זענען ראדיקאלן ראדיקאל?!

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
באניצער אוואטאר
אפטעמיסט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2352
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
געפינט זיך: אין מאחורי
האט שוין געלייקט: 2515 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3142 מאל

זענען ראדיקאלן ראדיקאל?!

שליחה דורך אפטעמיסט »

רייכערען ציגערעטלך וואלט לכאורה געברויכט זיין א נושא וואו אלע זענען איינשטימאונג אז דאס איז נישט געזונט, אזוי באשטעטיגן אלע דאקטורים. אבער ניין, איר העט כאפן א שמועס מיט אן אינגערמאן איבער דעם נושא, האט איר גרויסע שאנסן צו הערן אז יענער האלט גאר אז עס געט צו צום געזונט. אזוי זענען מיר אידן, יעדע טאפיק מאכט זיכער צו קריגען דאבעל דיזשיט מיינונגען. וואו גייט דאס אלט פאלקס ווארט " צוויי אידן שמוסען, איז דא דריי מיינונגען".
דערפאר איז נישט קיין פלא אז אין די חרידישע סאסייעטי איז דא אזוי פיל חילוקי דעות וואו דער שרייט יענער איז סתם א זשיהד, און דער אנדערער שרייט אז יענער איז א בלויזער קל. אודה ולא אבוש, איך בין אויך געווענטליך קעגן די אלע פארזויערטע עקסטרעמיסטן, אבער א שטיקל חשבון הנפש שטעלט א פראגע, מאן ייאמר ביסט גערעכט? סאיז דאך דא 70 פנים לתורה, אפשר איז עקסטרימיזם אויך אן אפציע?!
דעת תורה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2147
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
האט שוין געלייקט: 5895 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל

שליחה דורך דעת תורה »

עקסטרעמיזם איז די איינציגסטע אפציע, דאס הייסט זיך האלטן מיטן אמת עד הסוף. פראגמאטיזם איז נאר בא לעולם מחמת כורח המציאות. מאידך גיסא, דאס מין עקסטרעמיזם נישט צו קענען מבחין זיין בין יום ללילה ובין בין השמשות ללילה, איז סתם א חיסרון בקיאות, נישט קיין שיטה בכלל.
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
גורן האט''ד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 55
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 01, 2013 5:51 pm
האט שוין געלייקט: 58 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 61 מאל

שליחה דורך גורן האט''ד »

וויבאלד אז ווער עס איז מיליאן פראצענט פארזיכערט אין וואס ער האלט און אז ער מיינט ערנסט איז אדער א טיפש אדער א רשע, איז די איינציגסטע לאגישער אויסוואל פאר וועם עס אינטרעסירט דעם אמת צו גיין מיט פראגמאטיזם און ליבערעליזם. עקסטרעמיזם וואלט געווען אן אפציע ווען עס וואלט געווען בעולם הזה זיכערקייט אויף טויזנט פראצענט.
בשםואין
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 53
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 19, 2013 3:17 pm
האט שוין געלייקט: 8 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 71 מאל

שליחה דורך בשםואין »

ס׳איז אוממעגליך פאר נארמאלער מענטש צו זיין ראדיקאל, ער קען נאר זיין ראדיקאל נאר טאמער ער ריקט אראפ דעם סוויטש און לעשט אויס זיין טראכטן און זיינע געפילן.

די גרעסטע מיינונגס פארשידענהייטן וואס א מענטש האט איז נישט צווישען זיך און אן אנדערן, ס׳איז מיט זיך זעלבסט, א מענטש האלט זיך אין איין איוואלווען, ער ווערט באאיינפלוסט פון וואס ער זעהט און הערט, איין טאג האלט ער יא פון עירוב איין טאג נישט, איין טאג אקעגן טויט שטראף און איין טאג נישט, ער וועט אבער נישט ארויסקומען אין פובליק זאגן אז ער האט געטוישט זיין מיינד ווייל ער האט מורא אז מ׳וועט אים באטיטלען היפאקריט, און דאס צווינגט מענטשן צו בלייבן ביי זייער ערשטע מיינונג.
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3833
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 3807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל

שליחה דורך נולד מאוחר »

כהאב אמאל געפרעגט מיין רב די שאלה. זיין ענטפער איז געווען, הדבק במידותיו מה הוא האט באשאפען הונדרעטער אנדרע פעלקער מיט פארשידענע גלייבונגען אפי סאיז קעגען תורת משה. נישט נאר דאס נאר ער געבט זיי נאך מכל טוב. אף אתה אפי' בוסט זיכער מיט דיין מיינונג לאז דעם צווייטען לעבן, און זיי עם מכבד. מער זיכער ווי גאט בוסטו דאך נישט .
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

