די צוויי קול קורא'ס פאר די צניעות אסיפה

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
שיטה מקובצת
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 574
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 10, 2012 9:03 am
האט שוין געלייקט: 519 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1480 מאל

די צוויי קול קורא'ס פאר די צניעות אסיפה

שליחה דורך שיטה מקובצת »

עס טוט אן איבערקערעניש! יעדער איז פארנומען מיט די גרויסארטיגע צניעות איווענט וואס גייט פארקומען דעם דאנערשטאג און בארא פארק. דא אין קאווע שטיבל האבן זיך געעפענט א רייע אשכולות וואס טוען דורך די נושא פון אלע צדדים – די געזעלשאפט און תורה.

א טייל פון די לעצטיגע אשכולות אויף דעם ענין:
צניעות צניעות צניעות צניעות!!!!
שוין מיר זענען ווייטער שילדיג, אסיפה רבנים צניעות
מקור לצניעות מן התורה מנין
ווער שטייט אונטער די צניעות אסיפה?
צניעות'ס קוואטער
די צניעות-אידעאלאגיע פון הרב פסח אליהו פאַלק

די סיבה פארוואס דער עולם איז אזוי אויף דערמיט איז פשוט. מ'קוקט זיך אום, מ'זעהט אין וואספארא שפל המצב אונזער דור געפינט זיך צוליב די מידות מושחתות פון די רבנים, און מ'עפענט די אויגן גאר ברייט אין א פארוואונדערטע מינע "צניעות?! דאס איז די אישו?!"

אין די צייט וואס רבנים הרג'ענען זיך ארום איינער מיט'ן צווייטען. ס'טוט זיך גניבות פון אידן פון אידן, און אידן פון גוים, די גאסן זענען יעדן טאג באווארפן מיט פאשקעווילן אפילו קעגן גדולים און ת"ח אויב זיי גייען נישט אין שפאן פון די יושבי חושך, הלבנת פנים און רשעות איז מעשים בכל יום.

דאס אלעס אין די זעלבע צייט וואס צניעות איז היינט אויף א שטאפל וואס איז מסתמא נישט געוועהן פאר הונדערטער יארן. פשוט'ע אידן זענען מדקדק בקלה כבחמורה, זיי זענען קובע עיתים לתורה, זענען עוסק אין חסד און צדקה – אלעס אויף א פארנעם וואס היסטאריע האט קיינמאל נישט געזעהן. אבער אז די רבנים רעדן זיך איין אז ס'איז דא צרות (א זאך וואס איז נישט אמת) הענגען זיי עס אן אין די פשוט'ע בעלי בתים, און בעיקר אין די פרויען.

וואס דארף מען מער. די רבנים קומען זיך צוזאם, מ'איז מחליט אז דער מצב פון צניעות טויג נישט, און מ'פאררופט א גרויסארטיגע אסיפה. באותו מעמד ובאותו זמן, ווען די רבנים ווילן טרעפן די סיבה פארוואס ס'איז דא צרות, זענען זיי נישט מסכים אונטערצושרייבן אויף איין צעטל צוליב כל מיני פאליטישע חשבונות פון מחלוקת און שנאת חינם.

זענען די גרויסע קארפן קעפ וואס מאכן די אסיפה אויפגעקומען מיט דעם גאונישן געדאנק צו מאכן צוויי קול קורא'ס. ביידע האבן ממש דעם זעלבן נוסח, (נאר די אויסשטעל איז אביסל ארומגעטוישט אז מ'זאל נישט כאפן), אבער די חתימות זענען צוטיילט אזוי אז יעדער וואס וויל נישט חתמ'ענען מיט א צווייטן זאל זיך געפינען אויף א אנדערע קול קורא!

ווען איז אין די היסטאריע פון קול קורא'ס שוין געוועהן אזא זאך?! ווען אין די היסטאריע זענען רבנים געוועהן אזוי פארנומען מיט טריצן און שלעגערייען אז מ'האט זיי נישט געקענט ברענגען אונטערצושרייבן אויף א צעטל פאר תשובה ותיקון מעשים??

עס איז ממש צו שטוינען וואס דא גייט פאר. ס'איז שוין א מצב וואס מ'דארף נישט הערן סודות פון חדר צו וויסן וואס גייט פאר ביי אונזערע פירערס. די שמוץ און רשעות שפילט זיך אפ ברבים – יעדער זעהט דאס, און ס'איז בכלל נישט קיין סוד. אין די צייט וואס רבנים שעמען זיך נישט צו באשולדיגן ערליכע פרויען אז זענען נישט צניעות'דיג זענען זיי ווייטער פארנומען זיך ארומ'הרג'ענען!

עיוורים פקחו עיניכם! נאר אויב מ'איז א יושב חושך העלפט נישט עפענען די אויגן. אין די פינסטערניש קען מען מיט אפענע אויגן אויך נישט זעהן.
בייגעלייגטע פיילס
kk2.JPG
kk2.JPG (67 KiB) געזען געווארן 2717 מאל
kk1.JPG
kk1.JPG (58.8 KiB) געזען געווארן 2717 מאל
דו גלייבסט אין דיינע עלטערן, וועגן דעם גלייבסטו אין באשעפער.
איך גלייב אין באשעפער, וועגן דעם גלייב איך מיינע עלטערן.

--שיטה מקובצת

דער אשכול פארמאגט 73 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר