ר' מאטל דער וויין מבין

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
יואב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1677
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
האט שוין געלייקט: 5634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל

ר' מאטל דער וויין מבין

שליחה דורך יואב »

ר' מאטל מאכט זיין וועג ארויס פון מקווה און גראד כמנהגו אויס דעם שליים פון מויל מיט אזא גריטשע ווי ער זאל ווען איצט פראבירן סטארטן אן אלט סטאנציע-וואגאן. נאך אלעם מאכט ער בלויז גרייט א געשמירט עפענונג צו די לונגען, האבנדיג געהאלטן דעם גוף מיט דער נשמה אינאיינעם פאר'משכונ'ט אין א דאמף-געשטיקטן צימער פון א פרייטאג נאכמיטאג.

די האר-פארפאנצערטע בעקלעך זענען אים רויט ווי ביי א פרה אדומה; די צעשויבערטע בארד שטייט גרייט פאר א מאסיווער רענאוואציע און אין דער לינקער האנט ליגט ביי עמען א געלעכערט זעקל שמוץ-וועש  שטייף איינגעבינדן – במקום האנט-זייגער.

די ווייסע זאקן זיינע שוין מיט שטאלץ אויסגעצויגן אויף די פיס, כאטש וואס ווען ס'קומט צו דעם קאפ איז נאך דער ברייטער הוט מיט א ימי המעשה'דיג פראכט בעל הבית.

גאנץ מערקבאר זענען די שארפע שטעלונג דיפערענצן די צוויי פיאות האבן גענומען. זיי שפילן א סצענע פון כשזה קם זה נופל במלא מובן המילא. די רעכטע פיאה איז אויסגעאקערט מיט פריש געשוירענע נעגל גענוי ווי א פעלד מוצאי שמיטה. לאנגע שטריקלעך האר שלעפן זיך פון אונטער דעם קאפל. די אנדערע ווידער האלט ביים לעצטן שטאפל קאנסטרוקציע פארקניפט ביים שפיץ קאפ ווי א בעבי קעראט. הקיצור, בלויז ס'שאטן זיינעם זאגט עדות אן צווייפל: "יא, ר' מאטל איז א רעכט גע'טובל'טער".

ר' מאטל שפאצירט אריין אינעם שמש בונקער גרייט אויף צו קויפן וויין און אזוי ארום שוין הערן פון דער חברה ליידיגייער די לעצטערע נייעס. מ'ברויך זיין א וויסט אנטיסעמיט צו האלטן אז כלל ישראל האט זיך וואס צו שעמען מיט אירע אקעדעמיקער.  אונטער איין דאך קענען זיך פארזאמלען אין א גרויען פרייטאג א כאפטע מיטעראלאגיסטן, ארכילאגן, עקאנאמיסטן, בייאלאגישע וויסענשאפטליכער ,מעטאפיזיקער, מעדעצינישע מבינים, פאליטישע עקספערטן און אלצווייסער. אלץ וואס ס'פאדערט זיך איז בלויז ברייטע אויערן צו קענען סובל זיין אן איבערגעטריבן דאזע פון פיינפולע שטותים, צי "פאקטן" גאר כלשונם.

ראובן געציל ווי איך זע האט צו פארציילן איבער דער דין תורה ביי פיקלוויטש'ן און דעם בלוטיג גט ביי זעליג'ס א טאכטער. שוין, האביך דאך געוויסט אז קיין שלום וועט דארט שוין נישט זיין. נעבעך, א גרויס רחמנות, אבער שולדיג איז ער אליינס. ער פארשטייט אלץ בעסער פון וואס מ'זאגט אים און ער לאזט זיך נישט לערנען. שוין, צו וואס גראבן אין יענעמס צרות. הא! גיב נאר א קוק וועמען מ'האמער דא. יוסל'ן איז דא. נו יוסל, וויפיל אינטשעס שניי ערווארט מען צו פאלן אין זיבן וואכן ארום, הא? הייסט עס מ'גראבט שוין ווייטער קברים, שמעון משה? אך, דער בלומבערג ימח שמו. מ'לייד זיך צוזאם פון דעם שגץ, "אלץ ווייל ער איז א איד. ליידער פארשטייען די ערלים בעסער צו אונזערע געברויכן". ווען גייט ער שוין פאר א שווארץ יאר, הא חיים מנשה? מ'ווייסט שוין ווער ס'וועט זיין דער קומענדיגער מעיאר? קאומאו זאגן זיי שטייט שטארק, ניין? אה, ער איז פאר גאווערנאר. נאה, אלץ די זעלבע זאך מילא. קאומאו שמאומאו. מעגסטעך שוין אויסלערנען: "יעדער מיינט בלויז זיך".

טועמיה האט ער ב"ה אינדערהיים. סארא פרעס מ'מאכט אין בית מדרש. ער האט שוין געזאגט דעם שמש אז ער האלט מ'ברויך אויפהערן מיט דער טועמיה. קודם נאר פרייטאג, און ווער ווייסט, אפשר וועט אים נאך אריינגיין א שיגעון אין קאפ צו פיטערן דעם עולם טשולענט ליל שישי אויך. זאל ער זיך טרעפן בעסערע וועגן וויאזוי צו מאכן געלט. די לעצטע 50 יאר האבן שמשים געקענט מאכן פרנסה אן צושטעלן פרעסעריי. סארא געמיינהייט. 

נו, וועט מען נעמען א פלעשל וויין. נאך אלעם וואו דען קויפט מען וויין? ער ווינדערט זיך טאקע פון וואנען די ערלים האנדלן איין וויין. געוויס פארמאגן די קירכעס אזאנע קליינטשיגע שמש שטיבלעך – הגם דעם געדאנק האבן זיי בלי ספק ג'גנב'ט פון די אידן.

און פון וואנען קויפן די נישט רעליגיעזע וויין? שוין, הייב אן פרעגן קשיות. לאמיר דיך זאגן איין מאל פאר אלעמאל: "אלעס גלייבט היינט".

אין אמת'ן אבער: די גוים פארשטייען צו וויין ווי יעך צו א ספארט געים. אלץ וואס זיי ווילן איז נאר הויליענען און אנברענגן די צייט. פונקט לעצטנס זאגט מיר א אינגערמאן אז דאס נעמען דראגס צווישן די כוליגאנעס איז שוין היינט א נארמאלע זאך. שומו שמים אין וואספארא צעדרייטער וועלט מיר לעבן היינט! "מ'דארפן מיר באזונדער דאנקן גאט אז והבדלנו מן התועים".
 
חצקל,  ווען נישט איך זע דאס מיט די אייגענע אויגן וואלט איך דאס נישט געגלייבט. "אויף גרעיפדזשוס מאכסטו קידוש?" באלאנגסט עפעס אינעם עזרת נשים? וואסי, ס'מאגן דיינער פארנעמט נישט אביסל אלקעהאל? עפעס געמאכט פון זיידן? הא! גלייב מיך דיין זיידע ירחמיאל זעהט דאס כאפט ער א הארץ אטאקע. אוי האב איך אים געקענט, א זיס אידל געווען. גיי זיי מסביר פאר היינטיגע אינגעלייט וואס א ר' ירחמיאל האט בכלל געמיינט. "נאה, זאגסט מיר? נאך ווי כ'האב אים געקאנט. ער פלעגט דאך דאווענען אויף מיין בלאק". 

שוין, גיי רעד צו די חברה. כ'ווייס אפילו נישט וואו אנצוהייבן; נישטא אפילו מיט וועמען צו גיין צום טיש. א גלעזל וויין פרייטאג אויפדערנאכט איז ווי מים קרים על נפש עיפה. שוין, שוואכע לייט. זיי דערהייבן פשוט נישט. נו, אז מ'דערהייבט נישט איז מען פטור. האבן זיי  דאך אבער יא געוואוסט וואס זיי רעדן אז זיי האבן זיך צעקרעכצט אויף דעם שוואכן דור.

דידאדאדידאדאדאדאם, אהאהאהא, איםםםם, היימבאבאביבאם. נו, שמש, ווייסטאך וואס איך גלייך. דערלאנג אהער צוויי פלעשלעך. כ'האב חשובע געסט דעם שבת, "יואב פון קאווע שטיבל קענסטו?"

שמש: אביתר'ס א זוהן? 

יאפ! ער איז דא איבער שבת, האב איך אים גערופן פאר א סעודה.

שמש: ווער דער שייגעצל?

נאה, דו רעדטס פונעם ברודער זיינעם. דער אמת איז אז רעדט מען פון יואב'ן מיינט מען אויך נישט עפעס דעם גרעסטן צדיק. שוין, לאמיר בעסער נישט רעדן. איך דריי זיך דאך יא אביסל אויף דער וועלט, פחדים נוראים וואס ס'קומט אלץ פאר. "כ'זאג אלץ, היינטצוטאגס איז קיינער נישט פארזיכערט". 

שמש: איי ר' מאטל זאגט איר גוט. מיט די עלטערן זיינע האט ער נאך עפעס א שטיקל קשר? 

דער טאטע האט אים ארויסגעווארפן, ער וויל אים נישט קענען. ער שפייט נעבעך בלוט. מיט דער מאמע זאגט מען האט ער נאך יא עפעס א שטיקל שייכות, אבער ווייסטאך וויאזוי די זאכן גייען. שוין, צו וואס גראבן אין יענעמס צרות. אוי!

שמש: ס'איז די אינטערנעט וואס איז שולדיג דערין? 

נו וואדען. זאגן זאגט ער אז מ'האט אים גע'רודפ'ט. ווייס איך דען נישט? כ'בין דאך געווען זיין מלמד. שוין דעמאלט האט ער געהאט פייגעלעך אין קאפ. שוין, כ'האף נאר אז מצידי האב איך געטון אלץ וואס איז שייך. אוי האב איך געהאקט און געבראקט אין עמען, אך, אבער גאאאארנישט. א קאלטער שטיין. וויפיל מ'האט נאר פראבירט, וויפיל כוחות מ'האט נאר אין דער דאזיגער נשמה אריינגעלייגט, א וואנט האט מען געטאפט. כ'קלער אז אפשר גאר האט מען נישט געפראסקעט גענוג. אפשר וואלט נאך ארויסגעקומען עפעס א קיצו של מענטש. היינט טאר מען שוין גארנישט טון. דאס גאנצע אמעריקאנער חינוך ברענגט מען אריין ביינונז. נאכן ווינדערט מען זיך. נאה, א פראסטער יונג. פון וועמען מיינסטו רעדט מען דא? אן אויסווארף, א בן סורר ומורה, אלץ געזוכט טראבל און קיינמאל נישט געהאלטן ביים לערנען. אלץ געווען קלוגער, פארשטאנען בעסער ווי זיינע עלטערן, מחנכים און קלוגערע פון אים. יע, דארט קומען זיי אלע אן, די אלע אויבער חכמים. געקלעבט צו שלעכטע חברים, היום אומר לו עשה כך און פון דארט ביז דער שאול תחתית איז שוין א קליין שפרינג. העלעך דיר פארציילן א סוד: "נעכט פלעג איך אפזיצן ביים פאטער זיינעם, כ'האב מיך ביי עמען געבעטן מיט טרערן; שוין, האב איך דאך יא געוואוסט וואס ס'וועט פאסירן. איי!"

שמש: או, אידישע צרות. דער עסט ממש טריפות, א מחלל שבת? 

וואס ווייס איך. ער מיינט נעבעך אז דאס גליק איז אויף דער אנדערער זייט. מ'זעט אים נאך דא דארט לייגן תפילין, א קליין קאפעלע אויפ'ן קאפ און דרייט זיך מיט אלע שווארץ יארן. שוין, גענוג צוזאמגערעדט. לאמיר רעדן פון שמחות. משיח זאל שוין קומען, מ'רייסט פון אונז שטיקער.

שמש: אז ער לייגט תפילין און איז א שומר תורה ומצוות איז דאך גוט, נישט אזוי?

אוי! ס'בעסער אז מ'רעדט נישט. פיין, נעם איך די וויין, א בעג האט איר? כ'האב נאך גענומען א ציצית פאר מיין בחור'ל, און וויפיל איז דאס שערן? אן אויסגעקראכנעם קאפ ס'זעלבן פרייז? אלעס קאסט היינט. ווי זאגט די וועלט: "בחינם קריגט מען כינים". אקעי, שרייב אויף, עמער זיך פארעכענען די אנדערע וואך, א זיס לעכטיגער שבת.

(מיינט איר אז מ'רעדט דא פון א ירדן ראם? קאסטעל גרענד ווין? אלעקסענדער אמאראולא? גהינם נישט. "א ברייט פלעשל קדם בורגאנדי")


ר' מאטל איש חסיד שפאצירט אהיים נאכן דאווענען מיט א געהויבן קאפ, דארונטער מארשירן יוצאי חלציו מיט פארכט און דיצעפלין. נאך אלעם גליסט זיך פאר קיינעם פון די שבטי קה דאס רויט פלעמל אויפ'ן באק, אדער א "קלינגעדיגס" ווי ר' מאטל גלייכט דאס צו בא'טוטל'ן.

דאס פריש געבאדן קערפער ווארעמט זיך אין דער רעזוואלקע, ס'האלדז איינגעוויקלט אין א גלאנציג ווייסן שאל כתינוק באמתחתו, די וואנצעס אויסגעפיצט ווי ביי דעם רוסישן צאר צום געבורטסטאג, און דא דארט שענקט ער פארבייגייערס א לייכט נייג מיט'ן קאפ נאכגעפאלגט מיט א שטיל אבער לאנג פראגראמירטער "גוט שאממממבבבבעס".

ר' מאטל לייגט אראפ א פלאמפייערדיגער קידוש און קימערט קנאפ איבער די פיאות וועלכע טובל'ן זיך אינעם בעכער כמעט ש"י. צייט איז די לעצטע זאך וואס קען שפילן א ראלע בעת פונעם זילבערנעם בעכער שיט טראפנס לארבע כנפות. איראניש איז אז דוקא ביים ווארט "באהבה", א ווארט וואס רעפרעזענטירט א גאר ברייטער תחום מיט וואס ר' מאטל האט קנאפ שייכות, דארט שפירט ר' מאטל אז ס'פארלאנגט זיך אויסצוציען דאס התלהבות עד כלות השפייאכץ. ס'עיקר איז דאס לאזן ווארטן די אויסגעהונגערטע נשמה'לעך וועלכע האבן זיך שוין געזעגנט מיט די מלאכים פאר אומגעפער א שעה צוריק און שטייען גענאגלט צו דער ערד מיט אויסגעטריקענטע מיילער ווי די אידן נאכן עסן די דגים מלוחים פון אחינו הישמעאלים.

די קינדער אונטער דעם וועכענטליכן טעראר פון מעגן טרינקן בלויז א פערטל גלעזל גרעיפדזשוס שלינגען א יעדעס טראפ ווי דאס זאל ווען זיין כוס של ברכה פונעם רבי'ן, און גרייטן זיך צו דערפילן די דיקטאטורישע באפעלן ווי נאר זיי גייען ארויס מפי המלך.

איך קוק רעכטס, איך קוק לינקס; איך שלעפ ארויס א ברוין-פאפירענעם זעקל. יעך צי ארויס פון דארט א שמאל פלעשל קאבערנעי און איך שטעל דאס אויפ'ן טיש. (א כפרה אויף דער געלופטעריי.)

"וואס איז שלעכט מיט דעם בורגאנדי?" אייסערט זיך ר' מאטל מיט קנייטשן אין די אויגן ברעמען וועלכע שרייען ערפארענקייט.

ס'גוט, דאס גלייך איך מער.

ר' מאטל שארט ארויף זיינע דיקע ברילן און נעמט באקוקן דאס פלעשל נאך הכשרים ווי ס'זאל ווען זיין אן אכט טאגיג פיצל הארט בעפאר דעם בונד. "גיי ווייס וואספארא הכשר דאס איז. קוים קען איך נאכזאגן זיין נאמען. אויך מיר א רב, ערגעצוואו אין די מרחקים. גיי ווייס צו ער איז אפילו א שומר שבת".

כ'ווייס, עם, מ'זאגט דאס איז א פארלעסליכן הכשר, מורמעל איך ארויס מיט דעם פחד פון א ווארפעדיג הינדל צווישן דעם בני אדם שטויס און ס'שחיטה.

מ'זאגט! ווער איז דאס 'מ' ? געלט וואלסטו עמען געבארגט? קאבערנעט שמאבארנעט! די היינטיגע אינגעלייט זענען מיר גאנצעטע מבנים.

דאס איז א סיילענט "טי" , שאקל איך נערוועז מיט די פיס ווי א קינד וואס דארף עימערדשענסי אין טוילעט.

סארא חילוק. וואס גייט מיר אן וויאזוי דער שמוציגער גוי איז מחליט אז מ'ברויך ארויסצוזאגן די ווערטער -- פייגערן זאל ער. הייסט דאס דער גוי איז דער וועמען דו קוקסט ארויף? עמען פראבירסטו צו געפעלן? היינט הייסט ער זאגן אנעם טי, מארגן באשליסט ער וואספארא עסן איך ברויך אריין נעמען אין מויל און וואספארא עקלדיגע סטיילס ס'הייסט שיין, און איך ברויך נאכטאנצן זיינע משוגעת'ן און קאפריזן. "מושי, אבראמי, ברוך, עטס הערטס? מיר רופן דאס קאבערנעט! אפילו מיט צוויי טיס".

איז לאמיך הערן יואב'ל: שפירסטו באמת א חילוק פון די וויין צו די קדם בורגאנדי?

וואס דען, אומזיסט וואלט איך דאך דאס נישט געקויפט. (וואס די גיהנם).

נעה! אבי געזונט. דאס הייסט געווארפן אידיש געלט אין מיסט.

אבער פעטער מאטל, כ'האב דאך אייך היינט געהערט רעדן אינעם שמש שטיבל איבערן געשמאק פון וויין, כ'האב געטראכט איר פארשטייט אביסל דערצו. נישט אזוי? 

נעוואדע פארשטיי איך. יעך קויף שוין בורגאנדי פאר יארן, זינט כ'האב אויפגעהערט מיט די סאטארן. ס'גייט מיר פשוט אויף די געהירן די היינטיגע ראצערס וועלכע ווערן מיך גאנצעטע מבינים און רעדן זיך איין אז הינטער די שמאלע פלעשער פליסן רויטערער וויין.

אך, אשאד ס'איז ווארעם. כ'האב א פרידזשדער, זאגסט מיר ווען פארדעם לייג איך דאס גערן אריין.

