ברעיקינג!!! א נייער גמ״ח מיט א רעוועלאציאנער געדאנק!

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
יעקעלע חכם
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 61
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 03, 2014 12:41 pm
האט שוין געלייקט: 14 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 111 מאל

ברעיקינג!!! א נייער גמ״ח מיט א רעוועלאציאנער געדאנק!

שליחה דורך יעקעלע חכם »

אזוי זיך דרייענדיג דא אביסעלע, און מיטהאלטענדיג די הלוך ילך פון געוויסע ניקום און חברי השטיבל איז מיר בייגעפאלען א גאניאלער המצאה, מיר זענען דאך א פאלק פון יודן, ברודער פון איין טאטע׳ן און מיר זענען נאטורלעך באשאפען געווארן מיט די מידה וואס הייסט רחמנות, מיר ווערן באטיטלט מיט א כתר שם טוב פון רחמנים בני רחמנים.

איז פארהאן פארשידענע חסד ארגאנעזאציעס, דער פארבארגט לעקטערס פאר געלע פענימער, דער מאכט באבאסקע סגלות פאר א שטוינענדען ביליגע פרייז, ווידער דער אנדערער פירט א וועד הפועל, העירוב, הצניעות, הכשרות, וכדומה. די ליסט ב״ה גייט ווייטער און ווייטער כמעין המתגבר, איך פון די אנדערע זייט פיל איך מיך ווי א שטיקל יון און די סוכה, אדער ווי טעבעלע דער קנעכט אונטערן בעט.

ווי איך גיי און ווי איך שטיי באגלייט מיר די יון׳שאפט, איך קום אריין און בהמ״ד און וויל מיר וואשן די הענט פארן זיך שטעלן דאווענען פארן בורה כל באגעגען איך מיר מיט א גאנצע וואנט מיט צעטעלאך איינס גרעסער פונעם צווייטן, דער שרייט אז דער תהילים כולל דאס איז די בעסטע סגולה און קיין בעסערס פון דעם איז פארהאן, ווידער דער אנדערער שרייט אז דאס לערנען חצות און ספאנסערן א חצות כולל, דאס איז בדוק ומנוסה, דער דריטער שרייט אז ער פארקויפט סגולה רינגעלעך וואס איז נאס-מאכן פראף, אויב טוט מען אן די רינגעלע איז מען פארזיכערט אז דאס בעט בלייבט טריקן ווי א מדבר, ווייטער גיי איך און מקוה הער איך ווי צוויי צעהוצטע יונגערלייטלעך הארגענען זיך ארום אויף הויכע טענער וועמע׳ס עסקנות האט מער געהאלפן פארן פאריגען וואכעדיגער דינער פון די מוסדות, גיי איך און בור שטייט א וואלענטיר חזירים שומר וואס געבט אכטונג אז מען זאל זיך ח״ו נישט צופיל פארזוימען אונעם בור, ספעציעל נאכדעם וואס נחש ראזענבערג זאגט אז 75 פראצענט קינדערלאך ווערן נעבעך מאלעסטעד און אונזערע מקוואות, ווייטער און שויער איז דא א יוד וואס איז מנדב פרי שאמפוי פאר די אלע אידן וואס ווילן זיך נישט זייפן מיט די ציין פוץ וואס מען האט פארוואנדעלט און א סאפ באר, אזוי ווייטער איך שטעל מיך דאווען איז דא די וואס גיין מיט פשקות פארשידענארטיג, דער גייט פאר שערי חסד, דער אנדערער שערי מזון, שערי ישועה, שערי מזון, שערי חמלה, שערי פיגה, שערי יואל, שערי אהרן, שערי חיים חן וחסד, עטרת גאלדא, עטרת ישועה, עטרת יואל, עטרת אברהם.

הקיצור יעדער מיט וועם איך באגעגן מיך האט זיך זיין מצוה מיט וואס ער פארנעמט זיך און ערפילט זיין חלק און זיין פון די בני רחמנים און טרעפט זיך זיין פעשאן און זיין סאפט ספאט פאר וואס ער עסקנ׳ט מיטן גאנצען כח.

ווידער איך דריי מיך ווי דער תם און די הגדה, און איך דריי מיך פון חד גדיא צו חד גדיא און איך האב נישט געטראפען קיין מצוה וואס זאל זיין מיין פראיעקט, וויפול איך האב געטראכט און געזיכט, האב איך נישט געקענט טרעפן ווי אויסצוגעבן מיין אנגעזאמעלטע דאזע פון רחמנות...

ווילאנג איך האב ב״ה געלאנדעט דא אויף דעם שטיבל!

דא האט זיך מיר געפענט די אויגן צו א נייע וועלט, צו Needs וואס מאנכע און אונזערע רייען דארפן קריטיש וויכטיג האבן, און עס האט מיר אויפגעבליצט א באמבע געדאנק, הערט און שטוינט!

עס זענען דא דא אזאלעכע וואס האבן א געפערליכע עדיקשאן/דיסארדער , די דיסארדער הייסט DTFPOTHC יא טאקע א לאנגע נאמען, אבער די פראבלעם איז אויך גאר א גרויסע.

די אפטייטש דערפון איז Disorder To Find Problems on The Hasidic Community.

די מחלה איז כמעט אומהיילבאר, ממילה אנשטאט פארשווענדען צייט אויסצוהיילן פון די מחלה, עטליעסט האב איך א געדאנק גרינגער צו מאכן פאר די וואס ליידן נעבעך דערויף.

איז אזוי, דא זענען דאך דא טייערע אידן וואס האבן אן אדיקשאן צו טרעפן פראבלעמען אויפן היימישן ציבור.

שוין אפאר יאר וואס די שטיבל איז געווארן א צענטער פונקט פאר אזאלעכע געשלאגענע נעבעך.

מען האט שוין דא דיסקאסט אלע מיני פראבלעמען (פארשטייט זיך נאר לטוב... צו העלפן ״פיקסען״ דעם ציבור.

למשל, ווען טאטעס מאלעסטן קינדער, ווען קינדער מאלעסטן קינדער, ווען קינדער מאלעסטן טאטעס, ווען טאטעס מאלעסטן טאטעס. און אזוי גייט די ליסטע אן.

ווי אויך וואס דער מאלעסטער טראכט פאר ער פאנגט אן צו טראכטן פון גיין מאלעסטן, נאכדעם וואס ער טראכט שוין, ווען ער מאלעסט שוין, נאכדעם וואס ער האט מאלעסטעד....

דערנאך זענען דא די וואס נעמען קעיר צו פיקסען די רבי׳ס אישוס.

וואס די רבי׳ס טוהן, ווילן טוהן, וואס זיי האבן שלעכטס געטאן, ג׳גזלט פארשטייט זיך ״מאלעסטעט איז די מעין אישו און יעדע נושה״.

נאכדעם איז דאס פלאץ א מורה׳דיג מקום ווי די געשלאגענע עדיקטס זענען זיך מחזק איינער דעם צווייטן, און מען האט אפי׳ דא אויסגעטראפן א נאמען פאר די אלע משוגעים וואס זענען נישט אדיקטעד, מען רופט זיי ״יושבי חושך״ און מען לאכט אפ פון די נעבעכלאך וואס זייערע פראבלעמען באשטייען בעיקר פון פרנסה, שלום בית, די קינדער, ווען דא זענען דא אזאלעכע וואס די פראבלעם׳מענדלאך לאזן זיי איבער פאר די ווייבער, זיי זענען ביזי אויף קאווע מיט סאך גרעסערע פראבלעמען, די נארישקייטן זענען געמאכט געווארן פאר די יושבי חושך פערדעלעך ל״ע, דא פיקסט מען ריזיגע פראבלעמען, דא פיקסט מען די גאנצע צובראכנע סעסייעטי...

הקיצור, אבער איך באמערק אז אויך דא צווישן די עדיקטס איז דא אזעלעכע וואס זענען נישט גענוג שארף און זייער מח ארבייט נישט אזוי שנעל ווי זייער אדיקשען, און זיי מיטשען זיך נעבעך שטארק אויפצוקומען פון אונטער דער ערד מיט פראבלעמען אויפן היימישן ציבור, און פון דעספערעישן קומט אויף געוויסע מאל אז זיי פאסטן נעבעך שקר, אדער האלב איבערגעבאקענע מעשיות, אדער געפיקסטע מעשיות.

הקיצור טא מעיק א לאנג סטארי שארט, עפען איך אויף א גמ״ח פאר די עדיקטס, אז ווער עס זיכט א פראבלעם אויפן חסידישער ציבור קען אימעילן Problamfinderonhasidics@gmail.com

מיר פארמאגן א ריזיגע דאטא בעיס פון פראבלעמען אנגעפאנגען פון מעלאסטעישן, און גענדיגט ביי שפיצלעך, און אזוי ווייטער ולא עד בכלל, און ווער עס זוכט א פראבלעם אויף די חסידישער ציבור וועלן מיר דאס צושטעלן על צד היותר טוב.

ב״ה איך האב שוין אויך א פראיעקט!!!!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 3 אום יעקעלע חכם, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
Smartness runs in my family. When I went to school I was so smart my teacher was in my class for five years.
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3833
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 3807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל

שליחה דורך נולד מאוחר »

אויף איינע פון די שעלף'ס אין גמ''ח האב איך געפונען אן אייטעם וואס דער בעל הגמ''ח האט מיר נישט געוואלט פארבארגען.
סהאט א לאנגע נאמען , בקיצור יענס שטעלט דיר צי די טענה קענען חסידים, דאס גופא אז סדא חסידים וואס זיכען פראבלעמען אויף די חסידים.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום נולד מאוחר, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
יעקעלע חכם
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 61
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 03, 2014 12:41 pm
האט שוין געלייקט: 14 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 111 מאל

שליחה דורך יעקעלע חכם »

מ׳וועל מיר עס צולייגן מערצעה השם, אה! איז האמיר צו פארבארגען נאך אחור׳ס אויך, כ׳האף אז די גייסט נישט שרייען איסור השגת גבול.
Smartness runs in my family. When I went to school I was so smart my teacher was in my class for five years.
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6957
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

א גמ"ח וואס העלפט ארויס אידן מיט זייער ספעלינג מיסטעיקס וואלט אויך נישט שלעכט געווען.
יעקעלע חכם
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 61
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 03, 2014 12:41 pm
האט שוין געלייקט: 14 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 111 מאל

שליחה דורך יעקעלע חכם »

יא מ׳העמיר דאס אויך צולייגן בעז״ה, וואס דער עולם דא פארלאנגט.
Smartness runs in my family. When I went to school I was so smart my teacher was in my class for five years.
באניצער אוואטאר
דער (פינטעל) איד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1192
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 6:02 pm
האט שוין געלייקט: 784 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 950 מאל

שליחה דורך דער (פינטעל) איד »

יעקעלע!!!! :דאבללייק: :דאבללייק:




.
באניצער וועלכע וואלטן געלייקט דער (פינטעל) איד פאר די הודעה אויב ס'וואלט געשריבן געווארן דורך א צווייטן (93 בסך הכל):
אי • אפשר • לפורטם • כי • רבים • הם
ראנג: 99.9%
יעקעלע חכם
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 61
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 03, 2014 12:41 pm
האט שוין געלייקט: 14 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 111 מאל

שליחה דורך יעקעלע חכם »

די ריספאנסעס און אימעיל זענען ב״ה overwhelming.
שוין פיר געשלאגענע געהאלפן טרעפן מעסיוו פראבלעמען אויפן ציבור החרדי.
איך פיל אז ב״ה מיר זענען באמת א הילף.
Smartness runs in my family. When I went to school I was so smart my teacher was in my class for five years.
אי איתמר
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 94
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 23, 2013 6:54 pm
האט שוין געלייקט: 25 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 28 מאל

שליחה דורך אי איתמר »

