יואליש האט געשריבן:אפשר איז דאס נכלל אין די שמועס אפשר נישט. כ'פלעג נוצען גימעל פאר ביזנעס און פערזענליך. העלפט דער אייבישטער אז הרעותי את מעשי און כ'בין יעצט געצווינגן צו ניצן אוטלאאק. ס'איז א רייכע פראגראם אבער געוויסע זאכן באדערן מיך. 1) ווען איך ריפליי צו א מעסעדזש וואס איך האב נארוואס געשיקט, לאמר, "אה כ'האב פארגעסן צו עטעטשן דאס צוגעזאגט פייל. נאדיר. און נאכאמאל, האב א פרייליכע יולי דער פערדער" פארשטייט אוטלאק אז איך ריפליי צו מיר זעלבסט, אינדערצייט וואס גימעל האט געניצט דאס פיפטע שו"ע און עס געשיקט צום פריערדיגן רעסיפיענט בתורת שוב ראיתי. 2) אלס א גימעל עדיקט בין איך אויך עדיקטעט צו סורטשן אימעליס. אינדערצייט וואס גימעל ארבייט ווי, וועל, גוגעל און זיכט בחורין ובסדקין, איז מיט אוטלאאק אן אנדערע מעשה. כ'מיז געדענקן צו כ'זאל זיכן אין די פאלדער היוצא אדער פאלדער הנכנס. 3) דאס נישט צוזאמפארן די קאנווערסעשאן מאכט אז כ'ברויך אלס ארומנישטערן צו געפינען ווער ס'האט געענטפערט און ווער ס'האט געפרעגט, אזא אין מוקדם ומאוחר. הגם זיי טוהן מיר א טובה און אינפארמירן מיר אז כ'האב שוין ריפלייט צו דעם אימעיל.
בין איך בלויז גרין, אדער די זאכן זענען באמת פראבלעמאטיש?
גוגל האט א פיטשער וואס אסאך מענטשן ווייסן נישט דערפון.
ווען מען שרייבט אין די אימעיל טעקסט, פליז סי עטעטשמענט /עטעטשד וכדומה. און מען עטעטשד גארנישט, וועט דיר גוגל פרעגן ביים קליקן סענד, האט איר אפשר פארגעסן צו אטעטשן?