וואס באדייט די עצרת המיליון???

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
פארשפארט
באניצער אוואטאר
איש עברי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 798
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 6:41 pm
האט שוין געלייקט: 997 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1854 מאל

וואס באדייט די עצרת המיליון???

שליחה דורך איש עברי »

היינט גייט די יהדות החרדית ווידער ברעכן היסטאריע, די יהדות החרדית האט אנטוויקלט א געשמאק אין ברעכן היסטאריע און לעצטנס טוט מען יעדע וואך ברעכן צוויי דריי מאל היסטאריע.

אלזא אצינד גייט מען צוזאמענברענגען א מיליאן אידן אין די גאס, און זיך צומאכן די אויגן און שרייען הויך שמע ישראל, עס איז פיל א בעסערע עצה ווי צו האלטן דרשות און אנגעבן נארמאלע הסברים פארוואס זיי זענען קעגן דעם געזעץ, ווייל למעשה האבן זיי נישט קיין געהעריגע אויסרייד, די חרדישע חברי כנסת זענען געווען צענטראלע שותפים אין שרייבן דעם געזעץ און די אויסגאנג איז גאנץ פאזיטיוו, אבער ווי קען מען ארויסלאזן אזא גלענצנדע געלעגנהייט צו מקדש זיין שם שמים החרדי, דעריבער גייען זיך צוזאמנעמען א ריזן צאהל כולל יונגעלייט און סתם ארבעטסלאזע אידן אויף די גאס און שרייען און וויינען.

ליידער איז א בושה און א חרפה די אופן וויאזוי די חרדים דילן מיט די גאנצע פראבלעם, קודם האבן זיי געהעריג מיטגעארבעט מיט די קאמיטע [לשבחם ייאמר אז דאס איז די איינציגע קארעקטע זאך אין די מערכה], אנשטאט האנדלען ווי ערוואקסענע מענטשן און אנגעבן נארמאלע הסברים און אנווייזן קלאהר וואס די גרעניצן זענען און אויף וואס זיי זענען גרייט צו פארהאנדלען האבן די חרדישע פארשטייער אויסגעוועהלט צו שפילן קעגן אלע כללים פון דיפלאמאטיע און לאגיק, אנגעהויבן מיט פראוואקירנדע דרשות אין פארלאמענט און געענדיגט מיט קריעה רייסעריי און סקאנדאלען.

לאמיר זאגן אז די געזעץ איז טאקע דיסקרימינרנד קעגן די חרדים, דאן אנשטאט שטעלן א רעספעקטפולע ווידערשטאנד און אהערשטעלן א געלונגענע הסברה אפאראט, האבן זיי אויסגעוועהלט צו שטעלן א אימעדש ווי אומטאלעראנט און א צולאזטע אומקאנטראלירטע מינדערהייט מיט וועם מען קען זיך נישט צונויפרעדן. אנגעהויבן מיט די קריעה רייסעריי און געענדיגט מיט די העסליכע אטאקעס אין די חרדישע מעדיע אויף די בית היהודי פארטיי וואס האט למעשה געקעמפט פאר די חרדישע אינטערעסן.

כדי צו געבן די הארמאני פאר די גרויליגע כאר קומט נאך צו די אלע זינלאזע און קינדערישע העדליינס אין די חרדישע צייטונגען איבער א מאסן עמיגראציע קיין אויסלאנד, און איבער א שטייער בויאקאט און נאך נארישע און פראוואקירנדע בליציגע איינפעלער וואס הצד השווה שבהם אז ס'שטעלט אוועק א בילד אז די חרדישע אידנטהום איז א אומוויסנדער אומטאלעראנטע ציבור, און עס איז די באהלטענע האפענונג פון רוב אלגעמיינע גאס אז זיי זאלו טאקע הייבן פוס און אפטראגן.

אנשטאט זיך צו נעמען ערנסט מאכן א חשבון הנפש און די רבנים זאלן נעמען די לייצעס אין די האנט און ענדיגן די שוידערליכע אומדערטרעגליכע לאגע אין וואס די חרדים געפונען זיך, א איזאלרטע אינזל פון ארימקייט און ענגשאפט, און אומוויסנשאפט, און לכל הפחות מיטארבעטן מיט די וואס טוען פעולות אין דם געביט [ווי למשל נפתלי בענעט וואס איז א אמת'ע פריינט פאר די חרדים] האבן זיי אויסגעוועהלט די וועג פון איזאלאציע און עקסטערמיזאציע.

דעריבער איז נישט קיין וואונדער אז אפילו זיי וועלן צוזאמברענגען צוויי מיליאן נפשות וועט עס נישט בארירן קיינעם, ווייל ס'איז שוין א באקאנטע סוד אז דאס מיינט גארנישט, די חרדישע ציבור גייט נאך כצאן לטבח א פירערשאפט וואס איז אנטשלאסן זיי צו פירן בארג אראפ צום תהום פון אוממעגליכע דחקות און איזאלציע.

עס איז דעריבער סימבאליש אז מען האט אויסגעוועהלט נישט צו זאגן קיין דרשות ביים עצרת נאר טוהן וואס די חרדיש פירערשאפט קען דאס בעסטע, גלייזן מיט די אויגן צום הימל און שרייען שמע ישראל!!

זיי זאלן נאר צולייגן א אויער וועלן זיי הערן ווי פון הימל ענטפערט מען קינדערלעך טייערע גייטס ארבעטען!!
באניצער אוואטאר
לאליפאפ
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1281
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 06, 2013 3:12 pm
האט שוין געלייקט: 276 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 813 מאל

שליחה דורך לאליפאפ »

אין איין ווארט: דיסאינפארמד. נקודה.
באניצער אוואטאר
נאר,,פרייליך
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1615
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 10:52 pm
האט שוין געלייקט: 109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 217 מאל

שליחה דורך נאר,,פרייליך »

די באדייט איז צוויי ווערטער

עצרת ה'מיליאנען$$$$$$$$$$

מען האט אפגעהאקט די תמיכה און ס'גרויסע צרות.
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

ווער האט עס אמאל געגלייבט אז איך וועל מיטשטומען מיט נאר,,? דאס איז שוין איינמאל היסטאריש!
באניצער אוואטאר
נאר,,פרייליך
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1615
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 10:52 pm
האט שוין געלייקט: 109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 217 מאל

שליחה דורך נאר,,פרייליך »

געפילטע פיש האט געשריבן:ווער האט עס אמאל געגלייבט אז איך וועל מיטשטומען מיט נאר,,? דאס איז שוין איינמאל היסטאריש!

אין אזא היסטאריש טאג ווי היינט, מיליאנען בחוצות ירושלים, צוויי יאר פון ק''ש, קען אלעס פאסירען.
באניצער אוואטאר
איש עברי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 798
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 6:41 pm
האט שוין געלייקט: 997 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1854 מאל

שליחה דורך איש עברי »

לאליפאפ האט געשריבן:אין איין ווארט: דיסאינפארמד. נקודה.


רעד לאליפאפ רעד זיי מסביר פונקטליך וואס דו מיינסט
באניצער אוואטאר
לאליפאפ
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1281
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 06, 2013 3:12 pm
האט שוין געלייקט: 276 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 813 מאל

שליחה דורך לאליפאפ »

סאיז אביסל פארצווייגט און כבין נישט ביים קאמפיוטער יעצט צו קענען צונעמען דעם ענין געהעריג.
באניצער אוואטאר
איש עברי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 798
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 6:41 pm
האט שוין געלייקט: 997 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1854 מאל

שליחה דורך איש עברי »

אין קורצע ווערטער די נייע חוק
אנע ספק די בעסטע וואס מען האט געקענט ארויסקוועטשען לויט די אומשטענדען
באניצער אוואטאר
היימישער ליטוואק
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1658
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 5:26 pm
האט שוין געלייקט: 1449 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1074 מאל

עטליכע קושיות

שליחה דורך היימישער ליטוואק »

1) האט די עדה החרדית גבראכן זייער פליסי פון זיך נישט מתחבר זיין מיט אגודה וחבריהם?
2) פון וואו לעבן די 600,000 - 1,000,000 יידן? א נס נגלה?
3) וואס ווייטער?
4) וואס איז פשט פון די ריקודים ומחולות? לשמחה מה זו עושה?
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום היימישער ליטוואק, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
"אי השימוש בשכל הישר, הוא מקור כל הטומאה, שורש כל הרשעה שבעולם כולו"
נאטרוליסט
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 547
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 5:51 pm
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 85 מאל

שליחה דורך נאטרוליסט »

היימישער ליטוואק האט געשריבן:1) האט די עדה החרדית גבראכן זייער פליסי פון זיך נישט מתחבר זיין מיט אגודה וחבריהם?
2) פון וואו לעבן די 600,000 - 1,000,000 יידן? א נס נגלה?
3) וואס ווייטער?


די עדה האט נישט געבראכן זייער פאליסי. ווייל למעשה האט מען נישט געזאגט קיין דרשות, און נישט קיין שום בעל דרשן האט נישט גערעדט. מ'האט בסך הכל געזאגט מזמורי תהלים, וואס מ'זאגט סייווי.

עס איז קיינמאל נישט געווען קיין עצרת וואס מ'זרל נישט רעדן, און די עדה זאל נישט גיין.

דעמאלט ווען הריי"צ דושיסקיא האט נישט געוואלט גיין מיט די אגודה, איז געווען ווייל ער האט נישט מסכים געווען זיי זאלן רעדן זייערע דברי בלע.

פון וואו זיי לעבן: וואס איז די פראגע. זיי האבן נישט קיין לחם לאכול און זענען עוסק בתורה יומם ולילה און זענען צופרידן!
טיטאניק
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1254
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 9:31 pm
האט שוין געלייקט: 1008 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1132 מאל

שליחה דורך טיטאניק »

אין מיינע אויגען איז דער בעלזער רב א כיטערע מענטש א קליגער בחור
און אז ער האט אזוי זיך ציווילדעוועט יש דברים בגו
אבער וואס האב איך נישט ארויס
ווער עס קען געבען א נארמיילער הסבר איבער דעם עצרת איז מכובד
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 513 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל

שליחה דורך איחוד פעלד »

היימישער ליטוואק האט געשריבן:2) פון וואו לעבן די 600,000 - 1,000,000 יידן? א נס נגלה?
3) וואס ווייטער?


לידיעתך, זיבעציג טויזענט זענען עמטליך בני תורה.

דער אמת איז אז מען רעדט פין א טאטעל פין בערך דריי הונדרעט טויזענט לכל היותר. פין זיי זענען זיבעציג טויזענט בני תורה, לכאורה טוט אינקלאדען מלמדים און מגידי שיעור ראשי הכולל וכו'. בלייבט איבער דארט א מיעוט וואס מיטשעט זיך טאקע. דער איז א גביריש קינד, האט עלטערען אין אמעריקא וכו'.
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
באניצער אוואטאר
איש עברי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 798
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 6:41 pm
האט שוין געלייקט: 997 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1854 מאל

שליחה דורך איש עברי »

היימישער ליטוואק האט געשריבן:1) האט די עדה החרדית גבראכן זייער פליסי פון זיך נישט מתחבר זיין מיט אגודה וחבריהם?
2) פון וואו לעבן די 600,000 - 1,000,000 יידן? א נס נגלה?
3) וואס ווייטער?
4) וואס איז פשט פון די ריקודים ומחולות? לשמחה מה זו עושה?


1) ליידער ליידער סאיז א גרויסע ווייטאג אז זיי האבן אויסגעמישט זייער פך שמן טהור מיט אלע שמנים טמאים אין די נאהנטע טעג עט פארקומען א דרשת הסברה אין בית מדרש חרדים אין קרית יואל.. פאלגט נאך ווייטערדיגע מעלדונגען

2) פון וואו זיי לעבן? פון א גרויסע צדקה ארגאניזאציע וואס רופט זיך מדינת ישראל, אפילו זיי וויינען און שרייען אז מנעמט אלעס אוועק איז די פאקט אז מן הסתם האלב חרדים וווערן בעקיפין געשטיצט אויף אנדערע אופנים, צו דורך די כוללים אדער די געהאלט פון די ישיבות אדער די ווייבער זענען טיטשערס אין די שולעס אדער קינדערגארטנס.

3) מ'וועט אונז ווייטער פירן אין באד אריין ביז משיח וועט אונז קומען אויסלייזן פון די גדולי ישראל

4) פון די אלע ששים רבוא איז קיינעם נישט בייגעפאלן די קשיא אלזא פארוואס נישט הייסן דעם עולם טאנצן, פריי דיך אז מען האט זיי נישט געהייסן זיך שטעלן אויפ'ן קאפ
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

ויש דורשין לגנאי
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
נאר,,פרייליך
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1615
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 10:52 pm
האט שוין געלייקט: 109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 217 מאל

שליחה דורך נאר,,פרייליך »

I'm back
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 833
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 30, 2013 9:38 am
האט שוין געלייקט: 2105 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 315 מאל

שליחה דורך I'm back »



איך ווייס נישט.
.
באניצער אוואטאר
איש עברי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 798
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 6:41 pm
האט שוין געלייקט: 997 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1854 מאל

שליחה דורך איש עברי »

i'm back דו באהאלטס עפעס פון אונז געב שוין ארויס
פארשפארט