קארגשאפט צו לייקן?
- ידען
- חבר ותיק
- הודעות: 3158
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 9:27 pm
- האט שוין געלייקט: 2648 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 893 מאל
קארגשאפט צו לייקן?
איך קיק אלעמאל אין די זייט פון די ניקס און אסאך מאל זעהט מען אז סע דא וואס האבן מער לייקס ווי זיי אליינס לייקן אנדערע און איך ווינדער מיך וואס דעיס מיינט.
כאב שוין געהערט און געזעהן מענטשן וואס האבן א קארגשאפט צו געבן געלט אדער זאכן פאר אנדערע ווייל אפשר האט מען מורא אז מע וועט נישט האבן געהוג אדער ווען אפי׳ א עושר וואס האט מער געלט ווי ער זאל קענען אויסגעבען זיין גאנצע לעבן אבער קען נישט אוועקגעבן פאר אנדערע ווייל ער פילט אז ער געט עפעס אוועק פון זיין אייגענע לעבן וואס ער האט נעבעך אפגעארבעט אזוי שווער צו עס מאכן און פארדינען , אבער געוואלד לייקס האט דאך יעדער מער ווי גענוג, פארוואס זאל זיין ניקס וואס האבן געגעבן א פאר single digit לייקס און האבן שוין הונדרעט און מער באקומענע לייקס?

פאר גוגל טאק און פאר לייגען אשכולות ענאנימעסלי
yedios1 @ gmail.com
yedios1 @ gmail.com
- ידען
- חבר ותיק
- הודעות: 3158
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 9:27 pm
- האט שוין געלייקט: 2648 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 893 מאל
דבילה האט געשריבן:יעצט האבעך שוין מורא דיר צו לייקן!!! געוואלד! שטעל דיר פאר אז יעדער וואס ליינט דיין תגובה 'עט דיר לייקן, 'עסט דאך זיין אין דעם זעלבן פראבלעם!!!
אבער דאך, נאדיר א לייק!!!
Lol
איך טייל גענוג און נאך. איך האב דאך endless לייקס ביי מיר און איך מאך זיכער צו געבן סאך מער וויפיל איך באקום.
איך מיין איך האב ערגעץ געשריבן (אדער געלייענט?) אז איך גגעב נישט קיין לייק פאר איינעם וואס האט מער לייקס ווי ער געט פאר אנדערע.

פאר גוגל טאק און פאר לייגען אשכולות ענאנימעסלי
yedios1 @ gmail.com
yedios1 @ gmail.com
- שמואל הלוי
- חבר ותיק
- הודעות: 4393
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:39 pm
- געפינט זיך: צווישן דא און דארט
- האט שוין געלייקט: 624 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1456 מאל
ידען האט געשריבן:דבילה האט געשריבן:יעצט האבעך שוין מורא דיר צו לייקן!!! געוואלד! שטעל דיר פאר אז יעדער וואס ליינט דיין תגובה 'עט דיר לייקן, 'עסט דאך זיין אין דעם זעלבן פראבלעם!!!
אבער דאך, נאדיר א לייק!!!
Lol
איך טייל גענוג און נאך. איך האב דאך endless לייקס ביי מיר און איך מאך זיכער צו געבן סאך מער וויפיל איך באקום.
איך מיין איך האב ערגעץ געשריבן (אדער געלייענט?) אז איך גגעב נישט קיין לייק פאר איינעם וואס האט מער לייקס ווי ער געט פאר אנדערע.אויסער דעם געב איך אין גרויסן.
ביסט נישט אינגאנצן גערעכט מיט דיין שטעלונג, ווייל לייקן קען מען נאר איינמאל, דאגעגן באקומען לייקס קען מען אפילו 1000 פער תגובה (נאר א משל), אלזא דאס וואס איך האב מער לייקס איז נישט ווייל איך קארג מיט לייקן, אדרבה ואדרבה איך טייל ביד רחבה, נאר דאס וואס איך האב מער באקומענע לייקס איז ווייל אסאך תגובות פארמאגן מער ווי איין לייק און אפילו מער ווי צוויי, איך האף אז דו פארשטייסט.
- ידען
- חבר ותיק
- הודעות: 3158
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 9:27 pm
- האט שוין געלייקט: 2648 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 893 מאל
חלילה לי מעשות כדבר הזה צו לייקן אין די וועלט אריין, דעמאלס וועל איך אויסזעהן ווי דער ניק וואס איז דא איינמאל אויפגעשטאנען און גענעמען לייקן אז מע איז ממש משוגע געווארן. לייקס דארף זיין נאר ווען מע האט הנאה פון א תגובה, אבער וואס איך מיין אז סע דא גענוג גוטע זאכן וואס מע קען לייקן.
געמיינט האב איך זיכער נישט אזעלעכע ווי שמואל הלוי וואס קארגט בכלל נישט ווי מע זעהט אז ער האט געגעבן איבער 300 לייקס. איך האב געמיינט די וואס האבן ממש א פאר לייקס געגעבן און זעכער האבן זיי שוין מער הנאה געהאט פון לייענען און מיט דעם אלעם איז זיי זייער זייער שווער צו ריקן די מייזעלע און אראפקוועטשען די לייק הענטעלע.
געמיינט האב איך זיכער נישט אזעלעכע ווי שמואל הלוי וואס קארגט בכלל נישט ווי מע זעהט אז ער האט געגעבן איבער 300 לייקס. איך האב געמיינט די וואס האבן ממש א פאר לייקס געגעבן און זעכער האבן זיי שוין מער הנאה געהאט פון לייענען און מיט דעם אלעם איז זיי זייער זייער שווער צו ריקן די מייזעלע און אראפקוועטשען די לייק הענטעלע.
פאר גוגל טאק און פאר לייגען אשכולות ענאנימעסלי
yedios1 @ gmail.com
yedios1 @ gmail.com
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 6957
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
- האט שוין געלייקט: 4586 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל
ידען, נישט יעדער קומט דא באוואפענט מיט מייזלעך, אסאך מאל בין איך דא מקיים דעם ובלכתך בדרך און מיין אפערא מיני האט נישט דעם לייק אפציע. איז טאמער איז עס עפעס אויסערגעוויינליך גוט וועל איך נעמען די מיה און קאפיען און פעיסטען די לינק אין די סטאק בראוזער און לייקען דארט, אדער פראבירן צו געדענקען ווען איך באזעץ מיר אויפן קאמפיוטער פאטעל, אבער פאר א הודעה וואס איז סתם אזוי גוט איז נישט שייך זיך צו באמיען. איך האף איר נעמט עס נישט פראזענליך.
- ידען
- חבר ותיק
- הודעות: 3158
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 9:27 pm
- האט שוין געלייקט: 2648 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 893 מאל
אה דעס איז שוין א אנדערע מעשה. פארוואס טאקע קעמען נישט לייקן ביי אפערע? אפשר דארף מען עפעס טוישן?
איך נעם עס נישט פערזענליך. איך מיין בעיקר אנדערע שרייבער וואס אסאך מאל זעה איך אז יענער האט זיך גוט אנגעשטרענגט און געשריבן גוטע זאכן און קיינער קימערט זיך נישט צו לייקן (חוץ איך...)
איך נעם עס נישט פערזענליך. איך מיין בעיקר אנדערע שרייבער וואס אסאך מאל זעה איך אז יענער האט זיך גוט אנגעשטרענגט און געשריבן גוטע זאכן און קיינער קימערט זיך נישט צו לייקן (חוץ איך...)
פאר גוגל טאק און פאר לייגען אשכולות ענאנימעסלי
yedios1 @ gmail.com
yedios1 @ gmail.com
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 6957
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
- האט שוין געלייקט: 4586 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל
איך האב טאקע געוואלט מעורר זיין א נקודה, אסאך מאל זעט מען איינער לייגט ארויף א פיינע אשכול\תגובה, א זאפטיגס, און דער עולם הייבט אן צו לייקען, אלס זייער פיין און וואויל, אבער אמאל בימים כתיקונם, ווען וועלט איז געווען וועלט, ווען איינער האט ליב געהאט א תגובה האט מען געברויכט זיך אנשטרענגען און שרייבען א תגובה, און אז מ'האט שוין געהאלטן די פעדער אין די הענט האט מען שוין צוגעלייגט א הערה'לע, א קריטיק, א סתירה, אבי עפעס, אבער ס'האט זיך געפלאכטן א שמועס דערפון, היינטיגע צייטן איז דאך אכשר דרא, ווען ס'געפעלט עפעס רוקט מען דעם מייזל ארויפציר אביסל לינקס און מ'קוועטשט ארויס א לייק און דאס איז עס, יצא ידי חובתו, קען אמאל זיין א באמבע פון א תגובה, ס'שורה'ט זיך אויס א ליסטע פון צען צוועלעף לייקס און דא ענדיגט זיך די מעשה, דעד ענד. און סאיז א גרויסער שאד.
אלזא וואלט איך געוואלט בעטן דעם עולם, אנשטאט אמר ויבא ארבה "וילק" ואין מספר, זייט מקיים פתח צור ויזובו מים און לאזט אייך הערן.
אויב שטימט איר צי צו וואס איך זאג, אנשטאט צו לייקען שרייבט א תגובה, און טאמער שטימט איר נישט צו, דאן שרייבט אויך.

- DotCom
- ידיד ותיק
- הודעות: 631
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 10:51 pm
- געפינט זיך: בין פיתום לרעמסס
- האט שוין געלייקט: 299 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 573 מאל
איך גלייך דאס לייק'ן ווייל דעס פארמיידט פעידזשעס מיט פעידזשעס פון זינלאזע תגובות, אז איינער האט עפעס זאכליך צוצולייגן זאל ער שרייבן, סתם רעדן לשם רעדן איז דאך דא די פינעף ווערטער אשכולות פארדעם, למשל אין היידפארק אדער אייוועלט קענסטו אסאך מאל מישן 5 פעידזשעס ווילאנג איינער רעדט צום זאך, און אזוי אויך ווערט עס פארשלונגען ווי פרעה'ס קוען צווישן אלע טראללער'ס און קאמפלימענטס וכדו'.
כאב דיר אבער נאכאלס געלייקט יעצט צוליב דיין זאפטיגע קאטשעניאו שפראך.
כאב דיר אבער נאכאלס געלייקט יעצט צוליב דיין זאפטיגע קאטשעניאו שפראך.
לול'ן לול'ט ווער ס'לול'ט דער לעצטער (-י.ל.)
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 6957
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
- האט שוין געלייקט: 4586 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל
DotCom האט געשריבן:איך גלייך דאס לייק'ן ווייל דעס פארמיידט פעידזשעס מיט פעידזשעס פון זינלאזע תגובות, אז איינער האט עפעס זאכליך צוצולייגן זאל ער שרייבן, סתם רעדן לשם רעדן איז דאך דא די פינעף ווערטער אשכולות פארדעם, למשל אין היידפארק אדער אייוועלט קענסטו אסאך מאל מישן 5 פעידזשעס ווילאנג איינער רעדט צום זאך, און אזוי אויך ווערט עס פארשלונגען ווי פרעה'ס קוען צווישן אלע טראללער'ס און קאמפלימענטס וכדו'.
כאב דיר אבער נאכאלס געלייקט יעצט צוליב דיין זאפטיגע קאטשעניאו שפראך.
פארשטייט זיך כ'נישט געמיינט אז מ'זאל לייגען א תגובה פון צוויי ווערטער, נאר אנשטאט די אשכול זאל זיין א דומם וואן וועי טרעפיק, זאל עס זיין א חי - מדבר טו וועי סטריט.
און ס'האט מיר גענומען א מנוט צו כאפן ווי קאטשעניו קומט אריין די, אה, געפילטע פיש, אשפג...
