טעכנאלאגישע נייעס

אלעס אין די וועלט פון טעכנעלאגיע
פארשפארט
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 8315 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

Would you like to surf the Internet, make a phone call or send a text message using only your brain? Would you like to “download” the content of a 500 page book into your memory in less than a second? Would you like to have extremely advanced nanobots constantly crawling around in your body monitoring it for disease? Would you like to be able to instantly access the collective knowledge base of humanity wherever you are?

All of that may sound like science fiction, but these are technologies that some of the most powerful high tech firms in the world actually believe are achievable by the year 2020. However, with all of the potential “benefits” that such technology could bring, there is also the potential for great tyranny. Just think about it. What do you think that the governments of the world could do if almost everyone had a mind reading brain implant that was connected to the Internet? Could those implants be used to control and manipulate us? Those are frightening things to consider.

For now, most of the scientists that are working on brain implant technology do not seem to be too worried about those kinds of concerns. Instead, they are pressing ahead into realms that were once considered to be impossible.

Right now, there are approximately 100,000 people around the world that have implants in their brains. Most of those are for medical reasons.

But this is just the beginning. According to the Boston Globe, the U.S. government plans “to spend more than $70 million over five years to jump to the next level of brain implants.”
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 8315 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

פלעיסטעישון 4 OMG וואס עס קען טוען.

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=9hUUsqhetX4[/youtube]
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
באניצער אוואטאר
טעפל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 17, 2012 5:25 am
האט שוין געלייקט: 4610 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 821 מאל

שליחה דורך טעפל »

רויטע וואנצעס האט געשריבן:פלעיסטעישון 4 OMG וואס עס קען טוען.

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=9hUUsqhetX4[/youtube]

א צודרייטע וועלט!
פרישער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 586
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 03, 2013 11:40 am
האט שוין געלייקט: 247 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1015 מאל

שליחה דורך פרישער »

עס איז זייער פארגעשריטן, עס איז בכלל נישט אריין געכאפט ביים היימישן ציבור, איך זעי עס נישט ביי די היימישע לעקטאראניק סטארס, מיר האבן נאר האנדל ערליך, און שטייג העכער, אינזער מערסט פארגעריטענע כלי איז דאנקי קאנג, מאריא בראס, אפשר ווייל דו כלי איז גרעסער ווי אינזערע דירות
אַבִּי מְ'לֵייקט
פארוואס זאג איך עס אייך ?
ווייל איך וויל איר זאלט וויסן.
באניצער אוואטאר
טעפל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 17, 2012 5:25 am
האט שוין געלייקט: 4610 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 821 מאל

שליחה דורך טעפל »

פרישער האט געשריבן:עס איז זייער פארגעשריטן, עס איז בכלל נישט אריין געכאפט ביים היימישן ציבור, איך זעי עס נישט ביי די היימישע לעקטאראניק סטארס, מיר האבן נאר האנדל ערליך, און שטייג העכער, אינזער מערסט פארגעריטענע כלי איז דאנקי קאנג, מאריא בראס, אפשר ווייל דו כלי איז גרעסער ווי אינזערע דירות

זאגסט זייער א גוטע נקודה!
קליגער אינגערמאן
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 216
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 02, 2013 11:30 pm
געפינט זיך: דערינען
האט שוין געלייקט: 304 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 119 מאל

Amazon prime air

שליחה דורך קליגער אינגערמאן »

באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

ווערייזאן ווייערלעס גייט פארשנעלערן איר 4G ספידס ביז 3 מאל שנעלער אין רוב מארקעטס (AWS-based LTE). עס וועט זיין מורא'דיג שנעלע דאונלאוד & אפלאוד ספידס.
ווערייזאן וויל אויך שטופן דערמיט א VoLTE סערוויס, ד.ה. אז דער טעלעפאן קאל וועט באהאנדלט ווערן דורך די 4G נעטווארק, דאס וועט העלפן פאר קלארערע פאון קאלס (HD Voice) און פאר גרינגערע, בעסערע קוואליטעט ווידיא טשעטס.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

T-Mobile מעלדט אויכעט פיל שנעלערע ספידס, אזוי שנעל ווי 139 Mbps אין געוויסע פלעצער.
דאס איז גוטע נייעס, בפרט פאר די וואס דאונלאודן העווי פיילס, און ווידעאס.

www.pcmag.com/article2/0,2817,2428142,00.asp
וירח ה' את ריח הניחוח
chosen people
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 428
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 998 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 363 מאל

