העתקה פראיעקט: פריש-אנטדעקטע רעקארדירונג פון הרה"ק מסאטמאר

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
העתקה
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 2
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 15, 2014 3:56 pm
האט שוין באקומען לייקס: 8 מאל

העתקה פראיעקט: פריש-אנטדעקטע רעקארדירונג פון הרה"ק מסאטמאר

שליחה דורך העתקה »

טראצדעם וואס עס איז שוין פארריבער נאנט צו 35 יאר זינט דער סאטמארער רבי זצוק"ל איז נסתלק געווארן בשנת תשל"ט, האט דער דורשט נאך יעדער פרישער זאך וואס איז נוגע דעם גרויסן און הייליגן פערזענליכקייט נאך בכלל נישט נאכגעלאזט. יעדער דבר חידוש פון דעם סאטמארער רבי'ן ווערט באלד אויפגענומען מיט גרויס פרייד ביי די צענדליגער טויזנטער וועלכע געהערן צו די חסידות'ן וועלכע ציילן זיך צווישן די תלמידים פון דעם סאטמארער רבי'ן, און ווערן צעכאפט פון די געשעפטן.

א ידיעה איבער א נייע "תורה", א נייע מעשה, א בילד אדער א ווידעא, ווערט גלייך צעשפרייט ווי א ווילדן פייער, און ברענגט השתוקקות ביי אלע וועלכע ציילן זיך צווישן חסידים און מעריצים פון דעם סאטמארער רבי'ן.

איש בשורה אנוכי היום צו ברענגען פאר'ן ציבור א פריש-אנטדעקטע רעקארדירונג פון דעם סאטמארער רבי'ן, פון דער תקופה פון דער זעקס-טאג מלחמה. דאס איז אפגעכאפט געווארן ביים רבי'ן אין שטוב, און איז א שמועס צווישן דעם רבי'ן און זיינע נאנטע ראטגעבער און שטוב-מענטשן, הרב נתן יוסף מייזעלס, ר' הערץ פרענקל און ר' סענדער דייטש, איבער ענינים שעמדו על הפרק, הויפטזעכליך ציונות און גדולי ישראל וועלכע זענען יא אדער נישט מיטגעשטאנען מיט דעם סאטמארער רבי'נס שיטות.

נישט יעדער איז געוואוינט צו דעם סאטמארער רבינ'ס אויסשפראך און אקצענט, און דעריבער איז שווער צו פארשטיין גענוי וואס ער זאגט. אזוי אויך דארף מען זיין בקי צו דערקענען די קולות פון די שטוב מענטשן. וויל איך דעריבער בעטן דעם חשוב'ן ציבור וואס זענען באקאנט מיט די קאסעטעס פון דעם סאטמארער רבי'ן, צוזאמען צו דעשיפרירן און מעתיק זיין די גאנצע רעקארדירונג.

איך וועל בע"ה ארויפשטעלן איין קורצע שטיקל אויפאמאל, און ווי נאר עס וועט זיין א פולקאמע העתקה דערפון, וועל איך ארויפשטעלן דעם נעקסטן שטיקל – ביז די גאנצע רעקארדירונג וועט קלאר אראפגעשריבן ווערן.

דאס וועט בע"ה זיין א הערליכער פראיעקט ווי די חשוב'ע חברים וועלן צוביסלעך צוזאמען אויפדעקן א פרישן גרויסן חידוש פון דעם סאטמארער רבי'ן זצוק"ל.

וואס זאגט דער עולם צום פלאן?

דער אשכול פארמאגט 19 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר