פארוואס האט מען נישט גערעדט פון "שמירת עיניים"? אלעס פרויען?
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1254
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 9:31 pm
- האט שוין געלייקט: 1008 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1132 מאל

מאותו לענין לאותו ענין
מען האלט שוין נאך דעם גרויסען אסיפה, אלע עסקנים זענען דערהויבען ביזען נאז, און מיר קאווע שטיבילסטען באוויינען יעדע נפש מישראל וואס האט זיך באטייליגט אין דעם אסיפה
אבער יעצט מען האלט שוין נאכדעם, עס איז א פארגאנגענהייט
בואו חשבון! לאמיר מאכען א חשבון, מען האט גערעדט פון צניעות קדושה וטהרה, הגם איך האלט נישט אז דאס איז א פראבלעם בכלל, אבער נניח אז יא, פארוואס האט מען נישט דערמאנט אפילו איין ווארט וועגען שמירת עיניים ביי מענער?
זאל יעדער ליינער און ניק פרעגען זיין ווייב וואס זי זאגט צי די קלאצישע אויגען פון דער עולם אין גאס, וועט עטץ הערען סאיז אימגלויבלעך וואס עס גייט פאר, היינט ווען א יונגערמאן גייט מיט זיינע אויגען אראפ איז ער א מאדנער פארשוין, אבער למעשה איז דאס יא געווען איינע פון די יסודות פון א ערליכער איד אין אלע דורות,
און היינט? גיי און קיק, וויפיל יונגעלייט גייען מיט די אויגען אראפ? רוב עולם, און איך רעד פון איבער די 90% גייט מיט אויפגעהויבענע אויגען ווי כאילו ער שפאצירט אין א זו, ווי כאילו ער וויל נישט פארפאסען קיין איין ענימעל וואס גייען ארים עם, עס איז א עקל און א שאנדע, איך רעד נישט פון מאדערענע יונגעלייט, איך רעד דייקא פון די סמעטענע חסידישע כאניאקעס שטאט גייען ארים ווי חולי ****, יעדע פרוי וואס קימט זיי פאר די אויגען סטערען זיי אריין אין איר ווי א חולה נפש,
פארוואס האט מען נישט גערעדט קיין איין ווארט איבער דעם?
זייט מסביר יונגעלייט אז היטען די אויגען איז א מצוה מן התורה "ולא תתורו אחרי לבבכם ואחרי עיניכם אשר אתם זונים אחריהם", דאס איז נישט קיין מנהג, און דאס איז נאך אזוי הייליג ווי עני נייע אדער אלטע תקנה אין צניעות ביי פרויען,
איך רעד שוין נישט די עקעלהאפטיגקייט שבו, א נידעריגקייט, אפילו ביי א גוי איז דאס א נידעריגע זאך אנציסטערען יעדע נקבה מיט אויפגעריסענע אויגען ווי כאילו ביסט שיכור, ווי אזוי פילט די פרוי וואס גייט דיר דארעך? וואס פאר מין אויפירינג איז דאס?
יונגעלייט, איר ווילט עפעס פארעכטען? האלט די אויגען אראפ קיקט נישט אזוי פיל, די גאס איז נישט א **** שאו, די גאס איז געמאכט צי גיין און קימען נישט צי שפאצירען אין א **** חלום!
די נושא פון שמירת עיניים איז זייער זייער נפרץ געווארען און מען דארף מעורר זיין דער עולם אויף דעם

קרעקער האט געשריבן:וויל סאיז הא בהא תלוי
אז מוועט גיין אנגעטוהן יאנטשי וועלען מענער נישט קוקען אויף די פרויען
גאט האט אריינגעלייגט אין א זכר א תאווה צי א נקיבה. פוינט
נישט קיין חילוק וויאזוי די נקיבה וועט זיך קליידען וועט דער זכר האבען א תאווה ווייל עס איז נישט הא בהא תליה
איין זאך יא, אז ווען די פרוי וועט זיך אנטיען מיאוס וועט דער מאן האבען א תאווה צי אנדערע נקיבות
ווען פרויען גייען אנגעטין פריצותדיג פארשטיי איך אז עס איז די צייט פון פרויען צי מתקן זיין
אבער לדעתי גייען פרויען אין בארא פארק אנגעטיען העכסט צניעותדיג, בעסער ווי עני דור בעפאר
איך רעד נישט פון די שולי המחנה די שיקסעס וואס זענען עובר אויף כל התורה איך רעד פון די נארמאלע ערליכער געמיינדע, זיי האבען נשיט וואס צי מתקן זיין דערין
די פראבלעם ליגט ביי אינז זכרים, זאכען וואס מען האט זיך נישט דערוואגט אמאל דערוואגט מען זיך היינט, אמאל האט א יונגערמאן געוויסט אז עס איז א בושה צי הייבען אויגען אויף יעדע פרוי, און היינט האט מען נישט קיין שום פראבלעם, אדרבה וואס מען פרעך מען איז אלץ מער "חברה מאן איז מען"
זאלען די יונגעלייט לערנען מער מוסר ספרים, מער היטען אויף טהרת העניים והמחשבה און די מצב וועט ווערען אסאך בעסער,
אפגערעדט, אז די יודעי דבר זאגען אז פינקט ווי א מאנ'ס תאווה צישפילט זיך פון א שיינע געקליידעטע נקיבה, פינקט אזוי ווערט א פרוי צישפילט ווען א מאן קיקט איר אן און ווייזט אינטרעסע אין איר, און אויסער וואס א מאן דארף פאר זיין מחשבה אויס היטען זיינע אויגען, איז דאס קיקעריי וואס גייט פאר די גרעסטע פירצה אין צניעות וואס איז דא
טול קורה מבין עיניך תרתי משמע!