אפפ טאפיק אלערט: די סיבה פארוואס אזעלכע גרויסע פראצענטן קענען זאגן זאכן ווי אז רייכערען איז געזונט, קוק אן ר' אלטער זאטער, גערייכערט ביז די דריי און ניינציג און געזונט ווי אן אקס, די גאנצע קאמפיין איז א קאנספיראציע אז די גאווערמענט זאל קענען נעמען טעקסעס אויף ציגארעטלעך... און אזוי ביי אסאך אנדערע זאכן ווי קליימעט טשעינדזש, העלטה דיפארטמענט וכו' וכו', איז וויבאלד מיר וואקסן אויף מיט א ביטול צו סייענס, וואס פארשטייען זיי? דיינאסארס שמיינעסארס, ס'אלעס ציריבענע ביינער פון די מבול! טיפשים... און ממילא אז דאס איז פארט פון אונזער חינוך גייען אלע קאנספיראציע טעאריעס און אלטערנאטיווע היילונגס מיטלען האנט ביי האנט.
אביגדור
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1301
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 04, 2013 7:19 pm
האט שוין געלייקט: 1684 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1425 מאל

שליחה דורך אביגדור »

געפילטע פיש האט געשריבן:אפפ טאפיק אלערט: די סיבה פארוואס אזעלכע גרויסע פראצענטן קענען זאגן זאכן ווי אז רייכערען איז געזונט, קוק אן ר' אלטער זאטער, גערייכערט ביז די דריי און ניינציג און געזונט ווי אן אקס, די גאנצע קאמפיין איז א קאנספיראציע אז די גאווערמענט זאל קענען נעמען טעקסעס אויף ציגארעטלעך... און אזוי ביי אסאך אנדערע זאכן ווי קליימעט טשעינדזש, העלטה דיפארטמענט וכו' וכו', איז וויבאלד מיר וואקסן אויף מיט א ביטול צו סייענס, וואס פארשטייען זיי? דיינאסארס שמיינעסארס, ס'אלעס ציריבענע ביינער פון די מבול! טיפשים... און ממילא אז דאס איז פארט פון אונזער חינוך גייען אלע קאנספיראציע טעאריעס און אלטערנאטיווע היילונגס מיטלען האנט ביי האנט.

איר מיינט אז חזקיהו וועט אייך פארשווייגן? :lol: :lol:
באניצער אוואטאר
אפטעמיסט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2352
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
געפינט זיך: אין מאחורי
האט שוין געלייקט: 2515 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3142 מאל

שליחה דורך אפטעמיסט »

זייט הרב עובדיה ז"ל איז אוועק האט מען באשולדיגט די קנאים מיטן זיין ראדיקאל, און אים אראפרייסן. אצינד זעה איך אז דער ניו יארק פואסט מאלט אראפ רבי עובדיה אלס ראסיסט און ראדיקאליסט. כבין שוין אינגאנצן צומישט, ווער איז טאקע דער פאנאטישער, דער קנאי? דער רעכטער? דער לינקער? דער אזוי גערופענע ליבראלע ניו יארק פאוסט? ווער פונקלעך איז דער ראדיקאלער?
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

דער פאוסט רייסט אים אראפ פאר זיין סטעיטמענט אז גוים זענען באשאפן געווארן צו סערווירן די אידן, דאס איז עפעס וואס אלע שיכטן אידן זענען מסכים מיט הרב יוסף זל.
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
משולם שטיינפעלד
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 975
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 05, 2012 5:48 pm
האט שוין געלייקט: 49 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 313 מאל

שליחה דורך משולם שטיינפעלד »

זר זהב האט געשריבן:דער פאוסט רייסט אים אראפ פאר זיין סטעיטמענט אז גוים זענען באשאפן געווארן צו סערווירן די אידן, דאס איז עפעס וואס אלע שיכטן אידן זענען מסכים מיט הרב יוסף זל.

פארהאן אידן וואס שרייבן דא אין שטיבל וואס האלטן נישט אזוי....
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3112
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6841 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל

שליחה דורך הוגה »

משולם שטיינפעלד האט געשריבן:
זר זהב האט געשריבן:דער פאוסט רייסט אים אראפ פאר זיין סטעיטמענט אז גוים זענען באשאפן געווארן צו סערווירן די אידן, דאס איז עפעס וואס אלע שיכטן אידן זענען מסכים מיט הרב יוסף זל.

פארהאן אידן וואס שרייבן דא אין שטיבל וואס האלטן נישט אזוי....


פארהאן גאנצע שיכטן פון כלל ישראל, און חכמי ישראל וואס האלטן נישט אזוי. עכ"פ כמעט א יעדע ערליכע איד האלט אז אזא סטעיטמענט מאכט מען נישט ברבים, און אודאי נישט אויף א שידור חי. די חשש "משום איבה" איז נישט קיין טווענטי טירטין אויסטרעף.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

וואס דארף מען מער אז די רומיים האבן נאכגעיאגט ר' שמעון בר יוחאי צוליב א ענליכע געשיכטע, און ער האט זיך געדארפט באהאלטן אין די מערה 13 יאר.... און רשב"י האט עס ניטעמאל געזאגט ברבים, נאר מען האט אים פשוט גע'מסור'ט פאר די רעגירונג...
וירח ה' את ריח הניחוח
דעת תורה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2147
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
האט שוין געלייקט: 5895 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל

שליחה דורך דעת תורה »

הוגה האט געשריבן:
משולם שטיינפעלד האט געשריבן:
זר זהב האט געשריבן:דער פאוסט רייסט אים אראפ פאר זיין סטעיטמענט אז גוים זענען באשאפן געווארן צו סערווירן די אידן, דאס איז עפעס וואס אלע שיכטן אידן זענען מסכים מיט הרב יוסף זל.

פארהאן אידן וואס שרייבן דא אין שטיבל וואס האלטן נישט אזוי....


פארהאן גאנצע שיכטן פון כלל ישראל, און חכמי ישראל וואס האלטן נישט אזוי.


נעבעך אויף די אלע שיכטן, וגם אתה בתוכם. עס קוקט אויס ווי פאר זייערע מאמענטאלע א.ג. מאדערנע מיינונגען, וואלטן זיי האלבוועגס מוותר געווען אויפן גאנצן אתה בחרתנו, אויף די גאנצע טובה וואס דער אייבישטער האט אונז געטון מיטן אויסוועלן אין אונז, אויף אלע ייעודי הנביאים, ווייל דאס גייט דאך אויפן חשבון פון "אלע מענטשן זענען גלייכע, שווארצע געלע און ווייסע"...

(און באלד וועלן נאך די גוים האבן די חוצפה צו זאגן אז אידן זענען סעלפיש! וועלכע נאך פאלק אין די וועלט וואלט גרייט געווען מוותר צו זיין אויף א טובה נצחית צוליב א אידעאל פון "גלייכהייט"? די דייטשן, וועלכע האבן עס אלע יארן געפרעדיגט, אבער ווען עס איז געקומען למעשה זיי זאלן האבן א שאנס צו האבן א טויזנט יעריגן רייך און "דויטשלאנד איבער אלעס", האבן זיי געגעבן א שטויס אינעם אידעאל ווי א גוי אין א סוכה? אדער די אמעריקאנער זאלן מוותר זיין - לבקשת פוטין - אויף זייער א.ג. יוניקנעסס? א בוידעם, נאר די אידן קענען דאס באווייזן).

וועלכע חכמי ישראל האלטן נישט אזוי? דאס איז דאך א בפירוש'ע פסוק ועמדו זרים ורעו צאנכם. מסתמא מיינסטו די חכמים וואס קריגן דארט אויפן פלאץ און האלטן אז אפילו די אידן זענען אויך נאר באשאפן געווארן לצורך די תלמידי חכמים (והכי נקטינן, פוק חזי מאי עמא דבר).
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

דעת תורה, איך מיין אז רובם ככולם דא זענען מודה דערצו, נאר מען וויל עס נישט ארויסשרייבן ברבים... וואס פעלט אונז אויס אז דער שמוציגער סייט הידוע לשמצה זאל מאכן נאך א סומאטוכע, אייוועלט האט אונז געלערנט א לעססאן... ווי אזוי האט מען אונז געלערנט: נישט אלעס וואס מען טראכט דארף מען אראפשרייבן, והצנע לכת עם ה' אלקיך.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

שמעקעדיג האט געשריבן:וואס דארף מען מער אז די רומיים האבן נאכגעיאגט ר' שמעון בר יוחאי צוליב א ענליכע געשיכטע, און ער האט זיך געדארפט באהאלטן אין די מערה 13 יאר.... און רשב"י האט עס ניטעמאל געזאגט ברבים, נאר מען האט אים פשוט גע'מסור'ט פאר די רעגירונג...

