נישט ווייל איך שפיל הייליג, נאר פשוט אלץ נימוס (מענערס) נישט קיקען יענעם אין פנים ווי דער האן אין בני אדם
אבער היינט האב איך געהויבען מיינע אויגען און ריכטיג באטראכט יעדע פרוי וואס איז דארעך מיינע ד אמות, און אפילו פרויען וואס האבען שפאצירט עקראסט די סטריט
ווי זינגט מיכאל: קיק און קיק און פארשטיי נישט, די אויגן פון זיי אראפ גייט נישט....
איך זאג נישט קיין גוזמאות, איך האב שפאצירט בערך א שעה, די צייט וואס די גאסען זענען פיל מיט פרויען וואס לויפען צי די ארבעט, מיידלעך אין סקול, און מאמעס ווארטען פאר די באסעס, עס זענען דארעך געפארען מיינע אויגען גאר אסאך פרויען פון אלע מינים, אלע קרייזען
און איך בין געקימען צי די מסקנה
אז מן הסתם רעדען די עסקנים פון א אנדערע בארא פארק, ווייל אין בארא פארק וואס איך קען האב איך נישט געזען קיין איין איינציגע פרוצה, אלע גייען גאר שטארק צניעותדיג אנגעטין, בשיא הצניעות וואס קען זיין, זיי ציען נישט קיין אויגען בכלל, איך קען זאגען אז איך בין אהיים אן קיין איין הירהור, נישט ווייל איך בין א אלטע איד, איך בין יונג מיט פרישע הייסע בליט אבער משום מה בין איך נישט געווארען איבערגענימען פון קיין איין פרוי, ווייל די נשים צדקניות וצנועות פון בארא פארק זענען מקדש שם שמים מיט זייער צניעותדיגע מלבוש און גאר איידעלע התנהגות, אשרי העם שככה לו, וואויל איז מיין חלק אז איך וואוין אין אזא ערליכע שטאט
איין זאך וואס איך האב יא געמערקט, אז יונגעלייט, איך רעד פון פרימע חברה, מיט גראטלעך גייען מיט אויפגעריסענע אויגען אויף יעדע נקיבה אפילו ווען דאס זאל זיין א נקיבה פון א טויבעלע (די עופות וואס פליען ארים איבעראל בעיקר אין די 13'טע גאס)
די חברה דרייען זיך ווי משוגעים מטורפים, דאס האב איך שוין בעצם לאנג באמערקט, ווען איך גיי מיט מיין ווייב אויפען גאס (מיין ווייב איז זייער א איידעלע פרוי וואס ציט בכלל נישט קיין אויגן) קען אדרעך גיין פרימע חסידים, מיט די גאנצע טראגע, און זיי קלאצען ווי קעלבלעך ווי קיען נאך ווערען אויסגעהינגערט פאר 7 וואכען,
מיסטער הלבערשטאם און מיסטער האראוויץ אוודאי האבען ענק הירהורים, נישט ווייל בארא פארקע פרויען זענען פרוצות, חס ושלום זיי זענען ערליך, נאר הדבר תלוי בכם, ענק זענען חולה ****, יעדע נקיבה וואס ענק זעען, זעען ענק דערין איין ווארט "****" נישט מער, ענקער קאפ אין משוקע אין די זנות ווי א חולה נפש, זייט מוחל אין גייט צים דאקטער נעמט מעדעצין פאר די מחלה, ווייל איר זענט ביטער קראנק, חולה

בכלל אז איר רעדט שוין יא, לאז אפ די פרויען, רעד צי די מענער פון די בחורים ביז די אלטע זיידעס מיט די גרויסע אויגען, היט אייערע אויגען, ולא תתורו אחרי לבבכם ואחרי עיניכם, האלט אייערע אויגען אראפ, קיק נישט אזוי פיל, טראכט נישט אזויפיל זנות, די אלע זאכען זענען שולט אויף דער וואס איז פנוי מן החכמה, זעצט אייך לערנען אין באזיכט דעם דאקטער 1 מאל א וואך!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

טיטאניק: א גרויסן יישר כח. דו האסט ממש ארויסגעברענגט דברים כהווייתן (נישט לווייתן). דאס איז די מציאות וועלכע איך האב שוין לאנג געוואוסט. נאר איך האב נישט געהאט די גאטס צו טון וואס דו האסט געטון. דו ביסט א שליח ציבור. בכלל האב איך אן אויסדרוק אויף די אזוי-גערופענע "הייליגע" אידן וועלכע זענען אייביג ביזי מיט די געפאסטע קליידער פון די פרויען און די פארדארבענע סטאר'ס אויף 13'טע עוועניו. נאר כ'ווייס נישט צו ס'פאסט עס ארויס צו שרייבן דא ברבים. איך גיי עס יא שרייבן. "זייער קאפ ליגט אין יענעמ'ס מ---". :? 8-) :roll: :lol: :x :P :oops: :cry: :( :shock: :o :evil:
סאו וואט
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 397
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 07, 2013 10:08 pm
האט שוין געלייקט: 229 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 354 מאל

שליחה דורך סאו וואט »

דער קאפ ליגט זיי צווישען דער פיס..
I AM SICK AND TIRED ALREADY
טיטאניק
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1254
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 9:31 pm
האט שוין געלייקט: 1008 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1132 מאל

שליחה דורך טיטאניק »

סאו וואט האט געשריבן:דער קאפ ליגט זיי צווישען דער פיס..

צווישען יענעמס.......
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

שליחה דורך שעפטל »

אשכול נומער?????

מאכסט עס שוין באלד ווי ממש מ'פארקויפט לויטער ליגענט פארן עולם. כ'ווייס נישט דיין טעיסט, אבער איך מיז נישט מיטשטימען מיט דיר... הער אויס, על טעם וריח אין להתווכח... און האלבערשטאם ענד קא. (הוי האסטו געפענט א מערכה קעגן זיי....) האבן גאנץ אנדערע תאוות ווי דיר.
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

נו, זאללן זיי רעדן צו זייער'ס גלייכן. אהה...נחום נעמט שוין קעיר פון דעים. :? 8-) :roll: :twisted: :lol: :x :P :cry: :( :o
טיטאניק
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1254
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 9:31 pm
האט שוין געלייקט: 1008 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1132 מאל

שליחה דורך טיטאניק »

שעפטל האט געשריבן:אשכול נומער?????

מאכסט עס שוין באלד ווי ממש מ'פארקויפט לויטער ליגענט פארן עולם. כ'ווייס נישט דיין טעיסט, אבער איך מיז נישט מיטשטימען מיט דיר... הער אויס, על טעם וריח אין להתווכח... און האלבערשטאם ענד קא. (הוי האסטו געפענט א מערכה קעגן זיי....) האבן גאנץ אנדערע תאוות ווי דיר.

יא אמת איך האב נישט קיין תאווה צי דיקטירען די לעבען פון די גאנצע וועלט
אין איך האב נישט קיין תאווה צי יעדע נקיבה אין גאס מה שאין כן ביי די צוויי חולי נפש
א שאד אז העלבראנץ גייט שליסען שאפ ווען נישט וואלט איך זחי געשיקט אהין
טיטאניק
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1254
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 9:31 pm
האט שוין געלייקט: 1008 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1132 מאל

שליחה דורך טיטאניק »

berlbalaguleh האט געשריבן:נו, זאללן זיי רעדן צו זייער'ס גלייכן. אהה...נחום נעמט שוין קעיר פון דעים. :? 8-) :roll: :twisted: :lol: :x :P :cry: :( :o

וואס הייסט? ווי?
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

דער ענין פון די אסיפות איז איין ווארט. ׳אז מ׳קען עס נישט טוהן, קען מען כאטש רעדען דערפון׳!
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
טיטאניק
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1254
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 9:31 pm
האט שוין געלייקט: 1008 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1132 מאל

שליחה דורך טיטאניק »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:דער ענין פון די אסיפות איז איין ווארט. ׳אז מ׳קען עס נישט טוהן, קען מען כאטש רעדען דערפון׳!

טעות
די אסיפות האבען די פאלגענדע מטרות
מטרה 1. גרויס צי מאכען געוויסע קליינע רעבעלעך ווי גריבעוו און בית מאיר
מטרה 2. נאך גרעסער מאכען חצרות ווי סקולען וכו'
מטרה 3. אז די חולי **** זאלען קענען ארויס געבען זייערע מחשבות אויף א כשר'ע וועג (עפ"ל פוי פעך)
מטרה 4. אין יעדע גאס וואוינט עטליסט איין עביוזער און די עביוזערס האבען ליב צי עביוזען יעדעם די ווייב די קינדער און זיי ווערען נישט זאט יעצט ווילען זיי עביוזען די און מיר און יעדעם
מטרה 5. ואחרון חביב, די רבנים ואדמורים ווילען פארפירען די ענטענשאן פון זייערע הימל שרייענדע עוולות מיט זייער פארפוילטע מחלוקות און קארופציע מיטען שרייען צניעות

האט איינער נאך מטרות\לימודי זכות?

