המטה למאבק בעוני ובדחקות

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
באניצער אוואטאר
איש עברי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 798
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 6:41 pm
האט שוין געלייקט: 997 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1854 מאל

המטה למאבק בעוני ובדחקות

שליחה דורך איש עברי »

די יהדות החרדית האט זיך לעצנסט ענדליך אויפגעוועקט ברוך השם!!
איך מיין אז די לעצטע יאהר קען מען באצייכענען אלס די חרדישע ספרינג, אדער בעסער געזאגט חרדיזם ספרינג,
מען האט אפגעהאלטן א מעכטיגע טאטאלע זיג קעגן די אינטערנעט, און לעצטע וואך אין בארא פארק האט מען ענדלגילטיג דערשחט'ן דעם יצרא דעריות.
דעריבער מיין איך אז די צייט איז געקומען צו ארויסגיין אין מערכה קעגן די שרעקליכע פירצה וואס האט זיך אריינגעכאפט במחנינו אז מענטשן זענען זיך מורה היתר לכתחלה צו זיין א נצטרך לבריות.
ברוך השם אז דאהי איז עס נאכנישט אזוי געפערליך אבער אין ארץ ישראל איז עס נורא ואיום, און צוביסלעך כאפט זיך עס אריבער דאהי, צוליב די כוללים באבל, דעריבער בין איך דא מפרסם א קול קורא וואס איז געחתמ'ט געווארן דורך הונדערטער רבנים הרוצים בעילום שמם.


[center]פנו מכשול מדרךבת עמי
שמועה שמענו ונחרדנו ונזדעזנו על המכשול הגדול הנפרץ במחננו לאחרונה והפירצה מתפשטת כאש בכרם בית ישראל והיא המגפה הנוראה של ה"שנאר" אשר לאחרונה נפרצו כל הגדרים וזקנים ונערים עוזבים את משפחתם ונודדים אל ארצות נכר וכפי ששמענו מפי עדים נאמנים אשר המכשולות רבים מאד רח"ל וכבר רבים חללים נפלו בתהום החטאות והתאוות וטומאות ארץ העמים בגלל הנסיעות הללו
לכן בעצה אחת עם גדולי הדור שליט"א הוחלט כי אסור בשום פנים ואופן לנסוע לעשות שנאר
והנה מלבד גודל הנסיונות ויצרא דעריות האורב להנוסעים הלא מאז ומקדם ידענו אשר טוב תורה עם דרך ארץ והנהג בהם מנהג דרך ארץ, ואין שום היתר שבעולם אף למי שנפשו חשקה בתורה שיתחמק מחובתו לפרנס את ביתו בדרך היתר, וכבר כתב המורה הגדול אשר אלו הנותנים על לבם להצטרך אל הבריות הם כבים מאור הדת ומחללים שם השם.
וידוע אשר רוב הצרות המתרחשת במחנינו אשר כגון בעיות בשלום בית וכן נערים המידרדרים מדרך התורה באה עקב העוני והשיעמום המביא לידי כל העוונות והצרות.
לאור כל הנ"ל מחויב כל מי שנשא אשה לדאוג מיד איך יפרנס את ביתו ויחתן את ילדיו וב"ה אשר העוסקים בצרכי ציבור הקימו מכללות מיוחדות על טהרת הקודש ללמוד מקצועות ולהתפרנס בכבוד על כן החכם עיניו בראשו ללמוד מקצוע כאשר עדיין אין ריחיים על צווארו כדי שיוכל להתפרנס בכבוד ולקבוע עתים לתורה ונמצא זה וזה מתקיים בידו
הועדה למאבק בעוני בציבור החרדי
מטעם גדולי ישראל שליט"א

נ.ב. אלו אשר נקלעו למצוקה כספית שלא באשמתם יפנו להועדה שיברר אם מיצו את דרך ההשתדלות עד הסוף ואם כן יקבלו אישור מיוחד ותמיכה כספית וגם המלצות ואכסניות בחו"ל לאפשר נסיעה נכבדה ומצליחה.
[/center]
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

שליחה דורך מאטי »

ואנו אין לנו אלא דברי חז"ל קילורין לעיניים "פשוט נבילה בשוק ואל תצטרך לבריות".
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
באניצער אוואטאר
איש עברי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 798
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 6:41 pm
האט שוין געלייקט: 997 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1854 מאל

שליחה דורך איש עברי »

אינדערצייט וואס אינטערנעט איז א ספק איבער די הארבקייט [כמה רבנים אין בני יואל האלטן אז זיצן צוזאמען מיט קלויזענבורג איז ארגער], איז אויף עניות דא א בפירושע מאמר חז"ל עניות מעבירה את האדם על דעתו ועל דעת קונו
טיטאניק
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1254
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 9:31 pm
האט שוין געלייקט: 1008 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1132 מאל

מילא די איזראעילי שנארערס אבער וואס איז מיט די בנשקלעך?

שליחה דורך טיטאניק »

איך שטיי איך איך ווינדער מיר אסאך מאל, מילא די איזראעיליזס גייען נאכגעלט, ני ניט געפעראליך מיר האבען זיי אויסגעלערנט די לעצטע 400 יאר אז זיי טארען נישט ארבעטען און די גרעסטע מצוה פאר א בן חוץ לארץ איז צי שיקען געלט קיין ארץ ישראל, אמת אינטער די תירוץ אז אלע דארט זענען כולל יונגעלייט און תורתם אומנתם און ממש אויסער די ד' אמות של הלכה האבען זיי גארנישט, מילא זענען די איזראעיליס געוואוינט געווארען צי דעם און עס איז געווארען א טבע שני אז זיי זענען פטור פון נושא זיין בעול פרנסת הבית, און דער חוץ לארצדיגער איז פשוט מחויב זיי צי שפייזען
ביי אינז איז דאס אויך געווארען א טבע שני אז פאר עניי ארץ ישראל מיז מען געבען געלט, איי פארוואס? אבער אזוי איז עס

אמת אז טאקע אמאל איז געווען אסאך דערהויבענע לייט וואס זענען געפארען קיין ארץ ישראל זיין די שלוחי דציבור צי עוסק זיין בתורה ועבודה יומם ולילה, א בחינה פון עשרה בטלנים פון יעדע געגענט, פון גאליצע רוסלאנד פולין אונגארען ראמעניע און אזוי ווייטער, דאס איז טאקע זייער חשוב, אז אידען מעצמינו ומבשרינו פון אינזער שטעטעל פארען קיין ארצינו הקדושה צי לערנען יומם ולילה און עוסק זיין נאר בתורה, טאקע דאס איז אינזער חוב צי אויסהאלטען און זיי שיקען געלט, אבער וואס טיט זיך מיט די אנדערע שווערע טויזענטע בטלנים וואס האבען נישט געארבעט און אויך נישט געלערנט??? קיינער האט אין דעם נישט אריינגעטראכט א רגע, און כאטש עס איז געווען און איז נאך דא אין ארץ ישראל געניג און נאך קוועלער פון ווי צי פארדינען א דאלער און היבש מער פון א דאלאר, פון ווי די ירושלמיים וואלטען רוהיג געקענט אויסהאלטען זייערע אייגענע עשרה בטלנים, אבער משום מה האט קיינער פון חוץ לארץ נישט געזאגט פאר די ירושלמיים "גייטס ארבעטען"
כהיום איז ארץ ישראל זייער א גיטע עקאנאמיש פלאץ, עס איז זייער גרינג צי מאכען געלט דארט עכ"פ אויב מען וויל, עס הערשט א שפע אין יעדע ביזנעס, און אין א געוויסע זין איז שוין גרינגער פאר א ארץ ישראלדיגע יונגערמאן צי דעקען זיין חודש ווי פאר א בארא פארקער און וויליאמסבורגער יונגערמאן, וואס כידוע איז די מצב הפרנסה אין ניו יארק פאר יונגעלייט בכלל נישט אזוי גלאנצעדיג, די רענט איז משוגע הויעך, די הוצאות צירייסען די טאשען איידער מען האט עס אויפגענייט, און די חיסרון כיס איז אויף גאר א הויכער אופן, אבער די ארץ ישראלדיגע יונגעלייט וואס גייען ארבעטען דארט, איז זיי זייער גרינג צי דעקען די חודש
און עס איז קלאר אז כהיום וואלטען די ביזנעס לייט אין ארץ ישראל קלאר געקענט דעקען פון זייער אייגען טאש אלע כוללים וישיבות וואס איז דא אין ארץ ישראל, עס איז דא דארט געניג און נאך געלט, א שפע וואס איז שוין יארען נישט געווען
מילא איז געקימען די צייט וואס מיר זאלען זאגען די ישראלים, זיצט אין שטיב און גייט ארבעטען, מיר האבען אייך אויסגעהאלטען געניג יארען, און ווען איר פארט ציריק נעמט מיט א רבי מאיר בעל הנס פישקע פון "כולל ירושלים בבארא פארק" לעניי בארא פארק והגלילות, און ווען די פישקע איז פיל שיקט עס ציריק, מיר קענען עס ניצען

