טערעריזעם במחנינו!
- מצטמק ויפה
- היימישער באניצער
- הודעות: 479
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 7:31 pm
- האט שוין געלייקט: 761 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 844 מאל
טערעריזעם במחנינו!
אין די לעצטע טעג האט זיך געשאפען אשכולות דא אין שטיבעל, ווי שוועמליך נאך א רעגן, אלעס אראפ צו רייסען די חשובע רבנים פון שטאט וואס כל אחד בשמו יבורך.
איז לאמיר אויפמערקזאם מאכ'ן אויף א קליינע נקודה. די נושא איז א לאנגער און א ברייטער, אבער איך וויל שמוסען פון אפאר נקודות, און יעדער זאל צולייגען כפי הבנתו בהענין.
עס איז טאקע זייער אנגעווייטאגט די מצב וואס קומט פאר מדי יום ביומו, אבער איך מיין לעניות דעתי זענען נישט די רבנים אינגאנצען שולדיג, וויל ליידער איז די מצב אזוי, אז רבנים קענען היינט נישט זאגען וואס זיי ווילען, נאר זיי זענען געבינדען צו די פּאר טערעריסטען וואס פירען אונזער שטאט.
לאמיר אביסעל צירוק מישען דעם זייגער, און זען זייער א אינטערסאנטע זאך; און די לעצטע פּאר יאר איז פארגעקומען עטליכע הלכה שאלות וואס האט געהאט קאנטערווערשעל אישות ביי כלל ישראל, אזוי ווי, עירוב, ווערים אין די וואסער, צומות הגידין, אריזאנע ווייץ, וכו' וכו', און קען מיך איינער מסביר זיין פארוואס אין די וועלט זענען ביי די אלע שאלות, אלע רבנים פון א' ביז ת', מיט געגאנגען מיט די שטראם פון זייער קהילה??, קענסט מיך מסביר זיין פארוואס ביי די עירוב איז נישט דא קיין איין סאטמערע דיין מו"ץ וואס זאל האבן געשריבן אז מען מעג? עס איז דאך באמת א גרויסע שאלה אין די אחרונים, איז פארוואס איז נישט דא קיין איינער וואס זאל זאגען פארקערט?? און מען רעדט דאך דא פון באמת ערליכע אידען פארוואס טוען זיי דאס? אוו נאכמער, פארגעס פון סאטמער, פארוואס היינט שוין איבער צען יאר זייט עס איז דא א עירוב אין ווילאמסבורג און עס איז נישט דא קיין איינער וואס שרייט קלאר אז ער איז דער בעל מכשיר אויפ'ן עירוב??!!,
פארוואס ווען עס קומט א שאלה פון אריזאנע ווייץ, צומות הגידין, זענען אלע רבנים אין איינקלאנג מיט זייער פארטיי? וואס גייט דא פאר? מען רעדט דאך דא פון באמת ערליכע רבנים, ר' געציל בערקאוויטש, ר' ישראל חיים מנשה פריעדמאן, ר' שלמה לייב וויינבערגער, ר' זלמן לייב פילאפף, וכו', די זענען נישט קיין חדר יונגלעך, זענען אידען תלמידי חכמים,
נאר וואס דען?
איך וועל ענק פארציילען נאך עפעס, אויב האט איר געמיינט אז נאר רבנים וואס זענען אונ'ם טשאלענט זענען משעובד צו די פארטיי, דאן הערטס א מעשה,
עס איז דא א חשובע דיין אין בארא פארק, וואס האט סך הכל געלערנט אין סענס סטריט, אבער האט שוין היינט נישט צו פיהל מיט סאטמער, און ער איז געווען לעצטענס אויף אפּרוה אין איינע פון די ווארעמע ערטער. און אזוי ווי ער איז בקי שוין יאר'ן און דיני עירוב'ן, און טוט אסאך און קאנטריס וכדומה, האט מען איהם געבעטן אז ער זאל באקוקען די עירוב דארט, און ליידער האט עס געהאט אסאך מכשולות, ( און דארט האבן געטראגען אלע שבת שרייער'ס פונ'ם הייליגען שטאט ווילאמסבורג, אן אפילו פרעגן ווער איז דער בעל מכשיר פונ'ם עירוב, ) עכ"פ דער דיין איז ארום געגאנגען אפאר שעה און פארראכטן אלע פראבלעמען, נאכ'ן אלעס פאררעכטען האט איהם דער חב"ד רב געבעטן ער זאל שרייבן א הכשר אויפן עירוב, האט איהם דער דיין געזאגט זייט מיר מוחל אבער איך קען נישט ווייל ווי נישט ווי באלאנג איך צו סאטמער, און איך קען נישט, אויב די ווילסט קען איך שרייבען אז די צורת הפתח איז גוט, אבער נישט אז מען מעג טראגען.