שליחה דורך chosen people »

איך האב יעצט אפדעידט מיין געלעקסי נאוט 2 צו ענדרויד 4.3 . די ערשטע זאך וואס איך האב באמערקט איז אש די בראוזער ארבעט אסאך שנעלער..
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3833
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 3807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל

שליחה דורך נולד מאוחר »

CNET: Like that house for sale? Get a drone's eye view first. http://google.com/producer/s/CBIwoJaw5AM
נח בער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 128
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 27, 2013 11:29 am
געפינט זיך: אין תיבה
האט שוין געלייקט: 54 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 414 מאל

שליחה דורך נח בער »

טים קוק דער סי אי או פון עפל האט זיך אפגעשאקלט פון פיר מיליאן דאלער שכירות ווען עפלס סטאקס איז נישט געשטיגן פארגאנגענעם יאר.

נישט געזארגט. ער האט עס נישט צו שטארק געשפירט ווען ער האט פארט אהיימגעטראגן איבער 40,000,000 דאלער.
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3795
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 6591 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל

שליחה דורך ונבנתה העיר »

עי. טי. ענד טי. וועט אנהייבן צושטעלן א נייע '1-800 דאטא סערוויס'.

וועב-זייטלעך וואס וועלן אנטייל נעמען וועלן באצאהלן פאר די דאטא פונעם באזוך אנשטאט דער עי. טי. ענד טי. קאסטומער.
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

איז עס דען נייעס? אבער עס איז נייעס אז די קאמפאניס זענען מודה דערויף..

אויב האט איר א GPS אין אייער אויטא, ווערט רעקארדירט ביי די אויטא מאנופעקטשורער און וווערט געהאלטן רעקארדירט פאר לכה"פ 7 יאר (אפשר מער) וואו איר זענט געפארן.
און אויך אויב האט איר א פריוואטע GPS, פון גארמין אדער אנדערע גרויסע קאמפאניס, ווערט דאס אויך רעקארדירט.
זעלבסט פארשטענדליך אויב האט איר א סמארטפאון מיט GPS (כמעט יעדעס שטיקל האט שוין היינט איינס) ווערט איר אודאי נאכגעפאלגט.

http://www.thecarconnection.com/news/10 ... e-the-data
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

FORD. ווער ווייסט דען נישט פון די קאר קאמפאני פארד. א אויטא קאמפאני וואס איז אמאל געווען אין דער ערד, פארשידענע ליצנות 'רשע-טבת' זענען ארומגעלאפן אויף זייער נאמען (Fix Or Repair Daily איז די מערסטע באקאנט; אדער Failed, On Road Dead וכדומה), זייער קוואליטי האט געסאקט, זייער ריסעיל וועליו איז געווען טיף אין דער אדמה...

און, און... מאשפות ירים אביון, דורך פארשידענע מיטלען האבן זיי זיך ארויפגעדראפעט אויף דעם לייטער, זיי האבן אנגעהויבן מאכן בעסערע פראדוקטן, און ווען דער הויכגעשעצטער CEO מולאלי האט איבער גענומען די קאמפאני זייענדיג אין רויט - קומענדיג פון די באואינג עראפלאן קאמפאני וואו ער האט אויך געמאכט א רעוואלוציע צום גוטן - האט ער אנגעהויבן מאכן סדר, קודם מיטן פראגראם "ONE FORD", וואס האט אריבערגעברענגט פארשידענע גוטע מאדעלס פון אייראפע (דארט מאכן זיי בעסערע פראדוקטן, פרעג מיך נישט פארוואס) קיין אמעריקע, ער האט געלייגט א שטארקע פאקוס אויף קוואליטעט פון די מאטעריאלן עס זאל נישט זיין הונטערשטעליג פון די יאפאנעזער קאמפעטישאנ'ס, און אריינגעלייגט אסאך פיעטשורס צו "סורפרייזן" דעם קאסטומער, און די זאכן האבן עושה רושם געווען, עד כדי כך אז ביים גרויסן עקאנאמישן קראך איז פארד געווען די איינציגסטע אמעריקאנער קאמפאני וואס האט נישט געדארפט צוקומען צו די רעגירונג'ס בעילאוט - אנדערש ווי GM און קרייסלער - און דאס האט נאך מער געהויבן זייער רעספעקט און וועליו ביים פאלק, זייערע סעילס זענען דראסטיש ארויפגעגאנגען, זיי האבן געאפפערט ווייניגער אינסענטיווס (ווי "קעש בעק" אדער 0% פיינענסינג), און עכ"ז זענען זייערע קארס געגאנגען ווי מצה וואסער, מיט גרויס ערפאלג, צו די הנאה פון די הויכע עקזעקוטיוון.

איין גרויסע שינוי - אויף וואס פארד האט געלייגט גרויס האפענונג, ספעציעל אריינצוכאפן יונגע קאנסומער - האט זיך ארויסגעשטעלט אלס א וויסטע דורכפאל - טראץ די ענטוזיאזם וואס האט לכתחילה געהערשט ביים יונגן דור דערפאר. דאס איז זייער SYNC סיסטעם אין די נייערע אויטאס. דער SYNC סיסטעם איז געווארן דעוועלאפט מיט עטליכע יאר צוריק (2007) ביי מייקראסאפט, און איז געצילט אריינצוברענגען די העכסטע טעכנאלאגיע אינעם קאר. אנשטאט א דעשבאורד פון קנעפלעך און (ק)נאבס, איז עס פארוואנדלט געווארן אין א גרויסע טאטש סקרין און פאר יעדע פונקציע האט מען געמוזט אדורכגיין שבעה מדורי גיהנם אויפן סקרין ביז מען איז אנגעקומען דערצו, אפילו פשוט'ע פונקציעס - ווי צב"ש מאכן העכער די מוזיק אדער מאכן שטארקער דעם הייצונג.

Sync.jpg
Sync.jpg (4.04 KiB) געזען געווארן 4117 מאל


אויסער דעם סכנה פון דיסטרעקטן דעם דרייווער אוועקצוקוקן פונעם ראוד אינמיטן פליען אויפן הייוועי ביי 70 מפ"ש און זיין ביזי מיטן סקרין (גארנישט ווייניגער סכנה ווי טעקסטן אינמיטן דרייוון), און בכלל האט עס געהאט זייער א קאמפליצירטן אויסשטעל בנוסף צו פיצעלע ווערטער און סימבאלן, האט דער סיסטעם געהאט א שרעקליכער חסרון, אז עס פלעגט "פריזן". ד.ה. איינפאך נישט ארבעטן פאר אפאר מינוט, און נישט רעספאנדעט צו דעם דרייווערס אינפאט. מען האט געקענט קוועטשן אויפן פארקלאצטן סקרין, אבער אן ערפאלג. דרייווערס פלעגן ווערן - ווי פארשטענדליך - שרעקליך פרוסטרירט, און כסדר קאמפלעינט צו פארד דערוועגן.

Sync2.jpg
Sync2.jpg (8.31 KiB) געזען געווארן 4117 מאל


עס האט אויך געשאדט פאר פארד אין די שטודיעס וואס געוויסע קאמפאניס נעמען פון נייע דרייווער, צי זיי זענען צופרידן מיט די קוואליטי פונעם נייעם אויטא. פארד האט זיך געטראפן אין א אומבא'טעמ'טע סיטואציע. זיי האבן אנגעהויבן ארבעטן אויף פארשידענע תיקונים און אפדעיטס, מאכן גרעסער די אותיות און די אייקאנס, מאכן גרינגער צו קאנעקטן צו פאונס, פארמינערן די פארפרוירענע סקרינ'ס, און צוגעלייגט "וואויס רעקאגנישן" אז מען זאל קענען רעדן צום סיסטעם אנשטאט דריקן אזויפיל אויפן סקרין, אבער דאס האט שוואך געהאלפן. עס איז געווארן עטוואס בעסער, אבער די הוצאה שניה ושלישית ומתוקנת (2010) איז נאך אלץ פארוואסערט געווארן צווישן די חסרונות און אומצאליגע קאמפלעינטס און שלעכטע ראטעס פון אלע רעוויואערס. אזוי איז דאס אנגעגאנגען פאר יארן.

אנדערע קאמפאניס האבן גראדע נישט קיין סאך בעסער אפגעשניטן. א ענליכע סיסטעם ביי GM (רופט זיך CUE) האט אויך געליטן פראבלעמען און די קאסטומערס גלייכן עס נישט. קרייסלער איז דערווייל פון די בעסטע אין דעם הינזיכט. ניסאן און האנדא זענען כמעשה, כאטש זיי מעגן אויך נוצן א תיקון.

