פארוואס ווערט נאר דערמאנט שכר עולם הזה אין די תורה
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 287
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 26, 2012 7:31 pm
- האט שוין געלייקט: 119 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 96 מאל
פארוואס ווערט נאר דערמאנט שכר עולם הזה אין די תורה
איך האב דערווייל געזעהן
ווייל די תורה וויל מסביר פאר א מענטש וואס מען קאן פארשטיין
איינער האט מער תירוצים

- שרגא
- היימישער באניצער
- הודעות: 548
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 27, 2012 11:20 pm
- האט שוין געלייקט: 232 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 768 מאל
איין תירוץ וואס איך געדענק איז אז עס שטייט נישט ארויס מיט קלארע ווערטער ווייל עס איז א פשוט'ע פארשטענדליכע זאך וואס יעדער האט אליין פארשטאנען. די זאכן וואס זענען נסים און נגד השכל, ווי אז עס וועט קומען רעגן אויב מען איז ערליך אדער חיות רעות אויב מען טוט אן עבירה, דאס האט די תורה געדארפט ארויסברענען און שרייבן. דאס אז דער נפש וואס קומט מתחת כסא הכבוד גייט צוריק אהין, דאס איז דאך א דבר מובן מאליו.
אן אנדערער זאגט (כ'דענק נישט ווער) בערך אז ווען די תורה זאגט "ונכרתה הנפש ההיא", מיינט דאך דאס אויטאמאטיש אז אויב נישט, גייט מען ווייטער לעבן אויף דעם קומענדיגן עולם. נאר אויב מען האט געטון די דאזיגע עבירה, דעמאלט וועט ער פארשניטן ווערן פון יענע וועלט.
אן אנדערע סברא זאגט דער ר"ן אז אין יענע צייטן האבן אלע אומות און קולטורן צוגעזאגט "יענע וועלט", דעריבער האט דאס די תורה נישט געדארפט אפילו צוזאגן, עס וואלט געווען עפעס ווי א קלישעי, נאך איינער זאגט צו יענע וועלט, נאר די תורה איז געקומען און צוגעלייגט אפילו גוטס אויף דער וועלט, וואס איז פיל א שווערערע זאך צוצוזאגן און מ'קען זיך דאס איבערצייגן.

(We need mercy, kindness, not judgment. (Describe, Matisyahu
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3833
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
- האט שוין געלייקט: 3807 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל
אויב סמבטיון באהאלט דער אייבשטער פין אונז וויי נאט עולם הבא?
לויט געוויסע בעל תשובה מאכערס שטייט עס ברמז דערמאנט, נישט שכר עולם הבא נאר השארת הנפש . ח וַיִּגְוַע וַיָּמָת אַבְרָהָם בְּשֵׂיבָה טוֹבָה, זָקֵן וְשָׂבֵעַ; וַיֵּאָסֶף, אֶל-עַמָּיו
אויך אין שמואל שטייט אז די אוב האט אראפגעברענגט שמואל'ס נשמה.
לויט געוויסע בעל תשובה מאכערס שטייט עס ברמז דערמאנט, נישט שכר עולם הבא נאר השארת הנפש . ח וַיִּגְוַע וַיָּמָת אַבְרָהָם בְּשֵׂיבָה טוֹבָה, זָקֵן וְשָׂבֵעַ; וַיֵּאָסֶף, אֶל-עַמָּיו
אויך אין שמואל שטייט אז די אוב האט אראפגעברענגט שמואל'ס נשמה.
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3833
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
- האט שוין געלייקט: 3807 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל
שרגא האט געשריבן:איין תירוץ וואס איך געדענק איז אז עס שטייט נישט ארויס מיט קלארע ווערטער ווייל עס איז א פשוט'ע פארשטענדליכע זאך וואס יעדער האט אליין פארשטאנען.
לא תרצח וכדו' האט מען נישט אליינס פארשטאנען?
לאמיר נישט פארגעסן מ'רעדט דא פין א יסוד אין אידשקייט איינס פין די דרייצען עיקרים. מדארף זייער א שטארקע סיבה פארוואס ס'שטייט נישט אין די תורה.
אין אנדרע ווערטער ס'דראף זיין א שטארקע פראבלעם אויב וואלט עס יא געשטאנען אין די תורה, נישט סתם ס'האט נישט אויסגעפעלט.
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3833
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
- האט שוין געלייקט: 3807 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל
- שרגא
- היימישער באניצער
- הודעות: 548
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 27, 2012 11:20 pm
- האט שוין געלייקט: 232 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 768 מאל
נולד מאוחר האט געשריבן:שרגא האט געשריבן:איין תירוץ וואס איך געדענק איז אז עס שטייט נישט ארויס מיט קלארע ווערטער ווייל עס איז א פשוט'ע פארשטענדליכע זאך וואס יעדער האט אליין פארשטאנען.
לא תרצח וכדו' האט מען נישט אליינס פארשטאנען?
לאמיר נישט פארגעסן מ'רעדט דא פין א יסוד אין אידשקייט איינס פין די דרייצען עיקרים. מדארף זייער א שטארקע סיבה פארוואס ס'שטייט נישט אין די תורה.
אין אנדרע ווערטער ס'דראף זיין א שטארקע פראבלעם אויב וואלט עס יא געשטאנען אין די תורה, נישט סתם ס'האט נישט אויסגעפעלט.
איך וועל אננעמען אז פונקט ווי האסט אוועקגעשניטן ביים ציטירן דעם תירוץ, האסטו עס אויך נישט אפגעליינט. סאו ביטע לייען עס איבער, וועט דיין באמבע קשיא פון לא תרצח פארענטפערט ווערן. און אויב שטימט דיר נאך אלץ נישט, קען איך דיר נישט העלפן.
(We need mercy, kindness, not judgment. (Describe, Matisyahu
- שרגא
- היימישער באניצער
- הודעות: 548
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 27, 2012 11:20 pm
- האט שוין געלייקט: 232 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 768 מאל
נולד מאוחר האט געשריבן:קופערניקוס האט געשריבן:איינער פון די מפרשי התורה איך מיין אז דער כלי יקר ברענגט צען טעמים,
איך האב נישט געזעהן ממש לעצטנס, אבער איך מיין אז עס איז א כלי יקר אין איינער פון די במדבר סדרות
ווען א קשיא האט צען תריצים דערמאנט עס מיך פין די תריצים אויף די בית יוסף'ס קשיא.
הייסט עס אויב איך וועל דיר ברענגען קאמפליצירטע פראגעס וואס האבן עטליכע ענטפערס, וועט דיך עס אויך דערמאנען פון די בית יוספ'ס קשיא? איז טאקע א פראבלעם ווען עטליכע מענטשן פרובירן צוטרעפן צו דעם ריכטיגן תירוץ? און האסטו נאך טאקע אין דיין לעבן נישט געזאגט אדער געהאט עפעס וואס דו האסט געטון צוליב דריי סיבות?
(We need mercy, kindness, not judgment. (Describe, Matisyahu
יאנקל האט געשריבן:ענליך ווי שרגא האט געזאגט,
דער זוהר און אנדערע (רמ״ע מפאנו) שרייבן אז די מעשה מיט׳ן לויתן און שור הבור אלס שכר לעתיד לבא איז לא דובים ולא יער. בסך הכל האבן חז״ל דערציילט אזא מעשה ווייל צו א גוט שטיקל פיש און פלייש פארשטייט יעדער. דאס זעלבע אהער, די אמאליגע פעלד ארבעטער האבן בעסער פארשטאנען צו א ״ונתתי גשמיכם בעתם״ ווי צו א ״צדיקים יושבין ועטרותיהן בראשיהן ונהנין מזיו השכינה.״
אונזערע ישמעאלישע ברודער האבן גוט פארשטאנען אז צו א גט שטיקל פלייש פארשטייט יעדער, דעריבער איז זעלבסט פארשטענדליך פארוואס יונגע, הארמאנען געשוואלענע בחורים רייסן זיך אויף, ווייל אויף א ים פון נקבות איז יעדער א בעלן.
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3833
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
- האט שוין געלייקט: 3807 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל
שרגא האט געשריבן:נולד מאוחר האט געשריבן:שרגא האט געשריבן:איין תירוץ וואס איך געדענק איז אז עס שטייט נישט ארויס מיט קלארע ווערטער ווייל עס איז א פשוט'ע פארשטענדליכע זאך וואס יעדער האט אליין פארשטאנען.
לא תרצח וכדו' האט מען נישט אליינס פארשטאנען?
לאמיר נישט פארגעסן מ'רעדט דא פין א יסוד אין אידשקייט איינס פין די דרייצען עיקרים. מדארף זייער א שטארקע סיבה פארוואס ס'שטייט נישט אין די תורה.
אין אנדרע ווערטער ס'דראף זיין א שטארקע פראבלעם אויב וואלט עס יא געשטאנען אין די תורה, נישט סתם ס'האט נישט אויסגעפעלט.
איך וועל אננעמען אז פונקט ווי האסט אוועקגעשניטן ביים ציטירן דעם תירוץ, האסטו עס אויך נישט אפגעליינט. סאו ביטע לייען עס איבער, וועט דיין באמבע קשיא פון לא תרצח פארענטפערט ווערן. און אויב שטימט דיר נאך אלץ נישט, קען איך דיר נישט העלפן.
סארי שרגא איי געס איי מיסד סאמטינג.
איך האב פארשטאנען אז די רעדסט פין די רס"ג'ס תירוץ ,"הרס"ג (אמונות ודעות המאמר התשיעי) טען שהגמול ב"עולם הבא" הוא, כלשונו, "דבר שהשכל מורה עליו" ואין מקרא מתעכב ומאריך בדברים אלו."(וויקיפידיא)
אויף דעם פרעג איך אויב די תורה האט נישט געשוינט קיין ווערטער אויף אסאך אנדערע זאכן וואס איז נאך עני טיים אזוי "דבר שהשכל מורה עליו" ווי שכר עולם הבא, וואלט די תורה נישט געדארפט שוינען נאך איין קאפיטעל אין רעדען אביסל פין עולם הבא?
וואס האב איך דיך נישט גיט פארשטאנען? האסטו נישט געמיינט די מהלך פין די רס"ג?
וואס איז ראנג מיטו מיין טענה?

שרגא האט געשריבן:נולד מאוחר האט געשריבן:קופערניקוס האט געשריבן:איינער פון די מפרשי התורה איך מיין אז דער כלי יקר ברענגט צען טעמים,
איך האב נישט געזעהן ממש לעצטנס, אבער איך מיין אז עס איז א כלי יקר אין איינער פון די במדבר סדרות
ווען א קשיא האט צען תריצים דערמאנט עס מיך פין די תריצים אויף די בית יוסף'ס קשיא.
הייסט עס אויב איך וועל דיר ברענגען קאמפליצירטע פראגעס וואס האבן עטליכע ענטפערס, וועט דיך עס אויך דערמאנען פון די בית יוספ'ס קשיא? איז טאקע א פראבלעם ווען עטליכע מענטשן פרובירן צוטרעפן צו דעם ריכטיגן תירוץ? און האסטו נאך טאקע אין דיין לעבן נישט געזאגט אדער געהאט עפעס וואס דו האסט געטון צוליב דריי סיבות?
קאמפלצירט?? וואס עפעס איז דאס א קאפליצירטע קשיא? וואס עפעס ביזטן אראפ צי דריי פין צען??
פארגעס נישט לויט איין פין די צען תיריצים איז עולם הבא אזא דבר פשט אז מען דראף עס ניטאמאל דערמאנען אין די תורה, לויט די צווייטע תירץ איז גאר פינקט פארקערט די אידן זענען געווען אזוי נידריג, מ"ט שערי טומאה, פארגרעבטע עבדים ,מיט קורצע הסוגת אז זיי וואלטן נישט פארשטאנען אזאלכע רחניות'דיגע מיסוגים ווי עולם הבא.
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 121
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 24, 2012 11:08 am
- האט שוין געלייקט: 32 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 92 מאל
שרגא האט געשריבן:נולד מאוחר האט געשריבן:שרגא האט געשריבן:איין תירוץ וואס איך געדענק איז אז עס שטייט נישט ארויס מיט קלארע ווערטער ווייל עס איז א פשוט'ע פארשטענדליכע זאך וואס יעדער האט אליין פארשטאנען.
לא תרצח וכדו' האט מען נישט אליינס פארשטאנען?
לאמיר נישט פארגעסן מ'רעדט דא פין א יסוד אין אידשקייט איינס פין די דרייצען עיקרים. מדארף זייער א שטארקע סיבה פארוואס ס'שטייט נישט אין די תורה.
אין אנדרע ווערטער ס'דראף זיין א שטארקע פראבלעם אויב וואלט עס יא געשטאנען אין די תורה, נישט סתם ס'האט נישט אויסגעפעלט.
איך וועל אננעמען אז פונקט ווי האסט אוועקגעשניטן ביים ציטירן דעם תירוץ, האסטו עס אויך נישט אפגעליינט. סאו ביטע לייען עס איבער, וועט דיין באמבע קשיא פון לא תרצח פארענטפערט ווערן. און אויב שטימט דיר נאך אלץ נישט, קען איך דיר נישט העלפן.
שרגא, אפשר ביסטו בעסער מסביר וועלכע פוינט וואס ער האט אוועקגעשניטן פארענפערט דע שטארקע קשיא.
קענסט אביסעל בעסער דיך מסביר זיין?
די תורה איז פיל מיט זעלבסט-פארשטענדליכע זאכען.
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2933
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
- האט שוין געלייקט: 513 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל
Re: פארוואס ווערט נאר דערמאנט שכר עולם הזה אין די תורה
דער של"ה אין ערשטען חלק ברענגט פינעף תירוצים פין אנדערע ראשונים און אן אייגענע תירוץ.
דער רמב"ם וואס האלט אז פשוט דעמאלסס וואלט אויסגעזעהן ווי די תורה איז ווייניגער אמת, ווייל ער זאגט צו א זאך וואס מען קען נישט פראווען.
דער רמב"ן ווייל די עולם הבא איז בטבע שכר וואס קומט די תורה דארף עס נישט זאגען.
אויף דעם קריגט די של"ה מיין איך.
דער ר"ן האט שוין איינער געשריבען.
די מקובלים תירוץ ווייל עס ליגט אין די ווערטער, דאס הייסט ווען עס שטייט ונתתי גשמיכם בעתם רעדט עס וועגען עפעס גשמיכם מיינט עס גשמיכם פין עולם הבא.
Sent from my SPH-D700 Using ForumTouch for Android

- בן תמליון
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1456
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 12:34 pm
- האט שוין געלייקט: 1301 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1664 מאל
מיר דאכט זיך דער תירוץ איז פשוט, באקאנט דער ישמח משה ברענגט ער האט ג'חלומט ער איז אין גן עדן, זעט ער א איד מיט טלית און תפילין שטייט ביים שטענדער און שאקלט זיך. וואונדערט זיך דער ישמח משה דאס איז דער גן עדן? האט מען איהם ג'ענטפערט חכם דער גן עדן איז אין איהם. ממילא ווען די תורה זאגט דיר טוה גוט וועסטו האבן גוטס דאס איז דער וועלט און יענער וועלט. דו וועסט זיין גליקליך דער גן עדן וועט זיין אין דיר. דאס איז דער פשט מיין איך זכה נוחל שני עולמות א מענטש וואס טוט זיסע זאכן איז גליקליך האט ביידע וועלטן ער איז א שטיק גן עדן טוט ער שמוציקע זאכן איז ער אומגליקליך האט דעם גיהנם אויף די וועלט און יענע וועלט.
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3833
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
- האט שוין געלייקט: 3807 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל
בן תמליון האט געשריבן:מיר דאכט זיך דער תירוץ איז פשוט, באקאנט דער ישמח משה ברענגט ער האט ג'חלומט ער איז אין גן עדן, זעט ער א איד מיט טלית און תפילין שטייט ביים שטענדער און שאקלט זיך. וואונדערט זיך דער ישמח משה דאס איז דער גן עדן? האט מען איהם ג'ענטפערט חכם דער גן עדן איז אין איהם. ממילא ווען די תורה זאגט דיר טוה גוט וועסטו האבן גוטס דאס איז דער וועלט און יענער וועלט. דו וועסט זיין גליקליך דער גן עדן וועט זיין אין דיר. דאס איז דער פשט מיין איך זכה נוחל שני עולמות א מענטש וואס טוט זיסע זאכן איז גליקליך האט ביידע וועלטן ער איז א שטיק גן עדן טוט ער שמוציקע זאכן איז ער אומגליקליך האט דעם גיהנם אויף די וועלט און יענע וועלט.
איז פארוואס שכר עולם הזה דראף יא שטיין?
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3833
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
- האט שוין געלייקט: 3807 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2933
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
- האט שוין געלייקט: 513 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל
פארוואס ווערט נאר דערמאנט שכר עולם הזה אין די תורה
לינק
די לעצטע פאראגראף אויף דעם עמוד הייבט זיך עס אהן.
די שיטות פין די ראשונים אין דעם ענין זענען כל אחד לפי דרכו ושיטתו אין אלע אנדערע ענינים, והדברים עתיקין ומתוקים, עס איז אויך געוואלדיג שיין עס נאך צו זאגען ביי א דרשה.

א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
- שרגא
- היימישער באניצער
- הודעות: 548
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 27, 2012 11:20 pm
- האט שוין געלייקט: 232 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 768 מאל
נולד מאוחר האט געשריבן:שרגא האט געשריבן:נולד מאוחר האט געשריבן:שרגא האט געשריבן:איין תירוץ וואס איך געדענק איז אז עס שטייט נישט ארויס מיט קלארע ווערטער ווייל עס איז א פשוט'ע פארשטענדליכע זאך וואס יעדער האט אליין פארשטאנען.
לא תרצח וכדו' האט מען נישט אליינס פארשטאנען?
לאמיר נישט פארגעסן מ'רעדט דא פין א יסוד אין אידשקייט איינס פין די דרייצען עיקרים. מדארף זייער א שטארקע סיבה פארוואס ס'שטייט נישט אין די תורה.
אין אנדרע ווערטער ס'דראף זיין א שטארקע פראבלעם אויב וואלט עס יא געשטאנען אין די תורה, נישט סתם ס'האט נישט אויסגעפעלט.
איך וועל אננעמען אז פונקט ווי האסט אוועקגעשניטן ביים ציטירן דעם תירוץ, האסטו עס אויך נישט אפגעליינט. סאו ביטע לייען עס איבער, וועט דיין באמבע קשיא פון לא תרצח פארענטפערט ווערן. און אויב שטימט דיר נאך אלץ נישט, קען איך דיר נישט העלפן.
סארי שרגא איי געס איי מיסד סאמטינג.
