צווישן קאווע שטיבל אין די ניו יארק טיימס

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
איש הישר
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 28
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 03, 2014 4:38 pm
האט שוין געלייקט: 21 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 63 מאל

צווישן קאווע שטיבל אין די ניו יארק טיימס

שליחה דורך איש הישר »

ווען גוגל האט אין 2001 אנגעהויבן ארבעטן אויף דער פראדוקט וואס האט עווענטואל געטראגן דעם נאמען גוגל-נייעס, האט זי זיך געטראפן פאר א פראבלעם. וויאזוי קען מען מעסטן וועלכע נייעס קוואל איז מער פארלעסליך און פראפעסיאנאל, און וועלכע ווייניגער? גוגל -- זייענדיק גוגל -- האט נישט געוואלט שפענדן קיין צייט האבן א מענטש דורכגיין אלע נייעס וועבזייטלעך. אויך האבן זיי נישט געוואלט באשולדיגט ווערן מיט נגיעות וואס וואלט זיכער געשען אויב וואלט א מענטשליכער האנט געווען פארמישט אין די החלטות. די באשייד איז געווען צו שרייבן אן אלגאריטם וואס וועט אליינס וויסן צו אפוועגן א נייעס קוואל. די מעטריקס וועלכע גוגל האט גענוצט צו מעסטן דאס שטאפל פון נייעס קוועלער איז געווען א קאמפליצירטע, אריינרעכענענדיג לענג פון ארטיקלן, ברייטקייט פון דעקונג, אינטערנאציאנאלע ליינערשאפט, אריגינעלע קוועלער, און אזוי ווייטער. איינס פון די וויכסטיגסטע מעטריקס איז געווען שפראך. גוגל האט אויסגעלערנט זייער מאשינען צו אנקוקן די שפראך -- די גראמאטיק, דער אויסלייג, דער זאץ און פאראגראף סטרוקטור, וואקאבולארי א.א.וו. -- און ווי שענער און מער געשלייפט עס איז געווען, אלס חשוב'ער איז דער נייעס קוואל געווען גערעכנט. צום ביישפיל, א נייעס אגענטור וואס האט געשריבן "מרת הילערי ראדהעם קלינטאן" איז געווען העכער אין ראנג ווי א נייעס אגענטור וואס האט גענוצט בלויז "הילערי".

צו קוואנטיפירן קוואנטיטעט איז גרינג. צו קוואנטיפירן קוואליטעט איז כמעט אוממעגליך. מיט דעם אלעם, קוקנדיג אויף אויסערליכע סימנים איז מעגליך צו אויסרעכענען ראנג אין קוואליטעט. זוכענדיג צווישן די אידישע פארומס און גרופס מיט אן ענליכער מעטריק ווי גוגל, איז מעגליך אנצוווייזן אויף קאווע שטיבל אלס הויך אין קוואליטעט. א גרויס חלק פון די פאוסטס זענען גראמאטיש אויסגעהאלטן, גוט אויסגעלייגט, נוצנדיג הויעכע וואקאבולארי, א.א.וו. דאס זאגט אסאך איבער דער אלגעמיינער קוואליטעט ראנק פון קאווע שטיבל.

עס איז אבער ווען מען הייבט אן ליינען די אינהאלט פון דאס געשריבנס, בנוסף לזה זייענדיג באקאנט מיט די נואנסען פון דעם היימישן געזעלשאפט, וואס די פראבלעמען -- לכאורה -- זענען מבצבצין ועולין. אייגענטליך, נישט פראבלעמען לשון רבים, נאר פראבלעם. איין איינציגער פראבלעם. ווי פאלגנד: א גרויס חלק פון די הויך-קוואליטעט פאוסטס זענען געשריבן מיט א נעגאטיוון גייסט, אראפרייסנדיג... דעם סיסטעם. אז מען וועט מיך פרעגן וואס איז דער מערסט-פאפולערע ווארט אין קאווע שטיבל, וועט מיין אינסטינקטיווער ענטפער זיין, "סיסטעם". און נישט בחנם. זוכנדיג אויף גוגל, האב איך געטראפן 7 אשכולות אליינס וועלכע האבן דעם ווארט סיסטעם אין זייערן קעפל (סיסטעם, סיסטעם, סיסטעם, סיסטעם, סיסטעם, סיסטעם, סיסטעם) און נאך צענדליגע פאוסטס וועלכע באהאנדלן דעם סיסטעם און אירע נאכווייען, פילע פון זיי דערמאנען ניטאמאל דעם קינד ביים נאמען. דאס נעמט חלילה נישט אוועק פון דעם ריזן פראצענט ארטיקלן וועלכע באהאנדלן די טעמע פון א פאזעטיוון שטאנדפונקט (א גרויסער חלק פון די אשכולות מיט דעם ווארט "סיסטעם" אין זייערן קעפל איז גאר פאזעטיוו), און נאכמער די הונדערטערע הויך-קאליבער אשכולות וועלכע רעדן פון נייטראלע טעמעס. די גרויסע פראצענט נעגאטיוויטעט געט אבער א ווינט פאר דעם פלאץ פון קריטיק און נעגאטיוויטעט.

די שאלה איז נאר -- איז דאס טאקע א פראבלעם? דער חילוק צווישן אן ערוואקסנער און א קינד איז אז קינד קען בעיקר נאר משיג זיין קאנקרעטע זאכן וועלכע ער קען שפירן מיט זיינע פינף חושים, ווידעראום דער ערוואקסענער האט דאס מעגליכקייט צו טראכטן אין אבסטראקט און קוקן אויף דעם קאנסעפושעל בילד, נישט נאר אויף דעם קאנקרעטן מציאות. די אבסטראקציע מעגליכקייט פון אן ערוואקסענער איז דאס וואס טוט אים פונדאמענטאל אפטיילן פון א קינד, און געט אים די כלים צו פלאנירן אויפן צוקונפט, אנקוקן זאכן און געשעענישן פון א ברייטן פערספעקטיוו, א.א.וו.. דא עקא, א גרויסער טייל מענטשן גלייכן נישט אויפצווואקסן. אנשטאט זיך באנוצן מיט די ניי-צוגעקומענע כלים פון דערוואקסנקייט, קלויבן זיי ענדערש אויס אנצוקוקן די וועלט ארום זיי פון א קאנקרעטן פערספעקטיוו ווי איידער אן אבסטראקטן פערספעקטיוו. דאס איז איינער פון די הויפט סיבות פארוואס מענטשן קענען נישט פארליידן צו הערן זעלבסט-קריטיק. נעגאטיוויטעט און צינישקייט איז נישט קיין חסרון, אויך נישט קיין מעלה. עס איז א מעדיום. מען קען דעם מעדיום נוצן פאר קינדערישקייטן (געט נאר א בליק אין צימעס) אבער מען קען עס אויך נוצן צו דיסקוטירן ווי ערוואקסענע, זיך צו קוקן אין שפיגל און זיך זעלבסט-אנאליזירן, און ווען ס'פעלט אויס זיך אויך זעלבסט-קריטיקירן.

אז מען קוקט אין היימישע צייטונגען באמערקט מען אן אינטערעסאנטע זאך. בעת אין אלגעמיינע פאליטיק זענען די שרייבער גאר אויסגעריבן און ווייסן צו זאגן צו פלוני פאליטיקאנט האט געטון א גוטער שריט, אדער אלמוני קאנדידאט האט זיך גוט באנארישט, זענען זיי אבער גענצליך טאמעוואטע ווען עס קומט צו ציבור'ישע נייעס און פאליטיק. עס וועט קיינמאל -- מען קען אויף דעם וועטן הונדערטע דאלארן -- זיין אן ארטיקל וועלכער וועט קריטיש באהאנדלן א ספר, א פראדוקט, א מעמד, אן ארגעניזאציע. עס וועט זיין אדער -- רובם ככולם -- גאר גוט, הערליך, שיין, געפאקטע זאלן, חידושים נפלאים, א ים מיט סופערלאטיוון, אדער -- אין די איינצעלע פעלער ווען דער ספר/מעמד/ארגעניזאציע איז פון צד שכנגד -- כולו שלעכט, א טאטאלער דורכפאל, קיין הענט און קיין פוס, א חורבן און א פירצה. די סיבה איז אייגענטליך נישט ווייל די שרייבער קענען נישט טראכטן נאר אין ביינערי ווען עס קומט צו "היימישע" טעמעס, הו ווי זיי קענען. די סיבה איז ווייל דער המון עם וואס ליינט די צייטונגן קען נישט, אדער וויל נישט, טראכטן אין דעם וועג. טראכטן ביינערי -- ד.ה. שווארץ אדער ווייס -- איז די האללמארק פון א קינד'ס טראכטן. עס זענען נישט דא קיין 50 שאטענס פון גרוי. אדער ווייס, און אז נישט -- איז שווארץ. עס זענען נישט פאראן קיינע נואנסן. קיינע אפשרס, מעגליכס, מסתמאס און קען-זיינס. קדוש קדוש קדוש אדער טמא טמא יקרא. דער ערוואקסענער מענטש וואס קען טראכטן אין אבסטראקט ווייסט אוועקצונעמען זיין עמאציאנאלער צוגעבינדנקייט צום טעמע, אראפקראצן דעם קאנקרעטן חלק און קוקן מיט א ראציאנאלען בליק בלויז אויף דעם אבסטראקטער שאלה. אבער דאס קינד קען נישט.

צוריקצוגיין צום ביישפיל פון די צייטונגען, גוגל -- נאכן אימפלעמענטירן דעם אלגאריטם -- זענען זיי געוואויר געווארן אז די זעלבע צייטונגען וועלכע נוצן א פערפעקטער גראמאטיק מיט אן אויסגעהאלטענעם אויסלייג (א שטייגער ווי די וואל סטריט דזשורנאל אדער די ניו יארק טיימס) זענען די זעלבע וועלכע זענען דאס ווייניגסטע בייעסד, און וועלן אלץ פרובירן צו ווייזן ביידע זייטן פון דעם מטבע. עס שטעלט זיך ארויס אז קוואליטעט גייט האנט ביי היינט מיט דאס מעגליכקייט אנצוקוקן א טעמע מיט א גראדן בליק אן ווערן עמאציאנאל איבערגענומען. דאס צו איבערטייטשן צו אונז -- וואס זעט אויס ווי נעגאטיוויטעט און קריטיק זענען נישט נאכווייען פון אן אויפגעקלערטער שרייבערשאפט און קאווע שטיבל, ווי טייל מיינען. זיי זענען גייען גאר האנט ביי האנט מיט א געזונטער ערוואקסענער בליק אויפן לעבן, א מעגליכקייט צו זען דאס אייגנס פון א קריטישער לענס.
איש הישר בעיניו יעשה

דער אשכול פארמאגט 3 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר