דער בחור קען, פארשטייט און געדענקט אלעס וואס ער האט געלערנט. וויאזוי? ווייל דאס לערנען, ווי אלע אנדערע אספעקטן פון "תלפיות", איז מיוסד אויף שכל. דער ציל איז, אונזער מסורה וואס איז אינעם "אל תטוש תורת אמך"; די מיטלען וואס ווערן פאר דעם צוועק איינגעשפאנט זענען די וואס ארבעטן, וואס פירן צו דעם ציל.
א שיעור געדויערט נישט לענגער ווי 45 מינוט. דאס מציאות איז אז דעם דורכשניטליכן בחור'ס מוח וועט נישט בלייבן פאקוסירט און קאנצענטרירט לענגער ווי א דרייפערטל שעה. דער קארגע-שעה לאנגער שיעור באשטייט אבער אין מער ווי סתם א לעקציע, וואס זעט נישט אויס קיין סך אנדערש ווי, להבדיל, א קלאס אין קאלעדזש. "ללמוד וללמד, לשמור ולעשות." דאס זאגט פינקטליך וויאזוי מען דארף לערנען תורה: לערנען און פארשטיין, היטן און אויספירן. דער דאזיגער זאג ווערט אויפגענומען פשוטו כמשמעו. א שטיקל גמרא ווערט געלערנט אזוי, אז מען זאל עס פארשטיין – און געדענקען. וואס וויל די גמרא זאגן? וואס האט געשטערט דעם מקשן? וויאזוי שטימט עס שוין יעצט? און דאס אלעס, נישט דווקא דורך פלפולים און חילוקים, נאר פשוט-כפשוטו.
א שטיקל גמרא ווערט צענומען אויף אלע זיינע חלקים: הלכה, טעם, סברה. ווען מען באגעגנט זיך מיט א קשיא, שטעלן די תלמידים זיך פריער אפ אויף דעם פשוט'ן משמעות פון דעם ווארט. וואס איז א קשיא? וואס איז דער חילוק פון קשיא ביז שאלה ביז איבעיא? וואס איז די לאגיק, דער שכל פון דער שקלא וטריא? אבער דאס אלעס קומט שפעטער. צוערשט באקענען די תלמידים זיך מיט די עצם ווערטער און טערמינען, וואס ווערן צום ערשטן מאל באגעגנט אין גמרא. "איבעיא להו". וואס איז דער טייטש פונעם ווארט? וואס איז דער שורש? "תא שמע". פארוואס דווקא אזא לשון? וואס איז דער חילוק פון איין לשון-תירוץ ביז אן אנדערן? ווען ניצט די גמרא וועלכן, און פארוואס? דערנאך, באקענען די תלמידים זיך מיט דער "סטרוקטור" פון גמרא, דער לאגיק, דעם שניט וויאזוי די גמרא לויפט אין אלגעמיין. די טיפישע גמרא-זאצן ווערן צענומען אויף קליינגעלט. דערנאך ווערט דאס זעלבע געטאן מיט גמרא-שטיקלעך, און שפעטער – מיט גאנצע סוגיות.
דאס אלעס ווערט געטאן דווקא בכתב. יעדער שיעור קומט באגלייט מיט צעטלעך, וואס די בחורים שרייבן נאטיצן און ענטפערן אויף פראגעס. זיצנדיג ביי דער גמרא, לערנען די תלמידים די פרטים פונעם שיעור בעל פה: מען לערנט די גמרא, און אלע פרטים ווערן אויסגעשמועסט. מיט די צעטלעך (worksheets), לערנט מען דאס אלעס איבער בכתב. די דאזיגע דפים ווערן איינגעבינדן אין א שיינעם פארמאט. דאס שרייבן איז דאך נישט אזוי ווייט קיין "בחינה" ווי א וויכטיגער טייל פונעם עצם לערנען; ס'איז א פרט אינעם "ללמוד". דארף עס דאך באהאנדלט ווערן מיט'ן ריכטיגן כבוד.
הערשט דעמאלט איז דער תלמיד באמת א גמרא-בחור. און הערשט יעצט הייבט זיך אן די ריכטיגע עבודה, פון אויסלערנען דעם תלמיד צו טראכטן קריטיש – טאקע אויף דעם אופן ווי די חותמי התלמיד האבן אויסגעשטעלט די גמרא. די חכמה אין תלפיות שטעקט נישט אין "צוטרעפן" דעם מהרש"א'ס קשיא, נאר צו פארשטיין וואס האט דא געשטערט דעם מהרש"א. אין ווערטער, זעען די צוויי ברירות אויס גאר ענליך. למעשה ליגט אין דעם קליינעם חילוק דעם גאנצן אינטערשייד: דער חלק הבנה. דאס עמקות. דאס לערנען גמרא אויף א מהלך אז אזוי לאנג ווי מיך שטערט נישט א קשיא, וואס מיין מוח און מיין מדריגה אין הבנה וואלטן געדארפט אויפכאפן, האב איך קיין גמרא נישט געלערנט. געזאגט די ווערטער און זיי אויבערפלעכליך פארשטאנען, מיט א צופעליגן "כאפ" אויפ'ן וועג, דאס אפשר. "עוסק" געווען אין דער סוגיא, דאס אבער נישט.
די בחורים לערנען די כללים פון מדמה זיין מילתא למילתא אין די ראמען פון די כללי הש"ס.
ווען דער תלמיד ענדיגט א שטיקל גמרא אויפ'ן נוסח פון תלפיות, וועט ער קענען פארטייטשן כמעט יעדן ווארט – אריינגערעכנט די אומגעווענליכע ווערטער, וועלכע מען באגעגנט זעלטן אויסער אין ש"ס, ווי ארמי'ש, און אנדערע גמרא-טערמינען. ער וועט פארשטיין דעם טייטש, דעם לויף, דעם צוזאמשטעל, דעם שכל אונטער אלעם. ער וועט קענען אריינפילן די צווישן-די-שורות בלויזן.
א בחינה אויפ'ן געלערנטן איז נישט געמאכט געווארן בלויז צו בודק זיין דעם בחור'ס פראגרעס און קענטעניסן, נאר איז באמת א המשך פונעם לערנען. דער פארהער פרעגט נישט קיין דירעקטע שאלות אויף וואס איז געלערנט געווארן – וואס איז דער תירוץ אויף יענער קשיא און וואס איז דער תמצית פון דער סוגיא – נאר מער אומדירעקטע פראגן, וואס קענען געענטפערט ווערן נאר דורך עמיצן וואס פארשטיין באמת דאס געלערנטע.
דאס זעלבע מיט לימוד הלכות. הלכות ווערן געלערנט נישט בלויז לשם לימוד, נאר, ווי דאס לשון זאגט: לשמור ולעשות. מען לערנט בעיקר די הלכות וואס זענען נוגע פאר דעם מענטש'ס לעבן למעשה. די בחורים לערנען די הלכה, און פירן אויס מיט וואס און וויאזוי דאס איז אייגנטליך נוגע אין לעבן. די פארהערן אויף הלכות באשטייען פון פראקטישע שאלות, אויף ענינים וואס זענען נוגע למעשה אינעם בחור'ס לעבן. די שיעורים ווערן, ווי פארשטענדליך, געגעבן אויף אן אופן אז דער צושטעל צו אונזער מציאות היינט קען גרינג פארשטאנען ווערן, אויב האט מען מיטגעהאלטן און פארשטאנען דעם שיעור. די בחינות זענען נישט דווקא אויף איז געלערנט געווארן בפירוש, נאר אויפ'ן פראקטישן חלק, צו וואס דער בחור דארף מיט זיין הבנה אליין צוקומען.