יעצט לאמיר זיך נעמען צי די בנשקלעך, וואס מילא די איזראעיליזס לעבען כאטש א שפארזאמע לעבען נאכען שנארען, קליינע דירות קליינע השגות, אבער די בנשקלעך דאהי איז עפעס א מכה שלא כתובה בתורה (אפשר יא מכת צפרדע), יעדער וואס ווערט געמאכט פון א טאטע מאמע (היינט איז שוין געניג נאר אויב די טאטע אדער די מאמע) שטאמען פון די בלויע בליט פאמיליעס איז דער תינוק הנולד פטור פון אלעם, פטור פון ארבעטען פטור פון דאווענען לערנען זיין א מענטש, אלעס, די גבירים שטיפען זיי אן מיט געלט אז זיי זאלען קענען לעבען אין פאלאצען לעבען א שווענדערישע לעבען אן קיין שום חשבון בשעת ווען די מיטעלמעסיגער יונגערמאן דעקט קוים די חודש,
פון ווי נעמען זיי די געלט? אדער פון שנארען אדער פון די מוסדות, נעמט א ביישפיל יעדע מוסד אין ניו יארק וואס שלעפט מיט געלט, עכ"פ רובם ככולם זענען מוסדות וואס א "בית כק מרן שליטא" לעבט אויף די חשבון פון די מוסד, פארשטייצעך אז קיין געלט צי צאלען די מלמדים בלייבט נישט איבער
אבער דאס איז נאר אויפען שפיץ גאפעל
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

דער חלק אז אינגעלייט ארבעטערס קומען גוט אויס אין א"י מיטן חודש איז לפי ידיעתי נישט ריכטיג. מען מוטשעט זיך פיל מער דארטן ווי אין אמעריקע. בפרט אז מיר האבן פיל א העכערן לייף סטייל, מיט פלייש יעדע נאכט און באקוועמערע הייזער וכדומה.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
דריידל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1146
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 17, 2014 12:42 am
געפינט זיך: נישט אהער און נישט אהין
האט שוין געלייקט: 1132 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1247 מאל

שליחה דורך דריידל »

אן ארץ ישראל'דיגע איד איז געגאנגען נאך געלט אין בית מדרש אין ירושלים. שטעלט אים אפ א ירושלמי און פרעגט היתכן די לייגסט דיך ארויף אויפ'ן ציבור? פרעגט דער שנארער צוריק :און וואס טיסטי? איך, ענפערעט ער, וואס הייסט, איך ארבעט געהעריג איך פאר קיין אמעריקא און לאנדאן
פארדריי די דיר דיין קאפ
באניצער אוואטאר
איש עברי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 798
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 6:41 pm
האט שוין געלייקט: 997 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1854 מאל

שליחה דורך איש עברי »

עס איז נישט קיין וויץ איך גלייב באמת אז ווען די אלע ענערגיע וואס מ'איז משקיע אין אנטערנעט צניעות קברים וכולי וואלט גענוצט געווארן אויף צו טרעפן א לעזונג צו די הימל-שרייענדע דחקות וואס הערשט ביים היימישען ציבור אין ארץ ישראל וואלט מען געקענט אויפקומען מיט לעזונגען
באניצער אוואטאר
דריידל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1146
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 17, 2014 12:42 am
געפינט זיך: נישט אהער און נישט אהין
האט שוין געלייקט: 1132 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1247 מאל

שליחה דורך דריידל »

מ'קען זאגן פארקערט אויכעט. ווען דער עולם וואלט געארבעט אין עס וואלטן נישט געווען אזויפיל ליידיגגייער, וואלט נישט געווען אזויפיל כינוסים איבער צניעות/קברים/אינטערנעט
פארדריי די דיר דיין קאפ
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

ר' איש עברי: ייש"כ פאר ברענגען דעם "אידעאליסטישן" קול קורא פון די רבנים החשובים הרוצים בעילום שם. הלואי וואלט עס געווען אזוי און מ'וואלט געקענט מקיים זיין אלעס וואס שטייט דארט. אבער לצערינו, איז אייביג פאראן ( דאהי און אין ארץ ישראל/אייראפע) פארדרייטע ברואים און קרומע פארשוינען וועלכע האבן זייערע פארדרייטע און פאלשע אינטערעסן מיט וואס משוגע צו מאכן דעם עולם. און די בעסטע זאך איז אנצוהענגען און אריינלייגן זייערע דיעות עקומות ומעשים מגונים אין די תורה און אידישקייט. א חוץ וואס א פאר נישט געזונטע יחידים וועלכע דארפן דאס ארומפאהרן איבער די וועלט (און נישט איינזיצן אינדערהיים מיט די ווייב און קינדער) אלס "כסות עיניים" פאר זייער "לייפסטייל". איינער איז א גרויסער און בארימטער שרייבער. א צווייטער (וועים איך קען פערזענליך( גייט ארום איבער די וועלט שנארן געלט, בעת זיין שטוב אין א"י צופארט אין אלע בחינות. :? 8-) :roll: :lol: :P :oops: :cry: :( :o
עוד מישהו
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 12:46 pm
געפינט זיך: אין אנטארטיקע
האט שוין געלייקט: 144 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 235 מאל

שליחה דורך עוד מישהו »

איך גלייב אז אלע קענען די ווארט וואס מזאגט אויף די ירושלימע נקיי הדעת.
ווען די רב פון די ערליכע אידן הגה"צ הרב ר' יושע לייב דיסקין זצוק"ל איז נפטר געווארן, האט מען אין ירושלים אויסגערופן א ביטול מלאכה.
די ביטול איז געבליבן אין קראפט עד עצם היום הזה.
לשנה האחרת קבעום יו"ט אין חוץ לארץ, זייט דעמאלט טוט זיך א פארעריי און א שנארעריי, וואו אלע ירושלימע שנארער מאכן א יו"ט אין חו"ל.
ס'איז בעסער צו לערנען די הייליגע תורה, מער פון אלע לאלי'ס און קענדי'ס.
קרעדיט: כיתה א' רבי.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

עוד מישהו האט געשריבן:איך גלייב אז אלע קענען די ווארט וואס מזאגט אויף די ירושלימע נקיי הדעת.
ווען די רב פון די ערליכע אידן הגה"צ הרב ר' יושע לייב דיסקין זצוק"ל איז נפטר געווארן, האט מען אין ירושלים אויסגערופן א ביטול מלאכה.
די ביטול איז געבליבן אין קראפט עד עצם היום הזה.
לשנה האחרת קבעום יו"ט אין חוץ לארץ, זייט דעמאלט טוט זיך א פארעריי און א שנארעריי, וואו אלע ירושלימע שנארער מאכן א יו"ט אין חו"ל.

אן ענליך ווארט האב איך געהערט פון א בדחן ביי א חתונה. אז ס'איז ידוע אז אין ירושלים ארבעט מען נישט. ווייל בשעת די לווי' פון ר' יוסף חיים זאנענפעלד ז"ל איז ארומגעפארן א קאר און האט אויסגערופן ביטול מלאכה. און דערווייל איז נאכנישט ארומגעפארן א צווייטע קאר וועלכע האט אויסגערופן אז מ'זאל זיך צוריק נעמען ארבעטן..... :roll: :? 8-) :lol: :lol: :lol:
עוד מישהו
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 12:46 pm
געפינט זיך: אין אנטארטיקע
האט שוין געלייקט: 144 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 235 מאל

שליחה דורך עוד מישהו »

וויצן אין א זייט, איש עברי האט אנגעהויבן זייער א וויכטיגע נושא, איך בין מסכים צו יעדע ווארט וואס ער האט געשריבן, כדי צו מחזק זיין די זאך, וועל איך ברענגען א לינק צו אן אשכול, וואס רעדט פון מענטשן וואס ארבעטן נישט און צו וואספארא שיגעון עס קען אלס אריינטרייבן א מענטש.

http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=24&t=3649
http://2.bp.blogspot.com/-9rb9xLGs1-Q/U ... %D7%91.jpg
די צווייטע איז א בילד פון די וויידל שלעפערס.
ס'איז בעסער צו לערנען די הייליגע תורה, מער פון אלע לאלי'ס און קענדי'ס.
קרעדיט: כיתה א' רבי.
פארשפארט