- שמואל הלוי
- חבר ותיק
- הודעות: 4393
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:39 pm
- געפינט זיך: צווישן דא און דארט
- האט שוין געלייקט: 624 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1456 מאל
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 136
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 02, 2012 8:49 am
- האט שוין געלייקט: 78 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 291 מאל
איך האלט אויך אז די לייק קנעפל איז נישט קיין טובה, וויבאלד ס'פארמינערט די צאל תגובות! מ'וואלט אסאך מער געשריבן ווען נישט די לייק. אזוי פטר'ט מען זיך מיט א לייק. כ'זאג נישט! בעסער ווי גארנישט איז עס זיכער. אבער ויש לדון בזה, וואס ס'איז געשמאקער פאר א מענטש צו זען? פיר פינף געשריבענע תגובות? אדער זיבן אכט לייקס, ווען ס'קען אפ' זיין אז קיינער פון די לייקער'ס האט נישט געלייענט די הודעה. אנדערש איז אבער ווען ס'נישטא קיין לייק קנעפל . ווייל אויב האט שוין א מענטש אפגעמאכט ביי זיך צו רעאגירן מיט א תגובה דערויף, וועט ער עס שוין לייענען. נאך מער...אז ער שרייבט א תגובה, מוז זיין אז ער האט הנאה געהאט דערפון, און דאס קען נאר זיין אויב האט ער עס געלייענט.
דאקעגן 'לייקן' נעמט נישט מער ווי א רגע.
דאקעגן 'לייקן' נעמט נישט מער ווי א רגע.
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 442
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מערץ 10, 2012 9:21 pm
- האט שוין געלייקט: 493 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 176 מאל
פעדער האט געשריבן:איך האלט אויך אז די לייק קנעפל איז נישט קיין טובה, וויבאלד ס'פארמינערט די צאל תגובות! מ'וואלט אסאך מער געשריבן ווען נישט די לייק. אזוי פטר'ט מען זיך מיט א לייק. כ'זאג נישט! בעסער ווי גארנישט איז עס זיכער. אבער ויש לדון בזה, וואס ס'איז געשמאקער פאר א מענטש צו זען? פיר פינף געשריבענע תגובות? אדער זיבן אכט לייקס, ווען ס'קען אפ' זיין אז קיינער פון די לייקער'ס האט נישט געלייענט די הודעה. אנדערש איז אבער ווען ס'נישטא קיין לייק קנעפל . ווייל אויב האט שוין א מענטש אפגעמאכט ביי זיך צו רעאגירן מיט א תגובה דערויף, וועט ער עס שוין לייענען. נאך מער...אז ער שרייבט א תגובה, מוז זיין אז ער האט הנאה געהאט דערפון, און דאס קען נאר זיין אויב האט ער עס געלייענט.
דאקעגן 'לייקן' נעמט נישט מער ווי א רגע.
קען זיין, דאס איז די סיבה פארוואס אייוועלט האט נישט א לייק קענפל, ווייל האלב פון די תגובות דארט, באשטייט פון אויס רימען איינעם דעם צווייטען.
שכוח נאכמאל, פאר די גרינדער פון קאווע שטיבל, פאר די לייק קענפל.
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 136
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 02, 2012 8:49 am
- האט שוין געלייקט: 78 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 291 מאל
און די אנדערע האלב איז צען מאל מער ווי די היזיגע ביידע חלקים צוזאמען. קאפשטיק איינער!!
איז בא וראה וועסטו זען אז ווי מער פון די העלפט וואס רימט אויס, אלץ מער גאזעלין געט דאס פאר די דאזיגע וואס טוען אינעם אינדערן חלק.
נאך אלעם באשטייט א פארום, פון שרייבער און לייענער, יעצט די שרייבער שרייבן , און די לייענער באדאנקן זיך. איך רעד נישט פאר מיר! איך רעד פון פאקטן וואס איך זע ביי אנדערע!
און יא! נישט קען זיין דאס איז די סיבה... נאר דאס איז טאקע די סיבה פ"וו אייוועלט פארמאגט נישט קיין לייק קנעפל. וואס מיינסטו? זייט בריאת העולם זענען נאכנישט געווען אזעלכע חכמים וואס האבן געקענט אויפקומען מיט דעם?!
איז בא וראה וועסטו זען אז ווי מער פון די העלפט וואס רימט אויס, אלץ מער גאזעלין געט דאס פאר די דאזיגע וואס טוען אינעם אינדערן חלק.
נאך אלעם באשטייט א פארום, פון שרייבער און לייענער, יעצט די שרייבער שרייבן , און די לייענער באדאנקן זיך. איך רעד נישט פאר מיר! איך רעד פון פאקטן וואס איך זע ביי אנדערע!
