הרב שלמה העלבראנץ, אנטלאפן!!!

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
פארשפארט
קרני צבי
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 124
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 03, 2013 2:00 pm
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 22 מאל

שליחה דורך קרני צבי »

חזקיהו המלך האט געשריבן:ער רעדט נאר יענעם איין ? אדער ער רעדט זיך אליינס אויך איין ?, ער מאכט זיך אזוי תמימות'דיג...... א בארג פין בלאף,

ער רעדט דארט פין מסירות נפש, כ'ווינדער מיר צי אוועק נעמען די אייגענע זוהן'ס קינדער איז אויך מסירות נפש ????? קען זיין ער טייטשט אויס מסירות נפש אז ער דארף מוסר זיין יענעם'ס נפש ......


א, יא?

ער האט "אוועק גענומען" די אייגענע זוהן'ס קינדער?

איז עס נישט גאר דער אייגענע זוהן, וואס האט דעסיידעד צו אוועק גיין?

איז עס נישט גאר דער זעלבער "אייגענע זוהן" וואס האט געשלאגן מכות רצח און געוואלט צוואונגען זיין ווייב גיין מיט אים?

הרב העלבראנץ, אזוי אויך יעדער אנדערער נארמאלער צוויליזירטער מענטש, האט נישט געזען קיין מעגליכקייט צו ניצן פארס און אומענטשליכע מעטאדן צו צווינגען א מענטש צו גיין אנטקעגן זיין ווילן. אזוי אז די קינדער האבן געבליבן ביי די מאמע.

עס איז געווען א דין תורה ביים דזשיבויער וואו ער האט אויך נישט געזען קיין מעגליכקייט צו צוואונגען א נברא אנטקענגן זיין ווילן, נישט אריין אין לב טהור און אויך נישט ארויס. (יא! מ'קען נישט צווינגען גארנישט).

אבער דער "אייגענע זוהן" (ל"ע) האט שוין געטראפן זיינע חברים, די פראנצויזישע גוים האבן מיט געוואלדיגע אכזריות גענומען די קינדער און געלייגט ביי א "אידישע" סאשיל ווארקער אין מאנטרעאל, די קינדער בלוטיגן נאך זייער מאמע. אבער וויבאלד דער "אייגענער זוהן" איז געווארן א בייזוויליגע מסור, שטייען זיי צו זיין זייט, און טעראריזירן די נעבעכדיגע מאמע על לא עוול בכפה.

יא, הרב העלבראנץ מיט זיינע מענטשן האבן געמאכט מסירות נפש אזוי ווי גולי ספרד, זיי זענען די אמת'ע גלות יידן, ויהי חלקנו עמהם (איך רעכן אריין ביי די ברכה נאר ווער ס'וויל, ווער ס'וויל נישט דארף מען נישט, איך צוואנג נישט!)
חקרן
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 606
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:04 am
האט שוין געלייקט: 98 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1086 מאל

שליחה דורך חקרן »

הערט אייך גוט איין טייערע אידן...

דער נתן העלבראנץ איז סוף כל סוף אן אויפגעצויגענער געווארן אין לב-טהור, ביז עטליכע יאר צוריק האט ער גארנישט געזען אויסער לב טהור. דער איז נישט ווייניגער משוגע פון זיין טאטע, ברידער און אלע אנדערע קאלטיסטן, און איך זאג וואס איך ווייס... איך גיי נישט אריין אויף וועמענ'ס זייט מען דארף זיך אננעמען, ווייל זיי זענען זיך ביידע ווערט דאס געלט. דער נתן האנדלט ווי א וואנזיניגער מטורף, ער וואלט שוין אפילו אפשר געקענט האבן די קינדער, אויב וואלט ער זיך אויפגעפירט נארמאלער אביסל...