חינוך נוסח "תלפיות" - סדר און אופן פון לערנען
- פשוט-קאמפליצירט
- ידיד ותיק
- הודעות: 873
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 12:19 pm
- האט שוין געלייקט: 866 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1421 מאל
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 7167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
- האט שוין געלייקט: 4109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3833
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
- האט שוין געלייקט: 3807 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל
- shem-tov
- ידיד ותיק
- הודעות: 840
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 10, 2013 1:35 pm
- האט שוין געלייקט: 379 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 799 מאל
מורא'דיגע ענינים רב פשוט. דער סיסטעם ברויך זיין איינגעפירט אין אלע ישיבות. ווען איך האב געלערנט אין ישיבה קטנה האט זיך דער מגי"ש געגארגעלט פאר א דריי פערטעל כתה די איבעריגע האבן נישט פארשטאנען קיין אות אחת וואס דער חכם דרשנט דארטן. דאס וואס די שרייבסט דא ברויך צו זיין ממש די א' ב' פון אלע ישיבה קטנות.
איך טראכט נאר אז דער סדר איז זייער גוט פאר בחורים וואס האלטן ביים לערנען נאר זיי האבן שוואכע קעפ. וואס טוט מען אבער מיט א בחור וואס האלט פשוט נישט ביים לערנען. וואס זאגסטו פאר א בחור וואס זאגט דיר אפען און גראב אז ער האלט נישט ביים לערנען. סאינטערסירט אים נישט איך פארדין דערפון גארנישט שרייט ער. ס'איז בארינג וכדו' אפשר דארטן דיעלסטו נישט מיט אזעלעכע סארט, אויב יא ביטע זיי אונז מהנה מיט נאך שיינע הדרכות. שכח
איך טראכט נאר אז דער סדר איז זייער גוט פאר בחורים וואס האלטן ביים לערנען נאר זיי האבן שוואכע קעפ. וואס טוט מען אבער מיט א בחור וואס האלט פשוט נישט ביים לערנען. וואס זאגסטו פאר א בחור וואס זאגט דיר אפען און גראב אז ער האלט נישט ביים לערנען. סאינטערסירט אים נישט איך פארדין דערפון גארנישט שרייט ער. ס'איז בארינג וכדו' אפשר דארטן דיעלסטו נישט מיט אזעלעכע סארט, אויב יא ביטע זיי אונז מהנה מיט נאך שיינע הדרכות. שכח
למעשה לאמיר טאן מצוות ומעשים טובים
- פשוט-קאמפליצירט
- ידיד ותיק
- הודעות: 873
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 12:19 pm
- האט שוין געלייקט: 866 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1421 מאל
- פשוט-קאמפליצירט
- ידיד ותיק
- הודעות: 873
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 12:19 pm
- האט שוין געלייקט: 866 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1421 מאל
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1393
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 11:19 am
- האט שוין געלייקט: 3030 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2212 מאל
- קאנטאקט:
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3315
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
- האט שוין געלייקט: 2006 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל
shem-tov האט געשריבן:איך טראכט נאר אז דער סדר איז זייער גוט פאר בחורים וואס האלטן ביים לערנען נאר זיי האבן שוואכע קעפ. וואס טוט מען אבער מיט א בחור וואס האלט פשוט נישט ביים לערנען. וואס זאגסטו פאר א בחור וואס זאגט דיר אפען און גראב אז ער האלט נישט ביים לערנען. סאינטערסירט אים נישט איך פארדין דערפון גארנישט שרייט ער. ס'איז בארינג וכדו' אפשר דארטן דיעלסטו נישט מיט אזעלעכע סארט, אויב יא ביטע זיי אונז מהנה מיט נאך שיינע הדרכות. שכח
ס'איז אלס שייך, אבער רוב מאל האלט א בחור נישט ביים לערנען ווייל ער האט נישט דערפין קיין סיפוק, ער האט נישט קיין סיפוק ווייל ער איז נישט א מצליח בתלמידו
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers
Thomas Nagel