אצינד האט פארד באשלאסן צו דראפן מייקראסאפט. די לעצטע זענען טרויעריג-באקאנט פאר זייערע סאפטוועיר וואס מען דארף כסדר פעטשן מיט אפדעיטס נאר כדי צו טרעפן נאך דורכפעלער און פראבלעמען. גענוג איז גענוג. ארויס אויף די יארכע, מען גייט זוכן א צווייטן!

די מאדנע זאך איז, צו זעהן וועמען זיי האבן אנגעטראפן. נישט קיין אנדערע ווי די "בלעקבערי" פירמע. כאטש וואס זיי קומען נישט צו די נייערע 'עפל' און 'אנדרויד' פראדוקטן בנוגע סעלפאונ'ס, זענען זיי מער רעלייעבל ווי מייקראסאפט. (איי, אויב פארד פרעגט מיך? אויב בלעקבערי איז פאר עפעס באקאנט, איז עס פאר זייער 'פריזן' מיטן דרייעדיגער זייגערל אויפן סקרין..... GO FIGURE). למעשה, זיי אנטשפרעכן א נייע גענעראציע פון SYNC, מיט א גרינגערן אויסשטעל און געשמאקע יוזער אינטערפעיס, אן די אלע פראבלעמען.

ווארט נאר איבער צו זעהן מה יהי' חלומותיהם, צי וועט עס טאקע בעסער ווערן אדער מפטירין כדאתמול. בפרט ווען אנדרויד און עפל גרייטן שוין צו זייערע אייגענע פארגעשריטענע סיסטעמ'ס אין די אויטאס. ימים ידברו.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

מערקווירדיג, אז א לענגערע צייט האט געהייסן אז דער סוקסעספולער CEO פון פארד, עלען מולאלי, וועלכער האט שוין אזויפיל גרויסע קאמפאניס געשטעלט אויף די פוס, וועט איבערנעמען מייקראסאפט, און פרובירן צו ראטעווען וואס מען קען און מאכן א מענטש מיט איר...

למעשה האט ער לעצטע חודש קלאר געמאכט אז עס קומט נישט אין באטראכט, ער בלייבט ביי פארד. פה אשב כי אויתיה.

שפעקוליר איך צי דאס קען זיין די סיבה, וויבאלד פארד האט געוואלט אפהאקן מיט מייקראסאפט.
וירח ה' את ריח הניחוח
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3833
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 3807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל

שליחה דורך נולד מאוחר »

א עפפ וואס פארשנעלערט די ספיד פון ליינען צי דאפעלט.
http://nypost.com/2014/02/26/app-gives- ... peed-read/
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

לייגן פענסטערס אויף עראפלאנען איז א בדיעבד פאר די מאנופעקטשורערס, און זיי טוען עס נאר ווייל די פאסאזשירן פארלאנגען עס, קיינער וויל נישט פליען אין א פארמאכטע באקס שעות ארוכות און געבן א קלאוסטערפאביע איינדרוק. אבער באמת לייגט דאס דרוק אויפן עראפלאן, אנשטאט א פשוט'ע סמאאד סטרוקטשור, דארפן אינזשענירן אויסארבעטן אז די פענסטערס זאלן זיך באלאנסירן פונקטליך מיטן סטרוקטור פונעם עראפלאן, ספעציעלע דאבל-גלאז פענסטערס, און זיכער מאכן אז עס קרעקט נישט מחמת פרעשור אינמיטן פליען.

"ספייק עראוספעיס" איז א קאמפאני וואס האלט אינמיטן בויען א סופערסאניק דזשעט (ד.ה. וואס פליט אזוי שנעל ווי דער קול לויפט), און ביי די סארט עראפלאנען איז נאך פיל מער קאמפליצירט אריינצובויען פענסטערס, כמובן אז די לופט פרעשור איז פיל מער ווי א געווענליכער דזשעט וועלכע פליהט קוים האלב אזוי שנעל.

זענען זיי אויפגעקומען מיט א המצאה אז אנשטאט א פענסטערס וועלן זיי אריינבויען גרויסע סקרינ'ס, מיט ווידיאו קעמרעס אינדרויסן, און דאס וועט מאכן שפירן דעם פאסאזשיר כאילו ער שטייט יעצט ביי א גרויסן פענסטער און מען קען ארויסקוקן געהעריג.