הערט אויף צי זיין עביוזעוו צי יעדעם וואס איז שוואכער פון אייך
נעמט אייך אליינס מתקן זיין
די רבנים זאלען מתקן זייערס און די יונגעלייט וואס מיטשענען זיך מיט היהורים זאלען זיך היטען די אויגען
און איך זאג נישט מיינע אייגענע חידושים, עפענט די ספרי מוסר וועט איר זען נאר "דאס"
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 6959
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
- האט שוין געלייקט: 4586 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל
קרעקער האט געשריבן:וויל סאיז הא בהא תלוי
אז מוועט גיין אנגעטוהן יאנטשי וועלען מענער נישט קוקען אויף די פרויען
דו מיינסט אזוי? ווילאנג ס'וועט זיין דייוערסיטי אין א פלאץ וועלן אלעמאל זיין פרויען וואס זעען אויס בעסער, שענער, און אנדערע וואס נעבעך נישט. און ווי יאנטשי א פרוי זאל נישט זיין, וועלן אלעמאל זיין פרויען וואס זענען א טראפ מער יאנטשי, און א טראפ ווייניגער יאנטשי, ממילא ווי העכער דו וועסט הייבן די סטאנדארט, וועט אלעמאל בלייבן די "פרוצות" וואס וועלן ציען די מענערס אויגן. אויב וועט יעדער גיין מיט שווארצע בורקעס, צוגעדעקטע פנימ'ער, וועלן די וואס האבן צוויי אינטשעס אנשטאט איין אינטש אפען ביי די אויגן זיין די פרוצות וואס מאכן די מענער קוקן אויף זיי, אדער די וואס האבן נאטורליך שענער אויגן. ס'איז גארנישט הא בהא תלי', ס'איז פשוט די מענערישע הארמאנען וואס קימערן זיך ווייניג מיט וואסארא קולטור זיי לעבן אין, אדער וויאזוי די פרויען גייען אנגעטוהן.
- נאר,,פרייליך
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1615
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 10:52 pm
- האט שוין געלייקט: 109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 217 מאל
signout האט געשריבן:א שאד מען האט נישט געמאכט קיין אסיפה וועגן ולא תתרו, איך קען נישט טראכטן פין די אשכול פארוואס מען מאכט נישט קיין אסיפה וועגן צניעות זאלען די נשים אויפהערן צו גיין אנגעטוהן אזוי ס.. אין די מענער וועלן אויפהערן צו ..?..
סייןאוט די קאנסט'ר ניש פארשטעלן די פעך און שוועבל אויף די רבנים ווען זיי זאלען חלילה פאדערן טיטאניק און כת דילי' צו היטען זיך די אויגען
עטליכע אטאם באמבעס וואלטען דא געפלויגען.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1254
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 9:31 pm
- האט שוין געלייקט: 1008 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1132 מאל
berlbalaguleh האט געשריבן:שמעקעדיג האט געשריבן:די סיבה איז ווייל צומאל דארף מען אויפהייבן די אויגן צו זעהן "הכצעקתה"?
אויף דעים איז דא טיטאניק. ער איז אינזער שליח. אינז פארלאזן זיך אויף עים!...