ניין, ס'קומט דווקא רום טעמפעראטשאר.

האהאהא! וויין ווארעם? פשששש וואס ס'פאלט אלץ נישט ביי די איפכא מסתברא'ניקעס. משוגע האט פשוט נישט קיין גבול.

און צו וואס טרינקסטו אין א גלעזל? ס'עפעס פסח אויפדערנאכט?

ניין, פשוט ס'טרינקט זיך אינגאנצן אנדערש אין א גלעזל; דאס בעכער נעמט אוועק פונעם געשמאקן טעם.

יואב, בייג דיך צו, איך וויל נישט די קינדער זאלן הערן דאס ווארט. נענטער, "באלשיט".

איי ס'שטייט דאך שוין אין גמרא "רמייא לחמרא במני דהבי וכספא ותקיף", פראביר איך צייגן איך  לומדות.


גמרות וואס דו ווילסט זע איך קענסטו; אפשר זאלסטו זיך זעצן לערנען און אפלאזן די אלע שטותים והבלים.

און צו וואס זיפסטו אזוי דער וויין ווי ס'זאל ווען זיין א הייס טעללער זופ? דאס מויל דיינע פארנעמט נישט קיין סך אויפאמאל?

כ'זיפ דערפון צושטייטלעך, א טריקענעם מעין עולם הזה צעשפרייט זיך איבער'ן מויל, און דער פרוכטיגער טעם לויפט אזש ביז צו די גומען אונטער די ציין, ס'איז א מחיה! "מ'קען אנהייבן פארשטיין די וועלכע האבן ארגומענטירט נוח לו לאדם שנברא", האב איך נישט פארפעלט צו ענדיגן דעם זאץ מיט א מליצה ווי א גוטזאגער. 

יואב'ל, דארפסט נישט אלץ זיין אן אויבער חכם. הער וואס א קלוגער איד האט צו זאגן: "א פלעשל קדם בורגאנדי, לייגסט דאס אריין אין פרידזשדער, פילסט אן דאס בעכער, און טרינקסט דאס אויס בנשימה אחת – אויף דעם האבן מיר געכאפט שלעק אין מצרים, דערויף האט המן געקריצט, דאס האבן די נאציס נישט געקענט סובל זיין און זאלן ווען די גוים וויסן דעם טעם וואס מ'קען שפירן דערפון זענען זיי זיך מגייר אויפ'ן פלאץ.

פיין, לאמיר נישט רעדן דברים בטלים און פארברענגן די צייט מיט הבלים, ס'איז דאך שבת קודש. "יואב, כל מקדש". וואס דו הייסט האסט נישט? ביזט עפעס א גר? אזוי ענפערסטו דעם שווער דיינעם? וואספארא ניגון זינגט דער פאטער? די כעלעמער? אה! דעם פערטן פאל גלייך איך. "יא מושי, אבראמי, ברוך? אוווווו גייט דאס זיין א כל מקדש".

"מאמי, הערסט, די זופ וועט ווארטן".
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום יואב, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

יו-אב!!!!!!!!!

יו - לאך איך,
אב - במליצות און אויסדרוקן אשר העין לא שזפתם!
וירח ה' את ריח הניחוח
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

:לאךהויך: :lol: :לאךהויך: :lol: :לאךהויך: :lol: :לאךהויך: :lol: :לאךהויך:
לבי במזרח
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 117
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 18, 2013 10:36 pm
האט שוין געלייקט: 578 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 95 מאל

שליחה דורך לבי במזרח »

:lol: :lol:
Unbelievable pure talent!!!!!!!! Wow!
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

שליחה דורך מאטי »

יואב׳ל מיין גאסט! דא רעדט צו דיר דיין פעטער מאטל ! כ׳האב דיר דאך געווארנט זאלסט נישט אויסזאגן אז כהאב דיר געזאגט די ווארט ב......ט!
דיין טאטע האט מיר געבעטן איך זאל דיר רופען אויף שבת כדי זאלסט איינמאל שפירן א טעם אין א שבת׳דיגער סעודה.
ער האט געוויינט צו מיר אזער וויל זען ביי דיר א ווארימקייט. האב איך געוואלט ברעכן די אייז זאלסט זען אז מקען זיין קיל מיט שווארצע גלעזער אויך, און אריינגערוימט אין דיין אויער׳ל דאס ווארט, גייסטו מיר אויספראקן ברבים? היתכן? איך דארף טון שידוכים! ביסט דאך נישט בעסער ווי באארי דייטש וואס האט אריינגענערט זיין גאסט געבער, אזוי טוט מען?
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
באניצער אוואטאר
מאראנצןזאפט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 994
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 22, 2013 2:15 pm
האט שוין געלייקט: 1544 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2255 מאל

שליחה דורך מאראנצןזאפט »

יואב נעקסטע מאל איך זע דיר גיי איך דער אנדערער זייט גאס.
דו ביזט דעינזשרעס :lol: .
צו די חשוב'ע רעדאקציעס פון אידישע אויסגאבעס: אדם אוסר את שלו, עס איז נישט ערלויבט זיך צו באנוצן מיט מיינע ארטיקלען אן קיין בפירושער ערלויבעניש. איר קענט אייך מיט מיר פארבינדן אין אישי. א דאנק פון פאראויס.
יואב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1677
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
האט שוין געלייקט: 5634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל

שליחה דורך יואב »

moti107 האט געשריבן:יואב׳ל מיין גאסט! דא רעדט צו דיר דיין פעטער מאטל ! כ׳האב דיר דאך געווארנט זאלסט נישט אויסזאגן אז כהאב דיר געזאגט די ווארט ב......ט!
דיין טאטע האט מיר געבעטן איך זאל דיר רופען אויף שבת כדי זאלסט איינמאל שפירן א טעם אין א שבת׳דיגער סעודה.
ער האט געוויינט צו מיר אזער וויל זען ביי דיר א ווארימקייט. האב איך געוואלט ברעכן די אייז זאלסט זען אז מקען זיין קיל מיט שווארצע גלעזער אויך, און אריינגערוימט אין דיין אויער׳ל דאס ווארט, גייסטו מיר אויספראקן ברבים? היתכן? איך דארף טון שידוכים! ביסט דאך נישט בעסער ווי באארי דייטש וואס האט אריינגענערט זיין גאסט געבער, אזוי טוט מען?


קודם כל, ווען דו האסט מיר געזאגט אז דו בלאגסט אויף היימישע זייטלעך, האב איך דיר אפילו נישט געפרעגט אויף וועלעכע, ווייל איך בין געוועהן זיכער דו מיינסט אייוועלט.
אז דו ביזט אויף קאווע שטיבל אבער, שפיר איך נישט קיין שולד איבער דיינע שידוכים, ווייל אלס שרייבער דא וועסטו קענען אפשר קריגן א כותי.
אפילו אויב פלאנסטו זיך משדך צו זיין מיט בדחן, ער האט אמאל געשריבן טאקע אויף דעם בלאג, אט די סאמע זעלבן ווארט.

יעצט אז כ'האב דיר דא, לאמיר דיר פרעגן גראב און אפען.
וואס גייט דיר אן צו געבן אביסל גרעיפדזשוס פאר דיינע אומשולדיגע קינדער? ענטפער מיר נישט ס'קאסט דיר געלט, ווייל איך ווייס דאך דו קריגסט דאס פון קמחא דפיסחא גענצליך בחינם, און ס'קאסט דיר זאגאר ביליגער ווי דיינע אלטע גאטקעס.(זייענדיג אין מקווה מיט דיר קען איך דיר זאגן, מעגסטעך שוין קויפן נייע).
בכלל, זענען זיי דיינע קנעכט? דאס הארץ האט מיר געבלוטיגט זעהנדיג ווי דו באהאנדלסט זיי ווי הונט. זענען זיי א חלק פון דיינע נכסים? ווילסט רייטן? קויף דיר פערד.
פעטער מאטל, כ'קען נאך אלץ נישט גלייבן דאס ביזטו וועלעכע פלעגט אייביג מאכן דזשאוקס ווען איך בין געוועהן א קליינע יונגל, און אלץ געטיילט טשאטשאס.
הזאת נעמי? געדענקסט פלעגסט אריינלייגן א טרויב אין דיין מויל, און ס'פלעגט ארויס קומען פון דיין אויער? מיר פלעגן שטיין געפרוירן פון דיינע קונץ ווערק.
נאך אזאך. איך פארגין דיר גערן די בורגאנדי, זאלסטו זויפן דערפון לנצח נצחים. וואס מאכסטו אבער אוועק אנדערע מיט אזא ביטול?
און אגב, ביזט א קדוש ביז עס קומט צו לשון הרע? וואס בארעדסטו מיין ברודער פארן פאבליק?

ביידעוועי, טא בי פעיר, די לעבער איז געוועזן סאמטינג ספעשל, געב איבער אין שטוב.
MickyMouse
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 163
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש אפריל 06, 2013 10:30 am
האט שוין געלייקט: 86 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 74 מאל

שליחה דורך MickyMouse »

איך דארף ווען עכט אריין שטעלן א לינק צי די אשכול אין די ׳זאצן וואס האבן דיר דעמאכט לאכן׳ אשכול. עטליכע מאל.
זייער גיט.
אמור מעט ועשה הרבה.
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

יואב: ר-י-ז-י-ג!!!!
אזא שארפע סענס אוו היומאר האב איך נאכנישט באגעגנט!
האדם לא נברא אלא להתענג
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

יואב, נאך א שווערע טאג ארבעט, אזויפיל צו לאכען.. ייש"כ מעומק הלב. לך בכוחך זה, מיין אל יין,... ביסט העפליך געלאדענט אויף שבת. זי וועט עסן אין די קיטשען.
Under influence
באניצער אוואטאר
איציק
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 197
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 01, 2013 2:57 am
האט שוין געלייקט: 462 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 157 מאל

שליחה דורך איציק »

ליינ'ס ביי וועלכע כ'האב אויסגעפלאצט אין א 'ימלא שחוק פינו'דיגער' געלעכטער: :lol:
• איין פיאה שטייט איהם ווילד צופלאטשקעט, אויסגעאקערט מיט די נעגל גענוי ווי א פעלד מוצאי שמיטה
• מסתם פארמאגן די קירכעס אזאנע קליינטשיגע שמש שטיבלעך, הגם די איידיע האבן זיי בלי ספק ג'גנב'ט פון די אידן.
• דער פראסק איז געוועזן אזאנס ברוטאל אזש זיינע באקן האבן זיך אויפגעבלאזן ווי די שלו אין מדבר, און פירוש חי וואלט דאס בלי שום ספק גענוצט אלס בילד צו צייגן א מהודר'דיגן לחי זקוף ביים אריינגאנג צו א מבוי.
• אויסגעפיצטע וואנצעס ווי דער רוסישן צאר ביים געבורטסטאג
• ר' מאטל שארט ארויף די ברילן, און נעמט זיך באקוקן די הכשרים ווי ס'זאל ווען זיין אן אכט טאגיגן פיצל הארט פארן בונד.
• מושי, אבראמי, ברוך, עטס הערטס? מיר רופן דאס קאבערנעט! אפילו מיט צוויי "טי'ס".

ועוד ועוד! :like :like
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

שליחה דורך מאטי »

און ווי קען מען אויסלאזן יואב׳ס אנטווארט....

דאס איז א סיילענט "טי", שאקל איך נערוועז מיט די פיס ווי א קינד וואס דארף אין טוילעט עימערדשענסי.

:like :lol: :like :P
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
באניצער אוואטאר
למדן
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 507
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 5:40 pm
האט שוין געלייקט: 128 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 206 מאל

שליחה דורך למדן »

און איך האב געמיינט אז ס' גייט דא זיין סחורה מיטן פעטער און נעפיו אויף די ליין ווי די קאווע שטיבלערס וועלן קענען מיטהאלטן ביידע זייטן פון די מטבע ביידע נישט קיין שטילע קינדער
יואב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1677
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
האט שוין געלייקט: 5634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל

שליחה דורך יואב »

קאווע טרינקער האט געשריבן:יואב, נאך א שווערע טאג ארבעט, אזויפיל צו לאכען.. ייש"כ מעומק הלב. לך בכוחך זה, מיין אל יין,... ביסט העפליך געלאדענט אויף שבת. זי וועט עסן אין די קיטשען.


ביי מאטי בין איך שוין געוועהן א שבת, ס'איז געוועזן א בעד עקספיריענס. יעצט ווילסטו איך זאל טינקן טאמאטא דיפ ביי דיר. וואס וועט מען אלץ קענען שרייבן דערויף?

דער שפיציגן שטריימל וואס כ'האב געוואלט זעהן אויף דיין קאפ, זעה איך האסטו שוין אוועק גענומען.
שוין, האב איך געטראכט צוליב דעם יעצטיגן אוואטאר בין איך גערן מוותר דעם שטריימל. זאגסטו מיר יעצט דו שיקסט איר אריין אין קיטשען.
אפשר שיקסטו מיך אויך אהין?
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

יואב, איך וועל דיר מכבד זיין זאגען תורה, זי וועט שוין קומען לויפען...
Under influence
קינות גירושין
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 835
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 20, 2013 10:36 am
האט שוין געלייקט: 388 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 381 מאל

שליחה דורך קינות גירושין »

איך גיי עסן דעם שבת מיט ענק
אוי גייט דאס זיין א מעין עולם הזה
נאך די סעודה וועט עטץ ביידע גיין און בהמ״ד פאר א שיעור און אור החיים הקדוש און צום רבינס טיש און איך וועל דערווייל וואטשען און שטוב
דברי מוסר מבדחן לשמעקעדיג:
לערין דיר אויס צו הערן א צווייטענס מיינוג, אז נישט וועסט מין הסתם אויסזען ווי קינות גירושין און א צייט פון יעצט, די יסוד פון שלום בית איז צו קענענן אויסהערן וואס א צווייטער זאגט, מען מוז נישט אלץ אגריען מיט יענעם אבער אויסהערן דארף מען.
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

נעכטן הער איך ווי צוויי אזוי גערופענע וויין מבינים דעבאטירן וואס איז בעפארצוג צו טרינקען אין פורים. און אזויווי קאווע שטיבל לנגדי תמיד האב איך זיך דערמאנט אז עפעס האט [tag]יואב[/tag] אמאל געשריבן וועגן א וויין מבין, גערעכט בין איך געווען, נאדיר דעם ארטיקל, לכבוד פורים ברענג איך ארויף, א שאד מ'קען נישט דאבעל-לייקן.