"או לדור שכך עלתה בימינו" א מין חוצפה, א איד א תלמוד חכם קען נישט זאגן זיין דעת תורה, וועגען אפאר טערעריסטען??!, די גאנצע תורה איז תלוי אין אפאר רוצחים? אין פאליטיג? ,דאס איז תורה?.
איז רבותי הערטס אויף אזוי קאכען אויף די רבנים וואס זענען זיי נעבעך שולדיג, יעדער און זייער פלאץ וואלט אזוי געטוען נעבעך; מען הייסט אינטערשרייבען, שרייבט מען אינטער, יעצט זאגט מען ניין, איז נישט; יעצט מאכט מען א אסיפה, מאכט מען א אסיפה, און אזוי דרייט זיך אלעס ארום די פאר טערעריסטען.
און עס דארף דא דערמאנט ווערן לטובה, הגאון הגדול ר יחזקאל רוטה שליט"א וואס האט נישט מורא געהאט פאר די רוצחים נאר געזאגט זיין אמת'ע דעת תורה בנוגע די עירוב. אבער פון די צווייטע זייט קוק וואס עס האט איהם געקאסט? ער איז היינט א אויסגעשפילטע מענטש, און די צייט, וואס פאר די עירוב איז ער געווען פון די גרעסטע פוסקים און שטאט, און ימים נוראים האט מען זיך נישט געקענט רירען ביי איהם אין בית המדרש, אין וואס איז היינט? גארנישט מיט נישט, קיינער קוקט אויף זיין זייט, אלעס ווייל סטמער האט איהם געמאכט פאר וועלטס משוגענער. יא יא עס קאסט א ביטערע פרייז צו זאגן דעם אמת, נאר נישט יעדער קען דאס דערהייבען.
איז לאמיר זיך נישט עסן אויף די רבנים, לאמיר ענדערש אויסשרייען אונזער וויי צו די פאר טערעריסטען פון שטאט, און איינמאל פאר אלעמאל פטור ווערן פון זיי, און מען וועט שוין קענען וויסען די אמת'ע דעת תורה אויף יעדע זאך.
ובשם השם נעשה ונצליח!

-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1254
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 9:31 pm
- האט שוין געלייקט: 1008 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1132 מאל
יעדעס ווארט איז גאלד
וואס מער די שרייבטס אלץ שענער די שרייבסט
אבער לדעתי איז סאטמאר שילדיג אין די טעראר און חוצפה און איך מיין הגה"ק בעל ויואל משה ודברי יואל זצ"ל כבודו במקומו מונח אבער ער האט געהאט א שוואכקייט אז יעדער האט געמיזסט זאגען ווי ער האט געוואלט
אינטער זיינע ד' אמות האט יעדער געמיזט מיטשטימען מיט יעדע פסק זיינער און וועמענס דעת תורה האט געזאגט פארקערט (פארגעסט נישט תורה לא בשמים הוא!!!) האט ער געמאכט פון יענעם אייגעמאכטץ

- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16680
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18071 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
מצטמק, טיטאניק, הייליג גערעכט מיט די טענות,
לענ"ד וואלט איך נישט באשולדיגט סאטמאר רב דערפאר, פונקט פארקערט (הגם מען קען דן זיין דערין), סאטמאר רב'ס מאטא איז שטענדיג געווען אז דער שו"ע זאל זיין העכער דעם רבי'ן, מען זאל האבן די דרייסטקייט צו אפלאזן א רבי'ן וואס זאגט אנדערש ווי די תורה, נאר וואס דען, די ע"ז פון רעבע זי"ע איז ליידער גובר, די תורה דיקטירט אונז נישט מער, וואס דער (היינטיגער) רבי זאגט דאס זאג איך אויך, און וואס דער (פרומער) עולם וויל דאס זאגט דער רבי, און וועגן דעם וועט דער גאנצער עולם נאכגיין בלינדערהייט, קיין זאלי וועט נישט עסן ארונישע פלייש ח"ו און קיין ארוני וועט נישט עסן זאלי'ס, יעדער איז זיכער אז מיינס איז מהודר און יענעמ'ס טריפה, קיינער וועט נישט טראכטן אליינס, נאר מיטגיין מיטן שטראם, די זעלבע איז ביי די מצות, און זעלבע ביי קברים אין בית שמש, און נאך אנדערע זאכן.
ליידער א גרויסער ציבור אידן גלייכן די פארקעווטשטקייט, און הענגען אן בוקי סרוקי אין צדיקים הקודמים, אוי לנו שכך עלתה בימינו, די גאנצע שיטה פון סאטמאר רב איז אויסגעריסן געווארן משורשו, און מען נוצט נאך זיינע אייגענע ווערטער דערצו!
איך וויל שוין חדשים לאנג עפנען א אשכול איבער דעם חילוק פון תורה, מסורה, השקפה, און "געפיל" פאר אידישקייט, איך האב נאר נישט די צייט און ישוב הדעת, מען דארף איינער זאל אונז אויסקלארן די מוחות מען זאל וויסן מי ומי ההולכים, דער פראבלעם אז היינט נעמט מען א ווערטל אדער א דבר השקפה וואס א רבי האט זיך אמאל ארויסגעכאפט און מען מאכט פון דעם א תורה שלימה וואס איז דוחה אסאך אנדערע מ"ע און מצוות ל"ת, און מען טעראריזירט דעם איבריגן חלק עולם וואס וויל נישט קניען צו די עקסטרעמע מנהגים, וועלכע זענען מוסיף והולך יעדע שטיק צייט, חדשים לבקרים, נייע מנהגים אשר לא שערום אבותינו.
הלואי זאל נעמען אן עק דערצו, און סוף כל סוף וועט נעמען א עק, ויפה שעה אחת קודם.

וירח ה' את ריח הניחוח
- נאר,,פרייליך
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1615
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 10:52 pm
- האט שוין געלייקט: 109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 217 מאל
[tag]שמעקעדיג[/tag] דיין דברי נבואה ביים אויספיר ''סוכ''ס וועט נעמען אן עק דערצו'' שיינט בערך ווי איינע פון די וואס לאזען צו די אנגייענדע.... אין בי''ש
אז ''סוכ''ס בבירור שיתוודע שהם..''
פון וואנעט נעמסטו דעי דברי נבואה? און ווי טיילט מען דעם רבי'ן בעל ה'ויואל משה מיט'ן קו המבדלת צו דיינע נבואה רייד אז ס'וועט נעמען א עק.
אז ''סוכ''ס בבירור שיתוודע שהם..''
פון וואנעט נעמסטו דעי דברי נבואה? און ווי טיילט מען דעם רבי'ן בעל ה'ויואל משה מיט'ן קו המבדלת צו דיינע נבואה רייד אז ס'וועט נעמען א עק.
- נאר,,פרייליך
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1615
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 10:52 pm
- האט שוין געלייקט: 109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 217 מאל
- ראש הישיבה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 792
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 06, 2013 4:35 pm
- האט שוין געלייקט: 914 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1109 מאל
לא לחינם הלך הזרזיר אצל העורב.
די רבנים האבן created א אויר אז דער וואס זאגט אז זיי זענען קדוש וועלן זיי פאלגן עד הסוף.
ולכן די רבנים צוזאמען מיט זייערע מושחתים פירן אהן אלע מערכות (קודש?).
זיי זענען די וואס רודף'ן די טראגערס אין די עירוב!
זיי זענען די וואס רודף'ן די וואס זיי געפעלט נישט ווייל ער האט א סמארט פאון (כאטש זיין גבאי האט איינס).
זיי זענען די וואס נעמען נישט אהן אין די מוסד טאמער די מאמע דרייווט (חוץ א נאנטע פון די רב).
זיי זענען די וואס שרייען אז אריזאנע ווייץ איז חמץ (עפ"ל).
זיי זענען די וואס קוקן אראפ אויף א אינגערמאן וואס גייט א דזשעקאט אין דער וואכן.
זיי זענען די וואס שרייען כסדר מיט א רשעות אויף צניעות.
זיי זענען די וואס זענען מקרבים בזרוע אין מרחקים בזרוע.
אלא מאי, די וויכוח איז ווער איז היטלער און ווער איז אייכמאן.
יש אומרים אז די רבנים זענען היטלער-טיילן אויס באפעלען, אין די קנאים/רשעים זענען אייכמאן- פירט אויס די באפעלען.
ויש אומרים אז די קנאים/רשעים זענען היטלער-טיילן אויס באפעלען, אין די רבנין זענען אייכמאן-פירט אויס די באפעלען.
נו הבוחר יבחר.
אבער זיכער זענען זיי איינער פון די צוויי.
די רבנים האבן created א אויר אז דער וואס זאגט אז זיי זענען קדוש וועלן זיי פאלגן עד הסוף.
ולכן די רבנים צוזאמען מיט זייערע מושחתים פירן אהן אלע מערכות (קודש?).
זיי זענען די וואס רודף'ן די טראגערס אין די עירוב!
זיי זענען די וואס רודף'ן די וואס זיי געפעלט נישט ווייל ער האט א סמארט פאון (כאטש זיין גבאי האט איינס).
זיי זענען די וואס נעמען נישט אהן אין די מוסד טאמער די מאמע דרייווט (חוץ א נאנטע פון די רב).
זיי זענען די וואס שרייען אז אריזאנע ווייץ איז חמץ (עפ"ל).
זיי זענען די וואס קוקן אראפ אויף א אינגערמאן וואס גייט א דזשעקאט אין דער וואכן.
זיי זענען די וואס שרייען כסדר מיט א רשעות אויף צניעות.
זיי זענען די וואס זענען מקרבים בזרוע אין מרחקים בזרוע.
אלא מאי, די וויכוח איז ווער איז היטלער און ווער איז אייכמאן.
יש אומרים אז די רבנים זענען היטלער-טיילן אויס באפעלען, אין די קנאים/רשעים זענען אייכמאן- פירט אויס די באפעלען.
ויש אומרים אז די קנאים/רשעים זענען היטלער-טיילן אויס באפעלען, אין די רבנין זענען אייכמאן-פירט אויס די באפעלען.
נו הבוחר יבחר.
אבער זיכער זענען זיי איינער פון די צוויי.
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1254
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 9:31 pm
- האט שוין געלייקט: 1008 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1132 מאל
געהאט אמאל א שמיעס מיט אפאר אלטע אידען איבער דער הייליגער סאטמארער רבי זי"ע
אלע האבען מודה געווען אז ער איז געווען א גרויסער איד א גאון א ענק ממש
אבער די איין שוואכקייט האט ער געהאט, ער האט צי שטארק געהאלטען פון זיך, און געמיינט אז יעדער מיז אויך אזוי האלטען פון זיין "זיך" און דאס איז נאך געווען פארען קריג אויך
ווער עס ווייסט ווי אזוי ער האט געפירט מערכות מיט אלע ראמענישע רבנים ואדמורים ווען עס איז געקימען צי חילוקי דיעות
ער האט אלץ געוואלט אז יעדער נישט קיין חילוק גרויס קליין יונג אלט, יעדער האט געמיזט מיטשטימען מיט עם און ווער עס האט דאס נישט געטין איז געווען פסול
דאס האט ער געטין נאכען קריג ביתר שאת, און אפילו ביי די מער קנאישע רבנים ווי הגה"ק דער פאפער רב זכותו הגדול יגן עלינו אדער דער ווינער רב און נאך
זיי האבען געהאט ממש א גיהנום פון סאטמאר נאר פאר די חטא אז זיי האבען זיך אויך א טראפקעלע מחשיב געווען און נישט געפאלען כורעים פאר יעדע פסק פון דער הייליגער רבי זכותו יגן עלינו
עס נעמט נישט אוועק פון זיין גרויסקייט ער איז געווען א הייליגער גרויסער איד א רשכבהג ממש אבער פארט לא זו הדרך ביי תורה, תורה לא בשמים הוא עס איז נישט קיין רכוש פון א יחיד
און די גאנג האט געבויט די חרבונות וואס דער פותח האשכול זאגט

- לאליפאפ
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1281
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 06, 2013 3:12 pm
- האט שוין געלייקט: 276 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 813 מאל
ער איז דווקא נישט געווען דער פארמאכטער וואס זיינע רעבעסכיסעיאגענוליינע כת טרייען עם אהערצושטעלן ווי. ער איז געווען סאך סאך מער טשילד, אפשר נישט אין עירוב אדער ציונות אבער אווער אלל איז ער בכלל נישט דער אנהייב פון דעי רעבעסכיסעיאגענוליינע פארקוועטשקייט. קוק נאר אויף זיינע אלטע באלאבאטישע תלמידים פון די אלטע צייטן. זקיניך ויאמרו לך.
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1254
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 9:31 pm
- האט שוין געלייקט: 1008 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1132 מאל
לאליפאפ האט געשריבן:ער איז דווקא נישט געווען דער פארמאכטער וואס זיינע רעבעסכיסעיאגענוליינע כת טרייען עם אהערצושטעלן ווי. ער איז געווען סאך סאך מער טשילד, אפשר נישט אין עירוב אדער ציונות אבער אווער אלל איז ער בכלל נישט דער אנהייב פון דעי רעבעסכיסעיאגענוליינע פארקוועטשקייט. קוק נאר אויף זיינע אלטע באלאבאטישע תלמידים פון די אלטע צייטן. זקיניך ויאמרו לך.
ער איז געווען א שטיק גאלד זהב טהור
אלעס פיין וואויל אבער ביז מען האט געזאגט אנדערשט ווי עם
- דער (פינטעל) איד
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1192
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 6:02 pm
- האט שוין געלייקט: 784 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 950 מאל
טיטאניק האט געשריבן:געהאט אמאל א שמיעס מיט אפאר אלטע אידען איבער דער הייליגער סאטמארער רבי זי"ע
אלע האבען מודה געווען אז ער איז געווען א גרויסער איד א גאון א ענק ממש
אבי דאס! שטעל דיר פאר יענע אלטע אידן זאגן אז ער איז געווען א שייגיץ... נאך א מזל !
אגב יעצט קען איך שוין קוים ווארטן צו ווערן א אלטע איד
.
באניצער וועלכע וואלטן געלייקט דער (פינטעל) איד פאר די הודעה אויב ס'וואלט געשריבן געווארן דורך א צווייטן (93 בסך הכל):
אי • אפשר • לפורטם • כי • רבים • הם
ראנג: 99.9%
אי • אפשר • לפורטם • כי • רבים • הם
ראנג: 99.9%
- דער (פינטעל) איד
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1192
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 6:02 pm
- האט שוין געלייקט: 784 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 950 מאל
פינטעל איד אלטער
.
.
באניצער וועלכע וואלטן געלייקט דער (פינטעל) איד פאר די הודעה אויב ס'וואלט געשריבן געווארן דורך א צווייטן (93 בסך הכל):
אי • אפשר • לפורטם • כי • רבים • הם
ראנג: 99.9%
אי • אפשר • לפורטם • כי • רבים • הם
ראנג: 99.9%
- נאר,,פרייליך
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1615
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 10:52 pm
- האט שוין געלייקט: 109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 217 מאל
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1254
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 9:31 pm
- האט שוין געלייקט: 1008 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1132 מאל
נאר,,פרייליך האט געשריבן:ניש פון יעדן שטאנדפונקט אין שטיבעל ברויך ארויסקומען אנגעגעסקיינט אויף סאטמאר רב
כמדומה אז די נושא פון צניעות האבען פילע אידען געהאלטען א חוץ אים,
ס'דערמאנט מיר ווען אין די בראשית יארען דא אין אמעריקא האט מען יעדן איד וואס האט געהאט סימני יהדות נאכגעשריגען סאקמירער!
