ידיעות חז"ל און די מציאות
יידל האט געשריבן:ריכטיג, זאג דו, וואס איז דער א' פון וואו מ'דארף אנהייבן?
ריכטיג האט געשריבן:ענדערש הייב אן מיט זאכן וואס - מחמת דעם וואס מיר טראכטן נישט - האבן מיר נישט ריכטיג ארויס און מחמת דעם האבן מיר נישט די ריכטיגע אמונה און מיר גלייבן נישט און דעם וואס מיר ברויכן יא צו גלייבן, וואס דאס איז דער גרעסערע חלק פונעם פראבלעם, ווייל דער אמת איז: וויפיל פון אונזער קרייז קען מען שטעלן אויף א שטרענגע פארהער איבערן ריכטיגן אפטייטש פון די י"ג עיקרי אמונה? וויפיל פון אונז קענען מסביר זיין פארוואס פונקטליך מיר גלייבן אין וואס מיר גלייבן? ליידער זייער ווייניג פון אונז זענען מסוגל דערצו.
- יידל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4922
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
- האט שוין געלייקט: 2328 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל
געווען דא אמאל א ניק מיטן נאמען שיטה מקובצת, ער האט געעפנט אן אשכול מיטן קעפל "וואס איז די ווייניגסטע וואס כ'דארף גלייבן?". אלזא, די פאזעטיווע חלק, וואס מ'דארף יא גלייבן, האט שוין א מקום וואו ס'ווארט צו ווערן אויסגעשמועסט.
עכ"פ, איך פארשטיי נישט פונקטליך וואס איז דיין פראגע אויף תחכמוני, אבער כללו של דבר, אין אדם לומד אלא במקום שלבו חפץ.
עכ"פ, איך פארשטיי נישט פונקטליך וואס איז דיין פראגע אויף תחכמוני, אבער כללו של דבר, אין אדם לומד אלא במקום שלבו חפץ.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
נולד מאוחר האט געשריבן:סגעפעלט מיר ווי ווען סקומט צי געוויסע נושאים וואס מענטשן גלייכן נישט צי הערן ווערט מען א גאנצע פילוסוף?
מנעמט זיך פרעגן שאלות.
כהאב געשערט אן אט אף דע באקס מחשבה מיט א חבר אמאל, נעמט ער זיך גלייך פרעגן שאלות ,אפשר ביסט דיך טועה, קענסט דען זיין זיכער. כהאב עם געוואלט פרעגן ,זאג אויף די אלע מעשיות און סגילות האסטו אויך געפרעגט אזויפיל שאלות, אדער דארט קויפסט וואס מזאגט?
עס גייט ביידע וועגן, די וואס טראכטן אוט אוו די באקס אלעמאל זענען אויכעט נישט באקוועם ווען איינער איז מסביר די אנגענומענער מיינונג אויף א ראציאנאלן אופן, אביישפיל האסטו פון מיר, איך האב אין דעם אשכול געפרעגט א שאלה פון יעדע זייט, לענ"ד זענען די שאלות אייניג שטארק, אבער דאך אויף די שאלה וואס איך האב געפרעגט אויפן קאנסערוויטיווע זייט האב איך זוכה געווען צו א לייק משא"כ אויף די שאלה וואס איך האב געפרעגט אויפן ליבעראלן זייט האב איך נישט זוכה געווען, ודו"ק.
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 93
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 15, 2013 8:06 am
- האט שוין געלייקט: 67 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 328 מאל
ריכטיג האט געשריבן:קען מיר איינער אפשר מסביר זיין די כונה פון תחכמוני מיט'ן עפענען דעם אשכול? וויל ער סתם טראכטן אוט אוו די באקס? וואס שטערט איהם אז דער אלגעמיינער עולם טראכט אז חז"ל האבן אלעס געוואוסט? איך מיין אז איינס פון די צוויי, אדער וויל ער פשוט מבלבל זיין דעם עולם, אריינברענגען ספיקות, (ד. ה. אויב חז"ל זענען געווען wrong איז ווער זאגט אז צו דרש'נען האבן זיי יא פארשטאנען? אפשר איז אונזערע הלכות פון תושבע"פ נישט עכט מחייב אאז"וו), אדער האט ער פשוט טענות אויף אונזער חרדישער סיסטעם וואס לאזט נישט טראכטן, טא אויב אזוי וואס הייבסטו אן מיט די אמונות טפילות? וואס ארט דיך? ס'איז דאך נישט קיין כפירה צו האלטן אז זיי האבן יא אלעס געוואוסט? ענדערש הייב אן מיט זאכן וואס - מחמת דעם וואס מיר טראכטן נישט - האבן מיר נישט ריכטיג ארויס און מחמת דעם האבן מיר נישט די ריכטיגע אמונה און מיר גלייבן נישט און דעם וואס מיר ברויכן יא צו גלייבן, וואס דאס איז דער גרעסערע חלק פונעם פראבלעם, ווייל דער אמת איז: וויפיל פון אונזער קרייז קען מען שטעלן אויף א שטרענגע פארהער איבערן ריכטיגן אפטייטש פון די י"ג עיקרי אמונה? וויפיל פון אונז קענען מסביר זיין פארוואס פונקטליך מיר גלייבן אין וואס מיר גלייבן? ליידער זייער ווייניג פון אונז זענען מסוגל דערצו.
מיין גאנצע כוונה איז נאר געווען צו געבן פאר דער וואס איז נייגעריג צו טראכטן און ער ווייסט נאר נישט ווי אנצוהייבן א שטיקל הקדמה אין די ענינים. עס שטערט מיר נישט אז עס זענען דא מענטשען וואס ווילן נישט טראכטן (איך דריי זיך א גאנצן טאג מיט די חברה). מיין ארטיקל איז דייטליך נאר געשטעלט פאר איינער וואס וויל יא טראכטן. אויב איז אבער דא איינער וואס וויל זיך איזולורן אין זיין ווינקל און פארשטאפן די אויערן, דאן געב איך אים רשות נישט צו ליינען די ארטיקל. איך וועל ציטירן די רמב"ם אין זיין פתיחה צו מורה נבוכים:
ואִילו המבולבלים אשר מוחותיהם לוכלכו בדעות שאינן נכונות ובדרכים מסלפות, וחושבים את אלה לחוכמות אמיתיות, וטוענים שהם אנשי עיון, שעה שאין להם ידיעה כלל בדבר הנקרא חוכמה באמת - הללו יירתעו מפרקים רבים בספר. ומה מאוד יקשו עליהם, מכיוון שהם לא ישיגו בהם משמעות כלל ומכיוון שמתוכם יתברר שפסולים המטבעות המזויפים שבידם שהם אוצרם ורכושם השמור עמם לעתות מצוקה. והאל יתעלה יודע שתמיד יראתי מאוד מאוד מלכתוב את הדברים שברצוני לכתוב בספר זה, מכיוון שהם דברי סתר שלא נכתב עליהם ספר באומה בימי הגלות האלה... אלא שהסתמכתי על שתי הנחות: האחת מה שאמרו (חז"ל) על מעין עניין זה: עת לעשֹות לה' [הפרו תורתך]...
בסיכומו של דבר, אני האיש אשר בהציק לו עניין וצרה לו הדרך, ולא ימצא תחבולה ללמד אמת שיש עליה הוכחה מופתית, אלא בכך שיעשׂה את המתאים לאיש אחד מעולה ואינו מתאים לעשׂרת אלפים בורים - הריני מעדיף לאמר זאת לו לבדו ואיני שועה אל הגנאי של אותו עם רב, ואשים לבי לחלץ אותו יחיד מעולה מן הסבך שנסתבך בו, ואדריכנו ממבוכתו עד שיגיע לשלמות וירווח לו.
"It is error only, and not truth, that shrinks from inquiry"
Thomas Paine -
- קאנצעפט
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 110
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 24, 2012 7:20 pm
- האט שוין געלייקט: 61 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 110 מאל
תחכמוני האט געשריבן:א גוטן ליבע ליינער,
אין יאר 1574 האט אן איטאליענישע חכם, עזריה מן האדומים (נאך זיין משפחה נאמען ROSSI) ארויסגעגעבן א ספר מיטן נאמען מאור עינים. דארט אנאליזירט ער אסאך אגדות חז"ל און ער קומט צו אז זיי שטימען נישט מיט די מציאות און זאלן נישט ווערן באטראכט אלס אמת. הגם בנוגע תורה זענען זיי די גרעסטע אוטאריטעטן ווייל זיי האבן מקבל געווען די תורה בקבלה איש מפי איש מפי הגבורה, אבער בנוגע וועלטליכע עניינים האבן זיי נישט געהאט קיין שום קבלה נאר זיי האבן געשריבן אזוי ווי עס איז געווען באקאנט אין יענע צייטן. אזוי שרייבט ער צום ביישפיל אויף איין פלאץ:
אין ספק שכל המקובל לנו מחכמינו במתיחס למצות התורה שרשיהן וענפיהן עד ראש כל אמיר דבר ה' הוא אשר באהבה ויראה נשיתהו עטרה לראשנו... ועוד זאת שנית מלתא דפשיטא לכל אנשי לבב שהנמצא להם ז"ל בדברים העיוניים כמו על אודות אצטגנינות וצורת השמים והארץ וכדומה אשר דבריהם בם אנושיים לגמרי בפנותם אל הדרושים ההם איש במתנת שכלו או כפי מה שקבל מחכמי הדורות מאיזה עם היו בלי שפע נבואה ועזר ממנה, יכולים אנחנו עם רצונם הטוב לתת בו אל האחרונים שכתבו נגדם אזן שומעת ולבחון דברי החלקים כפי כח דעתנו (אמרי בינה ראש פרק יד)
אקעגן אים איז ארויסגעקומען די מהר"ל מפראג מיט די גאנצע שארפקייט און אין זיין ספר באר הגולה (באר השישי) שרייבט ער אזוי:
והיה ראוי לסיים דברינו, לולא כי הגיע לידינו ספר אחד שחבר מבני עמנו, והובא הספר לפני ואמרו ראה כי זה חדושי דברים. כאשר ראיתי שמחתי לקראתו כשמחת חתן לקראת כלה, ובקראי בו נקרע לבבי ונשפך רוחי בקרבי, ואמרתי אוי לעיני שכך ראו ואוי לאזני שכך שומעים דברים כאלו, ארור יהיה היום אשר בו נגלו ונראים דברים אלו. איש אשר לא ידע להבין דברי חכמים, אף דבר אחד מדבריהם הקטנים וכ"ש הגדולים, וכל שכן דבריהם העמוקים, איך לא ירא לדבר בחכמים וידבר עליהם כאלו הם אנשים בדורו חביריו, דבר זה לא היה בישראל עד הדור הזה... ועתה בדור הזה הפחות והסכל מכל חכמה, יעמוד אחד וישלח לשונו בקדושים אשר היו לפנינו יותר מאלף שנה ויאמר ראה דרכי וחכם... ומובטח אני בשארית ישראל הנאמנים עם ה' ועם תורתו, כי לא ישאירו לספר הזה שם ושארית בישראל רק ידונו אותו כמשפטו, כי המבזה את החכמים אמרו בפרק חלק (סנהדרין צט:) שהוא בכלל האומר אין תורה מן השמים או בכלל אפיקורס.
און ער ענדיגט צו "לכן ספר הזה הוא בכלל ספרים החיצונים אשר אסור לקרות בהם. וכל איש בעל דת תורת משה ומאמין בתורה שבכתב ובתורה בע"פ, יהא הספר הזה בבל יראה ובל ימצא ולא יביט אליו ולא יסתכל בו לא ראיה שכלית ולא ראיה חושית".
יעצט לאמיר זעהן וואס די ראשונים האבן צו זאגן אויף דעם נושא. איך וועל אנפאנגען מיט די איבערנאטורליכע כוחות, דאס הייסט כישוף. אויב האט איר שוין אמאל געעפנט א גמרא האט איר זיך שוין זיכער באגעגענט מיט כישוף. די גמרא ברענגט אראפ פילע מעשיות פון כישוף-מאכער און עס איז קלאר אז די גמרא האט דאס אנגענומען פאר א מציאות. אזוי ווי די גמרא שרייבט אין חולין (ז:) "והאמר רבי יוחנן למה נקרא שמן כשפים שמכחישין פמליא של מעלה". אזוי אויך היינט איז אנגענומען ביי רוב אנשי שלומינו אז כישוף איז א מציאות'דיגע חכמה נאר עס איז אסור צו נוצען. יעצט אבער קוקט וואס די רמב"ם שרייבט אין הלכות עבודת כוכבים סוף פרק יא:
ודברים האלו כולן דברי שקר וכזב הן והם שהטעו בהן עובדי כוכבים הקדמונים לגויי הארצות כדי שינהגו אחריהן ואין ראוי לישראל שהם חכמים מחוכמים להמשך בהבלים אלו ולא להעלות על לב שיש תועלת בהן שנאמר כי לא נחש ביעקב ולא קסם בישראל ונאמר כי הגוים האלה אשר אתה יורש אותם אל מעוננים ואל קוסמים ישמעו ואתה לא כן וגו' כל המאמין בדברים האלו וכיוצא בהן ומחשב בלבו שהן אמת ודבר חכמה אבל התורה אסרתן אינן אלא מן הסכלים ומחסרי הדעת ובכלל הנשים והקטנים שאין דעתן שלימה אבל בעלי החכמה ותמימי הדעת ידעו בראיות ברורות שכל אלו הדברים שאסרה תורה אינם דברי חכמה אלא תהו והבל שנמשכו בהן חסרי הדעת ונטשו כל דרכי האמת בגללן ומפני זה אמרה תורה כשהזהירה על כל אלו ההבלים תמים תהיה עם ה' אלהיך.
אזוי שרייבט די רמב"ם אין נאך אפאר פלעצער אז כישוף איז הוילע דמיונות אזוי ווי ער שרייבט אין פירוש המשניות (סנהדרין פרק ז משנה ז) "ובעל אוב הנזכר במקרא יהיה בעשיית מעשים, ויש ממנו מין אחר והוא שלוקח גולגולת אדם אחד שנתעכל ממנו הבשר ויצניע אותה ויקטר לה ובודה דברים בה והוא שומע ממנה דברים כמו ששומעין מן המת במלאכת בעל אוב, וכל מה שאתה רואה ממאמר מדבר ושומע בענין זה הוא שמיעה כוזבת כפי מה שישים מחשבתו בזה, כמו שיארע לבני אדם הרבה במקום הפנוי רוצה לומר בשעת התיחדות".
איך וואונדער זיך נאר איין זאך, קען זיין איינער האט עס שוין דא געפרעגט און כ'האב עס פארזען, דער מהר"ל איז נאך געווען אזא ידען צו וויסן פון דעם רמב"ם, פארוואס ביי כישוף איז ער נישט שאקירט געווארן ביזן תוך צו זען ווי דער רמב"ם מאכט אוועק בפירוש'ע גמרות, און פלוצים ביים איטאליענישן חכם ווערט דער מהר"ל אויס מענטש אז ער וואגט זיך אנצונעמען זאכן אנדערש ווי דער גמרא?
איך קען ענטפערן צוויי תירוצים, 1 - אז דער רמב"ם'ס ווערטער מוז נישט זיין א סתירא צו די גמרא, מאיזה סיבה שהוא, (אפשר ווייל די גמרא רעדט אויך נאר פון אחיזת העניים, און זיי זענען מכחישים פמליא של מעלה מיטן איינרעדן דעם עולם פאלשע זאכן). 2 - אז דער מהר"ל האט געשמעקט אז דער איטאליענער האט דא גאר אנאנדערער אגענדע ווי בלויז מפרש זיין די תורה און די גמרא
אין אנדערע ווערטער די קעיס וואס דו האסט געבויט מיטן רמב"ם איז לכאורה מפוקפק
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 93
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 15, 2013 8:06 am
- האט שוין געלייקט: 67 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 328 מאל
קאנצעפט האט געשריבן:איך וואונדער זיך נאר איין זאך, קען זיין איינער האט עס שוין דא געפרעגט און כ'האב עס פארזען, דער מהר"ל איז נאך געווען אזא ידען צו וויסן פון דעם רמב"ם, פארוואס ביי כישוף איז ער נישט שאקירט געווארן ביזן תוך צו זען ווי דער רמב"ם מאכט אוועק בפירוש'ע גמרות, און פלוצים ביים איטאליענישן חכם ווערט דער מהר"ל אויס מענטש אז ער וואגט זיך אנצונעמען זאכן אנדערש ווי דער גמרא?
איך קען ענטפערן צוויי תירוצים, 1 - אז דער רמב"ם'ס ווערטער מוז נישט זיין א סתירא צו די גמרא, מאיזה סיבה שהוא, (אפשר ווייל די גמרא רעדט אויך נאר פון אחיזת העניים, און זיי זענען מכחישים פמליא של מעלה מיטן איינרעדן דעם עולם פאלשע זאכן). 2 - אז דער מהר"ל האט געשמעקט אז דער איטאליענער האט דא גאר אנאנדערער אגענדע ווי בלויז מפרש זיין די תורה און די גמרא
אין אנדערע ווערטער די קעיס וואס דו האסט געבויט מיטן רמב"ם איז לכאורה מפוקפק
קודם כל דארפסטו פארשטיין אז די רמב"ם האט געלעבט אין א תקופה ווי זיינע שיטות זענען נישט באטראכט געווארן אלס כפירה. אין ספרד איז געווען נפוץ די שיטת הפלוסופים און די עולם האט נישט געקענט אקצעפטירן די אלע אמונות טפילות פון די גמרא און עס זענען שוין געווען אפילו גאונים וואס האבן געהאלטן ווי אים. ממילא איז די רמב"ם ווי אויך די רלב"ג אקצעפטירט געווארן אזוי אז היינט וואלט זיך קיינער שוין נישט געוואגט זיי אוועקצומאכן. און מיט דעם אלעם זענען דא אחרונים וואס דינגען זיך שארף מיט זיי, ווי צום ביישפיל די גר"א, יערות דבש וכדומה. זאל אבער זיך איינער וואגן היינט ארויסצוקומען מיט אזא ספר! פרוביר צו ווייזן היינט פאר איינעם די רמב"ם און זעה ווי יענער דרייט מיט די צונג. ער האט דאס נאר געשריבן פאר די אפיקורסים וכדומה.
פארשטייט זיך אז די מהר"ל האט געהאלטן אז ר' עזריה האט געהאט אנדערע כוונות. פון די אנדערע זייט זענען דא אסאך אחרונים וואס ברענגען אים צו ווי די תוספות יו"ט, צמח דוד, מהר"ץ חיות, פחד יצחק און נאך. ר' עזריה איז נישט געווען קיין כופר חלילה נאר וויבאלד ער איז געגאנגן זייער ראדיקאל (פיל ווייטער פונעם רמב"ם) זענען אסאך ארויסגעקומען קעגן אים, און ער האט זיך געמוזט מתנצל זיין.
זעה מיין מאמר אויף דרשות חז"ל וסיפורי מעשיות. איך בוי נישט נאר אויפן רמב"ם.
