נסיעת כ"ק אדמו"ר מ'סאטמאר (מהר"א) קיין ארה"ק אדר א' תשע"ד

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
פארשפארט
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

ר' שעפטל: א גרויסן און הארציגן יישר כח פאר די ברייטע און פרייליכע און פונקטליכע באריכטן וואס דו געסט איבער כדי אז אינז אנ"ש זאללן קענען מיטהאלטן די געהויבענע נסיעה פון כ"ק מרן רבינו שליט"א בכל פרטי'. און ברב עם הדרת מלך. :like
לעמיל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2901
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 17, 2012 1:10 pm
האט שוין געלייקט: 913 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 692 מאל

שליחה דורך לעמיל »

berlbalaguleh האט געשריבן:ר' שעפטל: א גרויסן און הארציגן יישר כח פאר די ברייטע און פרייליכע און פונקטליכע באריכטן וואס דו געסט איבער כדי אז אינז אנ"ש זאללן קענען מיטהאלטן די געהויבענע נסיעה פון כ"ק מרן רבינו שליט"א בכל פרטי'. און ברב עם הדרת מלך.

גם אני מצטרף
אגב קוקט מיך אויס ווי די רבי האט באקומען א נייע שטעקן לכבוד די נסיעה
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

נאטרוליסט האט געשריבן:
סאו וואט האט געשריבן:
נאטרוליסט האט געשריבן:קליפ פון פלאמ-פייערדיגע דרשה איבער גיוס

קליפ פון רבינ'ס דרשה


א גרויסע חכם דער ר' אהרן.
מ'וועט זיך שמאסען.. מ'וועט כאפען פעטש...מ'וועט גיין און תפיסה...מ'איז געוועהן און אוישוויץ...
העלאו? ווער איז דער "מ' "? דו גייסט אויך באקומען פעטש? דו גייסט אויך אריין גיין און תפיסה? ביסטו אמאל געוועהן און אוישוויץ אונטער נאציס?
גרויסע חכם! דו פיצט זיך צירוק קיין מאנראו דו נעקסטע וואך נאכען האבען הא צא צא און עטענשען, סאו וואס האקסטו און קאפ אריין?

קומט א חסיד שוטה און שרייבט נאך "פלאם פייערדיג"?

וואס האט נאר מו"ר דזשיגאן געזאגט און אזא פאל, זעץ דו דיך אראפ אויף א נאקעטע אוויבען, וועל איך דיר געבען א משל...



דיין דזשאב איז צו שרייבן א תגובה ביי א גלעזל קאווע
זיין זשאב איז צו רעדן - פלאמפייערדיג! אפילו ער בלייבט אין בני ברק, וועט ער אויך נישט זיצן.
און די חסידים וועלן טאן ווי זיי פארשטייען.

דיין אויסברוך איז נישט אין פלאץ!


דאס איז דיין גרייז. ווען ער וואלט געדארפט טראכטעם א האלבע מינוט פאר ער רעדט און נאר גערעדט אמת און נישט קיין שקר, וואלט ער געקענט אויפטוהן אזוי. נאר ער רעדט פון דער גרייטשאפט צו גיין אין תפיסה בשעת ער איז נישט גרייט צו דיין אין תפיסה. טאמער איין חרדי גייט אין תפיסה מאכט מען אזא טאראראם "נאציס" וכדו', בשעת דו האסט געזאגט אז דו ביסט גרייט דערויף. מ'קען נישט לעבען אין שקר, אפילו יעדער איינער ווייסט אז ס'איז שקר. דערנאך ווייסט מען שוין נישט וואס איז אמת ווייל ס'איז מעגליך אז אלס איז שקר. יענער טאר נישט גיין אין ערכאות, אבער איך מעג. ס'רעגענט יא צו ס'רעגענט נישט אין אריזאנא ווייל יענער מעג נישט גיין אין ערכאות (אדער מעג ער יא, איך געדענק שוין נישט). מ'האט געטראפען ביינער אבער נישט קיין שלד, אבער נאר אין א קליינער מערה אדער מיט א שמאלער טויער אדער מ'דארף גראבען פאר פיקוח נפש אדער כל מיני אנדערע נערישקייטען, און א דור וואקסט אונטער וואס מיינט אז אמת איז שוין נישט קיין ווערטפולע זאך בכלל. דאס הייבט זיך אלס אן מיט 'מסירות נפש'דיגע' דרשות פון בלאף.
כ'על עס זאגען קלאר: דער רבי זכייגנייני האט נישט געקעמפט ציונות מיט מסירות נפש, דער רבי רעב צאץ דאווענט נישט במסירות נפש, און דער געוויין\התרגשות\דערהויבענקייט\באגריף\ציטער וכדו' איז נישט אומבאשרייבליך. ס'איז שקר און נאכאמאל שקר.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
נאטרוליסט
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 547
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 5:51 pm
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 85 מאל

שליחה דורך נאטרוליסט »

האסט אים געכאפט מיט שקר?
מילא דו זאגט ער רעדט באמבאסטיש, ער איז מגזם קען איך הערן. כאטש איך בין נישט מסכים מיט דיר.

ווען דו דערקלערסט אז ער רעדט שקר, איז פינקט ווי דו זאגסט אז ר' אהרן איז רויטער רוסקי!

טשיל אוט!
באניצער אוואטאר
נאר,,פרייליך
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1615
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 10:52 pm
האט שוין געלייקט: 109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 217 מאל

שליחה דורך נאר,,פרייליך »

זוכה בגורל
באניצער אוואטאר
נאר,,פרייליך
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1615
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 10:52 pm
האט שוין געלייקט: 109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 217 מאל

שליחה דורך נאר,,פרייליך »

היינט אין מירון
באניצער אוואטאר
פלעין יודיש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1116
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 23, 2014 3:35 pm
האט שוין געלייקט: 752 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 760 מאל

שליחה דורך פלעין יודיש »

שיין קיקט מען אויס
נאר פרייליך איז מער אפדעיטעד ווי שעפטיל וכת דיליה
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

שליחה דורך שעפטל »

[center]ביקור קודש פון מרן רבינו שליט"א אין ארה"ק – המשך
שמחת החתונה בחצרות קדשינו[/center]


פאלגענד זענען מיר ממשיך מיט א באריכט פון די געהויבענע חתונה דאנערשטאג נאכט און דער נאכפאלגענדער שב"ק שבת שבע ברכות בצל הקודש.
דער געהויבענער שמחת בית צדיקים האט זיך אנגעהויבן ווען רבינו שליט"א איז ערשינען ביים קבלת פנים אין ביהמ"ד הגדול וואו עס זענען שוין אנוועזנד געווען דער חתן און מחותנים. דער ציבור האט אויסגעבראכן אין א פרייליכן געזאנג פון ברוך הבא בשם ה', און דאן האט מען ווייטער ממשיך געווען מיט ניגוני התעוררות.
דערנאך האט רבינו שליט"א געוואונטשן לחיים פאר'ן חתן און די מחותנים און דעם גאנצן ציבור, און עס האט אויפגעטרעטן ר' משה ארי' היילברוין הי"ו פון בית שמש מיט דברי כיבושין פאר'ן חתן מיט פאסיגע חרוזים אלס הכנה צו די חופה כנהוג.
דערנאך האט רבינו שליט"א אויפגעטרעטן משמיע געווען רירנדע דברות קודש, דערמאנענדיג די אבות הק' וואס קומען אראפ צו די שמחה ספעציעל האט דער רבי דערמאנט זכותו הגדול פונעם טאטן רבינו הק' בעל ברך משה זי"ע וועלכער איז געווען אזוי נאנט צום מחותן הגה"צ ראש ישיבתינו שליט"א און צו די גאנצע קהילה אין בני ברק.
דער רבי שליט"א האט ארומגערעדט איבער די כיסופין פונעם טאטן ז"ל צו די גאולה שלימה, ער האט דערמאנט וויאזוי דער רבי פלעגט פארגיסן דמעות שליש ביי די תפילה פון אור חדש על ציון תאיר יעדן שב"ק. דער רבי דערציילט, כד הוינא טליא האט דער טאטע אויסגעלערנט דעם אני מאמין, און געזאגט אז אין די שווערע צייטן האט מען זיך מיט דעם מחזק געווען, אין די שפעטערע זמנים ווען מען האט געזינגען ביים טאטן דעם אני מאמין, האט מען געזען ווי ס'האט געקאכט אין אים די צפית לישועה.
דער רבי האט אויסגעפירט מיט דברי התעוררות איבער די גזירה פון גיוס בני ישיבות, און דער רבי האט מעורר געווען אז אין אזא זמן ווען מ'איז אנגעוויזן אויף אזויפיל רחמי שמים זאל דער זכות אבות מגין זיין מ'זאל שוין געהאלפן ווערן מיט א ישועה.
קבלת פנים.jpg