בערך אזוי קוקט דא אויס.
די סאטמאראר וואס די ביסט
- מצטמק ויפה
- היימישער באניצער
- הודעות: 479
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 7:31 pm
- האט שוין געלייקט: 761 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 844 מאל
- דריידל
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1146
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 17, 2014 12:42 am
- געפינט זיך: נישט אהער און נישט אהין
- האט שוין געלייקט: 1132 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1247 מאל
רוב רבנים זענען בכלל נישט טעראריסטיש, פארקערט זיי זענען צוקלאפט פון אינעווייניג און גייען אויס אז א באפיצטער יונגערמאן זאל אויסטוישן א ווארט מיט זיי, ווייל אפשר וועט ער קענען באקומען אפאר טאלער ביים חתונה מאכן א קינד.
עס זענען פשוט פארהאן אפאר שקצים וואס ניצען אויס די שוואכקייט פון די רבנים פאר זייערע שגץ שטיק. מ'גרייט צו א קול קורא און מ'זאגט אז דער און יענער האבן שוין אינטערגעשריבן און די רב ציטערט טאמער שרייבט ער נישט אונטער וועט ער הייסן אן אויסגעשפילטער. און אזוי דרייט זיך א וועלט וואס מ'מאכט משוגע דעם עולם.
די רבנים אליין שפירען זיך פארלוירן נאכ'ן חתמענען, נישט וויסענדיג וואסערע שאדן דאס וועט זיי ברענגען.

פארדריי די דיר דיין קאפ
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 6959
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
- האט שוין געלייקט: 4586 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1254
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 9:31 pm
- האט שוין געלייקט: 1008 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1132 מאל
דריידל האט געשריבן:רוב רבנים זענען בכלל נישט טעראריסטיש, פארקערט זיי זענען צוקלאפט פון אינעווייניג און גייען אויס אז א באפיצטער יונגערמאן זאל אויסטוישן א ווארט מיט זיי, ווייל אפשר וועט ער קענען באקומען אפאר טאלער ביים חתונה מאכן א קינד.
עס זענען פשוט פארהאן אפאר שקצים וואס ניצען אויס די שוואכקייט פון די רבנים פאר זייערע שגץ שטיק. מ'גרייט צו א קול קורא און מ'זאגט אז דער און יענער האבן שוין אינטערגעשריבן און די רב ציטערט טאמער שרייבט ער נישט אונטער וועט ער הייסן אן אויסגעשפילטער. און אזוי דרייט זיך א וועלט וואס מ'מאכט משוגע דעם עולם.
די רבנים אליין שפירען זיך פארלוירן נאכ'ן חתמענען, נישט וויסענדיג וואסערע שאדן דאס וועט זיי ברענגען.
איך האב איבערגעליינט יעדעס ווארט און אלעס איז ליידער 10000000000$ אמת ויציב
ליידער
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
שמעקעדיג האט געשריבן:נאר,,פרייליך האט געשריבן:ביטע געב איבער אין אישי, ווי צו אינוועסטן א איבריגע עשרת אלפים ככר.
WOW
דו ביסט פון די נגידים ביי מוהר"א!
איך בין כמעט זיכער (99.9%) איך ווייס ווער דו ביסט... נאר משום גילוי וועל איך נישט זאגן
כ'על פרעגן אליהו צי מיין געסס איז ריכטיג.......
שמעקעדיג: ווען ער איז פון די נגידים ביי מהר"א שטייט ער אין בלאט מיט זיין פיקטשער ברוב פארו והדרתו ווי ער סיינט אויף א פאר מעלאנעס.