דולה ומשקה האט געשריבן:אוודאי וועט זיין א עולם דארט,
לאו דוקא אויס צוהערען דעם בעלד דרשן'ס קענטעניש אין פסוקי התורה, מאמרי חז"ל, און אפיר געקראצטע נייע אויסצוגען פון פארשטיפטע פלעצער.
נאר אויס צוהערען דאס באדייט פון 'שמאל געפאסטע', וכו' וכו' ברחל בתך הקטנה.
איך האב טאקע אויסגעלאזט איין מין יונגערמאן וואס גייט אויך באשיינען דעם מעמד.
ווי געזאגט וועט דער גבריאל נישט גיין ווייל ער וויל נישט זיין ווייב זאל משנה זיין קיין זיז כל שהיא פון וויאזוי זי גייט, און בכלל זענען די רבנים פלעין דזשעלעס פון עם אז זיין ווייב זעט אויס [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]. "דו הערסט האני? דעי רבי'ס מאכן א כינוס ווייל זיי ווערן הייס ווען זיי זעען דיך אויפן גאס... לאל!". די מיכאל'ס גייען אויך גיין ווי געזאגט, פשוט ווייל "דעת תורה" הייסט גיין. דערנאך די וואכנאכט גייערס זענען אזוי צווישן די מיכאל'ס און די על ראשי'ס, אסאך פון זיי וואלטן ווען געוואלט זיין גבריאל'ס, זיי גייען אויס ווען זיי זעען די מרס. גבריאל'ס אויף די גאס, אבער וואס קען מען טוהן, זייער ווייבער זענען ערליכע בית רחל מיידלעך, און ווילן גיין אנגעטוהן ווי אן ערליכע אידישע טאכטער דארף גיין. (אידישע טאכטער לאפוקי אידישע מאמע, ווייל זייער מאמעס בשעתם זענען יא געגאנגען שמאל געפאסט און קורץ, אבער לאמיר נישט אריינגיין אין דעם יעצט). סאו זיי וועלן אהיים קומען און זאגן אז גארנישט, פלעין איבערגעקייט די אלטע תקנות, אחוץ יענע קלייד וואס ער האט נישט ליב, יענץ האבן זיי געזאגט אז מ'טאר נישט גיין.
דערנאך איז דא די סארט פון וועם דולה רעדט, די מאחורי רפאל'ס. די וואס ליגן אין אחורי עניינים, זיי זענען אלץ ביזי זיך "מחזק" זיין בדיבוק חברים, רעדן אלץ דורך די הארבקייט פונעם נושא, זענען פארנומען מיט די לעצטע פירצות אויפן בארא פארק באס, אדער פארשטייען פונקטליך פארוואס Dicci האט נישט געטארט עקזעסטירן אין בארא פארק. זיי האלטן פונקטליך חשבון וועמענ'ס ווייב ס'גייט צוגעדעקט, אויפגעדעקנט, לאנגע שייטל, דרייוון, ווער גייט ווען אויף וועקעישען, זיי קענען אייך פונקטליך מסביר זיין וואס איז אזוי [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל] מיט א טו פיס דארסטער, פארוואס ס'פעלט אויס פאר א פרוי צו גיין מיט א full slip, ס'הייסט? ער זעט דאך יעדע טאג ווי זייער גאנצע ריקען ווערט אויפגעדעקט ווען זיי בייגן זיך איבער צו נעמען א קעטשאפ פון די אונטערשטע שעלף אין גראסערי. זיי ווייסן גענוי וויפיל אזייגער איז די ערגסטע פאר א חסידישע יונגעמאן צו וואקן אויף דרייצענטע עוועניו, און פארוואס די עירוב האט אראפגעברענגט די צניעות אויף די שבת'דיגע גאסן אין בארא פארק. סאו די יונגעלייט וועלן גיין היינט נאכט, צו קענען הערן לייוו וואס מיינט קורץ, אויב די שעסל פארט ארויף העכער די קניען ווען מ'מאכט א העד-סטענד אויב ס'הייסט צו קורץ, וואס מיינט צו טייט אויב ס'ווענדט זיך אין די סייז פון די בדים, פון וואו ביז וואו די קאלער ביין גייט, און וואס פונקטליך די פירצה מיט א slit איז. ביי זיי אין קאפ זענען די זאכן אותיות פורחות באוויר, זיי זעען קניען, קלאפעדיגע heels, צופלויגענע שייטלעך, שמאלע געפאסטע ליפ סטיק, אלעס פליט ארום ביי זיי און קאפ און מאכט א פענגווין טאנץ צוזאמען. דאס וועט זיין די "קלימאקס" פונעם מעמד היינט, און אויף דעם קענען זיי קוים אויסווארטן.