איך פלעג אמאל גיין מיט די אויגען אראפ
און קען זיין עבר ושנה נעשה לו כהיתר אבער דאך האלט איך אז פאר א זכר וואס איז אין א גיטע געזינטהייט מצב מעג רוהיג גיין אין בארא פארק מיט אפענע אויגען
ער גייט נישט נכשל ווערען אין גארנישט
נישטא וואס צי זען אין די גאסען ממש נישט
אויסער פאר דער וואס איז נישט עכט געזינט און זיין זכרות איז במקומו עומד כסדר בלי הפסק און זיין מוח ליגט בין הפרקים 24\7 אזא איינער וואלט איך געראטען 2 עצות
איינס אויסשטעכען ביידע אויגען
צוויי אראפ שניידען ביי א מוהל מומחה די גאנצע מעשה און שלום על ישראל,
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1358
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 5:43 pm
- האט שוין געלייקט: 915 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1562 מאל
הער שיפס קאפיטאן,
גאט האט באשאפען זיין וועלט מיט א נאטור, אז זכרים לויפן נאך נקיבות, עס איז א טריקענע פאקט, איך געדענק נישט פינקליך וועלעכע תנא אמורא דאס איז געוועהן, אבער די גמרא דערציילט עטליכע מעשיות ווי די הייליגע תנאים ואמוראים זענען כמעט נכשל געווארען, פשוט ווייל זיי האבן געזעהן א אשה, יעדע מענטש מיט מענטשליכע געפיהלען ווערט חם ווען ער זעהט א שיינע פרוי , די איך אין א יעדער איינער, נישט קיין חילוק צי די ווייב געבט געניג אינדערהיים צי נישט, עס איז נאמאל צי האבן הרהורים ווען מען גייט אויפן גאס, מדארף טאקע נישט זיין קיין חזיר אין ארים קלאצען מיט די אויגן אויף יעדעס פרוי וואס גייט אריבער, אבער ריף נישט אן די יונגעלייט קיין חולי ****, ווייל ווי עס שיינט ביזטו מסוכנדיג קראנק אין דעם הינזיכט. גוט האבן רבנים געטוהן, כאטש וואס זיין האבן געניג וואס צי פארעכטען צווישן זיך ווי שוין ברייט באריכטעט, דאך איז עס געוועהן א גוטע אין א ריכטיגע אסיפה, איך בין יא געוועהן, אין מיינע חבירים זענען געוועהן, אין איך האב שטארק הנאה געהאט צי זעהן די געפאקטע עולם וואס איז דארט געזעצן.

- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16679
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18070 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
סמבטיון האט געשריבן:הער שיפס קאפיטאן,
גאט האט באשאפען זיין וועלט מיט א נאטור, אז זכרים לויפן נאך נקיבות, עס איז א טריקענע פאקט, איך געדענק נישט פינקליך וועלעכע תנא אמורא דאס איז געוועהן, אבער די גמרא דערציילט עטליכע מעשיות ווי די הייליגע תנאים ואמוראים זענען כמעט נכשל געווארען, פשוט ווייל זיי האבן געזעהן א אשה, יעדע מענטש מיט מענטשליכע געפיהלען ווערט חם ווען ער זעהט א שיינע פרוי , די איך אין א יעדער איינער, נישט קיין חילוק צי די ווייב געבט געניג אינדערהיים צי נישט, עס איז נאמאל צי האבן הרהורים ווען מען גייט אויפן גאס, מדארף טאקע נישט זיין קיין חזיר אין ארים קלאצען מיט די אויגן אויף יעדעס פרוי וואס גייט אריבער, אבער ריף נישט אן די יונגעלייט קיין חולי ****.
מסכים צו דעם 100%
שוין לאנג געוואלט שרייבן
איך האב מיר שוין ממש געשפירט ווי א צודרייטער און א פורש מן הציבור אז צומאל פליהט מיר א הרהור אין קאפ אריין,
צו וואס האט די תורה געדארפט שרייבן ולא תתורו, פארוואס האבן אזויפיל צדיקים געטון וועגן צניעות, פארוואס איז שרעקעדיג צו ארבעטן אין מאנהעטן אדער אויפן אומגעפילטערטן אינטערנעט, מען קען דאך בעטן די ווייבער זאלן געבן גענוג און חסל...
אלא מאי עס איז יא דא נסיונות טראץ דעם פת בסלו, וואס איז אמאל יא און מער מאל נישט גענוג, מען קען נישט האבן פון אלע מינים, (וכמו שהארכתי במאחוה"פ), און ליידער וויפיל פאלן אדורך, ממילא איז וויכטיג צו באגרעניצן די נסיונות עד כדי שידינו מגעת, און מיר מצדינו זאלן האבן מער שמירת עינים.
סתם שיסן שטעיטמענטס אז מען זאל שניידן און שטעכן מענטשן איז נישט גערעדט צו דער זאך, אך און וויי אז אזא איינער וואלט געווען א מנהיג פון כלל ישראל....
איך האב גערעדט צו אסאך "אויפגעקלערטע" און "נארמאלע" חברה, יעדער נארמאלער מענטש וועט מודה זיין אז מען קען נכשל ווערן אויף די ב"פ גאסן, און אייגענטליך אפילו אויף די וומסב"ג גאסן, א מענטש איז א מענטש, זכור כי עפר אנחנו, און דער יצר שלאפט נישט.
צי די דאזיגע אסיפה איז געווען די ריכטיגע זאך? נישט זיכער. ווייל קודם כל גלייב איך נישט אז עס גייט עפעס אויפטון, ביי רוב פרויען איז מפטירין כדאתמול, און צווייטענס לא זו הדרך, און מען דארף נישט צולייגן עקסטערע פרומקייטן, דייך מה שאסרה תורה. און אה"נ א שמירת עינים דרשה וואלט העכסט וויכטיג געווען.
אבער נישט דאס איז מיין נקודה דא.
איך וויל נאר מסכים זיין צו סמבטיון'ס ווערטער אז זינט די וועלט איז וועלט איז געווען נארמאל צו האבן נסיונות, און קיינעם איז נישט איינגעפאלן צו צו שינדן יענעמ'ס הויט צוליב א תאוה מיט וואס ער איז באשאפן געווארן. זעירון אינון וועלכע זענען אינגאנצן ריין, און א שיין חלק זענען שוין ליידער דורכגעפאלן במעשה... עין רואה, והלב חומד... דאס איז א פאקט! ומה יעשה הבן שלא יחטא. ממילא איז נישט שייך צו באשמוצן א 3/4 וועלט, נאר פעיסן ריעליטי אז ס'איז דא נסיונות און יעדער פאר זיך זאל פרובירן דאס צו פארמינערן עד שידו מגעת.
וירח ה' את ריח הניחוח
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
איך בין מסכים מיט דיר 100%. אבער טיטאניק'ס טענה איז געווען אז די רבנים ועסקנים מארגני האסיפה האקן אויפ'ן נישט ריכטיגן טארגעט (צניעות ביי נשים) און לאזן אויס איינס פון די ריכטיגע נסיונות (שמירת עיניים). ועוד. אז נישטו די רבנים וועלכע שטייען לכאורה אין שפיץ פון די אסיפה זענען די וואס טרייבן די גאנצע מערכה. נאר עטליכע טומלערס און אזוי-גערופעינע עסקנים, וועלכע האבן איבריג געלט און צייט. און זייער הויפט מטרה איז פאבליסיטי און כבוד המדומה.
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1358
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 5:43 pm
- האט שוין געלייקט: 915 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1562 מאל
יישר כח שמעקעדיג, שיין ארויסגעברענגט.
מעדארף בעטן די לומדים דא אין קאווע שטיבל זאלן אראפ ברענגען מעשיות אין עפיזאדן פין די פריעדיגע צדיקים וחסידים ראשונים ואחרונים, ווי זיי האבן זיך געספראוועט מיט די זעלבע נסיונות, קיינער איז נישט פארזיכערט, ואילו הקדושב"ה לא עזרו לא יכול לו, איז געזאגט געווארן פאר יעדעם גלייך, מעגסט האבן די שענסטע ווייב, ביזט נאך ווייט פין זיין פארזיכערט, געב א קיק להבדיל דעם הויךגעבילדערטע גוי אויף וועם (טיטאניק) קיקט אזוי ארויף מיט שעצונג, לכאורה וואלט דאך ביי זיי געדארפט זיין די בעסטע שלום בית ניין? זיי מעגן טוהן אלעס וואס זייער הארץ באגערט... אן קיין גערניץ... זיי וואלטן געדארפט זיין זאט פאר די וואך.. אין וויפיהל גוים קענסטו וואס זענען געבליבן געטריי צי זייער ווייבער? וויפיהל פראצענט טשיט נישט ארים.. ?, אין איין ווארט, שמירת עניים איז א עבודה וואס מעדארף ארבעטן אין סע נישט דא פארדעם קיין טריקס אין מהלכים ווי אזוי איינצישפארן דעם פראבלעם, אמת פארדעם האט מען דיר געגעבן אן עזר כנגדו, אבער נישט אלע מאל איז דאס געניג, אין א יעדע זאך ווי מקען מאכן פאר דעם יונגערמאן אין גאס לייכטער, איז א פיינע אין חשוב'ע זאך.

- ידיד השטיבל
- הודעות: 236
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 26, 2013 10:16 pm
- האט שוין געלייקט: 80 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 103 מאל
[justify]שפתים ישק סמבטיון!! שוין לאנג נישט געזעהן אזא נארמאלע ריכטיגע תגובה דא אין קאווע שטיבל, אפשר איז דאס לכבוד דעם פייערן דעם 2טען יארגאנג , און אזוי אויך שמעקעדיג as usual צו די זאך, אבער מיט איין פרט און אויך צום בעל עגלה טייערע, די אסיפה איז געווען וויכטיג פאר די אלע זאכן וואס איר רעכענט אויס און אפשר איז טאקע דאס דער ערשטע מיטל צו קענען ארבעטן אויף שמירת עינים, מען קען נישט טראגען אידן צום beach ווי מגייט דארטן נישט מיט רב פאלקס גדרים און האלטן דרשות אויף שמירת עינים..
טיטאניק האלט אז די גאסן זענען ריין, ער האט אלע רעכטן צו האלטן וויאזוי ער וויל, אבער פארשטייט יעדער אז דאס ווארט ״ריין״ האט אסאך אויסטייטשען און דאס ווענדט זיך פון וועלעכע פונקט מען קוקט, ווען איך גיי צו דעם שמוציגען homeless און איך בעט אים ער זאל נעמען א שויער כאטש ערב יו״כ, וועט ער מיר אויך זאגן אז ער ווייסט נישט וואס איך וויל פון אים ער איז פונקט אזוי ריין ווי איך, דער זעלבע איז דא עס ווענדט זיך אין וועלעכע גדר דו רופסט אהן ריין, אוודאי אנטקעגן די שמוציגע גוים זענען אונזערע גאסן העכסט ריין, אבער דאך נישט וויאזוי עס דארף צו זיין, אזוי פארשטייען די רבנים העומדים על שמירת הדת.
און דאס וואס מען טענה׳ט דא אז די רבנים דארפן זיך אליינס מתקן זיין, איז קודם אזא פאררוקטע טענה איז ממש טפשות איבערצוקייען נאכאמאל און נאכאמאל, איז וואס איז וועגן דעם מעג מען שוין טוהן וואס מען וויל און איש כל הישר בעיניו יעשה?? ברענג מיר נישט די גמרא פון טול קורה בין עיניך, ווייל די גמרא רעדט בעיקר ווען מען איז געשלאגען אין די זעלבע זאך (כן משמע מדברי מהרש״א במס׳ ב״ב טז ע״ב, ועיין בבן יהוידע בערכין על הגמ׳ הנ״ל, ווי ער איז מסביר אז די גאנצע ענין פון טול קורה איז קאווע שטיבל שפראך), אבער פון איין ענין צום אנדערען איז איין שטיק מעשה יצר, אבער נאך מער פון דעם, איך האב ב״ה געהאט די זכי׳ זיך צו באטייליגען ביי די כינוס, און אויך הנאה געהאט צו זעהן דארט אזא גרויסע ציבור אידן וואס זענען ב״ה נישט געשלאגען פון דעם שרעקליכען מחלה "KSSD", און איך האב מיך אומגעקוקט אויף די רבנים ואדמורים וואס זענען דארט געזעצן, אשריכם ישראל!!! אז איר פארמאגט אזעלעכע מנהיגים, ווייל עס איז דא איינצעלנע וואס שלאגן זיך ארום אדער זענען נישט ראוי דארף מען אוועקמאכען אלע רבנים??? און דאס אז ער פארמאגט א שיינע הויז קומט זיך אים ד׳ מיתות ב״ד?? (און נאכדערצו ווען א גרויס חלק פון די רבנים געבן זיך אוועק פאר אנדערע טאג און נאכט און רוב מאל האט ער גארנישט דערפון נאר א גרויסע שטויס פון אונטן און די משפחה ליידט אסאך מכח דעם, קומט זיך נישט פאר זיי אז כאטש עפעס זאלן זיי האבן פון דעם וואס זייערע מאן/טאטע איז א קרבן ציבור????), וואסערע שייכות האט צניעות מיט שיינע הייזער?? וואס די גיהנום וויל מען דא ווען מען קייט איבער די זעלבע קרעפ??? Please grow up & act your age און שריי נישט ווי א בעבי ווייל מען האט עפעס געבעטן פון דיר וואס דו ווייסט אליינס אז דו דארפסט זיך פארבעסערען נאר דו ווילסט נישט facen the fact.[/justify]

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום אבגד, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1254
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 9:31 pm
- האט שוין געלייקט: 1008 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1132 מאל
אנטשודליגט אויב איך בין ארויסגעקומען נישט קלאר אבער איך צוה נישט צוריק קיין ווארט פון וואס איך האב געזאגט (מיין תגובה נעכטן איז געשריבן געווארן שפעט ביינאכט נאכן הערן אז מען רופט מיר געי אבער קוקט אויף מיין אינטערשריפט און באראוהיגט אייך)
איך וועל מאכן א סך הכל נאכאמאל פון די אלע אשכולות איבער דעם ענין
די צניעות אין היינטיגע דור איך רעד פון די נארמאלע חסידישע פרויען איז הערליך שיין ווי אין קיין דור בעפאר.
אז עס זענען דא להכעיסניקעס-דאס איז אייביג געווען און וועט אייביג זיין, ווי אויך גויטעס וואס טוהן זיך אן נישט צניעותדיג וועט אויך אייביג זיין.
דערפאר וועט א כינוס נישט העלפן און דערפאר איז א כינוס וואס קאסט אפ שווערע געלטער ממש עובר בל תשחית ווי די געלט וואלט געקענט אויפטוהן אסאך מער לטובת די דור ווען מען געט עס פאר די נצרכים און למעשה
די גאנצע אויפטוה איז געווען צו אדווערטייזן נייע רבנים
און ווי כ'האב נאכגעהערט איז עס געווען דייקא קעגן צניעות און מען האט גערעדט איבער די [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל] חלקים פון א פרויס גיף מיט א פרעכהייט ווי קיינמאל בעפאר
די איינציגסטע לעזונג וואס א מאן קען טוהן צי באראיהונג זיינע תאוות היטן די אויגן (עס גייט בכלל אריין אין גדר פון מענערס\מענטשליכקייט) פאר איינער וואס האט נסיונות און עס שטייט בראת יצר הרע בראתי לו תורה תבלין נישט כינוס תבלין און אויך נישט אביוז תבלין
זעצט אייך לערנען רבישע קינדער היט אייך די אויגן לאזט אייער ווייב זיך אנטוהן שיין און זעטיגט אייער תאווה ווי עס איז אויסגעהאלטן און נעמט עס נישט צו פון א צווייטען אנשטאט צו טוהן וואס איר דארפט
און איינער וואס טוט די דריי עצות ווערט נארמאל נישט אזוי הייס ווען ער גייט אויפן גאס ספעציעל יעצט אין די ווינטער טעג מיט די באטס און מאנטלען טאמער יא האט איר א פראבלעם און נישט איך בין געי
מיר זענען נישט שילדיג אז די רבישע אייניקלעך קענען נישט אויספאלגן וואס עס שטייט אין די תורה ווייל זיי זענען ליידיגייערס
אויסדריקלעך שמירת עינים איז די יסוד און זעהט טאקע ווי איך רוף אן דעם אשכול....
אויב עס איז אייך נאכאלץ נישט קלאר לאזט אייך הערן

נאר,,פרייליך האט געשריבן:סמבטיון קלוג האסטו געטאהן אז ביסט געווען, כמוך ירבו בישראל,
און די טיטאניק'ס וגונדא דילי' זאלען איינעמען א ....... פאר'ן שטיין און משוגע מאכען דעם המון בעת אידען נעמען זיך צוזאם אויף דברים טובים, מען קען צולייגען ביים שושנת יעקב צווישען די אר.. אויכעט דעם מסית ונאצי אקעגן די אידישע רבנים.
איז דאס א שטיקעל פון ויואל משה?
איינער וואס טראכט נישט ווי מיר איז פשוט המן!
איינער וואס האלט נישט פון דער ליידיג גייער קלמן הלבערשטאם איז שוין א ארור המן?
איינער וואס שטימט נישט מיט מיט דער חולה נפש האראוויץ איז א ארור המן?
ווי האלט מען היינט?
דאס האט מען געלערנט ביים אסיפע?
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1358
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 5:43 pm
- האט שוין געלייקט: 915 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1562 מאל
איך ווייס נישט פין וועלעכע אסיפה די רעדסט, וויייל דארט ווי איך בין געוועהן ציזאמען מיט נאך אפאר טויזענט יודן (פלאצען זאלסטו), האט מען געזעהן א עלטערע יוד רעדן פין הארץ ארויס, אן אויפמערקזאמד געמאכט דעם עולם איבער טריקענע הלכות וואס פרויען זענען עובר בלא יודעים, נישט קיין חומרות אין נישט קיין פרימקייטן אין נישט קיין חסידות, פשוט הלכה, אין עס איז איבער געגעבן געווארן אויף זעהר א נארמאלע בכבודיגע אופן, פארשטייט זיך אז דיין קאפ פארט נאר אויף ****, סא ווען איינער רעד פין נישט גיין דורעך זיכטיגע געפלאצטע בגדים מיינט עס אויסשמועסן פרעכערהייט די [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל] חלקים פין א פרוי, דער עולם האט עס זייער שיין אויפגענימען, מען האט געהערט וויכטיגע הלכות, אין ווי אזוי א ערליכע יוד דארף זיך פירען בנוגע די ענינים, אין שטעלען די טואן אין שטוב. קיינער ווארפט נישט ארויס קיין קליידער, קיינער גייט זיך נישט קויפן קיין שווארצע זעק, מען האט פשוט אויפגעקלערט דעם עולם איבערציגעבן אינדערהיים טרוקענע הלכות צניעות, אין צי גיין באשיידן אויפן גאס.
בנוגע צי בראתי יצר הרע בראתי תורה תבלין, ווי פריער געזאגט, קען מען זיצען אין לערנען א גאנצען טאג, אבער ווען דער יונגערמאן גייט אהיים פין כולל אין דארף אדורעך וואקען 13טע עוועניו, קען ער אדורעך גיין שווערע נסיונות מיט הייסע הרהורים, כאטש וואס זיין קאפ ליגט איהם אין לערנען. סא עס איז זיער גלייך צי בעטן די פרויען נישט צי גיין אנגעטוהן מיט ציענדע קליידער, אין גלייב מיר עם יד על הלב, אז זיי קענען באשטיין זיך צי טוישן אסאך ענדישער ווי די..
שמירת עניים איז א נושא פאר זיך, אין אמת מען וואלט געדארפט רעדן פין דעם, אדער כאטש עס דערמאנען לכל הפחות, אבער עס נעמט נישט אוועק פין די וויכטיקייט פין די כינוס. סא סטאפ צי שיסען האס אין אייטער אויף די רבנים, סע נאך דא אזעכע קליגע יודן ווי דיר וואס פארשטייען אויך וואס דער דור'ס פראבלעמען זענען.

- חבר ותיק
- הודעות: 2933
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
- האט שוין געלייקט: 513 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל
די רעדסט און רעדסט און זאגסט גארנישט.
נאך אמאהל,
א. פארוואס האט מען נישט גערעדט וועגען שמירת עינים?
ווייל די וואס האבען געמאכט די אסיפה האבען געהאלטען אז ווען מען רעדט וועגען צניעות צו מענער, קומט נישט אריין רעדען וועגען נישט קוקען אויף פרויען, ווייל דאס איז א סתירה מיט מאכען א עצרת און רעדען צו "מענער" וועגען צניעות פין "פרויען".
ב.
דאס איז שקר וכזב. "קיינמאל" דערווייל האט מען נישט גערעדט צו מענער ברבים אויף א נידריגע לעוועל ווי ביי דער אסיפה, רעדען וועגען די גוף פין א פרוי בפרטות. רעד מיט עני מענטש און פרעג אים צו ער געדענקט נאך א דרשה ווי מען זאל אדורך טוהן די גוף פין דער פרוי ברבים, און צו ער האלט אז דאס איז געוועהן א טעות וואס מען האט עס נישט געטוהן ביז היינט.
דאס אז דער פרומאקס וואס האבען געמאכט דער עצרת ליגען אין דער גוף פין דער פרוי כל הימים, האט געמאכט אז זיי האבען נישט געכאפט און גערופען איינער זאל רעדען פאר די מענער וועגען אלע חלקי הגוף פין די פרוי, נישט כאפענדיג אז מען טוט אז נידריגע זאך אין דער נאמען פין פרומקייט.

אין עס איז איבער געגעבן געווארן אויף זעהר א נארמאלע בכבודיגע אופן, פארשטייט זיך אז דיין קאפ פארט נאר אויף ****, סא ווען איינער רעד פין נישט גיין דורעך זיכטיגע געפלאצטע בגדים מיינט עס אויסשמועסן פרעכערהייט די [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל] חלקים פין א פרוי, דער עולם האט עס זייער שיין אויפגענימען,
דאס איז שקר וכזב. "קיינמאל" דערווייל האט מען נישט גערעדט צו מענער ברבים אויף א נידריגע לעוועל ווי ביי דער אסיפה, רעדען וועגען די גוף פין א פרוי בפרטות. רעד מיט עני מענטש און פרעג אים צו ער געדענקט נאך א דרשה ווי מען זאל אדורך טוהן די גוף פין דער פרוי ברבים, און צו ער האלט אז דאס איז געוועהן א טעות וואס מען האט עס נישט געטוהן ביז היינט.
דאס אז דער פרומאקס וואס האבען געמאכט דער עצרת ליגען אין דער גוף פין דער פרוי כל הימים, האט געמאכט אז זיי האבען נישט געכאפט און גערופען איינער זאל רעדען פאר די מענער וועגען אלע חלקי הגוף פין די פרוי, נישט כאפענדיג אז מען טוט אז נידריגע זאך אין דער נאמען פין פרומקייט.
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1254
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 9:31 pm
- האט שוין געלייקט: 1008 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1132 מאל
ווען דער סמבטיון ליידט פון א אויסבראך
ווען סמבטיון באגלאקט זיך אויף א "אויסבראך" פון טיטאניק איז זייער אינטערסאנט אריינציבליקען אין זיינע מאמרים און איך בין אין א דילעמא צי איז דאס א "איינמאליגע אויסבראך" פון סמבטיון אדער דער סמבטיון "איז אזוי אלע 6 טעג פון די וואך"?
נישט געוויסט
איין מיניט, זאל ער פראבירען צי עוואוידען די 13'טע עוועניא, נישט איינגעפאלען אמאל צי מאכען א קליינעם אים וועג?
אדער וואס טיען די לאנדענע אידען אדער די אנטווערפענע אידען וואס זעען אסאך ערגער אין די גאסען אין די זימער טעג (גויטעס וואס באצירען די גאסען) מיאמי ביטש איז קליינגעלט פאר זיי, און דאך זעט מען דארט יונגעלייט גייען מיט עכט הייליגע אויגען אראפ און משום מה האבען זיי נישט די געפערליכע הירהורים וואס די בארא פארקע הלברשטאם'ס און האראוויצע'ס האבען,
איך שיס? רבנים? איין מיניט, איך בין א גרויסער מאמין אין חכמים און אין רבנים, נאר די שאלה איז "ווער" עס איז די "רבנים", איינער קלמן הלבארשטאם צי האראוויץ וואס זענען ידוע אלץ פיסטע חברה צי דער כ"ץ וואס האט א שיל ווייל זיין טאטע האט געהאט איבעריג געלט אין טאש, די חברה הייסען נישט ביי מיר קיין רבנים, רבנים ביי מיר באדייט איינער וואס האט הוראה און איז מוחזק ביי כלל ישראל אלץ איש מורם מעם מיט א ריכטיגע דעת תורה און אויף רבנים וועל איך פאר קיין פרייז אין די וועלט נישט רעדען און שרייבען, אפילו אויב וועלען זיי זאגען על שמאל שהוא ימין,
אמת, די קליגע אידען זאגען ווי מיר, יעיד עלי מיין אישי וואס איז איבערגעפילט מיט דאנק ווערטער פון ניקס וואס האבען נישט די ביצים צי רעדען ווי מיר, און יעידו די ריכטיגע רבנים וואס זאגען די זעלבע
מ'מער ציענדיגען מיט די פראגע, איז סמבטיון אייביג אזוי אקטיוו צי נאר יעצט?
א
סמבטיון האט געשריבן: (פלאצען זאלסטו),
סמבטיון האט געשריבן: פארשטייט זיך אז דיין קאפ פארט נאר אויף ****,
נישט געוויסט
סמבטיון האט געשריבן: אבער ווען דער יונגערמאן גייט אהיים פין כולל אין דארף אדורעך וואקען 13טע עוועניו, קען ער אדורעך גיין שווערע נסיונות מיט הייסע הרהורים,
איין מיניט, זאל ער פראבירען צי עוואוידען די 13'טע עוועניא, נישט איינגעפאלען אמאל צי מאכען א קליינעם אים וועג?
אדער וואס טיען די לאנדענע אידען אדער די אנטווערפענע אידען וואס זעען אסאך ערגער אין די גאסען אין די זימער טעג (גויטעס וואס באצירען די גאסען) מיאמי ביטש איז קליינגעלט פאר זיי, און דאך זעט מען דארט יונגעלייט גייען מיט עכט הייליגע אויגען אראפ און משום מה האבען זיי נישט די געפערליכע הירהורים וואס די בארא פארקע הלברשטאם'ס און האראוויצע'ס האבען,
סמבטיון האט געשריבן:סא סטאפ צי שיסען האס אין אייטער אויף די רבנים,
איך שיס? רבנים? איין מיניט, איך בין א גרויסער מאמין אין חכמים און אין רבנים, נאר די שאלה איז "ווער" עס איז די "רבנים", איינער קלמן הלבארשטאם צי האראוויץ וואס זענען ידוע אלץ פיסטע חברה צי דער כ"ץ וואס האט א שיל ווייל זיין טאטע האט געהאט איבעריג געלט אין טאש, די חברה הייסען נישט ביי מיר קיין רבנים, רבנים ביי מיר באדייט איינער וואס האט הוראה און איז מוחזק ביי כלל ישראל אלץ איש מורם מעם מיט א ריכטיגע דעת תורה און אויף רבנים וועל איך פאר קיין פרייז אין די וועלט נישט רעדען און שרייבען, אפילו אויב וועלען זיי זאגען על שמאל שהוא ימין,
סמבטיון האט געשריבן: סע נאך דא אזעכע קליגע יודן ווי דיר וואס פארשטייען אויך וואס דער דור'ס פראבלעמען זענען.