פון די ביסל וואס איך ווייס, קען איך אייך זאגן אזויפיל; זיין ווייב איז ל"ע א נערוון ליידנדער (צי ער איז שולדיג דערין צי נישט איז א סוגיא פאר זיך, איך וואלט עס ארויפגעווארפן אויפן זיידן אינעם גאנצן כת), אבער נתן האט נישט געוואלט אז זי זאל נעמען מעדיקעישן, האט ער איר איינגערעדט אז זיין טאטע האט געזאגט אז זי זאל עס נישט נעמען, און... זי האט געפאלגט. נתן האט געפירט זייער א נאכגעלאזטע שטוב, זי האט נישט געקענט אויפציען די קינדער געהעריג, והדברים ידועים, אבער ער האט נישט געוואלט נעמען הילף, צי ווייל עס האט אים נישט געפאסט, אדער ווייל ער האט עפעס געשפירט אז די הילף קומט פון זיין ברודער, און דאס איז פשט אז זיין ברודער איז באלעבאס אין רימנוב און עס האט אים געשטערט (א נארמאלע ערשיינוג ביי רבי'שע), זענען זיי ארומגעגאנגען שרעקליך נאכגעלאזט. מען האט געקענט געפינען קליינע קינדער שפאצירן ביינאכט אין גאס, מיט שמוציגע פעמפערס... די הויז האט געשטינקען אז עס איז געווען געפערליך, אבער הילף האט ער נישט געוואלט נעמען, און מעדיקעישן אויך נישט.

איך גיי נישט אריין אין די עצם הסיפור פון זיינע חובות וואס ער האט אנגעמאכט, צוליב דעם וואס ער איז א חובב ספרים און ער האט געהאט שאפעס, קעסטלעך מיט ספרים אין יעדן וואונקל פונדערהיים, אבער ער האט קיינמאל מיט קיין אחריות נישט געלעבט. וואס מען האט דארט געטאן מיט אים איז אן עולה, אבער ער איז ווייט נישט דער אומשולדיגע שעפעלע, ער האט זיך זיין היסטאריע אויך... איך רעד שוין נישט נאכדעם וואס די מעשה האט אויסגעפלאצט, האט ער ליב געהאט צו רופן אין לב טהור אינמיטן נאכט, דרייע פארטאגס און מאכן קולות אויפן טעלפאן, אריינלייגן גוי'אישע ניגונים מיט קול באשה פאר די וואס הויבן אויף, אינקלאדינג זיין אייגענע טאטע, חוזק געמאכט אפן פון זיין ברודער און אנדערע מיטגלידער...

בקיצור, ער איז אויך א געזונטע קראק... זיי זענען ביידע פעסטע קראקס...

נאר וואס דען? - די גאנצע סאמעטוכע קומט פון א משוגע'נעם פלאץ, און שולדיג איז דאס פלאץ גופא, וואס אויב וואלט זיי געווען נארמאל און אויפגעצויגן אנדערע נארמאל, וואלט אלעס אנדערש געווען.

ודו"ק כי קצרתי.
טיטאניק
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1254
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 9:31 pm
האט שוין געלייקט: 1008 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1132 מאל

א גוטע רעיון איינמאל פאר אלעמאל!

שליחה דורך טיטאניק »

יעדער רעכטדענקיגער מענשט פארשטייט שון לעת עתה אז דער הלבראנץ איז א מטורף א רשע מרושע
צייטונגען האבען זייער א גרויסער כח
און עס איז געקימען די צייט אז יעדער דא וואס האט עני קאנעקשאנס צי צייטונגען זאל פארדערען און ארבעטען אז מען זאל אראפ רייסען דעם אכזר אויף אלע פאפירען שייך
דער כלב העלבראנץ גייט איבער אלע גבולות געקימען די צייט זיך צי נעמען צי עם
מורי ורבותי גארטעלט אייך אן און פארפירט אז מען זאל דעם עוכר ישראל שטעלען אין פלאץ
גענוג איז גענוג

בכלל וואלט איך געראטען אלע ניקס דא אריינציגעגעבן א פעטיציע צי די הנהלה אויסצישפארען די ניק "קרני צבי" "פניש" און אלע ניקס פון דעם באנדיט
באניצער אוואטאר
דער (פינטעל) איד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1192
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 6:02 pm
האט שוין געלייקט: 784 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 950 מאל