די מצב איז על הפנים
איך וועל ענק זאגען די אמת, אלץ קינד און אלץ בחור ווען איך פלעג ליינען די מעשה פון חורבן בית המקדש האב איך מיר גערעגט און געווינדערט "ווי איז געווען די שכל פון די מענטשען פון יענע דור? ווען זיי האבען געזען אז כלו כל הקיצין, און מען האט קלאר געזען אז פון הימעל פאדערט מען א תקנה אין די התנהגות, און דאך זענען זיי געבליבען פאר'עשקנט ווי חמורים, ווי איז זייערע שכל געווען? פארוואס זענען זיי געווען אזוי סטופיד????"
אבער מיטען זען די מצב היינט, זאג איך ענק אלע אויב וואלט די בית המקדש היינט געשטאנען וואלט יעצט געווען אסאך א ערעגערע חורבן חס ושלום, די רבנים פאר'טאמען די קעפ פון די עולם אז מען זאל נישט מורד זיין אין זיי, און מען זאל זיי לאזען טיען אלע רשעות און שחיתות, ואין פוצה פה!
עס איז א ווייטאג, און איך האף אז בזכות נשים צדקניות וואס גייען אזוי ערליך און צניעותדיג און בזכות די מיליאנען אידען וואס זענען זיך מייגע אויף שיעורי תורה מתוך מסירת נפש ממש, ובזכות די מוראדיגע מעשי חסד וואס גייט פאר אין אינזער דור חסד וואס איז נישט געווען אין די גאנצע היסטאריע ביז היינט, מימות קבלת התורה ועד בכלל, די אלע געוואלדיגע מוראדיגע זכותים זאלען ביישטייין דעם דור אז די עבירות פון די גדולי הדור זאלען נישט שאטען פאר קיין שום איד רח"ל
ווייל מיין מיינוג איז אז כלל ישראל איז נאך קיינמאל נישט געווען אזוי שיין ווי זי איז היינט, אין יעדע הינזיכט, אין אלע 3 עמודים תורה עבודה און גמילות חסדים
תורה, האב איך שוין כמה פעמים דערמאנט אז 90% כלל ישראל (פרימע) זענען עוסק בתורה מתוך מסירות נפש ממש, עבודה, מען האט קיינמאל נישט געהאט אזא אפגעהיטענקייט אין תפלה, איבערהויפט תפלה בציבור, ווען איז געווען א "שומרי שבת" אד"ג ווי עס שטעלען זיך הונדערטע מינינים א טאג?? גמילות חסדים עולה על גביהם, מיר האבען הצלה~ חסד של אמת ~מתעסקים ~ חי לייפליין ~ביקור חולים~ קרנות חתנים וכלות ~ קופות העיר~ ממש אין יעדע הינזיכט ווי מען דרייט זיך נאר, חסד אויף א אימנאטירליכע אופן

כלל ישראל איז נאך קיינמאל נישט געווען אזוי הייליג אין שיין, און איך זאג "הייליג" ווייל די ענין פון צניעות און מקואות איז קיינמאל קיינמאל קיינמאל נאך נישט געווען אויף די מדרגה ווי היינט, קיינמאל!!!!!!!!!!!!!!!

מיר האבען זיך נישט וואס צי שעמען מיט גארנישט, אויסער מיט איין זאך, דאס איז "אינזערע רבנים ואדמורים און מנהיגים" א בארך ממש
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

טיטאניק האט געשריבן:כלל ישראל איז נאך קיינמאל נישט געווען אזוי הייליג אין שיין, און איך זאג "הייליג" ווייל די ענין פון צניעות און מקואות איז קיינמאל קיינמאל קיינמאל נאך נישט געווען אויף די מדרגה ווי היינט, קיינמאל!!!!!!!!!!!!!!!