בד"וו, יואב, איך וואלט געווארן חולת אהבה פון אזויפיל לייקס אויף איין תגובה. Wow.
Under influence
באניצער אוואטאר
שטילע אינגערמאן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1009
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 23, 2013 12:54 am
האט שוין געלייקט: 603 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1999 מאל

שליחה דורך שטילע אינגערמאן »

יעצט געליינט די ארטיקעל אין אפיס, כ'דארף אהיים לויפן מיך איבער טוען די הויזן,
שיעור נישט געקענט כאפן די אטעם, אין מיין לעבן נישט געליינט אזא שטיקל,
[tag]יואב[/tag] ביזט אייננס אין די וועלט, יישר כח [tag]קאווע טרינקער[/tag] פאר אראפ ברענגן,
שוין כ'לויף אהיים מיך איבער טוען די הויזן
באניצער אוואטאר
דער (פינטעל) איד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1192
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 6:02 pm
האט שוין געלייקט: 784 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 950 מאל

שליחה דורך דער (פינטעל) איד »

קאווע טרינקער האט געשריבן:
בד"וו, יואב, איך וואלט געווארן חולת אהבה פון אזויפיל לייקס אויף איין תגובה. Wow.

און ווער דען נישט?? איך וואלט באצאלט קעש צו האבן אזויפיל לייקס 'אויף איין תגובה'.

אבער מיט איין זאך וואלט איך געווען אנדערש. איך וואלט נישט געווען אזוי סעלפיש זיך אפצופיצן נאך 50 לייקס אריין אין בעט אריין ביז איך דארף נאך לייקס. קוק אהער מ'האט געמאכט לייקס סופאזעטלי צו געבן פאר'ן שרייבער מוט און ווילן-כוח צו וועלן שרייבן נאך. און אדערווייל זעט מען אז אלע וואס באקומען א גאר גרויסע צאל לייקס אויף איין תגובה קומען אריין נאר איינמאל א חודש ווי נאר דע חיזוק פון 50-40 לייקס האט אויסגעוועפט און זיי קומען אפנעמען נאך א דאזע! אדרבה גיי קוק וועסטו זען אז זיי אלע שרייבן כמעט נישט! איך וואלט געווען אנדערש, מיר קען מען לייקן 70 מאל אויך אויף איין תגובה איך וועל דא בלייבן, סוי מ'דארף נישט מורא האבן.
איך לייק שוין טאקע נישט א תגובה וואס האט מער פון 20 לייקס אויס מורא אז יענער וועט גיין נעמען א וואקאציע.
באניצער וועלכע וואלטן געלייקט דער (פינטעל) איד פאר די הודעה אויב ס'וואלט געשריבן געווארן דורך א צווייטן (93 בסך הכל):
אי • אפשר • לפורטם • כי • רבים • הם
ראנג: 99.9%
its me
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 93
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 12:06 am
האט שוין געלייקט: 44 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 37 מאל

שליחה דורך its me »

יואב האט געשריבן:
"דאס איז א סיילענט 'טי'", שאקל איך נערוועז מיטן פיס ווי א קינד וואס דארף אין טוילעט עימערדשענסי.

.

@שטילע

דאס מיינט מען דיר...?
If I want your opinion, I'll ask you to fill out the necessary forms.
פליגן כאפער
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 11
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 12:42 pm
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4 מאל

שליחה דורך פליגן כאפער »

יואב דיין ארטיקל האט מיר געמאכט ווייברעטן פין געלעכטער איטליכע מאל
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

עפעס א גלגול פון דעם ר' מאטל איז געווען ביי מיר דעם שבת צוגאסט. ער האט נישט געענדיגט דרש'ענען פון וויין. עס האט מיר דערמאנט דעם זאפטיגן ארטיקל, האב איך געטראכט צו זיין א "אשכול" אויפוועקער, עס ארויפצוברענגען אויפן אויבערפלאך, זאלן עס די נייערע ניקס אויך ליינען.

טעמו וראו כי טוב!
וירח ה' את ריח הניחוח
יואב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1677
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
האט שוין געלייקט: 5634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל

שליחה דורך יואב »

ארויסגעשלעפט לכבוד פורים.
פארשפארט