שליחה דורך דער (פינטעל) איד »

וועלכע צייטונגען למשל?
באניצער וועלכע וואלטן געלייקט דער (פינטעל) איד פאר די הודעה אויב ס'וואלט געשריבן געווארן דורך א צווייטן (93 בסך הכל):
אי • אפשר • לפורטם • כי • רבים • הם
ראנג: 99.9%
טיטאניק
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1254
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 9:31 pm
האט שוין געלייקט: 1008 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1132 מאל

שליחה דורך טיטאניק »

דער (פינטעל) איד האט געשריבן:וועלכע צייטונגען למשל?

לאמיר אנהייבען מיט דער (פינטעלע) איד
קרני צבי
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 124
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 03, 2013 2:00 pm
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 22 מאל

שליחה דורך קרני צבי »

טיטאניק האט געשריבן:בכלל וואלט איך געראטען אלע ניקס דא אריינציגעגעבן א פעטיציע צי די הנהלה אויסצישפארען די ניק "קרני צבי" "פניש" און אלע ניקס פון דעם באנדיט


קרני צבי בעלאנגט צו מיר, און איך בין דער איינציגסטער "באנדיט" וואס האט די "קאפירייט" אויפ'ן ניק. איך וועל גיין צום סופרים קאורט טאמער מ'גזל'ט דאס אוועק.
טיטאניק
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1254
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 9:31 pm
האט שוין געלייקט: 1008 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1132 מאל

ס'הייבט זיך אן די עכטע fun!!!! פאר מביני שפת עברית

שליחה דורך טיטאניק »

הזוועה נחשפת: כליאת ילדים ומוטות ברזל
סערה בקנדה • כלי התקשורת מפרסמים את העדויות החסויות אודות המתרחש בקהילת 'לב טהור' בקנדה • ילדות נכלאו במרתפים והוכו במוטות ברזל • נערה בת 17 הייתה קרבן להתעללות מצד אביה והוכתה על ידי אחיה • אשה הוכתה בשל סירוב ללבוש 'שאל' • משפחות הכת היו במעקב משטרתי מזה שנתיים • נציגי הכת: "אלימות נוגדת את דרך חיינו"מה קורה מאחורי הדלתות הסגורות של כת 'לב טהור'? מסמכים שהוצגו בפני בית המשפט נחשפו אתמול (שבת), בכלי התקשורת הקנדים ומעוררים סערה במדינה.


לפי העדויות: כליאה ומכות עם מוטות ברזל וחגורות הן רק חלק מהתעללויות בילדים במסגרת הכת.

לפי מסמכי המשטרה שצונזרו בחלקם, מתברר שהכת מצוייה תחת מעקב משטרתי מאז שנת 2012.

המסמכים כוללים ראיונות עם חברי הקהילה, עובדים סוציאליים ועדים עלומי שם. שמות הילדים מוגנים על ידי איסור פרסום.

לפי המסמכים מחודש דצמבר 2012, נערה בת 17 בהריון שנשאה בכפייה שנתיים קודם לכן, הייתה קרבן להתעללות מצד אביה והוכתה על ידי אחיה. היא אובחנה כמצוייה "בפסיכוזה" ולא הייתה מסוגלת להתראיין לאחר שאושפזה בבית החולים.

לפי המסמכים בנות צעירות בגילאי 13 ו-14 נכלאו במרתפי בתי המגורים. ילדה בת 14 שרואיינה סירבה לשוב לביתה בשל פחד מנישואי כפייה. הילדה בת ה-14 סיפרה שהוכתה על ידי אביה בפנים עם חגורה, וכי אישה חבר בכירה בכת היכתה אותה באמצעות קולב.

אדם שרואיין על ידי משטרה במסמכים אמר שהוא ראה חבר אחד ציווה להכות אישה בפרצוף כי היא סירבה ללבוש את ה'שאל' אותה נוהגות ללבוש בנות הכת.

עוד נטען כי ילדים הובאו לקנדה ממדינות אחרות באמתלאות שווא שעה שהמטרה האמיתית הייתה להשיאן בכפייה. לילדים בכת נאמר: "יש מלאכים שחורים שיבואו למצוא אותם והם ישרפו אותם בגיהינום".

טענות אחרות מדגישות את השימוש בתרופות פסיכיאטריות בכפייה הנהוגות בכת.

ביום שישי פורסם תיעוד וידאו של הרב שלמה הלברנץ שבו הינו מכחיש את כל הטענות נגד הכת ומאשים את השופטים, עובדי הרווחה ופוליטיקאים בנהול קמפיין "רצח עם" נגד לב טהור.

נחמן הלברנץ בנו של מנהיג הכת מכחיש את הדברים ואומר כי הטענות אינן נכונות והינן חלק מקמפיין המתנהל על ידי חברים לשעבר: "שום דבר לא נעשה בכוח בקהילה שלנו. שום דבר, שום דבר. אלימות הינה נגד דרך החיים בלב טהור".

המסמכים שפורסמו היוו בסיס להחלטה על הפקעת 14 ילדים מרשות שתיים ממשפחות הכת ומסירתם למשפחות אומנה.

http://www.bhol.co.il/article.aspx?id=64892

בקיצור, אין קאורט האט מען שוין געוויזען עכטע בילדער, יעצט דארפען מיר ווארטען מיט געדילט ביז די בילדער וועט ארויס קימען צי די פאבליק די שרעקעוודיגע בילדער
און דאס איז עס, פיינעלי וועט מען זוכה זיין צי זען דעם רשע מרושע עוכר ישראל דער ארז אין תפיסה
איך בין נאר נייגעריג צי אין תפיסה שטעלט מען צי עקסעס צי אינטרענעט, ווייל אז נישט וועט נעבעך די ניק קרני צבי שימעלען פאר גאר לאנגע יארען
און אזוי ציביסלעך וועט מען אראפ נעמען די אלע גרופעס פון די אויבערפלאך
נעקסט וועט קימען די כת השאלים פון בית שמש און אזוי ווייטער, און בקרוב וועט מען זען די אמתדיגע פרצוף פון די אלע וואס וויינען מיט זויגעדיגע גראבע טרערען אז מען "רודפט זיי על לא עוול בכפם, פשוט נאר פאר קנאה!"
מצוה גוררת מצוה, עס איז חודש אדר א גיט מזל פאר אידען און א חודש וואס איז מסוגל אז שונאי ישראל זאלען ליידען א מפלה
פאר אינז איז נאר געבליבען צי דאוונען אז מען זאל זוכה זיין צי זען די מפלה פון אלע רשעים און ביאת המשיח במהרה בימינו
און דעמאלס וועט מען זיך אויסלערנען אז נישט יעדער וואס וויינט אז ער איז א נרדף און שפילט "פרים" מיינט עס טאקע אז ער איז א צדיק וואס ווייקט זיך אין יסורים
קרני צבי
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 124
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 03, 2013 2:00 pm
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 22 מאל

שליחה דורך קרני צבי »

טיטאניק האט געשריבן:איך בין נאר נייגעריג צי אין תפיסה שטעלט מען צי עקסעס צי אינטרענעט, ווייל אז נישט וועט נעבעך די ניק קרני צבי שימעלען פאר גאר לאנגע יארען


דער ניק האט קאמיטעט קריימס?
:lol:

די ניק וועט שימלען?
:like

די אלע זוועות זענען נישט מער פון די נארישע קאטשקערייען פון דער 'נתן' און דער 'אדם', די פאליציי ווייסט שוין אלעס איז שטותים, הא ראיה זיי האבן גארנישט גענומען ערנסט.
דעיס איז אלעס פון די איזריאלישע צייטונגען, ס'איז געמאכט צו אנפילן די פאפירן. דערנאך זוכן זיי א "כתובה"...
סטראשע נישט מיין ניק,
צו סטראשען א ניק איז א קריים... ;)
טיטאניק
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1254
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 9:31 pm
האט שוין געלייקט: 1008 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1132 מאל

שליחה דורך טיטאניק »

דיין כח פון מניופילעיטען און עביוזיווקייט שרייט ארויס פון דיינע ווערטער די גרויליגע פרענק פארעך
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 513 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל

שליחה דורך איחוד פעלד »

קרני איז גערעכט.