איך האב פארשטאנען אז די רעדסט פין די רס"ג'ס תירוץ ,"הרס"ג (אמונות ודעות המאמר התשיעי) טען שהגמול ב"עולם הבא" הוא, כלשונו, "דבר שהשכל מורה עליו" ואין מקרא מתעכב ומאריך בדברים אלו."(וויקיפידיא)
אויף דעם פרעג איך אויב די תורה האט נישט געשוינט קיין ווערטער אויף אסאך אנדערע זאכן וואס איז נאך עני טיים אזוי "דבר שהשכל מורה עליו" ווי שכר עולם הבא, וואלט די תורה נישט געדארפט שוינען נאך איין קאפיטעל אין רעדען אביסל פין עולם הבא?
וואס האב איך דיך נישט גיט פארשטאנען? האסטו נישט געמיינט די מהלך פין די רס"ג?
וואס איז ראנג מיטו מיין טענה?
דער דגוש פונעם תירוץ איז אז לגבי שכר "די זאכן וואס זענען נסים און נגד השכל, ווי אז עס וועט קומען רעגן אויב מען איז ערליך אדער חיות רעות אויב מען טוט אן עבירה, דאס האט די תורה געדארפט ארויסברענען און שרייבן. דאס אז דער נפש וואס קומט מתחת כסא הכבוד גייט צוריק אהין, דאס איז דאך א דבר מובן מאליו."
פונקט ווי עס זענען דא אנדערע דברים מובנים מאליו וואס שטייט נישט. איך דענק אויך נישט אז עס זאל שטיין ארויסגעשריבן אז גאט איז פון אייביג אן געווען. אויב יא, דארף איך למשל יעצט א תירוץ דערויף אדער פארשטייסט אז דאס איז געווען זעלבסטפארשטענדליך. ווי אויך איז עס משמע אזוי פון די פסוקים, אפילו עס שטייט נישט ארויס.
די זעלבע געדענק איך נישט עס זאל שטיין קלאר אז גאט ווייסט אלעס וואס דער מענטש טוט און טראכט, און ער האט אפי' געפרעגט "איכה", נו, פארוואס האט ער געדארפט פרעגן? אבער פארשטייסט אז עס איז א נארישע קשיא און עס איז קלאר אז עס איז קיין ספק אז די תורה איז געשריבן אין דעם גייסט און עס איז געווען א פשוטע זאך, אפילו עס שטייט נישט געווידמעט א קאפיטל דערפאר. און אפילו מ'קען פרעגן אז אויך אנדערע פארשטענדליכע זאכן שטייט ארויס.
צו וויסן די סיבה פארוואס עפעס שטייט "נישט" איז זייער שווער, דארפסט וויסן יענעמ'ס אלע חשבונות. און אויפדרינגען קען מען זיכער גארנישט דערפון. קענסט פרעגן פארוואס שטייט נישט אנכי ה' אלוקיך אשר בראתי שמים וארץ, אנשטאט אשר הוצאתיך? אה, אלא מאי, ער האט חלילה נישט באשאפן? נאר וואדען, מען זוכט וואס עס קען זיין א פארשטענדליכע תירוץ פארוואס "נישט".
איי "פארוואס לא תרצח דארף שטיין", איז קודם כל דאס נישט די ריכטיגע משל געפרעגט ווייל אויב ווייסטו וואס עס האט זיך דעמאלט אפגעטאן, און אפילו היינט, זענען שוין איינמאל דא מענטשן וואס האבן דאס אליין נישט געוואוסט. אבער די פוינט איז נישט דא וואס עס שטייט "יא", דאס דארפסטו באזונדער זוכן די סיבה צו יעדעס ווארט און מצוה, נאר דא איז די פראגע פארואוס עפעס שטייט "נישט", איז דאס געווען איין תירוץ.
(We need mercy, kindness, not judgment. (Describe, Matisyahu
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 121
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 24, 2012 11:08 am
- האט שוין געלייקט: 32 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 92 מאל
איין מינוט שרגא, אויף דיין יסוד האב איך נאך א תירוץ פארוואס עס שטייט נישט בראתי שמים וארץ ביי אנכי? ווייל זיין פיס האט עם געקראצט. איי פיס קראצן איז דאך נישט קיין סיבה נישט צו שרייבן שמים וארץ? "סא, וועסטו זאגען ער האט עס נישט באשאפען?"
