חזקיהו המלך האט געשריבן:ער רעדט נאר יענעם איין ? אדער ער רעדט זיך אליינס אויך איין ?, ער מאכט זיך אזוי תמימות'דיג...... א בארג פין בלאף,
ער רעדט דארט פין מסירות נפש, כ'ווינדער מיר צי אוועק נעמען די אייגענע זוהן'ס קינדער איז אויך מסירות נפש ????? קען זיין ער טייטשט אויס מסירות נפש אז ער דארף מוסר זיין יענעם'ס נפש ......
א, יא?
ער האט "אוועק גענומען" די אייגענע זוהן'ס קינדער?
איז עס נישט גאר דער אייגענע זוהן, וואס האט דעסיידעד צו אוועק גיין?
איז עס נישט גאר דער זעלבער "אייגענע זוהן" וואס האט געשלאגן מכות רצח און געוואלט צוואונגען זיין ווייב גיין מיט אים?
הרב העלבראנץ, אזוי אויך יעדער אנדערער נארמאלער צוויליזירטער מענטש, האט נישט געזען קיין מעגליכקייט צו ניצן פארס און אומענטשליכע מעטאדן צו צווינגען א מענטש צו גיין אנטקעגן זיין ווילן. אזוי אז די קינדער האבן געבליבן ביי די מאמע.
עס איז געווען א דין תורה ביים דזשיבויער וואו ער האט אויך נישט געזען קיין מעגליכקייט צו צוואונגען א נברא אנטקענגן זיין ווילן, נישט אריין אין לב טהור און אויך נישט ארויס. (יא! מ'קען נישט צווינגען גארנישט).
אבער דער "אייגענע זוהן" (ל"ע) האט שוין געטראפן זיינע חברים, די פראנצויזישע גוים האבן מיט געוואלדיגע אכזריות גענומען די קינדער און געלייגט ביי א "אידישע" סאשיל ווארקער אין מאנטרעאל, די קינדער בלוטיגן נאך זייער מאמע. אבער וויבאלד דער "אייגענער זוהן" איז געווארן א בייזוויליגע מסור, שטייען זיי צו זיין זייט, און טעראריזירן די נעבעכדיגע מאמע על לא עוול בכפה.
יא, הרב העלבראנץ מיט זיינע מענטשן האבן געמאכט מסירות נפש אזוי ווי גולי ספרד, זיי זענען די אמת'ע גלות יידן, ויהי חלקנו עמהם (איך רעכן אריין ביי די ברכה נאר ווער ס'וויל, ווער ס'וויל נישט דארף מען נישט, איך צוואנג נישט!)