הילף! די ווייב פארלאנגט גוטע זאכן

הילף, עצות און טיפס
באניצער אוואטאר
אפטעמיסט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2352
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
געפינט זיך: אין מאחורי
האט שוין געלייקט: 2515 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3142 מאל

הילף! די ווייב פארלאנגט גוטע זאכן

שליחה דורך אפטעמיסט »

איך קוק מיר אין שפיגעל און גלייב נישט וואס איך זעה; דאס בין איך? דער זעלבסט- זיכערער נגיד וואס האט נישט מורא פון קיין נברא אויפן יקום איז אזוי בלאס און צעטראגן, הזאת אפטעמיסט? וואס האט איצטער פאסירט אז איך דערנידער מיר אזוי און פאל צו די פיס? איז אזוי:

חתונה געהאט האב איך א שיינע פאר יאר צוריק צו מיין ליבע אשת חיל תחי', מיר האבן אויפגעשטעלט א הערליכע שטיב קע"ה און אלס פארט ב"ה אויף די ריכטיגע רעלסן. איך קען נישט- און איך טאר מיך נישט- אפרעדן, אסאך פארפעלקער וואלטן זיך געוואוטשן צו געניסן פון אזא שלום בית און האבן אזא לעבן ווי אונז, געלויבט ברוך הוא. ווייזט אויס אז איך שטאם פון גרויסע אידן, נישט נאר פון דער מהרש"א און מהרש"ל, ווי ס'איז אנגענמען ביי אונז אין די משפחה- און אין זייער זכות שטיי איך וואו איך שטיי, דער אייבערשטער זאל ווייטער האלט זיין רעכטע האנט.

אבער-- און עס קומט א גרויסען אבער. אלס איז טאקע בעסער ווי גוט, חוץ איין זאך.

ווי געזאגט איז אלס על צד היותר טוב. הן בדברים שלמפני הפרגוד והן הדברים שמאחורי. הגם וואס איך בין באקאנט אין שטיבל צו זיין א גרויסער קריטיק און שווארץ קוקער, און מערערע ניקס האבן- מיט רעכט- מיר אנגעפרעגט אוף מיין סתירה'דיגע נאמען 'אפטעמיסט', איז זייער זעלטען וואס מ'זאל מיר הערן זיך אפרעדן אין מאחורי. ווי זאגט דער וועלט, "דער באשעפער שלאגט נישט מיט צוויי שטעקענס", און אז מיין הוט האלט זיך נישט אויפן קאפ און איך באקום נישט קיין אישי'ס אויף דעילי בעיסיס, געניס איך כאטש פון א פיינע הייראט.
איצט אז איר האט ארויס מיין מצב, הערט וואס דא גייט פאר:

יא, אלס איז טאקע מממממש גוט, אבער מיט איין זאך קען איך מיך נישט ספראווענען, און דאס איז... דאס ענין פון גוטע זאכן. לאמיך מיר בעסער מסביר זיין. יעדען טאג (און איך מיין י-ע-ד-ע-ן טאג) ווען איך קום אהיים פון מעריב, קומט מיין ליבשאפט מיט אזעלכע פאר'טרער'טע אויגן צום טיר און מיט א ליבליכע שמייכל, וואס קען לעכערן שטיין, גלעט זי מיר אויפן בערדעל און פרעגט אזוי איידל "אפטע, האסט מיר געברענגט גוטע זאכן?" און איך שמייכל אזוי צוריק, ווארף א קוש, און זאג "האניג, פארוואס קענסטו מיר נישט זאגן,פאר העווענס סעיק, וואס די העלל א 'גוטע זאך' מיינט?"

"וואס הייסט, קרעכצט זי. שוין זיבען יאר און דו ווייסט נאך אלס נישט?"

"שעפעלע, יעדען טאג בעטסטו מיר א גוטע זאך, אבער וואס א 'גוטע זאך' מיינט קענסטו מיר בשום אופן נישט זאגן. אז איך ברענג א דעיניש דרייסטו מיטן נאז, אז איך ברענג אן אייז קרים זאגסטו מיר ביסט שוין נמאס דערפון, אויב איך ברענג טשאקלאד לאכסטו מיר אויס; וואס אין דער וועלט מיינט א גוטע זאך, זיסקייט?"

"יוי אפטע, יור פאר דע בוקס. דו ווייסט, ענק מענער זענען אזוי פאני. וואס הייסט דו ווייסט נישט וואס א גוטע זאך מיינט?"

"ליסטען יופי, אז דו ווייסט נישט אליינס וואס דו האסט ליב, וויאזוי דארף איך וויסן?"


רבותי איר פארשטייט? דאס שפילט זיך נישט אפ איין מאל א יאר, נישט צוויי און נישט דריי. דאס איז וואס פאסירט י-ע-ד-ע-ן טאג. חברה, איך בין פארלוירן. יעצט קומטס נישט מיט קיין פיקחות און שפעטס אפ ווייל דאס איז שוין גארנישט קיין וויץ. אז איינער וויל חוזק מאכן, ביטע נישט דא. דא זאלט איר מיטטיילן פונקליך וואס איר קויפט פאר אייער פרוי- אויב בכלל- און העלפט ארויס א איד אין נויט.

נאך איין זאך: איך האב געלאזט וויסן מיין ווייב אז איך שרייב אן ארטיקל אויף דעם נושא, איז ביטע ביטע! ביטע שרייבן מיט ריספעקט. אויב איר ווילט איר בארעדן- ביטע דאס טון באישי. זי וועט דאס ליינען און ס'פעלט מיר נישט אויס קיין שלום בית פראבלעמס.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

איז דאס א הילף?
viewtopic.php?f=22&t=3326
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
אפטעמיסט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2352
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
געפינט זיך: אין מאחורי
האט שוין געלייקט: 2515 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3142 מאל

שליחה דורך אפטעמיסט »

נישט עכט. איך רעד נישט פון קיין טייערע שיינע מתנות, נאר פון פשוט'ע גוטע זאכן אהיים צו ברענגן ביינאכט פאר די ווייב.
מיין פרוי טענה'ט אז 'יעדע' מאן ברענגט אהיים גוטע זאכן פאר די ווייב, איז לאמיר הערן וואס 'יעדער' ברענגט.
its me
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 93
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 12:06 am
האט שוין געלייקט: 44 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 37 מאל

שליחה דורך its me »

I usually bring the items you mentioned and she is happy as a goat. I guess she wants you to show some creativity, the stores are big enough, have at least a 15 item rotation
If I want your opinion, I'll ask you to fill out the necessary forms.
העלא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 358
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 20, 2012 5:07 pm
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 114 מאל

שליחה דורך העלא »

די ערשטע מאל וואס איך לייק דיינס א תגובה, די ערשטע מאל וואס דו שרייבסט צו די זאך
מ'דארף זייער שטארק ארבעטן אויף שלום בית,
איינע פון די פליכטן אויף וואס מ'דארף ארבעטן איז צו געוואר ווערן וואס זי האט ליב,,
און מיט עפענען דעם אשכול ביזטו עוסק אין דעם ענין
אזוי דארף א איד צו טוהן
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

יעדע נאכט גלעט זי דיר די בארד?
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
מ גפני
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1001
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 05, 2012 3:09 pm
האט שוין געלייקט: 1135 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 465 מאל

שליחה דורך מ גפני »

[tag]אפטעמיסט[/tag]
העלא האט געשריבן:די ערשטע מאל וואס איך לייק דיינס א תגובה, די ערשטע מאל וואס דו שרייבסט צו די זאך

נאך אזא פליק דארפסטו נאך זיין לייק?
באניצער אוואטאר
דער (פינטעל) איד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1192
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 6:02 pm
האט שוין געלייקט: 784 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 950 מאל

שליחה דורך דער (פינטעל) איד »

העלא האט געשריבן:די ערשטע מאל וואס איך לייק דיינס א תגובה

אה וואוואוא. און וועמענ'ס תגובה האסטו שוין אמאל בכלל געלייקט?????????????????????????????????????????????????????
????????????????????????????????????????????????????????

rt.JPG
rt.JPG (10.37 KiB) געזען געווארן 2865 מאל
באניצער וועלכע וואלטן געלייקט דער (פינטעל) איד פאר די הודעה אויב ס'וואלט געשריבן געווארן דורך א צווייטן (93 בסך הכל):
אי • אפשר • לפורטם • כי • רבים • הם
ראנג: 99.9%
ממרום שלח אש
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 545
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 26, 2013 2:56 pm
האט שוין געלייקט: 447 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 521 מאל

שליחה דורך ממרום שלח אש »

א בארד גלעט מען אויך? איך גלייב אז זי ציט עס און דו זאגסט אז עס איז א גלעט (מען שפייט אים אין פנים און ער זאגט אז עס רעגנט).

לגופו של ענין, איך ברענג קיינמאל גארנישט, חוץ אמאל אמאל, לעטס סעי פינף-צען מאל א יאר, און געווענליך פאר עפעס א סיבה, א שווערע טאג, א ל"ט, א עניווערסערי, אדער אויב איך זע פערצופאל עפעס א נייע אייזקרים וואס איך קלער זי וועט הנאה האבן, אדער אמאל דערמאן איך זיך סתם אזוי פון האשה אשר נתת עימדי. אבער זי איז קיינמאל נישט תובע בפה.

די פראבלעם איז סימפל און צווייפאכיג, תענוג תמידי אינו תענוג. און א פארלאנגטע מתנה האט נישט קיין חשיבות.

איך פארשטיי אז דו בעטסט מען זאל רעדן מיט רעספעקט ברבים, אבער צווישן פיר אויגן וואלט איך דיר געזאגט גאנץ קורץ "זי איז א ספוילד ביטש, וואס מען ברויך פטור ווערן, נאר ווי טרעפט מען א בארד גלעטער היינטיגע צייטן, ממילא ברויכסטו אויסרעכענען שכר מצוה כנגד הפסדה און דעסיידן אויב עס לוינט די געשעפט, האלט מיר אפדעיטעד" ע"כ.
"ווי דער גוטער בוך זאגט, אז מען שפייט אין די לופט, לאנדעט עס אין פנים"
סאו וואט
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 397
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 07, 2013 10:08 pm
האט שוין געלייקט: 229 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 354 מאל

שליחה דורך סאו וואט »

א שלום בית סלאש פון ספרינקעלס אויף אכצען קען נישט שאדן.
I AM SICK AND TIRED ALREADY
באניצער אוואטאר
שטילע אינגערמאן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1009
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 23, 2013 12:54 am
האט שוין געלייקט: 603 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1999 מאל

שליחה דורך שטילע אינגערמאן »

סאו וואט האט געשריבן:א שלום בית סלאש פון ספרינקעלס אויף אכצען קען נישט שאדן.

ספרינקלס אויף 18 האט א שלום בית סלאש?
כ'האב לאנג באמערקט אז די עולם וואס וואוינט דארט אין די גלילות האט בעסערע שלום בית ווי דע עולם אויף 13,
אבער נישט געזארגט, ספרינקל'ס עפענט יעצט אויף א נייע ברענטש אויף 13 אין 52 די עולם וועט שוין האבן גוטע שלום בית דארט אויך. ;)
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שטילע אינגערמאן, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3833
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 3807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל

שליחה דורך נולד מאוחר »

אפטעמיסט האט געשריבן: "אפטע, האסט מיר געברענגט גוטע זאכן?" און איך שמייכל אזוי צוריק, ווארף א קוש, און זאג "האניג, פארוואס קענסטו מיר נישט זאגן,פאר העווענס סעיק, וואס די העלל א 'גוטע זאך' מיינט?"

ווער סקען אידשע הלכות ווייסט סדא גוטע זאכן וואס זי טאר נישט בעטן אפען.
אז בעט א גוטע זאך און זאגט נישט קלאר מסתמא רעדט זי פון יענס.
איר לשון ''גוטע זאכן'' איז משמע זי האט השגות.
העלא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 358
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 20, 2012 5:07 pm
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 114 מאל

שליחה דורך העלא »

ממרום שלח אש האט געשריבן:א בארד גלעט מען אויך? איך גלייב אז זי ציט עס און דו זאגסט אז עס איז א גלעט (מען שפייט אים אין פנים און ער זאגט אז עס רעגנט).

לגופו של ענין, איך ברענג קיינמאל גארנישט, חוץ אמאל אמאל, לעטס סעי פינף-צען מאל א יאר, און געווענליך פאר עפעס א סיבה, א שווערע טאג, א ל"ט, א עניווערסערי, אדער אויב איך זע פערצופאל עפעס א נייע אייזקרים וואס איך קלער זי וועט הנאה האבן, אדער אמאל דערמאן איך זיך סתם אזוי פון האשה אשר נתת עימדי. אבער זי איז קיינמאל נישט תובע בפה.

די פראבלעם איז סימפל און צווייפאכיג, תענוג תמידי אינו תענוג. און א פארלאנגטע מתנה האט נישט קיין חשיבות.

איך פארשטיי אז דו בעטסט מען זאל רעדן מיט רעספעקט ברבים, אבער צווישן פיר אויגן וואלט איך דיר געזאגט גאנץ קורץ "זי איז א ספוילד ביטש, וואס מען ברויך פטור ווערן, נאר ווי טרעפט מען א בארד גלעטער היינטיגע צייטן, ממילא ברויכסטו אויסרעכענען שכר מצוה כנגד הפסדה און דעסיידן אויב עס לוינט די געשעפט, האלט מיר אפדעיטעד" ע"כ.


וואאאאאאאאאאאאאאאאאאאט? איך הער גוט? מ'טאר נישט אזוי רעדן, ווען דיין ווייב וווייזט דיר אז דו ביזט נידעד פאר איר, אדער אז זי דארף א גוטע זאך פון דיר? אנשטאט צו עפרישיעטן אז זי רעספעקד דיר און זי איז אנגעוויזן אין דיר זאגסט אז "זי איז איז ספוילד ביטש", אויב יא, גיב איך איר א היתר אוועק צו וואקן פון דיר אויף אייביג,

עס איז זייער א נארמאלע זאך אז א ווייב זאל זאגן פאר איר מאן, ברמיזה אדער אפען, אז זי דארף עפעס פון אים, פארקערט, עס מאכט גוט פיהלן, נישט שלעכט,
סאך א גרעסערע תענוג צו געבן פאר א ווייב ווען מ'ווייסט אז זי דארף עס פון דיר ווי ווען נישט,
מ'פסק'ט נישט קיין דיני נפשות פאר דו קענסט אפילו דעם מענטש, און אודאי נישט אויף די ברייטע געוועב,


דיין סטעיטמענט גרעניצט זיך מיט "אביזרייהו דלא תרצח"
העלא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 358
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 20, 2012 5:07 pm
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 114 מאל

שליחה דורך העלא »

דער (פינטעל) איד האט געשריבן:
העלא האט געשריבן:די ערשטע מאל וואס איך לייק דיינס א תגובה

אה וואוואוא. און וועמענ'ס תגובה האסטו שוין אמאל בכלל געלייקט?????????????????????????????????????????????????????
????????????????????????????????????????????????????????

rt.JPG


היא הנותנת, ווייל איך גיב קיינמאל נישט קיין לייקס, און דא האב איך מיר גענומען די מיה צו גיבן א לייק, איז א סימן אז ער האט געטוהן "זייער זייער זייער" א גוטע זאך,

סיבה פארוואס איך גיב נישט קיין לייקס, ווייל איך ליין נישט קאווע שטיבל אזוי סאך, רוב מאל בין איך ניטאמאל אריינגעסיינט ווען איך ליין, נאר ווען איך פיהל אז איך מוז שרייבן, דעמאלט סיין איך אריין, איך זיץ נישט אזוי לאנג צו כאפן אפילו עס איז דא אזא זאך ווי א לייק, לעצטענס ווען ס'איז מיר זייער געפאלן זאכן, האב איך מיר געכאפט ס'דא אזא זאך ווי א "לייק" דאס איז היינט געשעהן ווען כ'האב געליינט די אשכול,
איך וויל איבערבעטן די אלע וואס עס קומט זיך זיי לייקס, און האבן עס נישט באקומען,
איך טוה עס נישט במכוון,

סארי עגען,
העלא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 358
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 20, 2012 5:07 pm
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 114 מאל

שליחה דורך העלא »

אפטעמיסט האט געשריבן:איך קוק מיר אין שפיגעל און גלייב נישט וואס איך זעה; דאס בין איך? דער זעלבסט- זיכערער נגיד וואס האט נישט מורא פון קיין נברא אויפן יקום איז אזוי בלאס און צעטראגן, הזאת אפטעמיסט? וואס האט איצטער פאסירט אז איך דערנידער מיר אזוי און פאל צו די פיס? איז אזוי:

חתונה געהאט האב איך א שיינע פאר יאר צוריק צו מיין ליבע אשת חיל תחי', מיר האבן אויפגעשטעלט א הערליכע שטיב קע"ה און אלס פארט ב"ה אויף די ריכטיגע רעלסן. איך קען נישט- און איך טאר מיך נישט- אפרעדן, אסאך פארפעלקער וואלטן זיך געוואוטשן צו געניסן פון אזא שלום בית און האבן אזא לעבן ווי אונז, געלויבט ברוך הוא. ווייזט אויס אז איך שטאם פון גרויסע אידן, נישט נאר פון דער מהרש"א און מהרש"ל, ווי ס'איז אנגענמען ביי אונז אין די משפחה- און אין זייער זכות שטיי איך וואו איך שטיי, דער אייבערשטער זאל ווייטער האלט זיין רעכטע האנט.

אבער-- און עס קומט א גרויסען אבער. אלס איז טאקע בעסער ווי גוט, חוץ איין זאך.

ווי געזאגט איז אלס על צד היותר טוב. הן בדברים שלמפני הפרגוד והן הדברים שמאחורי. הגם וואס איך בין באקאנט אין שטיבל צו זיין א גרויסער קריטיק און שווארץ קוקער, און מערערע ניקס האבן- מיט רעכט- מיר אנגעפרעגט אוף מיין סתירה'דיגע נאמען 'אפטעמיסט', איז זייער זעלטען וואס מ'זאל מיר הערן זיך אפרעדן אין מאחורי. ווי זאגט דער וועלט, "דער באשעפער שלאגט נישט מיט צוויי שטעקענס", און אז מיין הוט האלט זיך נישט אויפן קאפ און איך באקום נישט קיין אישי'ס אויף דעילי בעיסיס, געניס איך כאטש פון א פיינע הייראט.
איצט אז איר האט ארויס מיין מצב, הערט וואס דא גייט פאר:

יא, אלס איז טאקע מממממש גוט, אבער מיט איין זאך קען איך מיך נישט ספראווענען, און דאס איז... דאס ענין פון גוטע זאכן. לאמיך מיר בעסער מסביר זיין. יעדען טאג (און איך מיין י-ע-ד-ע-ן טאג) ווען איך קום אהיים פון מעריב, קומט מיין ליבשאפט מיט אזעלכע פאר'טרער'טע אויגן צום טיר און מיט א ליבליכע שמייכל, וואס קען לעכערן שטיין, גלעט זי מיר אויפן בערדעל און פרעגט אזוי איידל "אפטע, האסט מיר געברענגט גוטע זאכן?" און איך שמייכל אזוי צוריק, ווארף א קוש, און זאג "האניג, פארוואס קענסטו מיר נישט זאגן,פאר העווענס סעיק, וואס די העלל א 'גוטע זאך' מיינט?"

"וואס הייסט, קרעכצט זי. שוין זיבען יאר און דו ווייסט נאך אלס נישט?"

"שעפעלע, יעדען טאג בעטסטו מיר א גוטע זאך, אבער וואס א 'גוטע זאך' מיינט קענסטו מיר בשום אופן נישט זאגן. אז איך ברענג א דעיניש דרייסטו מיטן נאז, אז איך ברענג אן אייז קרים זאגסטו מיר ביסט שוין נמאס דערפון, אויב איך ברענג טשאקלאד לאכסטו מיר אויס; וואס אין דער וועלט מיינט א גוטע זאך, זיסקייט?"

"יוי אפטע, יור פאר דע בוקס. דו ווייסט, ענק מענער זענען אזוי פאני. וואס הייסט דו ווייסט נישט וואס א גוטע זאך מיינט?"

"ליסטען יופי, אז דו ווייסט נישט אליינס וואס דו האסט ליב, וויאזוי דארף איך וויסן?"


רבותי איר פארשטייט? דאס שפילט זיך נישט אפ איין מאל א יאר, נישט צוויי און נישט דריי. דאס איז וואס פאסירט י-ע-ד-ע-ן טאג. חברה, איך בין פארלוירן. יעצט קומטס נישט מיט קיין פיקחות און שפעטס אפ ווייל דאס איז שוין גארנישט קיין וויץ. אז איינער וויל חוזק מאכן, ביטע נישט דא. דא זאלט איר מיטטיילן פונקליך וואס איר קויפט פאר אייער פרוי- אויב בכלל- און העלפט ארויס א איד אין נויט.

נאך איין זאך: איך האב געלאזט וויסן מיין ווייב אז איך שרייב אן ארטיקל אויף דעם נושא, איז ביטע ביטע! ביטע שרייבן מיט ריספעקט. אויב איר ווילט איר בארעדן- ביטע דאס טון באישי. זי וועט דאס ליינען און ס'פעלט מיר נישט אויס קיין שלום בית פראבלעמס.


זאג איר, אז יעדע מאן פרובירט די בעסטע צו טוהן פאר זיין ווייב וואס זי האט ליב און יעדער פרובירט אויף זיינע אופנים צו געוואר ווערן וואס זיין ווייב האט ליב,
און אז ער כאפט נישט פרובירט אז זי זאל אים זאגן,
זאג איר אז זי זאל דיר זאגן אפען וואס זי דארף, ווייל דו ביזט זייער העפי צו טוהן פאר איר זאכן וואס זי האט ליב, דארפסט נאר וויסן וואס, ווייל ביזט נישט קיין בעל רוח הקודש
באניצער אוואטאר
venus
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 75
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יוני 08, 2012 1:10 pm
האט שוין געלייקט: 85 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 91 מאל

שליחה דורך venus »

I think what she wants is to know that you thought of her and you felt she's important enough for you to work a little to figure out what she wants. So try different things, and ask her what she what she liked until you get good at discerning her taste. Another thing you can try is call or text her on your way home asking her what she wants. If it's your effort and thought she wants, that will fulfill it and you'll know what to buy.
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3833
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 3807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל

שליחה דורך נולד מאוחר »

ווען די בעטסט גוטע זאכן... ווייסט זי וואס די ווילסט און מאכט דאס פאר דיר ?
אדער די דארפסט ארויס זאגן ברחל בתך הנקטה?
אוהב ישראל
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 14
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 05, 2014 10:45 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 17 מאל

שליחה דורך אוהב ישראל »

קויף איר א גיטען אייס קרים וכדומה........ברענג דאס מיט א שמייכל..............אין פין דארט אין וויטער וועט די באן אליינס פארען................אבער זיי גרייט צי פארשטיין מיטען קלענסטען רמז וואס זי מיינט............אין זיי מקיים דעם מה בקשתך וינתן לך עד חצי המלכות ותעש...............אבער מיטען גאנצען קנאק.....................
טראכט גוט.וועט זיין גוט
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 513 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל

שליחה דורך איחוד פעלד »

ווייסטו וואס איך האב אין מיין טאש,
נישט קיין קענדי אויך נישט קיין נאש,
יאפס ס'איז א שמייכל איך האב עס אזוי ליב,
איך טראג עס אין גאס און אויך אין שטוב.
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

שליחה דורך מאטי »

אפשר, און איך זאג נאכאמאל, אפשר, וויל זי אז דו זאלסט זיין ביזי פרובירן צוטרעפן וואס זי וויל, און דאס וועט אקופירן דיין מוח צו טראכטן פון איר. זי וויל נישט דו זאלסט למעשה צוטרעפן (אדער איז בכלל נישט דא וואס צו טרעפן) ווייל דאן וועט אוועק גיין דאס פאראייניגקייט וואס די זוכעניש ברענגט ענק.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
באניצער אוואטאר
אפטעמיסט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2352
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
געפינט זיך: אין מאחורי
האט שוין געלייקט: 2515 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3142 מאל

שליחה דורך אפטעמיסט »

זאגסט א נקודה, אבער דאס איז נישט די מעשה דא. מיין פרוי קומט פון א פאמיליע וואו ס'איז איינגעפירט אז דער מאן ברענגט אהיים גוטע זאכן און נאשערייען פאר די ווייב. ס'איז נישט אז זי דארף איך זאל טראכטן פון איר (פארשטייט זיך זי דארף עס, אבער נישט דאס באדערט זי) זי דארף פשוט א גוטע זאך 'צו עסן' און ווי סאך איך פראביר אויסגעפונען וואס דאס מיינט, בין איך נישט מצליח.
איין זאך האב איך הנאה, אז איך זיץ דא צוזאמען מיט איר, און זי זעהט ווי דער עולם מוטשעט זיך, און קיינער קען נישט אנצייגן וואס מיינט א גוטע זאך. זעהסט האניג?!
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

אה יעצט רעדסטו! זי וויל עסן!
איז זי העלטי מיינדעד?
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
אפטעמיסט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2352
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
געפינט זיך: אין מאחורי
האט שוין געלייקט: 2515 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3142 מאל

שליחה דורך אפטעמיסט »

ניין, בכלל נישט.
פארשפארט