"It is error only, and not truth, that shrinks from inquiry"
Thomas Paine -
- היימישער ליטוואק
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1658
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 5:26 pm
- האט שוין געלייקט: 1449 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1074 מאל
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 93
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 15, 2013 8:06 am
- האט שוין געלייקט: 67 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 328 מאל
היימישער ליטוואק האט געשריבן:תחכמוני, כל דבריך מתוקים מדבש.
פ"וו זאגסטו אז ר"ע איז געגאנגען ווייטער פון דעם רמב"ם?
קודם כל דארפסטו פארשטיין אז אלע ראשונים האבן געווענליך מבליע געווען זייערע שיטות אין זייערע פירושים עה"ת, אדער נאכדעם וואס זיי האבן שוין געשריבן א פירוש. משא"כ ר' עזריה האט געשטעלט אן עקסטערן ספר נאר פאר דעם בעת ער האט נישט געשריבן קיין שום פירוש.
נאך א נקודה, די רמב"ם אין זיין הקדמה צו פיה"מ אין צו חלק שרייבט אז ווער עס לערנט די מאדנע מאמרי חז"ל כפשוטו איז א נאר און ער מאכט חוזק פון חז"ל. דהיינו די רמב"ם, רלב"ג און אנדערע ראשונים פרובירן צו באהיטן חז"ל פון שיטות וואס זיי האבן באטראכט אלץ דירעקטע נארישקייטן. זיי האבן געקענט פארשטיין ווי איינער גלייבט אין שדים וואס איז געווען נפוץ אבער צו גלייבן אין סתם מאדנע זאכן דאס האבן זיי שוין אויך נישט געקענט אראפשלינגען. ר' עזריה פון די אנדערע זייט נעמט אן אסאך מאמרים כפשטם און ער מאכט זיי אוועק. אויך ציטירט ער גויישע היסטאריקער, שרייבער און פיליזאפן בנשימה אחת מיט די שיטות חז"ל און ער נעמט זיך געווענליך אן פאר די גויישע ווערסיע (ד.מ. מער מסתבר'דיגע ווערסיע).
בקיצור: פאר יעדן חלק פון ר' עזריה'ס ספר קענסטו טרעפן א ראשון וואס האלט ווי אים, אבער נישט א ראשון וואס האלט אלעס ווי ר' עזריה. פארשטייט זיך אז דאס איז נישט קיין קושיא אויף ר' עזריה און מיינט נישט אז ער איז געווען א כופר חלילה. איך האב דיר נאר מסביר געווען פארוואס די עולם איז ארויסגעקומען שארף קעגן אים.
"It is error only, and not truth, that shrinks from inquiry"
Thomas Paine -
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 315
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 11, 2013 2:32 pm
- האט שוין געלייקט: 232 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 309 מאל
מוח שליט האט געשריבן:בעיקר צו ברענגען גאנצע ליסטעס פון גמרות ראשונים ואחרונים וואס האלטען אז חז"ל האבען נאר געוואוסט סייענס לויט די ידיעות בזמנם. ציטירען זייער ווערטער און געבען פונקטליכע מראה מקומות. ווי מער פון די נעמען און ווי ווייניגער פון סייענפישע הוכחות.נולד מאוחר האט געשריבן:מוח שליט, וואספארא בעסערע מהלך האסטו פאר די 'פשוטים'?
לאז מיך נאכאמאל איבערחזר'ן. עס איז א הערליכע ארבעט, אבער אויב איז עס געווידמעט אויף מוכיח זיין פאר די וואס האלטען נאך נישט אזוי, וואלט איך מציע געווען עכ"פ צוצולייגען די אויבענדערמאנטע.
ער ברענגט טאקע די גמרא סוכה וואס ווענדט אפ די רבנן דקיסרי מיט די ווערטער "ולא הוא, דהא קאחזינן דלא הוא". דאס איז דאך מוראדיגע שטארקע ווערטער. מען ווענדט אפ דרבנן דקיסרי, און לפי תוס' איז דאס קלאר אויך שיטת ר' יוחנן. מען ווענדט זיי ביידען אפ ווייל קאחזינן דלא הוא. עס איז מסתם דא צענדילגע גמרות וואס מען קען זעהן אזא זאך. אפי' למשל דאס וואס עס שטייט אויף רב (?) אז ער האט זיך גדרייט א יאר א האלב בין רועי בקר כדי צו קענען הלכות טריפות. זעהט מען דאך אז ער האט נישט געהאט די דרגות פון חזון איש צו קענען חכמות הניתוח דורך די תורה. וכן הלאה.
מוח שליט, [אגב, ווי ביסטו פארשווינדען געווארען? האט מען דיך געקידנעפט אנשטאט גילעד'ן?] דא האסטו א מאמר אנגגעפולט מיט מראה מקומות. ליינט און האט הנאה.
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3833
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
- האט שוין געלייקט: 3807 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל
- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16680
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18071 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
ערגעץ-וואו אין חז"ל ווערט געברענגט (אזוי האב איך געהערט, קיינמאל נישט געזעהן אליינס) אז א חלום פון א מענטש געדויערט נישט מער ווי 7 סעקונדעס. איז דאס אמת?
ביי מיר קוקט דאס אויס אוממעגליך.
אין וויקיפידיע זאגט ער:
Dreams can last for a few seconds, or as long as 20 minutes.
מבשרי אחזה, איך האב אסאך מאל חלומות (און אפילו נייטמערס/קאשמארן...) וואס געדויערט לכה"פ א האלבע שעה אויב נישט מער... און אפט מאל דערוועק איך זיך אינצווישן בהבטחת "פארזעצונג קומט", ויישן ויחלום שנית און דער המשך זעצט פאר... א לאנגע ריזיגע מעשה וואס איז ממש נישט במציאות עס זאל נעמען בלויז 7 סעקונדעס.
איך געדענק איך האב עס שוין געהערט פון עטליכע מענטשן אז ע"פ חז"ל נעמט עס נישט מער ווי 7 סעקונדעס.
האט עס א מקור צי נישט?
ביי מיר קוקט דאס אויס אוממעגליך.
אין וויקיפידיע זאגט ער:
Dreams can last for a few seconds, or as long as 20 minutes.
מבשרי אחזה, איך האב אסאך מאל חלומות (און אפילו נייטמערס/קאשמארן...) וואס געדויערט לכה"פ א האלבע שעה אויב נישט מער... און אפט מאל דערוועק איך זיך אינצווישן בהבטחת "פארזעצונג קומט", ויישן ויחלום שנית און דער המשך זעצט פאר... א לאנגע ריזיגע מעשה וואס איז ממש נישט במציאות עס זאל נעמען בלויז 7 סעקונדעס.
איך געדענק איך האב עס שוין געהערט פון עטליכע מענטשן אז ע"פ חז"ל נעמט עס נישט מער ווי 7 סעקונדעס.
האט עס א מקור צי נישט?
וירח ה' את ריח הניחוח
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 6959
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
- האט שוין געלייקט: 4586 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל
- ברסלבער
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2048
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
- האט שוין געלייקט: 3570 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל
שמעקעדיג האט געשריבן:א לאנגע ריזיגע מעשה וואס איז ממש נישט במציאות עס זאל נעמען בלויז 7 סעקונדעס.
במציאות איז עס טאקע נישט מעגליך, אבער בחלום איז עס יא מעגליך...
איך האב קיינמאל נישט געהערט אזא מאמר חז"ל אז עס נעמט נישט מער ווי 7 סעקונדעס, אבער דאס איז זיכער אז די מעשה וואס מען חלומ'ט נעמט אסאך לענגער ווי די פאקטישע צייט וואס עס איז פארלאפן.
אן אינטערעסאנטע שטיקל איבער דעם ענין איז דא אין ליקוטי מוהר"ן (ח"ב סא) וואס מיט דעם איז ער אביסל מסביר וואס עס מיינט דער מושג "למעלה מן הזמן".
הַשֵּׁם יִתְבָּרַך הוּא לְמַעְלָה מֵהַזְּמַן, כַּמּוּבָא. וְזֶה הָעִנְיָן הוּא בֶּאֱמֶת דָּבָר נִפְלָא וְנֶעְלָם מְאד, וְאִי אֶפְשָׁר לְהָבִין זאת בְּשֵׂכֶל אֱנוֹשִׁי. אַך דַּע, שֶׁעִקָּר הַזְּמַן הוּא רַק מֵחֲמַת שֶׁאֵין מְבִינִים, דְּהַיְנוּ. מֵחֲמַת שֶׁשִּׂכְלֵנוּ קָטָן. כִּי כָל מַה שֶּׁהַשֵּׂכֶל גָּדוֹל בְּיוֹתֵר, הַזְּמַן נִקְטָן וְנִתְבַּטֵּל בְּיוֹתֵר. כִּי בַּחֲלוֹם, שֶׁאָז הַשֵּׂכֶל נִסְתַּלֵּק, וְאֵין לוֹ רַק כּחַ הַמְדַמֶּה, אֲזַי בְּרֶבַע שָׁעָה יְכוֹלִים לַעֲבר כָּל הַשִּׁבְעִים שָׁנָה, כַּאֲשֶׁר נִדְמֶה בַּחֲלוֹם שֶׁעוֹבֵר וְהוֹלֵך כַּמָּה וְכַמָּה זְמַנִּים בְּשָׁעָה מֻעֶטֶת מְאד, וְאַחַר כָּך כְּשֶׁנִּתְעוֹרְרִים מֵהַשֵּׁנָה אֲזַי רוֹאִים, שֶׁכָּל אֵלּוּ הַזְּמַנִּים וְהַשִּׁבְעִים שָׁנָה שֶׁעָבְרוּ בַּחֲלוֹם הוּא זְמַן מֻעָט מְאד בֶּאֱמֶת. וְזֶה מֵחֲמַת שֶׁאַחַר כָּך בְּהָקִיץ אָז חוֹזֵר הַשֵּׂכֶל אֵלָיו, וְאֵצֶל הַשֵּׂכֶל כָּל אֵלּוּ הַשִּׁבְעִים שָׁנָה שֶׁעָבְרוּ בַּחֲלוֹם הֵם רַק רֶבַע שָׁעָה אֶצְלוֹ
רַק שִׁבְעִים שָׁנָה מַמָּשׁ, הֵם שִׁבְעִים שָׁנָה גַּם אֵצֶל הַשֵּׂכֶל שֶׁלָּנוּ, וּבֶאֱמֶת בְּהַשֵּׂכֶל הַגָּבוֹהַּ לְמַעְלָה מִשִּׂכְלֵנוּ, גַּם מַה שֶּׁנֶּחֱשָׁב אֶצְלֵנוּ לְשִׁבְעִים שָׁנָה מַמָּשׁ הוּא גַם כֵּן רַק רֶבַע שָׁעָה אוֹ פָּחוֹת, כִּי כְּמוֹ שֶׁאָנוּ רוֹאִין שֶׁיְּכוֹלִין לַעֲבר שִׁבְעִים שָׁנָה בַּחֲלוֹם וּבֶאֱמֶת אָנוּ יוֹדְעִין אַחַר כָּך בַּשֵּׂכֶל שֶׁלָּנוּ שֶׁהוּא רַק רֶבַע שָׁעָה. כְּמוֹ כֵן מַמָּשׁ, מַה שֶּׁנֶּחֱשָׁב לְפִי שִׂכְלֵנוּ שִׁבְעִים שָׁנָה מַמָּשׁ, הוּא בַּשֵּׂכֶל הַגָּבוֹהַּ לְמַעְלָה יוֹתֵר רַק רֶבַע שָׁעָה, רַק שֶׁאֵין אָנוּ מְבִינִים זאת, כִּי גַּם בַּחֲלוֹם אִם הָיָה אֶחָד בָּא אֶצְלוֹ בִּשְׁעַת הַחֲלוֹם וְהָיָה אוֹמֵר לוֹ, שֶׁכָּל. זֶה שֶׁנִּדְמֶה לוֹ שֶׁעוֹבְרִים יָמִים וְשָׁנִים שֶׁבֶּאֱמֶת אֵינָם כְּלוּם, וְהַכּל הוּא רַק רֶבַע שָׁעָה בְּוַדַּאי לא הָיָה מַאֲמִין לוֹ כְּלָל, כִּי לְפִי הַדִּמְיוֹן שֶׁבַּחֲלוֹם נִדְמֶה לוֹ שֶׁעוֹבְרִים יָמִים וְשָׁנִים מַמָּשׁ. כְּמוֹ כֵן מַמָּשׁ, אַף עַל פִּי שֶׁאֶצְלֵנוּ לְפִי שִׂכְלֵנוּ נִדְמֶה שֶׁזֶּהוּ זְמַן שֶׁל שִׁבְעִים שָׁנָה בַּשֵּׂכֶל הַגָּדוֹל יוֹתֵר הוּא רַק רֶבַע שָׁעָה, וְכֵן לְמַעְלָה מַעְלָה, שֶׁבַּשֵּׂכֶל שֶׁהוּא גָּבוֹהַּ עוֹד יוֹתֵר לְמַעְלָה גַּם אוֹתוֹ הַזְּמַן שֶׁבַּשֵּׂכֶל הַגָּבוֹהַּ מִשִּׂכְלֵנוּ אֵינוֹ נֶחֱשָׁב שָׁם, בַּשֵּׂכֶל הַגָּבוֹהַּ עוֹד יוֹתֵר רַק לִזְמַן מֻעָט וּפָחוּת מְאד, וְכֵן לְמַעְלָה מַעְלָה עַד אֲשֶׁר יֵשׁ שֵׂכֶל גָּבוֹהַּ כָּל כָּך שֶׁשָּׁם כָּל הַזְּמַן כֻּלּוֹ אֵינוֹ נֶחֱשָׁב כְּלָל כִּי מֵחֲמַת גּדֶל הַשֵּׂכֶל מְאד, כָּל הַזְּמַן אַיִן וָאֶפֶס לְגַמְרֵי כְּמוֹ שֶׁאֶצְלֵנוּ הַשִּׁבְעִים שָׁנָה שֶׁעוֹבְרִים בַּחֲלוֹם הֵם רַק רֶבַע שָׁעָה בֶּאֱמֶת כַּנַּ"ל כְּמוֹ כֵן יֵשׁ שֵׂכֶל לְמַעְלָה מִשֵּׂכֶל, עַד שֶׁהַזְּמַן נִתְבַּטֵּל לְגַמְרֵי.
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 184
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 16, 2013 9:50 am
- האט שוין געלייקט: 2 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 39 מאל
על ידיעות מדעיות של חז"ל (בעיקר חכמת הטבע ורפואה ואסטרונומיה):
http://www.hidabroot.org/ARList.asp?CategoryID=423
http://www.daat.ac.il/daat/kitveyet/assia/mada-2.htm או http://in.bgu.ac.il/daroma/DocLib5/%D7% ... %D7%9F.pdf
http://www.hidabroot.org/CommunityDetai ... aqID=15932
http://www.zomet.org.il/?CategoryID=290&ArticleID=388
www.biu.ac.il/toramada/clali/MADHZL1.DOC
הרצאה של הרב אמנון יצחק בעניין זה: http://www.youtube.com/watch?v=j-hWTlB_bQA
http://www.hidabroot.org/ARList.asp?CategoryID=423
http://www.daat.ac.il/daat/kitveyet/assia/mada-2.htm או http://in.bgu.ac.il/daroma/DocLib5/%D7% ... %D7%9F.pdf
http://www.hidabroot.org/CommunityDetai ... aqID=15932
http://www.zomet.org.il/?CategoryID=290&ArticleID=388
www.biu.ac.il/toramada/clali/MADHZL1.DOC
הרצאה של הרב אמנון יצחק בעניין זה: http://www.youtube.com/watch?v=j-hWTlB_bQA
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום פאר הדור, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 7167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
- האט שוין געלייקט: 4109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2933
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
- האט שוין געלייקט: 513 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל
kliger האט געשריבן:וואס איז מיט עדות אויף קידש החודש האט מען טאקע געמיינט אז יעדע חודש איז אנדערש?
בשעת מען האט מקדש געוועהן בראי' איז שוין געוועהן גוט באקאנט די חשבונות, און זיי האבען געוויסט ווען דער לבנה קען געזעהן ווערען.
זיי האבען נאר געווארט אויף די עדות.
כ'דענק אז כמה אחרונים האלטען אז מען האט געמאכט דער חשבון, און לויט דעם גענומען דער עדות, אויב למשל האבען זיי געוואלט מאכען א חודש חסר, האבען זיי געווארט אויף עדות, און אז עדות זענען נישט געקומען, האבען זיי מקדש געוועהן דער חודש אהן עדות אויך.
פארשטייט זיך אז די שיטות זענען געבויט אויף גמרות, און נישט אלעס שטימט אזוי ווייט.
בכלל הערשט א גרויסע בלבול אין ספר המצות אין שיטת הרמב"ם אין דער ענין, וויאזוי ארבעט די היינטיגע ראש חודש.
דער אינטרעסאנטע זאך איז, אז דער רמב"ם שרייבט קלאר אז ער נעמט וואס ער ווייסט פין די גוים, און כ'דענק נישט ווער עס זאגט עס, אז דער רמב"ם האט געמעגט, ווייל בעצם האבען די אידן געהאט דער חכמה און די גוים האבען עס געלערנט פין די אידן. נאר עס איז פארגעסען געווארען פין די אידען, און אלעס וואס די גוים ווייסען קומט פין די אידען, און דער רמב"ם האט נאר צוריק גענומען דער חכמה פין די גוים. גיי פארשטיי. בעצם האט דער חפץ חיים געוויסט וויאזוי צו מאכען עלעקטריק פין וואסער. און דער חזון איש צו מאכען אפעראציעס.
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2933
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
- האט שוין געלייקט: 513 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל
שמעקעדיג האט געשריבן:ערגעץ-וואו אין חז"ל ווערט געברענגט (אזוי האב איך געהערט, קיינמאל נישט געזעהן אליינס) אז א חלום פון א מענטש געדויערט נישט מער ווי 7 סעקונדעס. איז דאס אמת?
ביי מיר קוקט דאס אויס אוממעגליך.
אין וויקיפידיע זאגט ער:
Dreams can last for a few seconds, or as long as 20 minutes.
מבשרי אחזה, איך האב אסאך מאל חלומות (און אפילו נייטמערס/קאשמארן...) וואס געדויערט לכה"פ א האלבע שעה אויב נישט מער... און אפט מאל דערוועק איך זיך אינצווישן בהבטחת "פארזעצונג קומט", ויישן ויחלום שנית און דער המשך זעצט פאר... א לאנגע ריזיגע מעשה וואס איז ממש נישט במציאות עס זאל נעמען בלויז 7 סעקונדעס.
איך געדענק איך האב עס שוין געהערט פון עטליכע מענטשן אז ע"פ חז"ל נעמט עס נישט מער ווי 7 סעקונדעס.
האט עס א מקור צי נישט?
און איך חלום פין זיבעציג יאר.
די קענסט נישט וויסען ווי לאנג א חלום האט גענומען.
די סייענטיסטן זאגען אז חלומות זענען בשעת'ן איינשלאפען, און בשעת'ן אויפשטיין. ווען מען שלאפט טיף איז נישטא קיין חלום.
עס איז גאר אינטרעסאנט צו ליינען דער טעאריע אז חלומות זענען ווי דער מענטש איז אין פארארלעל יונערווערס, אין קוואנטאם פיזיקס.
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).