אינטערעסאנט אז דו דערמאנסט מקוואות, כ'האב אפאר וואכן צוריק געהערט א מעשה איבער אן אלטע פרוי וואס האט דערציילט אז זי האט נישט קיין קינדער ווייל אין איר שטאט וואו זי האט געוואוינט אין רוסלאנד איז קיין מקוה נישט געווען, און "אז ניט דא קיין מקוה איז ניט דא קיינע קינדער", עכ"ל. איז מיר בייגעפאלן אז אינטערעסאנט, אז די אנדערע משפחות וואס האבן געוואוינט דארט האבן אלע געהאט קינדער, מוז זיין על דרך נס...
באניצער אוואטאר
פיטומי מילי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 178
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 11, 2013 12:03 am
האט שוין געלייקט: 68 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 89 מאל

שליחה דורך פיטומי מילי »

געפילטע פיש האט געשריבן:
טיטאניק האט געשריבן:כלל ישראל איז נאך קיינמאל נישט געווען אזוי הייליג אין שיין, און איך זאג "הייליג" ווייל די ענין פון צניעות און מקואות איז קיינמאל קיינמאל קיינמאל נאך נישט געווען אויף די מדרגה ווי היינט, קיינמאל!!!!!!!!!!!!!!!

אינטערעסאנט אז דו דערמאנסט מקוואות, כ'האב אפאר וואכן צוריק געהערט א מעשה איבער אן אלטע פרוי וואס האט דערציילט אז זי האט נישט קיין קינדער ווייל אין איר שטאט וואו זי האט געוואוינט אין רוסלאנד איז קיין מקוה נישט געווען, און "אז ניט דא קיין מקוה איז ניט דא קיינע קינדער", עכ"ל. איז מיר בייגעפאלן אז אינטערעסאנט, אז די אנדערע משפחות וואס האבן געוואוינט דארט האבן אלע געהאט קינדער, מוז זיין על דרך נס...

נו אוודאי על פי נס,
מ׳איז געגאנגען צום רעבען.... נישט אזוי גייט די מעשה מיט יושע׳לע בהמה
!!I might be a psychic, But I am not a profit
טיטאניק
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1254
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 9:31 pm
האט שוין געלייקט: 1008 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1132 מאל

שליחה דורך טיטאניק »

פיטומי מילי האט געשריבן:

יא יא און עס זענען געווען אסאך רחלע און לאהלע און גיטעלע קיען וואס זענען אויך אזוי געהאלפען געווארען.......
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

טיטאניק האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:נו, זאללן זיי רעדן צו זייער'ס גלייכן. אהה...נחום נעמט שוין קעיר פון דעים. :? 8-) :roll: :twisted: :lol: :x :P :cry: :( :o

וואס הייסט? ווי?

אויף זיין בלאג "אפצוהיטן קינדער פון חזירים"". ב.ד.וו. אויף זיינע טעיפ דרשות, די אזוי-גערופענע "שיעורים" רעדט ער צוזאם פאר פייער און וואסער. לדוגמא. אויף איין טעיפ מאכט ער חוזק פון הרב שטערנבוך שליט"א, און ער רופט עיהם אן מיט אלערליי בזיונ'דיגע שפעט נעמען. און שעלט איהם צוזאמען אז ער איז מתיר חפירות פון קברי מתים, פאר א פאר דאללער. און אין א צווייטן טעיפ זאגט ער וואספארא גאון און צדיק ער איז. אז ר'האט רחמנות אויף אידישע קינדער זיי זאללן האבן וואו צו וואוינען. לעומת דעם גאב"ד וועלכער איז אן ע"ה און א טיפש. (לשיטתו.( :twisted: :roll: :? 8-) :lol: :x :P :oops: :cry: :( :o
טיטאניק
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1254
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 9:31 pm
האט שוין געלייקט: 1008 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1132 מאל

שליחה דורך טיטאניק »

עבירה גוררת עבירה,
נאכען ארויס גיין איינמאל "קיקען" בין איך ארויס היינט נאכמיטאג כאפען די סאמע לעצטע בליק אויף די הייסע שיקסעס אין בארא פארק, די פרוצות וואס גייען תשובה טיען ווייל זייער מאן גייט היינט גיין צי א אסיפע וואס א קראק האראוויץ און א ליידיג גייער האלבערשטאם גייען מאכען
איך גיי און איך זיך די פרוצה אבער לא מצתאיה, ניט געקענט געפינען, אלע מיט די גרויסע מאנטלען מיט די הויכע שטיוועלעך, קוים וואס מען דערקענט אז עס איז א אשה בכלל

די עיקר איז אז די פרייז פון שווארצע בעגס גייען ארויף גיין, גייט ווערען א גרויסע דימענד ביי משפחות הלברשטאם\האראוויץ
איינגעמיירעט
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 311
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 02, 2012 8:12 pm
האט שוין געלייקט: 143 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 288 מאל

שליחה דורך איינגעמיירעט »

[tag]טיטאניק[/tag]
איך האב שוין לאנג א קלער אז די ביזט געי,
ביסט כסדר פארנומען קוקען אויף די ״זכרים״ וואס קוקען אויף נקיבות.
און דרייסט דיך ארום און בארא פארק איין טאג און באטראכסט יעדע פרוי און ביסט נישט צורייצט געווארען.
דיר באדערט נור זכרים פראבלעמען.
ממילא אפשר קענסטו נישט קיין טענות האבען אויף די אסיפה מאכערס, אפשר זענען זיי נישט געי און זיי ווערען יא בארירט פון נקיבות ממילא שרייען זיי אויף די נקיבות.
(הכל באופן אפשר ליישב בין טיטאניק לנור פרייליך)
יא יא האט די בארדישובער גענטפערט דעם אפיקורס, סאיז אלץ פיין און וואויל,
אבער געוואלד !!! וואס וועסטו טוהן אויב די ראשית חכמה איז יא גערעכט.
טיטאניק
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1254
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 9:31 pm
האט שוין געלייקט: 1008 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1132 מאל

שליחה דורך טיטאניק »

די קראנקע זכר וואס די און אלע אסיפעס שטיצער זענען
אויב א יונגערמאן ווערט הייס אויף א צניעותדיגע פרוי וואס גייט אנגעפעלצט מיט א דיקע מאנטעל אין הויכע באטץ ביסטי קראנק
א נארמיילער זכר וואס האט א געזינטע שלום בית ווערט זאט אין שטיב און ווערט נישט קראנק אויף יעדע באשעפעניש וואס גייט אריין אין דעם נקיבה אפטיילינג
ברוך השם איך האב א פיינע שלום בית און דעריבער ווער איך נישט משוגע פון יעדע נקיבהד
איינע פון די,סיבות איז טאקע דערפאר וואס זי מאכט זיכער צי זיין א אשת חיל און גיין אנגעטין אפטעדעיט און צניעותדיג
אבער ענק זענען קראנק אין קאפ
און טאקע דאס האט די תורה נישט געוואלט און מיטען האקען און איינצוימען די לבוש פון םרויען געבט איר א גושפנקא פאר אלע חולאים צי מעגען זיין קראנק ווייל זעסט דאך מיר זענען אקעי נאאר די פרויען זענען שילדיג
אלמודד בן הכנענית
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 12
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 29, 2013 2:42 am
האט שוין געלייקט: 17 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 11 מאל

שליחה דורך אלמודד בן הכנענית »

וויאזוי האט יענער זיך אויסגעדריקט: "די צניעות'דיגע פרויען, זענען נאך די הייסטע, ווארום זיי לאזן איבער דאס מערסטע פלאץ פאר פאנטאזיע."

צום ענין, נישט אז אויב זאלן זיי גיין מער צניעות'דיג, וועלן זיי דוקא מינומיזירן דעם פראבלעם, אבער כבר היה לעולמים מ'זאל נכשל ווערן פון א היימישער תחתון. ובדידי הווה עובדא. מאך נישט אזוי קאלט דעם עולם, ס'איז נאך פארהאן עפעס חמימות בתוך דרייצנטע עוועניו.
איינגעמיירעט
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 311
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 02, 2012 8:12 pm
האט שוין געלייקט: 143 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 288 מאל

שליחה דורך איינגעמיירעט »

טיטאניק
רואיג, איך מיין נישט פערזענדליך.
איך פרוביר נאר צו פארשטיין דיין חמימות און די נושא.
איך קען יונגעלייט דא און בארא פארק וואס ווייסען ניטאמאל אז אזא אסיפה איז פארגעקומען.
איך ווייס נישט פונקטליך וואס די ביסט אזוי צוהיצט ווי א חיה.
יא יא האט די בארדישובער גענטפערט דעם אפיקורס, סאיז אלץ פיין און וואויל,
אבער געוואלד !!! וואס וועסטו טוהן אויב די ראשית חכמה איז יא גערעכט.
טיטאניק
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1254
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 9:31 pm
האט שוין געלייקט: 1008 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1132 מאל

שליחה דורך טיטאניק »

איינגעמיירעט האט געשריבן:טיטאניק
רואיג, איך מיין נישט פערזענדליך.
איך פרוביר נאר צו פארשטיין דיין חמימות און די נושא.
איך קען יונגעלייט דא און בארא פארק וואס ווייסען ניטאמאל אז אזא אסיפה איז פארגעקומען.
איך ווייס נישט פונקטליך וואס די ביסט אזוי צוהיצט ווי א חיה.

