[justify]נאכען זיך אנהערן א גאנצער וואך מיט העצע הסתה והדחה נגד הרבנים הגאונים והעסקנים וואס ווילען אז סך הכל, אפאר ניקים דא זאלען אביסעל צניעות'דיגער אנטון זייערע פרויען, און די חברה דא האבען זיך ארויסגעלאזט און העסליכע נאצישע איבערפעלער אויף די רבנים הגאונים
שרייט זיך קודם ארויס פון הארץ אן הודאה להשי''ת, ברוך הוא אלוקינו אז טויזענטער און טויזענטער תושבי עירנו ב.פ. האבען ב''ה גענימען א טייל אינעם גרויסען מעמד אהן כאפען התפעלות פון די העצערייען דא, און געלויבט צום אייבערשטען אז ס'נאך פארהאן היינט כוחות ביי די רבנים, לכל הפחות גענוג מאכטפול אויפצורעגן אזעלכע אריות שבחבורה, וואס דאס פאדערט זיך קריטיש וויכטיג אין אונזער צייט.
נאר איין נקודה צו די העצער'ס: העצערל טייערע קוק אווי די האסט זיך דערקייקעלט און ווי אהין האסט געגרייכט, שוין טעג און וואכען שארפסטו דעם פענע צו שיסען און קאפענען קעגן די וואס לייגען ארויף לחץ בנוגע די לבוש
און דאס האסטו געגרייכט? אז טויזענטער אידען אין די מאסען האבען געלאכט אויף אייך אין די פויסטען און אויסגעריפען אינעם הארץ פון די שיעור חימוץ אז מיר הארכען הוראת רבנים ומחנכים צו גיין ב'צניעות?
אשריך2014 אז דאס האט אין דיין צייט געקענט פאסירען.
אשריך 2014!! אז טראץ וואס פילע האבען צוויי יאר צוריק זיך געשווארען ביים בארדע אז אינעם ק''ש עפאכע וועט ניש ערלויבט ווערן אזעלכע כינוסים, האסטו עס יא באוויזען !!
וויי פאר אייך ניקים חשובים וואס איר דערהייבט נישט אביסעל עול און דרוק וואס אינזער אפשייד צווישען אידען און גויים איז מחייב.
נ.ב. מען הערט (מעגליך אינעם פאלשע קלאנגען אשכול) אז די פאר'אבל'טע ניקים דא פלאנען א קאנטער אסיפה, צו איינפירען דירעקטע תקנות נגד הרבנים.[/justify]
נו? שוין אחרי האסיפה אדירה, העצערס ווי זענט איר?
- נאר,,פרייליך
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1615
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 10:52 pm
- האט שוין געלייקט: 115 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 217 מאל
דער אשכול פארמאגט 31 תגובות
איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.
רעגיסטרירן איינשרייבן