בילד

דער פאסאזשיר וועט קענען קאנטראלירן דעם סקרין. אויב וויל ער גיין שלאפן וועט ער קענען טונקל מאכן דעם סקרין, עס זאל אויסקוקן ווי עס איז ביינאכט אינדרויסן.

די קאמפאני, וועלכע פלאנט צו האבן גרייט דעם פליגער אויף 2018, האפט אז די נייערע סקרין טעכנאלאגיע וועט ערלויבן דעם עראפלאן צו פליען 1,370 מפ"ש, פיל שנעלער ווי די געווענליכע עראפלאנען וועלכע פליען ביי א דורכשניטליכע 500-600 מפ"ש. דער עראפלאן וועט טראגן 18 פאסאזשירן אויף אמאל.

בילד

http://www.wired.com/autopia/2014/02/su ... eo-windows
וירח ה' את ריח הניחוח
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3833
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 3807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל

שליחה דורך נולד מאוחר »

פעיס בוק האט אפגעקויפט oculus. פאר 2B www.vosizneias.com/159535/2014/03/25/menlo-park-ca-facebook-buys-virtual-reality-co-oculus-for-2b/
כהאף אז גוגל און פעיסבוק געדענקען נאך צי מענטענען זייערע אייגענע פרודאקט, זייענדיג אזוי ביזי גיין שאפינג
קליגער אינגערמאן
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 216
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 02, 2013 11:30 pm
געפינט זיך: דערינען
האט שוין געלייקט: 304 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 119 מאל

שליחה דורך קליגער אינגערמאן »

איינער קען מסבירן וואס די קאמפעני oculus פארקויפט\פראדאצירט אין וואסערע אינטערעסע האט פייסבאק דערינען.
Shiala
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 101
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 30, 2012 11:30 pm
האט שוין געלייקט: 133 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 46 מאל

שליחה דורך Shiala »

נולד מאוחר האט געשריבן:א עפפ וואס פארשנעלערט די ספיד פון ליינען צי דאפעלט.
http://nypost.com/2014/02/26/app-gives- ... peed-read/

I actually read at that speed they say the App will give you
“Just because I'm on a different path doesn't mean I'm lost.”
Shiala
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 101
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 30, 2012 11:30 pm
האט שוין געלייקט: 133 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 46 מאל

שליחה דורך Shiala »

עמעזאן ווירטואלע דעסקטאפ עמעזאן שטעקט די נאז וואו ער קען, ער געט שוין האסטינג וואס ברויך אן ארטיקל פאר זיך וועגן די אייגנארטיקער וועג וואס זיי נוצן צו סקעילען סערווערס און די כמו דעדאַקייטאַד סערוויס וואס זיי שטעלן צו מיט אינסטענסעס און מערערע זאכן וואס איך פארשטיי ניטאמאל
“Just because I'm on a different path doesn't mean I'm lost.”
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

און עמעזאן גייט ווייטער אן, זיי האבן א נייע טעכנאלאגיע שטיקל פאר טעלעוויזיע, עמעזאן פייער טי.ווי.
אבער וויבאלד מען רעדט דא צו היימישע אידן, אסתפק בזה.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

די גרויסע אויטא קאמפאני GM גייט כאדאראם. מען האט נישט לאנג צוריק אנטדעקט אז מיליאנען עלטערע אויטאס האבן פראבלעמען מיט די איגנישאן (ווי מען צינדט אן דעם קאר) עס קען פאראורזאכן א פייער און עטליכע פאטאלע פייערס ווערט צוגעשריבן א דאנק דעם. זיי האבן פארררופן א מאסיווע ריקאלל פאר מיליאנען אויטאס כדי עס צו פאררעכטן, אבער דער סענזאציע פארשפרייט זיך מיום אל יום, מען טרעפט נאך אויטאס מיט דעם פראבלעם, עס איז גדול עווניהם מנשוא, זיי קענען נישט גענוג שנעל קעהר נעמען פון אלע פראבלעמען, און דאס שוין טראץ א אפמאך מיט קאר רענטלס צוצושטעלן אויטאס פאר די אפעקטירטע קאנסומער. עס האלט שוין אזוי ווייט אז א דזשאדזש וויל ארויסגעבן א פארבאט פאר די אלע אפעקטירטע אויטאס זאלן נישט טארן זיך דרייען אין די גאסן.

עס איז יו"ט אינדערוואכן, און עס בלייבט איבער צו זעהן וואס דא וועט זיך אויסקאכן.
וירח ה' את ריח הניחוח
פארשפארט