נישטא קיין אלימות אין לב טהור. כופין אותו עד שיאמר רוצה אני, די נשמה וויל ממילא, ווי דער רמב"ם זאגט. מען צווינגט נישט, מען מאכט נאר וועלען.
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
ימי קדם
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 168
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 04, 2013 12:02 am
האט שוין געלייקט: 32 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 123 מאל

שליחה דורך ימי קדם »

מען גייט ענדגילטיג אין גלות אריין.
https://www.youtube.com/watch?v=4QlYKt9 ... ata_player
טראכט גוט וועט זיין גוט - טראכט גוט אויף מענטשען וועסטו זעהן זיי זענען טאקע גוט!
(מגידי אמת)
באניצער אוואטאר
דער שכן
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 477
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 21, 2014 10:17 am
געפינט זיך: בין תנור וכיריים - בין קיעבארד לטאטשבארד לסמארטפאון.
האט שוין געלייקט: 635 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 162 מאל

די גאנצע מעשה?

שליחה דורך דער שכן »

דער שכן - שכן טוב - נעיבער - Neighbor
בדרך שאדם רוצה לילך ([בה]) מוליכין אותו. אזוי איז עס, און אזוי גייט עס.. אבער נישט: אזוי ווילעך און אזוי וועט עס זיין.. ראָהּהנג!
באניצער אוואטאר
לשוא הכיתי
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 65
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 02, 2012 9:00 pm
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 36 מאל

שליחה דורך לשוא הכיתי »

ווער איז דער מאסקאוויטש?
http://www.cjnews.com/node/122565
לשוא הכיתי את־בניכם מוסר לא לקחו
טיטאניק
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1254
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 9:31 pm
האט שוין געלייקט: 1008 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1132 מאל

שליחה דורך טיטאניק »

לשוא הכיתי האט געשריבן:ווער איז דער מאסקאוויטש?
http://www.cjnews.com/node/122565

בן האדמור משאץ מאנטריאל
א בעלזע יונגערמאן א חכם ירא שמים און א גאלדענע הארץ
זיין ברידער רבי יעקב יצחק איז מנהל דתת בעלזא אין בפ
אנשים חשובים ונבונים
קרני צבי
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 124
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 03, 2013 2:00 pm
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 22 מאל

שליחה דורך קרני צבי »

טיטאניק האט געשריבן:
לשוא הכיתי האט געשריבן:ווער איז דער מאסקאוויטש?
http://www.cjnews.com/node/122565

בן האדמור משאץ מאנטריאל
א בעלזע יונגערמאן א חכם ירא שמים און א גאלדענע הארץ
זיין ברידער רבי יעקב יצחק איז מנהל דתת בעלזא אין בפ
אנשים חשובים ונבונים


אנטשולדיגט, ער איז א סאשיל ווארקער, און אלעס וואס ער זאגט איז חנופה פאר זיינע חברים, ער דארף זיי פראטעקטן צו ארבעטן ווייטער מיט זיי. איך האב נישט געמאסטן זיין חכמה אבער איך בין מסופק מיט זיין יראת שמים טאמער ער גייט פארשמירן זיינע ברידער אין די מידיע.