דערנאך האט רבינו שליט"א אפגעראכטן די כתובה וואו די עדי כתובה זענען געווען הרה"ח מוה"ר אהרן משה שלאגער הי"ו חבר הנהלת מוסדות יטב לב און הרה"ח מוה"ר דוד עקשטיין הי"ו מראה"ק קרית יואל.
נאך דעם קבלת פנים איז דער רבי שליט"א אינאיינעם מיט די חתן און מחותנים שליט"א אריבערגעגאנגען צום באדעקן אין בנין הת"ת אין שיכון, וואו רבינו שליט"א האט געבענטשט דעם חתן און פון דארט איז מען ארויסגעגאנגען צו די חופה.
ברכה לחתן.jpg

דער מעמד החופה איז פארגעקומען אין צענטער פון שיכון, וואו מען האט צום ערשט געזינגען א לענגערע צייט ניגוני התעוררות, דערנאך האט רבינו שליט"א מכבד געווען דעם פוסה"ד הגאון בעל שבט הלוי שליט"א מיט סידור קידושין. די עדי קידושין זענען געווען הרה"ח מוה"ר אברהם ווידער הי"ו ראה"ק וראש העיר דקרית יואל, און הרה"ח בנש"ק הרב שלמה משה הלוי קלאגסברוין שליט"א מגדולי תומכי מוסדותינו.
סידור קידושין.jpg

מיט קריאת הכתובה איז מכובד געווארן הרה"ג ר' וועלוול ערנסטער שליט"א רב דקרית מאור חיים א עלטער פעטער פון חתן, מיט ברכות ראשונות איז מכובד געווארן דער זיידע פון חתן האדמו"ר מוויזניץ שליט"א, און מיט ברכה אחריתה איז מכובד געווארן האדמו"ר מטשאקאווע שליט"א, עלטער פעטער מצד הכלה.
נאך די מעמד החופה האט מען געהערט קורצע און ווארימע ווערטער פון הגאון בעל שבט הלוי שליט"א ער האט שיין אנגעוואונטשן פאר ידידו ומכבדו דער רבי שליט"א ער זאל האבן האבן סייעתא דשמיא מזכה צו זיין כלל ישראל מיט תורה, יראה, כשרות, און מעשים טובים. אזוי אויך האט ער אנגעוואונטשן פאר די גאנצע קהילה,
ברכת הקודש נאכ'ן חופה פון פוסה''ד שליט''א.jpg
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
נאר,,פרייליך
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1615
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 10:52 pm
האט שוין געלייקט: 109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 217 מאל

שליחה דורך נאר,,פרייליך »

[tag]פלעין יודיש[/tag]
נאר,,פרייליך איז א העווי אהרוני, דעי אנדערע דא שפילען נאר א געים כדי צו מבזה זיין דעם רבי'ן מיט זייער קלוגשאפט.

ווייסט איינער עפעס איבער א סטעיטמענט פון הגר''ש אויערבאך איבער'ן רבי'ן, יעצט ביים באזיך??
באניצער אוואטאר
נאר,,פרייליך
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1615
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 10:52 pm
האט שוין געלייקט: 109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 217 מאל

שליחה דורך נאר,,פרייליך »

די חברותא פון רבי'ן הרב אונסדארפער איז ספעציעל מיטגעפארען?

פארוואס האט למעשה דער בעל שבט הלוי נישט אויפגעטרעטן אין ב''ב ביים גרויסען מעמד?
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום נאר,,פרייליך, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

שליחה דורך שעפטל »

דערנאך האט רבינו שליט"א אנגעוואונטשן ברכת קדשו פאר'ן גאנצן ציבור.
ברכת הקודש פון כ''ק מרן רבינו שליט''א.jpg

און מ'האט זיך ארויסגעלאזט אין פרייליכע ריקודין אונטער די חופה.
ריקודין בחופה.jpg

די סעודת החתונה פאר אנשי שלומינו תושבי ב"ב איז צוגעשטעלט געווארן בהיכל הביהמ"ד, די סעודת החתונה פאר די קרובי המשפחה און די חשוב'ע געסט איז געווען אין דעם זאל פון לב האצולה אין פתח תקוה, דארט וואו עס איז דערנאך געפראוועט געווארן די שמחת החתונה.
אינדערצווישן בשעת די סעודת החתונה איז דער רבי ערשינען בבית הנגיד מוה"רמנחם שלמה פריעדמאן הי"ו אין בני ברק, וואו עס איז פארגעקומען א מסיבה פאר נגידים לטובת המוסדות.
מסיבה פאר נגידי וחשובי אנ''ש אין שטוב פון הנגיד מוה''ר מנחם שלמה פריעדמאן הי''ו.jpg

דערנאך זענען די פילע באסעס ארויסגעפארן פון שיכון פירנדיג דעם ציבור צום גרויסן זאל לב האצולה אין פתח תקוה, וואו צו די באשטימטע צייט זענען ערשינען אין זאל דער חתן מיט די מחותנים און מ'האט אנגעהויבן די פרייליכע ריקודין של שמחה.
חתן און מחותנים שליט''א ערשיינען צו די ריקודין.jpg
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

שליחה דורך שעפטל »

א קורצע צייט שפעטער איז מרן רבינו שליט"א ערשינען אין זאל און דער ציבור איז אריין אין התלהבות'דיגע ריקודין,
הופעת כ''ק מרן רבינו שליט''א.jpg

דער רבי האט געטאנצן מיט'ן חתן,
רקידה עם החתן.jpg

און דערנאך זיך געוואשן צו די סעודה, שפעטער איז ערשינען אין זאל דער זיידע פונעם חתן האדמו"ר מוויזניץ שליט"א וועלכער איז אויך געטאנצן מיט'ן חתן אויפ'ן בימת הכבוד.
הופעת כ''ק אדמ''ר מ'וויזניץ שליט''א.jpg

דערנאך האט מען ממשיך געווען א לענגערע צייט מיט די ריקודין של שמחה.
שיחה.jpg
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

שליחה דורך שעפטל »

די חתונה איז געפראוועט געווארן אויף גאר א געהויבענעם פארנעם מיט די באטייליגונג פון טויזענטער חסידים ואנשי מעשה און פילע אדמורי"ם ורבנים שליט"א.
בימת הכבוד.jpg

צאנז.jpg

נאכ'ן טאנצן איז רבינו שליט"א ארויסגעגאנגען פון זאל פאר א קורצע הפסקה בשעת מען האט צוגעגרייט דעם זאל צום מצוה טאנץ אויף א געניטן סדר דורך די עסקני קהלתינו הק' פון בני ברק.
מיט ברכת המזון איז מכובד געווארן הגה"צ דער לייפניקער רב שליט"א א ברודער פונעם מחותן אבי הכלה. מיט די ערשטע צוויי ברכות הגה"צ אב"ד ד'קהלתינו וויליאמסבורג שליט"א,
אב''ד וומ''ס.jpg

דערנאך זענען מכובד געווארן מיט א ברכה הגה"צמ'ראצפערט בראזיל שליט"א א מחותן פונעם אבי החתן הגה"צ ראש ישיבתינו בב"ב שליט"א, הרה"צ ר' אהרן מרדכי רוקח שליט"א מבעלזא,
רא''מ.jpg

הגה"צ סעמיהאלי רב שליט"א און מיט ברכה אחריתה הגה"צ ראש ישיבת וויזניץ שליט"א.
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

שליחה דורך שעפטל »