אולי בין איך נישט אינגאנצן גערעכט, סך הכל האט רשב"י געזאגט אז כל מה שתיקנו לא תיקנו אלא לצורך עצמן. ס'איז נישט דער זעלבער מכוון.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3112
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6841 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל

שליחה דורך הוגה »

[justify][tag]דעת תורה[/tag], עס איז זייער condescending די וועג ווי דו לייגסט ארויף שיטות און beliefs אויף מיר. דו קענסט מיר ניטאמאל. אדרבא, קום פארברענג מיט מיר א פרייטאג צונאכטס (כ'וועל קויפן התאחדות הכשר ספעציעל פאר דיר...) און דערנאך קענסטו אפשר רעדן בשמי.

בנוגע די פסוק אין ישעיה וואס דו ברענגסט אראפ, עס איז בכלל נישט קיין דיפענס פאר רבי עובדיה יוספ'ס סטעיטמענט. די פסוק רעדט זיך ביי ימות המשיח און נישט היינט, בתנאי אז ס'איז עושים רצונו של מקום, און אפילו דעמאלטס זאגט דערויף די גמרא אז הרבה עשו כן ולא עלתה בידם. אפילו ביי ימות המשיח שטייט דאכצעך נישט אין ערגעץ אז זייער איינציגסטע תפקיד אויף דער וועלט איז צו באדינען אידן. סך הכל שטייט אז די גוים וועלן זיך בעטן צו משמש זיין די אידן און די אידן וועלן מקבל זיין די גוטע גוים. דאס איז נישט די זעלבע ווי זאגן אז זיי זענען גארנישט ווערד אויסער זיין קנעכט.

למעשה ווען איינער זאגט היינט אז די גוים זענען נישט באשאפן געווארן פאר די אידן זאגט ער דעם אמת. שוין צוויי טויזנט יאר וואס די אידן דינען דעם גוי פונקט ווי זיי דינען דעם איד. די אמת איז אז אפילו בזמן בית המקדש האבן די גוים בכלליות נישט געדינט די אידן. אלא מאי ווילסטו זאגן אז ווען משיח וועט קומען וועלן אלע יא זיין קנעכט? איך הער, דאכצעך אז אין תנא דבי אליהו שטייט אזוי, אבער אין פסוק שטייט עס נישט קלאר, ממילא מעג איך אנעמען די רמב"ם'ס מהלך אז מיר ווייסן נישט וואס וועט זיין בימות המשיח.
דעת תורה האט געשריבן:מסתמא מיינסטו די חכמים וואס קריגן דארט אויפן פלאץ און האלטן אז אפילו די אידן זענען אויך נאר באשאפן געווארן לצורך די תלמידי חכמים (והכי נקטינן, פוק חזי מאי עמא דבר).


דאס איז שוין יא עפעס וואס מיר זעהן בעין גשמי, ווי דאס פאלק ישראל איז פארשקלאפט צו זייערע מנהיגים.


.[/justify]
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

שוין מערערע מאל געווארן אויסגעשמועסט דא אין שטיבל די יחס צו אומות העולם, אין תוך אריין איז עס א מחלוקת צווישן צוויי אסכולות פון חכמים. די ראציאנאליסטן אין שפיץ פון רמבם, מאירי, ובדורות האחרונים הנצי"ב, רבי שמשון רפאל הירש ומקצת בעלי המוסר, ווי אויך עטליכע בעלי קבלה, וועלכ מאכן נישט קדושת ישראל פאר קיין מעטאפיזישע זאך נאר א עניין פון קבלת עול תורה ומצוות, און א גוי וואס איז מחסידי האומות קען זיין אויף די זעלבע דרגה ; קעגן בעל הכוזרי, חכמי הקבלה און אסאך אחרונים וואס מאכן דעם איד הייליג מעצם הווייתו און דעם גוי איז א פסולע באשעפעניש.
חז"ל און ראשונים זענען דא לכאן ולכאן.
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3112
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6841 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל

שליחה דורך הוגה »

אפטעמיסט האט געשריבן:זייט הרב עובדיה ז"ל איז אוועק האט מען באשולדיגט די קנאים מיטן זיין ראדיקאל, און אים אראפרייסן. אצינד זעה איך אז דער ניו יארק פואסט מאלט אראפ רבי עובדיה אלס ראסיסט און ראדיקאליסט. כבין שוין אינגאנצן צומישט, ווער איז טאקע דער פאנאטישער, דער קנאי? דער רעכטער? דער לינקער? דער אזוי גערופענע ליבראלע ניו יארק פאוסט? ווער פונקלעך איז דער ראדיקאלער?


ליינט דער ארטיקל פון בלומבערג ניוז וועט איר זעהן אז דאס איז נאך געווען פון זיינע גאלדענע סטעיטמענטס, ס'דא אסאך ערגער.

דאס גדלות בתורה ובהנהגה איז הערליך ארויסגעברענגט געווארן דורך מערערע חברי השטיבל, אויך זיין אייגנארטיגע כח הפסק איז מבואר בפני כל. אויב האט ער געהאט עפעס וואס האט אים געמאכט אביסל מער ווי human איז עס געווען זיין שוואכע כח המעצר ביים רעדן. דאס ווייזט זיך שטארק אן אין די שרעקליכע מאמרים. אויך אין די ראסיסטישע שטעך ווערטער אקעגן ליטאים ואשכנזים. מיר פארשטייען אז כוונתו איז געווען צו הייבן די מאראל פון די ספרדים און זיי געבן א pride, אבער דאס איבערקייען די ווערטלעך (אפילו אין שמייכל פארום) ברענגט אים לדעתי נישט קיין שום כבוד.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
באניצער אוואטאר
אפטעמיסט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2352
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
געפינט זיך: אין מאחורי
האט שוין געלייקט: 2515 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3142 מאל

שליחה דורך אפטעמיסט »

לאור דער סומאטאכע וואס די צניעות אסיפות האבן דא אנגעמאכט, ברענג איך נאכאמאל ארויף דעם אשכול וואו מ'וועט קענען דעבאטירן צי די ראדיקאלן זענען טאקע ראדיקאל צי נישט.
באניצער אוואטאר
נאר,,פרייליך
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1615
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 10:52 pm
האט שוין געלייקט: 109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 217 מאל

שליחה דורך נאר,,פרייליך »

אפטעמיסט האט געשריבן:לאור דער סומאטאכע וואס די צניעות אסיפות האבן דא אנגעמאכט, ברענג איך נאכאמאל ארויף דעם אשכול וואו מ'וועט קענען דעבאטירן צי די ראדיקאלן זענען טאקע ראדיקאל צי נישט.

עס איז זייער ''אפטעמיסטיש'' אנצורופען אידישע רבנים און עסקנים 'ראדיקאלען'
דער שטירמער האט זיך ווייניג וואס צו שעמען פון אזוינע שרייבעריי.
באניצער אוואטאר
אפטעמיסט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2352
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
געפינט זיך: אין מאחורי
האט שוין געלייקט: 2515 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3142 מאל

שליחה דורך אפטעמיסט »

אינטערעסאנט אז דו ביסט אזוי אויפגעברויזט, אבער די עקסטרעמיסטן האבן נישט קיין פראבלעם אז מ'רופט זיי "ראדיקאלן", זיי האלטן טאקע אז דאס איז דער ריכטיגע וועג.
אויב שרייען אין די גאסן, פרעדיגן שנאה, פיינט האבן יעדע אינדיווידאל וואס האלט פארקערט ווי אייך- הייסט נישט "ראדיקאל", וואס הייסט יא?
באניצער אוואטאר
נאר,,פרייליך
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1615
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 10:52 pm
האט שוין געלייקט: 109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 217 מאל

שליחה דורך נאר,,פרייליך »

אפטעמיסט האט געשריבן:אינטערעסאנט אז דו ביסט אזוי אויפגעברויזט, אבער די עקסטרעמיסטן האבן נישט קיין פראבלעם אז מ'רופט זיי "ראדיקאלן", זיי האלטן טאקע אז דאס איז דער ריכטיגע וועג.
אויב שרייען אין די גאסן, פרעדיגן שנאה, פיינט האבן יעדע אינדיווידאל וואס האלט פארקערט ווי אייך- הייסט נישט "ראדיקאל", וואס הייסט יא?


איך בין בכלל נישט אויפגעברויזט אויף 'דיר' גיי ווייטער אהן...
עס האט מיר נאר באנק געטאהן אז 'דער שטירמער' ווערט נארמאל.
באניצער אוואטאר
אפטעמיסט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2352
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
געפינט זיך: אין מאחורי
האט שוין געלייקט: 2515 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3142 מאל

שליחה דורך אפטעמיסט »

עולם הפוך ראיתי. זענען פארהאן מענטשן וואס זיצן און טערעראזירן א גאנצע כלל ישראל, צווינגען ארויף זייערע קרומע שיטות אויף יעדעם איינעם, זויפן דאס בלוט פון אנדערע כאילו מ'רעד פון עפל דזאוס, שרייען שפייען און פארדרייען. אבער די וואס פראטאסטירן און פארלאנגן רעכטן און ציוויליזאציע זענען גאר די שלעכטע.
פארשפארט