איש הישר האט געשריבן:
די שאלה איז נאר -- איז דאס טאקע א פראבלעם? דער חילוק צווישן אן ערוואקסנער און א קינד איז אז קינד קען בעיקר נאר משיג זיין קאנקרעטע זאכן וועלכע ער קען שפירן מיט זיינע פינף חושים, ווידעראום דער ערוואקסענער האט דאס מעגליכקייט צו טראכטן אין אבסטראקט און קוקן אויף דעם קאנסעפושעל בילד, נישט נאר אויף דעם קאנקרעטן מציאות. די אבסטראקציע מעגליכקייט פון אן ערוואקסענער איז דאס וואס טוט אים פונדאמענטאל אפטיילן פון א קינד, און געט אים די כלים צו פלאנירן אויפן צוקונפט, אנקוקן זאכן און געשעענישן פון א ברייטן פערספעקטיוו, א.א.וו.. דא עקא, א גרויסער טייל מענטשן גלייכן נישט אויפצווואקסן. אנשטאט זיך באנוצן מיט די ניי-צוגעקומענע כלים פון דערוואקסנקייט, קלויבן זיי ענדערש אויס אנצוקוקן די וועלט ארום זיי פון א קאנקרעטן פערספעקטיוו ווי איידער אן אבסטראקטן פערספעקטיוו. דאס איז איינער פון די הויפט סיבות פארוואס מענטשן קענען נישט פארליידן צו הערן זעלבסט-קריטיק. נעגאטיוויטעט און צינישקייט איז נישט קיין חסרון, אויך נישט קיין מעלה. עס איז א מעדיום. מען קען דעם מעדיום נוצן פאר קינדערישקייטן (געט נאר א בליק אין צימעס) אבער מען קען עס אויך נוצן צו דיסקוטירן ווי ערוואקסענע, זיך צו קוקן אין שפיגל און זיך זעלבסט-אנאליזירן, און ווען ס'פעלט אויס זיך אויך זעלבסט-קריטיקירן.



צוריקצוגיין צום ביישפיל פון די צייטונגען, גוגל -- נאכן אימפלעמענטירן דעם אלגאריטם -- זענען זיי געוואויר געווארן אז די זעלבע צייטונגען וועלכע נוצן א פערפעקטער גראמאטיק מיט אן אויסגעהאלטענעם אויסלייג (א שטייגער ווי די וואל סטריט דזשורנאל אדער די ניו יארק טיימס) זענען די זעלבע וועלכע זענען דאס ווייניגסטע בייעסד, און וועלן אלץ פרובירן צו ווייזן ביידע זייטן פון דעם מטבע. עס שטעלט זיך ארויס אז קוואליטעט גייט האנט ביי היינט מיט דאס מעגליכקייט אנצוקוקן א טעמע מיט א גראדן בליק אן ווערן עמאציאנאל איבערגענומען. דאס צו איבערטייטשן צו אונז -- וואס זעט אויס ווי נעגאטיוויטעט און קריטיק זענען נישט נאכווייען פון אן אויפגעקלערטער שרייבערשאפט און קאווע שטיבל, ווי טייל מיינען. זיי זענען גייען גאר האנט ביי האנט מיט א געזונטער ערוואקסענער בליק אויפן לעבן, א מעגליכקייט צו זען דאס אייגנס פון א קריטישער לענס.
באניצער אוואטאר
ברסלבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
האט שוין געלייקט: 3570 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל

שליחה דורך ברסלבער »

ברסלבער האט געשריבן:דא אין שטיבל זענען מיר ב"ה געבענטשט מיט א שפע פון אשכולות איבערן פעלערדיגן קראנקן סיסטעם אין וואס מיר זענען געבענטשט געווארן אינעם היינטיגן אכשר-דרא'דיגן עפאכע. מאנכע האבן טענות אז מען רעדט שוין צופיל פון דעם, אבער דאס איז נישט גערעכט. מען קען הערן ווי די עלטערע אידן קענען נישט אויפהערן רעדן פון די ביטערע יארן וואס זיי אריבער אין קריג, זאל עס זיין ביי א שמחה, צו ביי א תוגה, צו ביי יעדן שמועס, פון וואס מען זאל נאר רעדן קומט עס אייביג אריין. קען מען דען האבן טענות אויף זיי? זיי זענען דאך קריגס געליטענע, די ווייטאג ליגט זיי אויפן הארץ און מען קען דאס נישט פארווישן אזוי שנעל.
ביי אונז געפינען זיך אויך ליידער אזעלכע סארט קריגס געליטענע, ליידער טאקע פון די מכם-ובכם-חברה, און מען קען נישט האבן קיין טענות ווען די נושא קומט שטענדיג ארויף אויפן טיש. דאס איז א פארווייטאגטע לאסט אויפן הארץ וואס מוז ארויס געגעבן ווערן.
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
יעקעלע חכם
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 61
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 03, 2014 12:41 pm
האט שוין געלייקט: 14 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 111 מאל

שליחה דורך יעקעלע חכם »

רבותי מיר האבן אויפגענומען א נייע פראבלעם ערפינדער פאר די מעלאסטעישן דעפארטמענט, סיי וואס פאר א לשון הרע/מעשה/אדער ארעסט איר ווילט ערפינדען וועלן מיר ב״ה יעצט קענען צושטעלן אויפן בעסטן פארנעם.

ווי אויך אויף שלום בית האמיר אויך פארברייטערט די דיפארטמענט, מען קען אנפרעגן פאר סיי וועלכע שלום בית נושה מען וויל טרעפן א פראבלעם, און אונזער שטאב וועט עס גראד אפבאקען פאר אייך Well Done.

עס קומען אריין פארלאנגען אז מיר זאלן עפענען א דעפארטמענט פאר א רעוועלאציע חלום וואס מאנכע געשלאגענע האבן אנגעפאנגען צו חלום׳ן דערוועגן, מיר שיקן איצטערט אראפ א דעלעגאציע אויף אוקריינא א גאנצע גרופע אז זיי זאלן זיך קענען אנזאפען מיט רעוועלאציע חלומות צוצושטעלן פאר דעם עולם דא.

אלענפאס דערווייל ווילאנג עס איז נאך נישט דא קיין קלארע מהלך אויף די רעוועלאציע קען זיך דער עולם באוואפענען מיט פאסיק באמבעס און זיך אויפרייסן און די מקוואות אלס פראטעסט אויפן סיסטעם, אדער זיך זעלבסט פארברענען צו ביי די נעגל פארברענערייען ערב שבת, אדער אויב מען וויל א גרעסערע פראטעסט קען מען ווארטן אויף ערב פסח ביי בדיקת חמץ, אדער גאר ל״ג בעומר ביי די מדורה!

לאנג זאל לעבן די נאפאליענס פון קאווע שטיבל!
Smartness runs in my family. When I went to school I was so smart my teacher was in my class for five years.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

שקויעך ר' יענקעלע חכם הרזים שליט"א: איך בין געווארן שטארק איבערגענומען פון דיין גוטהארציגקייט און חכמה, ממש כמעיין המתגבר. און איך וועל בלי"נ נוצן דיינע גמ"ח סערוויסעס. איך האב נאר איין קליינע הערה. נאך א מזל אז ביי אי-מעיל דארף מען נישט קענען ספעללן.
נ.ב.: כ'האב נאכנישט אויסגעטרייט דיין אי-מעיל אדרעסס, אויב ס'ארבעט. :roll: :? :lol: :oops: :cry: :( ;) :o
יעקעלע חכם
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 61
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 03, 2014 12:41 pm
האט שוין געלייקט: 14 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 111 מאל

שליחה דורך יעקעלע חכם »

berlbalaguleh האט געשריבן:שקויעך ר' יענקעלע חכם הרזים שליט"א: איך בין געווארן שטארק איבערגענומען פון דיין גוטהארציגקייט און חכמה, ממש כמעיין המתגבר. און איך וועל בלי"נ נוצן דיינע גמ"ח סערוויסעס. איך האב נאר איין קליינע הערה. נאך א מזל אז ביי אי-מעיל דארף מען נישט קענען ספעללן.
נ.ב.: כ'האב נאכנישט אויסגעטרייט דיין אי-מעיל אדרעסס, אויב ס'ארבעט. :roll: :? :lol: :oops: :cry: :( ;) :o

איך זעה איז די האסט ב״ה פארשטאנען די מטרה פון דעם נייעם גמ״ח מיט מיין ספעלינג מיסטעיקס, אזא איינער ווי די קען טאקע האבן אסאך נוצן דערפון.
Smartness runs in my family. When I went to school I was so smart my teacher was in my class for five years.
פארשפארט