חינוך נוסח "תלפיות" - קנסות און קאנסעקווענצן

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
באניצער אוואטאר
פשוט-קאמפליצירט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 873
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 12:19 pm
האט שוין געלייקט: 866 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1421 מאל

חינוך נוסח "תלפיות" - קנסות און קאנסעקווענצן

שליחה דורך פשוט-קאמפליצירט »

(דאס פאלגנדע האב איך באקומען פון א חבר. דער תוכן איז נישט מיינס; איך האב עס בלויז רעדאגירט און אביסל איבערגעארבעט. עס באשטייט פון שמועסן און איינדרוקן אין און מיט דער ישיבה תלפיות, אירע תלמידים און אנגעשטעלטע.)

בדרך כלל איז אין די היימישע ישיבות איינגעפירט, אז ווען א בחור באגייט אן עוולה – א שב ואל תעשה אדער קום ועשה – וועט ער פונעם מגיד שיעור אדער מנהל באקומען א קנס. אין תלפיות האלט מען אבער, אז די צוויי, עוולה און קנס, האבן נישט קיין שייכות, און היות די צוויי זאכן זענען פרעמדע, קען איינע נישט משפיע זיין אויף דער אנדערער.

"וואס איז דער אויפטו פון א קנס? אויב איך בין באגאנגען אן עוולה, אדער נישט געטאן עפעס וואס איך האב געדארפט טאן, וואס וועט עס העלפן אויב איך וועל מוזן צאלן פינף דאלאר? א קנס העלפט נישט דערגרייכן דעם ציל. דאס איז א פאקט וואס יעדער בחור ווייסט. די איינציגע זאך וואס ארבעט יא, איז דאס וויסן, פון פריערדיגער ערפארונג, אז יעדער אקט האט א תוצאה, און דאס אחריות פאר די תוצאות ליגט אויף דעם, און בלויז אויף דעם, וואס האט די פעולה געטאן.

"אפילו ווען עס ארבעט יא – לאמיר זאגן, דער טאטע, וועלכער איז בא'קנס'ט געווארן צוליב זיין זונ'ס פארשלאפן, לייגט גענוג פחד אויפ'ן בחור, אז יענער זאל מורא האבן עס נאכאמאל צו טאן, האט דער בחור למעשה זיך אבער גארנישט אויסגעלערנט. קומט אויס אז דער קנס האט מיך נישט מחנך געווען."

די ווערטער, אביסל פאראפריזירט, האט מיר געזאגט א בחור, א "תלפיות" תלמיד, און דווקא א טאג נאכ'ן באקומען א "קנס". א קנס, איז דער בחור פון זיין בחור'ישן פערספעקטיוו מסביר, ווערט אפטמאל אויפגענומען ווי אזא כשר'ער – לאמיר עס אנרופן "בארעכטיגטער" – נקמה-אקט מצד דעם אנגעשטעלטן כלפי דעם בחור.

"נישטא ביי אונז אזא זאך ווי קנסות," זאגט הרב סעמפ, בתורת אנטווארט אויף ביידן, מיין פראגע וויאזוי די ישיבה באהאנדלט די טיפישע פראבלעמען וואס מאכן זיך מיט בחורים, ווי אויך וויאזוי איז עס, אז אנשטאט זיך ברוגז'ן גיט דער בא'קנס'טער בחור אליין מיר צו פארשטיין דעם הסבר פאר'ן קנס וואס ער האט נארוואס געענדיגט אויספירן. "וואספארא שייכות האט פארשלאפן פארטאגס מיט פינף דאלאר? ביי אונז שטראפט מען נישט. אויב א בחור האט פארפעלט צו טאן עפעס וואס פארלאנגט זיך פון אים, וועט ער זיך מוזן ספראווען מיט די קאנסעקווענצן."

איך הער וואס ער זאגט; איך באנעם דעם חילוק אין טייטש צווישן די צוויי ווערטער. איך פארשטיי אבער נישט פינקטליך וואו עס כאפט אזא שארפע נפקא מינה למעשה.

"למשל?" פרעג איך, האלב פונעם בחור, האלב פונעם ראש ישיבה.

"למשל?" ענטפערט מיר הרב סעמפ מיט א שאלה, אויפ'ן אידישן שטייגער. "גיב דו א היכי תמצא, און איך וועל דיר זאגן וויאזוי מיר האבן אדער וואלטן עס באהאנדלט."

איך האב אנגעכאפט א גאר פשוט'ן, געווענליכן ביישפיל, וואס איז מסתמא א טאג-טעגליכע ערשיינונג אין כמעט יעדער ישיבה קטנה. א בחור קומט אן שפעט אין ישיבה, אדער קומט אריין צום שיעור מינוט נאכ'ן אנהייב. "מיך האט מען אין אזא פאל געהייסן ברענגען פינף דאלאר. אין א גוטער מינוט, בין איך אפגעקומען מיט א שארפן פסק.

"וואס," פרעג איך הרב סעמפ'ן, "וואלט מיט מיר געשען אויב וואלט איך געלערנט דא אין תלפיות?"

"פשוט. דו וואלסט ביי הפסקה געבליבן אין כיתה, משלים זיין וואס דו האסט פארפעלט מיט שפעט-קומען," ענטפערט ער מיר. "דאס איז א נאטירליכער המשך צו שפעט-קומען צום שיעור."

ווען דער בחור פארבלייבט אין כיתה, בלייבט ער נישט זיצן כמו קלאץ. דאס וואלט טאקע געווען נישט מער ווי א קנס; טאקע א שכל'דיגער, "סאפיסטיקירטער" קנס, אבער פארט, נישט אזוי סך אנדערש ווי געווענליכע קנסות. וואס ס'איז מחלק דעם דאזיגן צוגאנג פון דעם געווענליכן קנס-מהלך איז, אז דא דארף ער לערנען, און דווקא דאס, וואס ער האט פארפעלט מיט'ן שפעט-קומען. אליין וועט עס דעם בחור שווער אנקומען; ער איז דאך נישט געווען ביים שיעור. דערפאר בלייבט דער מגיד שיעור מיט אים דורכאויס דער הפסקה און לערנט מיט אים אינאיינעם – און דווקא געמיטליך, דווקא מיט א שמייכל...
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום פשוט-קאמפליצירט, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
און וואס שטייט אין זעקסטן חלק שלחן ערוך?
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3833
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 3807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל

שליחה דורך נולד מאוחר »

דער בחור באקומט נישט דיר מעסעדזש אז ער האט געטאן עפעס רונג.
מיט זי צייט וועט ווערן צוויי אפציעס פאר די בחורים קומען פרי און גיין פרי, אדער קומען שפעט און גיין שפעט.
שטעל דיר פאר אז B&H איז דא אזא סיסטעם זיי וואלטן געווען אפען 24 שעה.
סאיז אמת אז דיירעקט קאנסיקווענסעס ארבעט בעסער, אבער די קאנסיקווענס מיז זיין מער וויפיל מהאט פארדינט מיטן עוולה.
באניצער אוואטאר
גנדי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1181
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 05, 2013 11:21 pm
האט שוין געלייקט: 2151 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1341 מאל

שליחה דורך גנדי »

Positive Discipline

Logical Consequence

http://blog.positivediscipline.com/2013 ... ences.html
You must be the change you want to see in the world
הקטן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3315
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2006 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל

שליחה דורך הקטן »

נולד מאוחר האט געשריבן:שטעל דיר פאר אז B&H איז דא אזא סיסטעם זיי וואלטן געווען אפען 24 שעה.

און b&H איז די קאנסעקוונעס אז מען רעכענט דיר אראפ פין דיין paycheck און אויב געשעט דאס אפט פליסטו פין דארט. נישט אלס קנס דיך צו לערנען דרך ארץ

ס'איז דא א נפקא מינה צוישען א נעטירלעכע קאנסעקווענס אין א לאגישע קאנסעקעוונס. אויב איז דאס סך הכול א נאטירלעכע קאנסעקווענס ביזטו נישט בעלבאס וואו שטארק ס'זאל זיין
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
באניצער אוואטאר
ברסלבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
האט שוין געלייקט: 3570 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל

שליחה דורך ברסלבער »

איך פארשטיי דער פראבלעם מיט די קנסות, אבער איך זעה נישט די מעלה פון די צווייטע אויסוואל. סך הכל איז עס אויך א קנס נאר מער מדה כנגד מדה. צו דארפן זיצן ביי הפסקה אין קלאס איז זייער א הארבע עונש פאר א בחור לפע"ד.
איך ווייס פון אן אנדער משל. א בחור האט זיך אראפגעזעצט ביים דאווענען אויף א פלאץ ווען מען האט געדארפט שטיין, און זיין עונש איז געווען צו שטיין א שעה צייט אויסגעדרייט צו מזרח. טאקע ממש מדה כנגד מדה, אבער עס גרעניצט זיך שוין אביסל מיט בארבאריזם.

די אלע סארט קנסות און קאנסעקווענצן וכל שאר שום וחניכה דאית ליה, ווען עס ווערט געגעבן אויף די נישט ריכטיגע וועג, ברענגט עס נאר אז אידישקייט זאל ווערן פאר'מיאוס'ט אין די אויגן פון די תלמידים. דער ריכטיגער וועג איז אריינצוברענגן א חביבות צום אייבערשטן און צו תורה ומצוות, אז דער בחור זאל דאס אליין וועלן טוהן מרצונו הטוב.
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
באניצער אוואטאר
ראש הישיבה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 792
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 06, 2013 4:35 pm
האט שוין געלייקט: 914 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1109 מאל

שליחה דורך ראש הישיבה »

נולד מאוחר האט געשריבן:דער בחור באקומט נישט דיר מעסעדזש אז ער האט געטאן עפעס רונג.
מיט זי צייט וועט ווערן צוויי אפציעס פאר די בחורים קומען פרי און גיין פרי, אדער קומען שפעט און גיין שפעט.
שטעל דיר פאר אז B&H איז דא אזא סיסטעם זיי וואלטן געווען אפען 24 שעה.
סאיז אמת אז דיירעקט קאנסיקווענסעס ארבעט בעסער, אבער די קאנסיקווענס מיז זיין מער וויפיל מהאט פארדינט מיטן עוולה.