די זאגסט אז די ווייסט דאך זיכער אז ס'איז דא עולם הבא, וואס איז אמת. במילא, אמת טאקע אז מ'זעט די תורהזאגט כסדר זאכן וואס זענען זעלבסט-פארשטענדליך, אבער וואס דען וועסטו זאגען, ס'איז נישט דא עולם הבא?!
ניין, איך זאג ס'איז יא דא עולם הבא, אבער די סיבה פארוואס עס שטייט נישט אין די תורה איז נישט ווייל ס'איז א דבר הפשוט, והא ראי', די תורה איז פיל מיט דברים פשוטים. און גיי זיך א אנדערע תירוץ
(און דעס וואס די געסט א ווארף אריין "לגבי שכר" , פארוואס פילסטו אז נאכען זאגען די ווערטער ביזטו פטור פון א הסבר? האסט א הסבר פארוואס "לגבי שכר" (עולם הבא) האט א אנדערע הלכה ווי למשל עונש (לא תרצח)?)
די זאגסט אז די ווייסט דאך זיכער אז ס'איז דא עולם הבא, וואס איז אמת. במילא, אמת טאקע אז מ'זעט די תורהזאגט כסדר זאכן וואס זענען זעלבסט-פארשטענדליך, אבער וואס דען וועסטו זאגען, ס'איז נישט דא עולם הבא?!
ניין, איך זאג ס'איז יא דא עולם הבא, אבער די סיבה פארוואס עס שטייט נישט אין די תורה איז נישט ווייל ס'איז א דבר הפשוט, והא ראי', די תורה איז פיל מיט דברים פשוטים. און גיי זיך א אנדערע תירוץ
(און דעס וואס די געסט א ווארף אריין "לגבי שכר" , פארוואס פילסטו אז נאכען זאגען די ווערטער ביזטו פטור פון א הסבר? האסט א הסבר פארוואס "לגבי שכר" (עולם הבא) האט א אנדערע הלכה ווי למשל עונש (לא תרצח)?)
- שרגא
- היימישער באניצער
- הודעות: 548
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 27, 2012 11:20 pm
- האט שוין געלייקט: 232 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 768 מאל
קלוג און יונג האט געשריבן:איין מינוט שרגא, אויף דיין יסוד האב איך נאך א תירוץ פארוואס עס שטייט נישט בראתי שמים וארץ ביי אנכי? ווייל זיין פיס האט עם געקראצט. איי פיס קראצן איז דאך נישט קיין סיבה נישט צו שרייבן שמים וארץ? "סא, וועסטו זאגען ער האט עס נישט באשאפען?"
די זאגסט אז די ווייסט דאך זיכער אז ס'איז דא עולם הבא, וואס איז אמת. במילא, אמת טאקע אז מ'זעט די תורהזאגט כסדר זאכן וואס זענען זעלבסט-פארשטענדליך, אבער וואס דען וועסטו זאגען, ס'איז נישט דא עולם הבא?!
ניין, איך זאג ס'איז יא דא עולם הבא, אבער די סיבה פארוואס עס שטייט נישט אין די תורה איז נישט ווייל ס'איז א דבר הפשוט, והא ראי', די תורה איז פיל מיט דברים פשוטים. און גיי זיך א אנדערע תירוץ
(און דעס וואס די געסט א ווארף אריין "לגבי שכר" , פארוואס פילסטו אז נאכען זאגען די ווערטער ביזטו פטור פון א הסבר? האסט א הסבר פארוואס "לגבי שכר" (עולם הבא) האט א אנדערע הלכה ווי למשל עונש (לא תרצח)?)
קודם איז עס נישט "מיין" יסוד, איך האב סך הכל פרובירט מסביר זיין וואס "פריערדיגע" ענטפערן. אז גלייכסט נישט דעם תירוץ, גיי טאקע צו אנדערע.