אסאך מאל קען מען נוצען א גאלדענע הארץ נישט ביי די ריכטיגע פלאץ, וחבל על האי שופרא דבלי בארעא. די גאלדענע הארץ זאל באדינען די הארץ לאזיגע סאשיל סערוויסעס.
באניצער אוואטאר
דער שכן
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 477
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 21, 2014 10:17 am
געפינט זיך: בין תנור וכיריים - בין קיעבארד לטאטשבארד לסמארטפאון.
האט שוין געלייקט: 635 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 162 מאל

שליחה דורך דער שכן »

איטליכע גוים אין דעם שטעטל ארום זעיט אויס נעמען זיך אהן פאר׳ן נרדף אדער וואס??


http://www.theobserver.ca/2014/02/25/je ... -residents
דער שכן - שכן טוב - נעיבער - Neighbor
בדרך שאדם רוצה לילך ([בה]) מוליכין אותו. אזוי איז עס, און אזוי גייט עס.. אבער נישט: אזוי ווילעך און אזוי וועט עס זיין.. ראָהּהנג!
טיטאניק
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1254
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 9:31 pm
האט שוין געלייקט: 1008 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1132 מאל

שליחה דורך טיטאניק »

דער שכן האט געשריבן:איטליכע גוים אין דעם שטעטל ארום זעיט אויס נעמען זיך אהן פאר׳ן נרדף אדער וואס??


http://www.theobserver.ca/2014/02/25/je ... -residents

פארוואס נישט?
ווער דען זאל זיך אנעמען פאר דעם אראבער ארז? נאר גויים
באניצער אוואטאר
דער שכן
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 477
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 21, 2014 10:17 am
געפינט זיך: בין תנור וכיריים - בין קיעבארד לטאטשבארד לסמארטפאון.
האט שוין געלייקט: 635 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 162 מאל

שליחה דורך דער שכן »

דאס רשעות וואס דער ארז (hell-ברענטס) טוט מיט די קינדער דארט איז איום ונורא. די צמצום אין וואס ער לייגט זיי אריין איז שרעקליך. ווען מען ווייסט וויאזוי צו קוקן און באטראכטן דאס ביסל וואס מען זעיט שוין יא אינעם 16x9 וואס כ׳האב אויבן צוגעברענגט זעיט מען די שרעקליכע ווארהייט און פאקטן. די 3 פרויען וואס שטעלן זיך יא ארויס רעדן ווייסן אליינס נישט וואס זיי פארציילן מיט זייער גאנצן מהות און קלאפערגעצייג. די קאווער-אפ איז לעכערלעך און זאגט דווקא דאס פארקערטע. מ׳קען זעהן צענדליגע נישט נארמאלקייטן אינעם קליפ דארט. לאמיר אנכאפן איין ביישפיל. געב א קוק די רי-עקשאן פון די פרוי וואס האט בריללען ווען זי הערט די פסק פונעם געריכט. זי וויינט נישט. זי לאכט נישט. זי האט בכלל נישט קיין צופאסענדע רעספאנס צו די נייעס וואס זיי באקומען דארט. אינגאנצן אומפארשטענדליך. וויאזוי דו וועסט נאר לערנען פשט דערין טויג עס נישט דארט. דאס ׳נישט׳ געזונטע רי-עקשאן זאגט זייער דווקא ׳יא׳ זייער אסאך נישט גוטע נייעס וועגן די גאנצע ווערטשאפט דארט, הן איןעם עמאציענאלן שטאנדפונקט הן אינעם קאנטראל דארט, וכדו׳.

עס איז א שרעקליך בילד דאס ביסל וואס מען זעהט שוין יא.

די שאלה איז אויב די פרויען און קינדער דארטן קענען נאך אמאל האבן א נארמאלן-געזונטען לעבען. דער ארז-העל-ברענט וויינט. איר ווייסט פארוואס? איך קען עס אויס׳חשבון׳ען, אבער איר ווייסט אויך פארוואס?
דער שכן - שכן טוב - נעיבער - Neighbor
בדרך שאדם רוצה לילך ([בה]) מוליכין אותו. אזוי איז עס, און אזוי גייט עס.. אבער נישט: אזוי ווילעך און אזוי וועט עס זיין.. ראָהּהנג!
באניצער אוואטאר
נאר,,פרייליך
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1615
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 10:52 pm
האט שוין געלייקט: 109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 217 מאל

שליחה דורך נאר,,פרייליך »

איחוד פעלד האט געשריבן:וואס איז פשט אז כלל ישראל לאזט דאס צו?

רשעות האט אויך א שיעור.

כ'זאג נישט, דער העלבראנס אליין איז זיך ווערט אלע צרות, אבער צונעמען די קינדער פין דער עלטערען טאר מען נישט צולאזען.


נאר וואס דען ? יומתו בנים על אבות? קינדער ברויכען ריאונירט ווערן, צוליב די עלטערן זענען פארכאפט געווארען ר''ל אין א קולט?
ס'וואלט מיר אינטערסאנט געווען צו וויסען אויב בנו או בן בנו מ'איחוד פעלד חלילה פאלט אריין אין אזא תפיסה נעבעך צו ער וואלט דארט געלאזט אויסשטארבען זיינע דורות, שווער צו גלויבען.
קרני צבי
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 124
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 03, 2013 2:00 pm
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 22 מאל

שליחה דורך קרני צבי »

דער שכן האט געשריבן:דאס רשעות וואס דער ארז (hell-ברענטס) טוט מיט די קינדער דארט איז איום ונורא. די צמצום אין וואס ער לייגט זיי אריין איז שרעקליך. ווען מען ווייסט וויאזוי צו קוקן און באטראכטן דאס ביסל וואס מען זעיט שוין יא אינעם 16x9 וואס כ׳האב אויבן צוגעברענגט זעיט מען די שרעקליכע ווארהייט און פאקטן. די 3 פרויען וואס שטעלן זיך יא ארויס רעדן ווייסן אליינס נישט וואס זיי פארציילן מיט זייער גאנצן מהות און קלאפערגעצייג. די קאווער-אפ איז לעכערלעך און זאגט דווקא דאס פארקערטע. מ׳קען זעהן צענדליגע נישט נארמאלקייטן אינעם קליפ דארט. לאמיר אנכאפן איין ביישפיל. געב א קוק די רי-עקשאן פון די פרוי וואס האט בריללען ווען זי הערט די פסק פונעם געריכט. זי וויינט נישט. זי לאכט נישט. זי האט בכלל נישט קיין צופאסענדע רעספאנס צו די נייעס וואס זיי באקומען דארט. אינגאנצן אומפארשטענדליך. וויאזוי דו וועסט נאר לערנען פשט דערין טויג עס נישט דארט. דאס ׳נישט׳ געזונטע רי-עקשאן זאגט זייער דווקא ׳יא׳ זייער אסאך נישט גוטע נייעס וועגן די גאנצע ווערטשאפט דארט, הן איןעם עמאציענאלן שטאנדפונקט הן אינעם קאנטראל דארט, וכדו׳.

עס איז א שרעקליך בילד דאס ביסל וואס מען זעהט שוין יא.

די שאלה איז אויב די פרויען און קינדער דארטן קענען נאך אמאל האבן א נארמאלן-געזונטען לעבען. דער ארז-העל-ברענט וויינט. איר ווייסט פארוואס? איך קען עס אויס׳חשבון׳ען, אבער איר ווייסט אויך פארוואס?


די שנאה מאכט בלינד און מאכט צו זעהן נאר שלעכט.
ווי לאנג מ'האט פיינד וועט מען יעדע זאך זעהן שווארץ.
די שנאה איז אויף די וועג פון דרך התורה נישט אויף קיין אנדערע זאך.
אלע אנדערע זאכן זענען נאר אן אויס טייטש.
אזוי ווי דער גרויסע חזיר דארטן, דעניס בעראבי, זאגט אז ער האט געזען שמוציגע מאטראצן,
ער האט אפשר געזען 2 מאטראצן פון קינדער צופרי, אבער ער אלץ אנטיסעמיט האט שוין געטראפן די "דיורטי דזשוס"
אזוי אויך יעדער וואס האט פיינט לב טהור וועט אייביג זעהן שלעכט אין סיי וואס.
ער וועט איינפאקן די רשעות מיט 1000 און 1 סיבות, 1) זיי זענען גוים, 2) זיי זענען רוצחים, 3) זיי זענען מצומצם, 4) זיי זענען משוגע, 5) זיי זענען מוסלעמענער, 6) זיי לאכן מיט א שיקצע, 7) זיי האבן 8 בגדים, 9) זיי זענען טאליבאן, 10) זיי האבן נישט קיין זיסע פנים. 11) רבנים האלטן נישט פון זיי. 12) קיינער האלט נישט פון זיי. 13) זיי עקלען מיר. 14) יעדער האט זיי פיינט. וכו' וכו'. וכו'.
פארגעסט אבער נישט, ממש די זעלבע לעכערליגע סיבות, אבי גערעדט מיט שנאה, האבן געברענגט דעם אומקום פון איבער 6 מיליאן אנשים נשים וטף. דער געבעלס ימ"ש מיט א שטאף פון הונדערטע רעדנערס און שרייבערס, האבן טאג און נאכט געפרעדיגט אלעערליי האס און העצעריי אויף די אידן. און אפילו א קליינע פראצענט אמת'ע פאקטן האבן זיי אויך נאר געזאגט מיט שנאה און האס און דאס האט צוגעברענגט אז מענטשן, טאקע גוים ערלים אבער פארט מענטשן, האבן געזען אלע מעשי אכזריות אלץ ריכטיג און וויכטיג, ל"ע.
קוק'ט ענק אליינס און מאכט חשבון הנפש.
באניצער אוואטאר
דער שכן
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 477
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 21, 2014 10:17 am
געפינט זיך: בין תנור וכיריים - בין קיעבארד לטאטשבארד לסמארטפאון.
האט שוין געלייקט: 635 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 162 מאל

שליחה דורך דער שכן »

האסט מיך ביזדערווייל נישט אפגעוואנדן. דו רעדט און שעלטסט, אבער די פנים איז א מסור. די פנים פון די פרויען וואס זענען טאקע אנגעטון אינגאנצן שווארץ זאגט זייער אסאך. נישט וואס דער גוי חזיר לייב טייגער שלאנג זאגט, נאר וואס די שרעק צומישטע פארלאשענע צומישטע רעאגירטע פרוי ווייזט. מ׳דארף נישט האבן געלעקערענט סייקא-אנאלעסיס, פעישאל עקספרעשאן, באדי-לעינגוויטש, .. ארויס צו האבן דעם אינערליכן בילד וואס טוט זיך דארט אפ און די שרעקליכע ׳דעמעדזש׳ וואס די פרויען און יונגע מיידלעך האבן באקומען אדער דורך געגאנגען.

נישט דעם גוי גלייב איך. איך זעה מיט די אייגענע אויגן.
דער שכן - שכן טוב - נעיבער - Neighbor
בדרך שאדם רוצה לילך ([בה]) מוליכין אותו. אזוי איז עס, און אזוי גייט עס.. אבער נישט: אזוי ווילעך און אזוי וועט עס זיין.. ראָהּהנג!
טיטאניק
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1254
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 9:31 pm
האט שוין געלייקט: 1008 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1132 מאל

שליחה דורך טיטאניק »

א בלינדער טויבער וואס זעט די ווידאוי זאגט די זעלבע
עס איז קלאר ווי דער טאג אז דער כת איז מטורף
און דער ראש דארף ווערען נטרף במהרה בתוך שאר שונאי ישראל
קאווע אבזערווער
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 1
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 25, 2014 11:11 pm

שליחה דורך קאווע אבזערווער »

עס דערמאנט מיר די קאריקוטורן פון די נאציס וואס מאכן דעם יוד מיט די גרויסע נאז אא"וו, עס איז ממש די זעלבע זאך, ביז יעצט האט מען גערעדט פון אזוי גערופענע פאקטן מען שלאגט קינדער אא"וו, יעצט איז עס שוין איבעריג צו זאגן, מען רעדט שוין פון פנימ'ער פון מטורפים, קיינער האט נישט קיין זיסע צורה, און דערפאר דארף מען אויסרייסן די גאנצע פארשאלטענע ראסע רח"ל....
פארשפארט