איך האב געהאט נישט לאנג צוריק א לענגערע שמועס מיט א בחור וואס האט דארט געלערנט. אזוי אויך האב איך א נאנט שאפט מיט איינער פון די סטעף.
די מהלך איז קלאהר, די נקודה איז אז יעדער בחור דארף מיטהאלטן סדר הישיבה. אויב 'מאיזה סיבה' האט ער פארשפעטיגט, דארף ער עס משלים זיין. די סדר השלמה איז כדלהלן:

1 ער קען נישט אריין גיין שפעט צום שיעור (דארט איז די לענגסטע סדר נישט מעהר ווי 45 מינוט. רוב זענען נענטער צו א האלבע שעה).

2 ביי הפסקה וועט די מג"ש שיעור לערנען מיט אים די שיעור.

3. שפעטער ביינאכט וועט ער משלים זיין סכום דקות כנגד יעדער שיעור וואס ער האט פארפאסט. ביי די השלמה באקומט ער חומר וואס ער וועט צו לערנען.
ולכן בלייבן ביינאכט וויל קיינער נישט. אהנהייב טרייט די בחור צו קומען שפעט, אבער מיט די צייט מאכט ער די חשבון אז עס לוינט זיך נישט. די בחור אין תלפיות האט שמירת הזמן בערך 9-10 מאהל א טאג, (צווישן יעדער סעשאן איז דא א קורצע הפסקה פון 10 מינוט) וואס ביי יעדער פון זיי אין כניסה נאך די פונקטליכע צייט. די hassel פון השלמה איז אזוי אומבאטעמט אז די בחור וועט אלעס טוהן על פי רוב צו זיין בזמן.
באניצער אוואטאר
פשוט-קאמפליצירט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 873
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 12:19 pm
האט שוין געלייקט: 866 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1421 מאל

קנסות און קאנסעקווענצן (2)

שליחה דורך פשוט-קאמפליצירט »

ווייטערדיגע דוגמאות, האב איך באקומען פון די בחורים זעלבסט. פאלגנד זענען עטליכע אריגינעלע מעשיות שהיו.

א בחור האט ביי מיטאג זיך צעווערטלט מיט א צווייטן. א ווארט פאר א ווארט, און דער געפעכט האט זיך אויסגעלאזט אין א געשלעג. ווי דער סדר איז, האט זיך געמאכט ארום די צוויי בעלי פלוגתא א שטיקל געזעמל, און אין ברען פון זיין כעס, האט דער ערשטער בחור צוזאמגעשטויסן דעם צווייטן.

שטויסן א צווייטן בחור אין פראנט פון אלעמען איז זייער נישט קיין בכבוד'דיגע זאך, האט דער ראש ישיבה מסביר געווען דעם בחור. עס איז דערפון ארויסגעקומען א בזיון פאר דער ישיבה; דערפאר וועט דער שטויסער מוזן אויספיצן די שיך פון אלע בחורים וואס זענען געווען אנוועזנד און בייגעוואוינט ווי דער כבוד פון זייער ישיבה ווערט פארשוועכט.

נאכ'ן צווייטן אינצידענט, ווען דער זעלבער בחור האט געהויבן די פיס אויף א צווייטן, איז ער פאר'ן רעשט פון יענעם טאג ארומגעגאנגען אין פּאַנטאָפל. אז מען שטויסט מיט שיך, טוט עס דעם געשטויסטן זייער וויי. היות דער שטויסער קען זיך נישט איינהאלטן און באווייזט, אפנים, נישט איבערצוקומען דעם שטויס-דראנג, מוז מען זיכער מאכן אז זיין שטויסן זאל נישט וויי טאן.

עס הערט זיך קאמיש, האט דער אייגנטליכער בחור מיר מסביר געווען, "אבער עס ארבעט. איר מעגט מיר גלייבן..."

אן אנדער געשיכטע, וואס האט זיך געהאלטן אויסשפילן אין יענעם טאג ווען איך האב באזוכט די ישיבה פאר'ן צוועק פון אנשרייבן דעם ארטיקל, האב איך טיילווייז אליין זוכה געווען מיטצוהאלטן. די בחורים פון איין כיתה האבן באשלאסן אפצוטאן א טיפיש-בחור'ישן שפיצל פאר'ן מגיד שיעור. דעם מגיד שיעור'ס בענקל איז געווען אזא, וועלכן מען קען העכער און נידעריגער מאכן דורך אזא אייזן אונטער'ן זיץ. זענען די בחורים געפאלן אויף א המצאה צוצובינדן דעם קאנטראל; אזוי, אז ווען דער מגיד שיעור וועט זיך אוועקזעצן, וועט דער בענקל זיך אומגערישט אראפלאזן...

וכך הוה. אבער אנשטאט זיך פארלירן און אנהייבן מיט חקירות און דרישות, באגלייט פון דראאונגען און אויספארשונגען, האט דער מגיד שיעור גארנישט געטאן. ער האט איגנארירט דעם אינצידענט, צוריקגעשטעלט דעם בענקל און געגעבן דעם שיעור, ווי געהעריג.

"מיר האבן א כלל – אייגנטליך, צוויי כללים," האט הרב סעמפ מיר מסביר געווען די ווייטערדיגע שריט. "דער ערשטער כלל איז, אז אויב ווייסט מען נישט וואס צו טאן, טוט מען גארנישט. דער צווייטער כלל איז, אז ווען מען דארף נעמען שריט און מען ווייסט שוין וואספארא שריט צו נעמען, זאל עס זיין צוגיין אינאיינעם מיט די בחורים, ווי איידער איך קעגן זיי. אין איין ווארט: ללכת עם; לא ללכת נגד."

ווען דער מגיד שיעור וואלט געהאנדלט אן האבן די דאזיגע צוויי כללים פאר די אויגן, וואלט ער ראשית כל געווארן פארלוירן. ווען מען האנדלט מחמת פארלוירנקייט, איז דאך כמעט אוממעגליך צו נישט באגיין טעותים. די טיפישע רעאקציע וואלט געווען א סעריע חקירות ודרישות, מיט דראאונגען און ווארפענישן, אד"ג. אין איין ווארט: דא וואלטן זיך געשאפן צוויי צדדים, איינער וואלט באשטאנען פון די תלמידים, און דער צווייטער וואלט באשטאנען פון זייער "שונא", דעם גוט-צוגעפיקסטן, פארשעמטן, אבער גלייכצייטיג "שטארקערן" מגיד שיעור.

"דא האבן מיר גענומען דעם אייגנטליכן אקט, די אייגנטליכע 'לאגיק' אונטער דעם אקט, און דערמיט געארבעט – אינאיינעם מיט די בחורים."

אביסל שפעטער אין טאג איז דער ראש ישיבה אריינגעקומען אין דער כיתה, און מיט א געלאסענער שפראך מסביר געווען פאר די בחורים, אז לויט ווי ער לערנט אפ די מעשה, איז דערפון געדרינגען אז די בחורים זענען ביי דער מיינונג אז דעם מגיד שיעור קומט זיך א מער בכבוד'דיגן בענקל. די בחורים, האט דער ראש ישיבה אויסגעשמועסט, האבן גענומען דעם ערשטן שריט; זיי האבן גענומען שריט אויסצודריקן זייער אומצופרידנהייט מיט'ן פאקט, אז דער מגיד שיעור זיצט אויף א בענקל וואס איז נישט לפי כבודו. יעצט, האט דער מנהל אנגעוויזן, איז צייט צו גיין ווייטער: אלע בחורים זאלן צווישן זיך צוזאמשטעלן דעם סכום געלט וויפיל א נייער, בכבוד'דיגער בענקל קאסט. דער מגיד שיעור אליין, וועלכער איז דאך אויך פארמישט אינעם עסק היות ער איז דאך דער וואס וועט דעם בענקל ניצן, וועט זיך משתתף זיין אין די הוצאות פונקט ווי אלע בחורים. איינמאל דער געפאדערטער סכום וועט זיין צוזאמגעשטעלט, וועלן די בחורים, אינאיינעם מיט'ן מגיד שיעור, אראפפארן אין געשעפט און אויסקלייבן א נייעם, שיינעם בענקל.

"דערמיט," זאגט הרב סעמפ, "האבן מיר ארויסגעלאזט די לופט פונעם שפיצל. אנשטאט דעם וואס דאס עסק זאל זיין א שטיקל קעגן מגיד שיעור, איז עס געווארן א בענקל-אישו. אין דער זעלבער צייט, האבן מיר באהאנדלט דעם מצב אויף אן אופן פון ארבעטן אינאיינעם מיט די בחורים, אנשטאט קעגן זיי."

דער מעסעדזש פון אזא צוגאנג איז, אז דו האסט קיינעם נישט אפגעטאן: קיינער האט זיך נישט אויפגערעגט, קיינער האט זיך נישט פארלוירן, קיינער איז נישט ארויס פון די כלים. נאך מער: קיינער איז ניטאמאל באשטראפט געווארן. נישטא קיין "שטיקל" און נישטא קיין קנס. וואס ס'איז יא דא, איז אן אקט, א פעולה; און א פעולה ברענגט א תוצאה.

און וואס וועט זיין אויב די בחורים וועלן נישט אויפקומען מיט'ן געלט?

"כ'האב דאס אויך דורכגעשמועסט מיט'ן מגיד שיעור.

"דו דארפסט וויסן," איז הרב סעמפ מסביר, "אז ווען מיר באהאנדלען אזא מצב, פלאנירן מיר אויס א מהלך וואס נעמט אריין אלע שטאפלען פונעם פלאן. איך טראכט פאראויס עטליכע היכי תמצא'ס פון אופנים וויאזוי דאס וועט זיך אויסשפילן, און פלאניר לויט דעם די ווייטערדיגע שריט."

אויב דער געפאדערטער סכום ווערט נישט צוזאמגעשטעלט צו דער באשטימטער צייט, וועט דער מנהל יענעם טאג ארויסנעמען אלע בענק פון דער כיתה. דער שריט וועט זיין באזירט אויף א שפעקולאציע, אז די בחורים דענקען אז די כיתה דארף לערנען שטייענדיג אויף די פיס. געמיינט האט ער, דער מנהל, אז די איינציגע אורזאך אונטער דעם בענקל-אינצידענט איז געווען א רמז, אז דעם מגיד שיעור קומט זיך א שענערן בענקל. היות די בחורים איילן זיך נישט מיט'ן צושטעלן דעם נייעם בענקל, איז מסתבר אז דער מנהל האט געהאט א טעות אין חשבון. ס'מוז זיין אז די סיבה צום פעלנדן בענקל איז אז די בחורים פילן אז אין דער כיתה דארף מען שטיין בשעת א שיעור. און וויבאלד אזוי, דארף מען העלפן די בחורים אויספירן זייער וואונטש.

"דעם נעקסטן אינדערפרי וועט די כיתה זיין ליידיג פון בענק. די בחורים וועלן שטייענדיג אויף די פיס אויסהערן דעם שיעור, געגעבן דורך א שטייענדיגן, אבער גלייכצייטיג רואיגן און שמייכלנדן מגיד שיעור."
און וואס שטייט אין זעקסטן חלק שלחן ערוך?
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

עס איז באגריסנווערד אז ענדליך איז דא א מנהל פון א ישיבה וואס לייגט אריין כוחות אין מחנך זיין די בחורים און זיי שטעלן אויף די פיס אויסער געבן מוסר דרשות און פעטש, כה לחי.
לגבי דעם עצם ענין, וויל איך פארשטיין אזוי. דער ערשטער חלק איז פארשטענדליך אז אנשטאט מען זאל סתם געבן א קנס פאר דעם בחור ערקלערט מען אים אז זיינע מעשים האבן פאקטישע קאנסעקווענצן אין ריעל לייף. אבער דעם צווייטן חלק איז מיר אומפארשטענדליך, די בחורים ווייסן גאנץ גוט אז מען שפילט סתם ארום מיט זיי. קיינער מיינט נישט באמת אז זיי האבן פשוט געוואלט קויפן א בעסערע בענקל פאר דעם מגיד שיעור. אויב אזוי פארשטיי איך נישט וואס דאס איז אנדערש פון סתם א קנס. אדרבה דאס ארומשפילן מיט די בחורים און זיך מאכן "כאילו" דער קנס איז אן אמת'ע קאנסעקווענץ פון זייערע מעשים קען זיי געבן א מעסעדזש אז די גאנצע זאך איז סתם א שפיל און מיט דעם דערלייגט מען אז ווען ס'איז יא דא אן אמת'ע קאנסעקווענץ, ווי למשל ווען ער קומט שפעט צום לערנען און ער דארף משלים זיין דעם שיעור, וועט ער עס אויך נאר באטראכטן אלס א קנס. ילמדנו רבינו.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3795
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 6591 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל

שליחה דורך ונבנתה העיר »

צו פארשטיין קלאר: דאס איז נישט אן אטעמפט צו באטראכטן די בחורים ווי טפשים ממדרגה ראשונה וואס מיינען טאקע אז די הנהלה מיינט אז זיי האבן געוואלט אויסדרוקן א פראטעסט קעגן דעם נישט-בכבוד'גן בענקל, און אויב נישט דאן האבן זיי מסתמא געהאלטן אז מען דארף שטיין.

עס איז א שפיל וואס ווערט לכתחילה געשפילט מיט די בחורים אינאיינעם, אז בכדי ארויסצוהייבן דעם פעולה-תוצאה געזעץ וועלן אלע שפילן כאילו דאס איז געווען די כוונה, וממילא איז כך וכך די תוצאה.

איא?

---

יאיר זעצט.
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
באניצער אוואטאר
ודי למבין
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 603
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 30, 2013 2:22 pm
האט שוין געלייקט: 730 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 441 מאל

שליחה דורך ודי למבין »

ס'דא א סיבה פארוואס תלפיות גייט דאון דע דרעין און די סיבה איז וויל פשוט - עס ארבעט נישט! עס איז אפשר שיין אין טעאריע און פאר סלאגענס אבער אויף למעשה ווייזט עס שוואכע רעזולטאטן.

איך האב אסאאאאאאאאאאך צוצולייגן אין דעם נושא, אי"ה בקרוב.
הקטן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3315
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2006 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל

שליחה דורך הקטן »

יאיר האט געשריבן:עס איז באגריסנווערד אז ענדליך איז דא א מנהל פון א ישיבה וואס לייגט אריין כוחות אין מחנך זיין די בחורים און זיי שטעלן אויף די פיס אויסער געבן מוסר דרשות און פעטש,

:like
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
הקטן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3315
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2006 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל

שליחה דורך הקטן »

דו בחרים האבן דא קלאר באגאנגען אן עולה בין אדם לחבירו. פארוואס שפילן games.
אמת, חקירות ודרישות איז נאריש און שפילט סך הכול אריין אין די בחורים הענט.
אבער פארוואס זאל נישט דו מגי"ש זאגען, מיט א ראיקייט, אז מ'איז באגאנגן א פרעזענדליכע עולה א קעגן אים, און עס איז נישט הפקר וועלט, און ס'וועט אויספעלען אים איבערצובעטן כדי ער זאל מוחל זיין
דאס איז real life


ווען דו בחור וועט דאס טון און b&h אדער פאר זיין ווייב גייען זיי נישט שפילן דו game
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום הקטן, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

גערעכט ,און איך וואלט צוגעלייגט אז פון אלע משלים ביזדערווייל קומט אויס אז מען שטראפט דעם מגיד שיעור צוזאמען מיטן בחור/בחורים.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3833
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 3807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל

שליחה דורך נולד מאוחר »

ודי למבין האט געשריבן:ס'דא א סיבה פארוואס תלפיות גייט דאון דע דרעין און די סיבה איז וויל פשוט - עס ארבעט נישט! עס איז אפשר שיין אין טעאריע און פאר סלאגענס אבער אויף למעשה ווייזט עס שוואכע רעזולטאטן.

איך האב אסאאאאאאאאאאך צוצולייגן אין דעם נושא, אי"ה בקרוב.

און אלע אנדרע ישיבת גיין ווי?
די לעצטע צען יאר האבן זיך פארמאכט היפש אפאר ישיבת ווי מהאט יא געסטראשט און געטראסקט.
באניצער אוואטאר
ודי למבין
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 603
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 30, 2013 2:22 pm
האט שוין געלייקט: 730 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 441 מאל

שליחה דורך ודי למבין »

גערעכט! איז מה הועילו חכמים? אויב זיי גייען די זעלבע וועג ווי אלע אנדערע ישיבות, מיט וואס זענען זיי בעסער.
אין מאנסי איז דא א גאר געלונגענע ישיבה שערי ארזים ווואס האט אפציעל געדארפט זיין די וועג ווייזער פאר תלפיות, אבער זיי, תלפיות, האט ביג-טיים געמיסט.
הקטן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3315
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2006 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל

שליחה דורך הקטן »

אפשר איז בעסער צו לאזען דעם אשכול אויף "חינוך" נוסח תלפיות\שערי ארזים, און נישט אויף תלפיות זעלבסט.

פשוט-קאמפליצירט האט געשריבן:"דו דארפסט וויסן," איז הרב סעמפ מסביר, "אז ווען מיר באהאנדלען אזא מצב, פלאנירן מיר אויס א מהלך וואס נעמט אריין אלע שטאפלען פונעם פלאן. איך טראכט פאראויס עטליכע היכי תמצא'ס פון אופנים וויאזוי דאס וועט זיך אויסשפילן, און פלאניר לויט דעם די ווייטערדיגע שריט."


וואו איך פארשטיי ווייסען אלע אינוואלועד אז דו מנהל'ס ספעקילאציע איז א שפיל כדי דו מגי"ש זאל זיך ארויסדרייען אן קיין ביזיונת, ארויסצולאזען דו ליפט פינעם שפיצל.
איז וואס וועט זיין ווען 5 בחרים גייען צו צום מנהל און זאגען קאלר אינז האמער דאס נישט געטון און אינז האלטן אז דער מגי"ש בענקל איז דווקא זייער בכבוד'דיק און אינז זען נישט קיין צורך צו קויפן א נייע. און דו 5 געבען נישט קיין געלט.

איינער פין דו 5 לייגט צו ער ווייסט גראדע ווער האט דאס געטון, און יענער זאגט קלאר ער האט געוואלט אפטון דו מגי"ש, ווייל דו מגי"ש פארלייגט זיך אויף אים

שוין, שוין דו נייע בענקל איז שוין דא. געוואלדיק!
א טאג דעראויף דו זעלבע מעשה!!

געדענק דא קימט דאך פאר א power struggle צוישען דו מנהל און די בחרים. די לעצטע round האט דו מנהל געוואנען מיט ארויס לאזען דו ליפט פין די שפיצל, אלע פראשטייען דאס, יעצט איז דו בחרים רייע צו זעהן ווען דו מנהל גייט באסטען, ביז דער ווייל פארט דו ישיבה אויף טישען און בענק
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

שליחה דורך מאטי »

א מגיד שיעור דארף קעפטשערן די הערצער און מוח'ר פון זיינע תלמידים צו די פוינט אז א נארישער בחור וואס האלט ביים מאכן אזא שפיצל זאל ווערן אויסגעשפיגן פון זיינע חברים נאטורליך, אז ס'זאל זיך נישט לוינען פונעם בחור'ס פערספעקטיוו צו טון אזא זאך. אויב די קלאס הארבערט יא דעם בחור, איז א סימן אז דער קשר פונעם מגיד שיעור צום קלאס איז אויף פאליציי גנב פארמעסט.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
באניצער אוואטאר
פשוט-קאמפליצירט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 873
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 12:19 pm
האט שוין געלייקט: 866 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1421 מאל

שליחה דורך פשוט-קאמפליצירט »

ונבנתה העיר האט געשריבן:עס איז א שפיל וואס ווערט לכתחילה געשפילט מיט די בחורים אינאיינעם, אז בכדי ארויסצוהייבן דעם פעולה-תוצאה געזעץ וועלן אלע שפילן כאילו דאס איז געווען די כוונה, וממילא איז כך וכך די תוצאה.