און יא! נישט קען זיין דאס איז די סיבה... נאר דאס איז טאקע די סיבה פ"וו אייוועלט פארמאגט נישט קיין לייק קנעפל. וואס מיינסטו? זייט בריאת העולם זענען נאכנישט געווען אזעלכע חכמים וואס האבן געקענט אויפקומען מיט דעם?!
- DotCom
- ידיד ותיק
- הודעות: 631
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 10:51 pm
- געפינט זיך: בין פיתום לרעמסס
- האט שוין געלייקט: 299 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 573 מאל
פעדער האט געשריבן:און די אנדערע האלב איז צען מאל מער ווי די היזיגע ביידע חלקים צוזאמען. קאפשטיק איינער!!
איז בא וראה וועסטו זען אז ווי מער פון די העלפט וואס רימט אויס, אלץ מער גאזעלין געט דאס פאר די דאזיגע וואס טוען אינעם אינדערן חלק.
נאך אלעם באשטייט א פארום, פון שרייבער און לייענער, יעצט די שרייבער שרייבן , און די לייענער באדאנקן זיך. איך רעד נישט פאר מיר! איך רעד פון פאקטן וואס איך זע ביי אנדערע!
און יא! נישט קען זיין דאס איז די סיבה... נאר דאס איז טאקע די סיבה פ"וו אייוועלט פארמאגט נישט קיין לייק קנעפל. וואס מיינסטו? זייט בריאת העולם זענען נאכנישט געווען אזעלכע חכמים וואס האבן געקענט אויפקומען מיט דעם?!
אייוועלט איז 95 פראצענט קאמפלימענטס און סתם פלאטשקערייען, כדי צו אנקומען צו א זאכליכע קאמענט וואס קען נוגע זיין דעם תוכן פונעם אשכול ברויך מען צומישן גאנצעטע בלעטער, און ס'איז נאטינג ראנג, זיי האבן עס אויסגעשטעלט אויף אזא וועג און זיי ברויכן זיך האלטן צו זייערע פרינציפן, אבער נישט יעדער מוז דאס ליב האבן, פאר אסאך שרייבער'ס איז א לייק איבער גענוג אויף ווייטערצוגיין, יעדער געשריבענער איבעריגער תגובה נעמט אוועק דאס געדולד פון די ליינער'ס.
א זאכליכער תגובה מיינט אדער אז ס'איז מוסיף אדער גורע עפעס צום עצם ענין, די איבעריגע איז ספעם.
לול'ן לול'ט ווער ס'לול'ט דער לעצטער (-י.ל.)
- זר זהב
- חבר ותיק
- הודעות: 9465
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
- האט שוין געלייקט: 3508 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל
פעדער האט געשריבן:און די אנדערע האלב איז צען מאל מער ווי די היזיגע ביידע חלקים צוזאמען. קאפשטיק איינער!!
איז בא וראה וועסטו זען אז ווי מער פון די העלפט וואס רימט אויס, אלץ מער גאזעלין געט דאס פאר די דאזיגע וואס טוען אינעם אינדערן חלק.
נאך אלעם באשטייט א פארום, פון שרייבער און לייענער, יעצט די שרייבער שרייבן , און די לייענער באדאנקן זיך. איך רעד נישט פאר מיר! איך רעד פון פאקטן וואס איך זע ביי אנדערע!
און יא! נישט קען זיין דאס איז די סיבה... נאר דאס איז טאקע די סיבה פ"וו אייוועלט פארמאגט נישט קיין לייק קנעפל. וואס מיינסטו? זייט בריאת העולם זענען נאכנישט געווען אזעלכע חכמים וואס האבן געקענט אויפקומען מיט דעם?!
אייוועלט האט זיך טאקע זיינע רולס... אויב וועסטע קוקן גוט וועסטע זעהן אז ס'דא בלויז געציילטע ניקים דארט (פון די סעלפ פראקלאמירטע גוט-שרייבערס) וואס פאר יעדע תגובה וואס זיי שרייבן דארט נעמט זיך האלב איי וועלט צוזאם און איז זיך משתחווה וכורע פאר זיי און קאמפלימענטירט זיי ווי גוט זיי זענען.
אן עקל.
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט