venus האט געשריבן:יאיר האט געשריבן:לערנען לשון הקודש וואלט נישט צופיל געהאלפן. צו פארשטיין וואס קליפת נוגה מיינט דארף מען הארעווען אין א חסידישע ישיבה עטליכע יאר. און גלייב מיר, ס'איז נישט ווערד.
Is it really not worth it all those years in yeshiva? For someone who likes to learn, isn't it heaven? I understand that boys who don't like to learn should resent it, but someone who liked to learn?
דאס איז א שמועס פאר זיך, אבער לאמיר נאר דערמאנען אז דאס איז נאך א ביישפיל ווי ווייט מענער זענען פון פרויען ביי אונז. אסאך פרויען פארלאנגען אז דער מאן זאל לערנען לאנגע יארן אין כולל, און כמעט יעדע פרוי וועט פארלאנגען אז דער מאן זאל האבן א שיעור. דאס איז אלעס בשעת די פרוי ווייסט ניטאמאל וואס דאס מיינט "לערנען". דאס איז גלייך צו א פרוי וואס עקשנ'ט זיך אז דער מען זאל גיין אין קאלעזש לערנען פיזיקס פאר פיר יאר, אדער לערנען יעדן טאג פיזיקס טעקסט ביכער במשך א שעה צייט, בשעת זי ווייסט נישט וואס פיזיקס מיינט.