איא?


איא!

ודי למבין האט געשריבן:אין מאנסי איז דא א גאר געלונגענע ישיבה שערי ארזים ווואס האט אפציעל געדארפט זיין די וועג ווייזער פאר תלפיות, אבער זיי, תלפיות, האט ביג-טיים געמיסט.


לאו דווקא, ויש לומר אביסל דווקא לאו. "שערי ארזים" איז געווידמעט מער בחורים פון אמעריקאנער-ארטאדאקסישע שטיבער, בעת "תלפיות" איז געמאכט פאר'ן חסידישן עולם. עס זענען פאראן געוויסע ענליכקייטן אין די צוויי סיסטעמס, אבער ס'איז זיכער נישט די זעלבע זאך און ווייט נישט דער זעלבער מהלך.
צי תלפיות האט "ביג-טיים געמיסט" ווייס איך נישט; איך ווייס אבער יא, אז הרב פרוינדליך פון "שערי ארזים" איז מיט דיר מחולק.
און וואס שטייט אין זעקסטן חלק שלחן ערוך?
באניצער אוואטאר
פשוט-קאמפליצירט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 873
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 12:19 pm
האט שוין געלייקט: 866 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1421 מאל

קנסות און קאנסעקווענצן (3)

שליחה דורך פשוט-קאמפליצירט »

נאך אזא בענקל עפיזאד, וואס כ'האב געהערט בשעת מעשה. ס'איז געווען א בחור, וואס האט געהאט א טענדענץ צו נאכמאכן דעם מגיד שיעור (שלא בפניו, ווי פארשטענדליך). ער האט ארויסגעהויבן דעם מגיד שיעור'ס אייגנשאפטן אויף אן אופן, אז זיי זאלן זיך זען און הערן לעכערליך. זיין ציל דערמיט איז געווען אונטערצוגראבן די אויטאריטעט פונעם מגיד שיעור.

איין טאג ווען דער מגיד שיעור איז אריינגעקומען אין דער כיתה, האט ער געפונען דעם בחור זיצן אויף זיין, דעם מגיד שיעור'ס בענקל, עפעס ווי שפילן דערביי דעם מגיד שיעור'ס ראלע. דער ראש ישיבה האט שפעטער, נאכ'ן שיעור, געמאכט א שמועס מיט'ן בחור. אבער אנשטאט אים פארהאלטן אויף דער אייגנטליכער עוולה, האט ער דעם בחור מסביר געווען אז מיט זיין אקט האט ער ווי "קונה געווען" דעם בענקל – וואס איז יעצט אריבער פונעם מגיד שיעור'ס אין זיינס, דעם בחור'ס, רשות. נו, אויב דער בענקל איז זיין אייגנטום, דארף דער בחור אים אהיימנעמען. אבער דא, האט דער מנהל זיך געכאפט, מאכט זיך א פראבלעם. אויב דער בחור נעמט דעם בענקל אהיים, בלייבט נישט פאר'ן מגיד שיעור אויף וואס צו זיצן. בלייבט איבער איין ברירה: דער בחור זאל אין משך פון א וואך יעדן אויפדערנאכט דעם בענקל אהיימנעמען, און דעם פאלגנדן אינדערפרי צוריקברענגען. אזוי וועט דער מגיד שיעור האבן אויף וואס צו זיצן, און דער בחור וועט בלייבן מיט זיין אייגנטום.

דער סוף הענין פון די עפיזאדן איז נישט אזוי וויכטיג, פונקט ווי נאך ביישפילן זענען איבעריג. די דערמאנטע אנעקדאטן קומען געבן א "שמעק" פון אן אייגנארטיגן, ספעציפישן צוגאנג צו טיפישע, אלגעמיינע פראבלעמען וואס מאכן זיך אין יעדער ישיבה. די אנגעשטעלטע און מחנכים זענען קיינמאל נישט ברוגז, גייען נישט ארויס פון די כלים, און ווערן נישט פארלוירן פאר חוצפה און ווידערשפעניגונג. די בחורים, פון דער אנדערער זייט, ווערן קיינמאל נישט גע'קנס'ט אדער "בא'עוולה'ט". עס זענען דא אקטן און פעולות, וועלכע ברענגען קאנסעקווענצן און תוצאות. דער וואס טוט א פעולה, דארף זיך ספראווען מיט דער תוצאה – און דער מגיד שיעור העלפט אים זיך אן עצה געבן, מיט א שמייכל, מיט ליבשאפט, מיט איבערגעגעבנקייט.

ווען א בחור מאכט עפעס קאליע, מוז ער עס פאררעכטן. ארויסווארפן? "וואס וועט ארויסווארפן אויפטאן: וועמען וועט עס העלפן? עס וועט נישט מחנך זיין דעם בחור און אויך נישט פאררעכטן דעם שאדן. אויב דער בחור מוז פאררעכטן א פענסטער וואס ער האט צעבראכן, פארדינט יעדער."

פון וואו זאל א בחור וויסן וויאזוי צו פאררעכטן א צעבראכענעם פענסטער? "אה. מיר וועלן אים העלפן! דערפאר איז ער דאך אין ישיבה."

ער, דער בחור, וועט זיך נעמען זוכן א גלעזער, וואס זאל אים אויסלערנען וויאזוי צו פאררעכטן א צעבראכענעם פענסטער. דער בחור דארף גיין נאך געלט און שאפן דעם נויטיגן סכום, וויפיל א נייער פענסטער קאסט. זיין מגיד שיעור וועט אים העלפן זוכן; ער וועט אים אויך העלפן מיט דער פארריכטונגס ארבעט. דאס אחריות פון פאררעכטן, אבער, ליגט אויף דעם וואס האט דעם שאדן געמאכט. דער מגיד שיעור איז דא אים צו העלפן, און ער וועט דעם תפקיד אויספירן אויף פולע הונדערט פראצענט.
און וואס שטייט אין זעקסטן חלק שלחן ערוך?
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3833
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 3807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל

שליחה דורך נולד מאוחר »

די תוצאות און אקטן וואס די הנלה שטעלט צי ווען א בחור בגייט אן עולה איז זייער ריפרעשינג.
ווען איך בין ווען בחור און די ישיבה וואלט איך ממש ארויסגעקיקט אויף יעדן טראבל, צי זען וואספארא קריעטיוו אקט די הנהלה גייט יעצט אויפקימען.
גורן האט''ד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 55
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 01, 2013 5:51 pm
האט שוין געלייקט: 58 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 61 מאל

שליחה דורך גורן האט''ד »

אין אנדערע ישיבות זענען די מגידי שיעור פארנומען מיט'ן צוגרייטען שיעורים און אויסטראכטען פשטים אין די גמרא, אין תלפיות איז מען פארנומען אויסטראכטען קריעיטיוו וועגן וויאזוי צו דיסציפלינען די בחורים. זעהט אויס אז אין גמרא תוספות זענען זיי נישט אזוי מוצלח.

דאס שאפען כלומ'רשטע באשטראפונגען וואס זענען א תוצאה אדער תיקון פון די טראבעל, דינט נישט צו מחנך זיי די בחורים מער צו די ריעל וועלט, נאר מאכט שטערקער די דריעם ווארלד אין וואס ישיבה בחורים ווערען שוין היינט מחונך.

דער סארט מייקרא-מענעדזשמענט און חינוך האט סימנים פון א קאלט.
הקטן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3315
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2006 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל

שליחה דורך הקטן »

בחרים דארפן זיכער מער וואו דו "נייע אויסגעטראכטען" פשט וואס די מגי"ש האט ערפינדען מיט זיין קריעטיוועטו. אזוי אויך איז קלאר אז דו קנסים מהלך פון אסך ישובות איז א טאטל דיזעסטער, און נישט נאר ס'טוט נישט אויף נאר מאכט גאר קאליע.

און מיט דעם קימט זיך קרעדיט פאר תלפיות צו האבן דו קאראש צו עקפערימענטען מיט אנדערע מהלכים, אבער דו ציל איז נישט צו זיין אינאוועטיוו נאר עפעקטיוו, און עפעקיטיוו מיינט האבן געלערענט דו בחור א לעסען וואס זאל אים העלפען און די לאנג ראן, וואו די משל מיט דו ציבראכענע פענסטער.

אבער מיט הייסען א בחור שלעפען א בענקעל א יעדען טאג בעק ענד פארד האסטו סך הכול געווינען די power struggle' , פארוואס ריפסטו דאס אן גיין מיט די בחור
און אויב געסטו אזא סארט עונש (וואס פיט בכלל נישט דו קריים) מיט א שמייכעל און מיט ליבשאפט קימסטו אויך עקראס וואו א סאדיסט.

מיין מגי"ש וואלט ווען געגעבען א נעבעבדיגע שמייכל אויף מיין זייט און מיר געזאגט "יענקעל ס'פאסט נישט פין דיר", ועכאלאס - וואלט ער מיר געזאגט אז איך האב קונה געווען דו בענקל וולאט איך געוויסט קלאר אז דו שטיין איז געלאנגען

גורן האט''ד האט געשריבן:דער סארט מייקרא-מענעדזשמענט און חינוך האט סימנים פון א קאלט.

פארשטיי איך נישט
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
באניצער אוואטאר
פשוט-קאמפליצירט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 873
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 12:19 pm
האט שוין געלייקט: 866 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1421 מאל

שליחה דורך פשוט-קאמפליצירט »

דאס אלעס דארף באמת געזען ווערן אינעם קאנטעקסט פון דעם גאנצן מהלך הישיבה. איך האב דערווייל אנגערירט בלויז איין אספעקט. האפנטליך וועט די צייט מסכים זיין, אז כ'זאל אנקומען צו רעדן פון די איבעריגע זאכן. אויף דערווייל, קענט איר באקומען א שטיקל בליק דורכ'ן קוקן דעם בייגעלייגטן יו-טובל.

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=8-Yuyutjlro[/youtube]
און וואס שטייט אין זעקסטן חלק שלחן ערוך?
פארשפארט