באלד דערנאך איז פארגעקומען דער געהויבענער מצוה טאנץ וואו דער בדחן איז געווען האברך ר' יואל הערשקאוויטש הי"ו פון בני ברק וואס האט אויסגערופן דעם רבי'ן מיט גאר הארציגע און טרעפליכע חרוזים וואס האט אריינגעשלעפט דעם גאנצן ציבור אין א התעוררות'דיגן שטימונג, נאכ'ן גראמען איידער דער רבי איז צוגעגאנגען צום מצוה טאנץ האט מען א לענגערע צייט ממשיך געווען מיט ניגוני התעוררות, און דערנאך איז פארגעקומען דער געהויבענער מצוה טאנץ ווען רבינו שליט"א איז געטאנצן באש קודש א לענגערע צייט, דאס איז געווען מעמד פון שמחה און התרגשות וואס וועט קיינמאל נישט פארגעסן ווערן פון אלע באטייליגטע.
מצוה טאנץ 1.jpg

מצוה טאנץ 2.jpg

מ''ט חתן.jpg

משפחה.jpg
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

שליחה דורך שעפטל »

רבי ב''פ רב.jpg

רבי ר''י.jpg

דער רבי שליט"א אין א ריקוד מיט גיסו האדמו"ר מ'וויזניץ שליט"א זיידע פון חתן און מיט נכדי בית וויזניץ
רבי מיט וויזניץ.jpg

רבי מיט נכדי וויזניץ.jpg
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

שליחה דורך שעפטל »

דאן האט דער בדחן ממשיך געווען אויסצורופן צום מצוה טאנץ דעם זיידן האדמו"ר מוויזניץ שליט"א,
וויזניץ מ''ט.jpg

און דערנאך האבן געטאנצן דער זיידע הגה"צ רב דקהלתינו פון בארא פארק שליט"א,
ב''פ רב מ''ט.jpg

און דערנאך די מחותנים שליט"א
מצוה טאנץ פון אבי החתן שליט''א.jpg

מצוה טאנץ פון אבי הכלה 2.jpg

און חתן כלה. ויה"ר שמשמחה זו יושפע שפע רב לכל בית ישראל.
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

שליחה דורך שעפטל »

[center]ביקור קודש – דריטן טאג – ערש"ק פ' ויקהל העעל"ט[/center]
פרייטאג ערש"ק אינדערפרי האט דער רבי שליט"א געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול אין שיכון, ווי דער רבי שליט"א האט בעפאר'ן דאווענען געצינדן ליכט לרגל הילולת הרה"ק בעל נועם אלימלך מ'ליזענסק און דאן געזאגט די תפילה פון הייליגן בעל הילולא זי"ע.
דער רבי צינדט ליכט לרגל הילולת הרה''ק מ'ליזענסק זי''ע.jpg

שחרית.jpg


אין די מיטאג שטונדן איז אנגעקומען אויף א באזוך צום רבי'ן גיסו האדמו"ר מ'בעלזא שליט"א וואו ס'האט זיך אנטוויקלט א שיינע שמועס במנהגי בית בעלזא און בדברי תורה וסיפורי צדיקים און נאך.
(שוין געווען בילדער...)
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

שליחה דורך שעפטל »

די רבי האט יעצט פארענדיגט די פייערדיגע תורה ביים לחיים טיש בהשאטער אצל ציון התנא ר' עקיבא זי"ע. דער משב"ק הרה"ח ר' חיים שלמה פישער האט דערנאך אויסגעריפען אז אלע בחורים וואס האבען באקימען א "צו גיוס" זאלען ארויפקומען נעמען שריים פינעם רבי'ן. דער עולם האט זיך גענומען טאנצען מיט ה' הוא מלכינו...... עצו עצה..... מיר יודעלעך אינאיינעם.......

מה נהדר היה המראה!
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

שליחה דורך שעפטל »

די רבי איז אויפן וועג קיין קרית צאנז אין נתני'

IMG-20140225-WA047.jpg
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

ווי אלט איז דער חתן? ער קוקט אויס ווי 15 יאר אלט און אביסל ....
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

שליחה דורך שעפטל »

14, און בכלל נישט
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
פלעין יודיש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1116
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 23, 2014 3:35 pm
האט שוין געלייקט: 752 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 760 מאל

שליחה דורך פלעין יודיש »

נצור לשונך האט זיך אריינגעריקט
און ער מעקט און מאכט
א גיט יאר
כאטשיג בין איך געוואר געווארן אז די עקזעסטירסט
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

שליחה דורך שעפטל »

IMG-20140225-WA053.jpg
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
פארשפארט