עליך אמר הכתוב
אל נא תהי מריבה בינינו
דו מאכסט מיר בושות אז איך שטיי בכלל אין ווארט מיט א קראנקע זכר ווי דו
ווען די טרעפסט א דאקטער נעם מיט קלמי הלברשטאם
איך מיין אז אראפ שניידען אינגאנצען אותו האבר איז ענקער רפואאה
ווייל ענק זענען מודה אז ענק קענען עס נישט קאנטראלירען
איינגעמיירעט
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 311
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 02, 2012 8:12 pm
האט שוין געלייקט: 143 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 288 מאל

שליחה דורך איינגעמיירעט »

די פראקסט ווי א צוהיצטע זכר.
פלוצלינג בין איך אן אסיפה שטיצער.
ווען די שרייבסט נישט דערוועגען ווייס איך ניטאמאל דערפון.
נישט איך און נישט קיין איינער פון מיין circles האט זיך באטייליגט און דעם אסיפה.
צווישען די מענטשען ווי איך דריי מיך איז קיין איינעם נישט בייגעפאלען צו גיין, און פון די אנדערע זייט באדערט קיינעם נישט אז סאיז געווען סאיז לגמרי נישט קיין נושא.
איך פרוביר צו פארשטיין ווער באדראוט דיך, די זאגסט דיך אז דיין ווייב גייט פונקט ווי די ווילסט, נו ווער שטייט דיר און וועג,וואס ביסטו אזוי צוהיצט.
יא יא האט די בארדישובער גענטפערט דעם אפיקורס, סאיז אלץ פיין און וואויל,
אבער געוואלד !!! וואס וועסטו טוהן אויב די ראשית חכמה איז יא גערעכט.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

טיטאניק האט געשריבן:עבירה גוררת עבירה,
נאכען ארויס גיין איינמאל "קיקען" בין איך ארויס היינט נאכמיטאג כאפען די סאמע לעצטע בליק אויף די הייסע שיקסעס אין בארא פארק, די פרוצות וואס גייען תשובה טיען ווייל זייער מאן גייט היינט גיין צי א אסיפע וואס א קראק האראוויץ און א ליידיג גייער האלבערשטאם גייען מאכען
איך גיי און איך זיך די פרוצה אבער לא מצתאיה, ניט געקענט געפינען, אלע מיט די גרויסע מאנטלען מיט די הויכע שטיוועלעך, קוים וואס מען דערקענט אז עס איז א אשה בכלל

די עיקר איז אז די פרייז פון שווארצע בעגס גייען ארויף גיין, גייט ווערען א גרויסע דימענד ביי משפחות הלברשטאם\האראוויץ

מ'קען באשטעלן ביי די מוסלאמינער פרויען? פון "לב טהור". פאר צוגענגליכע פרייזן..... :roll: :? :twisted: 8-) :lol: :x :x :P :cry: :( :shock:
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

טיטאניק האט געשריבן:
איינגעמיירעט האט געשריבן:טיטאניק
רואיג, איך מיין נישט פערזענדליך.
איך פרוביר נאר צו פארשטיין דיין חמימות און די נושא.
איך קען יונגעלייט דא און בארא פארק וואס ווייסען ניטאמאל אז אזא אסיפה איז פארגעקומען.
איך ווייס נישט פונקטליך וואס די ביסט אזוי צוהיצט ווי א חיה.

עליך אמר הכתוב
אל נא תהי מריבה בינינו
דו מאכסט מיר בושות אז איך שטיי בכלל אין ווארט מיט א קראנקע זכר ווי דו
ווען די טרעפסט א דאקטער נעם מיט קלמי הלברשטאם
איך מיין אז אראפ שניידען אינגאנצען אותו האבר איז ענקער רפואאה
ווייל ענק זענען מודה אז ענק קענען עס נישט קאנטראלירען

לויט ווי איך הער איז א גרויסע און בארימטע קעמיקל מאנופעקטשורינג קא. (דאו קעמיקלס) האט עפעס א פילל וואס מ'קען אייננעמען. :twisted: :? :roll: :lol: :x :P :oops: :cry: ;) :( :o
פארשפארט