נסיעת כ"ק אדמו"ר מ'סאטמאר (מהר"א) קיין ארה"ק אדר א' תשע"ד

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
פארשפארט
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

שליחה דורך שעפטל »

ביים מעמד האט צו ערשט אויפגעטרעטן הרה"ח מוה"ר משה חיים ווייס הי"ו דער מסירות נפש'דיגער מנהל המוסדות פון בני ברק, וועלכער האט איבערגעגעבן זיינע הרגשים איבער די געוואלדיגע שמחה פון די הרחבת גבולי הקדושה אין די מוסדות, און האט אפעלירט צום ציבור אויסצושטרעקן א פלייצע מען זאל קענען ממשיך זיין מיט די עבודת הקודש אומגעשטערט.
ר' משה חיים ווייס מנהל המוסדות.jpg

דערנאך האט אויפגעטרעטן הגה"צ אב"ד דקהילתינו פון וויליאמסבורג שליט"א, וועלכער האט ארויסגעברענגט דעם געוואלדיגן קשר וואס אנשי שלומינו פון בני ברק פארמאגן צו מרן רבינו שליט"א, און כמים פנים אל פנים די געוואלדיגע נאנטשאפט פון רבי'ן צו קהילתינו הק' אין בני ברק.
אב''ד וויליאמסבורג.jpg

דער רב האט מדגיש געווען אז פון דעם לשון פונעם בריוו וואס דער רבי שליט"א האט געשריבן לטובת דעם נייעם בנין אין בני ברק, זעהט מען דעם געוואלדיגן חביבות פון די לשונות וואס מען זעהט נישט אין אנדערע בריוון און פון דעם וואס דער רבי האט גענומען דעם פראיעקט אלס זיין אייגענער פראיעקט צו טראגן דעם עול און אחריות.
אן עד איבער די בריוו.jpg

דערנאך האט מען באעהרט בשער בת רבים די חשוב'ע פילאנטראפן נגידים חשובים וועלכע האבן זיך געלאזט קאסטן ריזיגע סכומים אפצוקויפן זכותים אין דעם נייעם בנין פון די מיידל שולע, ווי דערביי האבן די נדבנים שיחיו ערהאלטן ספעציעלע תעודות און ווארימע ברכת קודש פון רבינו שליט"א.
דאן האט רבינו שליט"א אנגעהויבן די דברות קודש, ווי דער רבי האט קודם אנגעהויבן מיט דברי תורה, און דערנאך ארויסגעברענגט בשבח המוסדות הק' וועלכע פירן זיך אויף דעם זעלבן דרך וואס עס האט מייסד געווען דער הייליגער פעטער מרן רביה"ק זי"ע און אזוי ווי עס איז ווייטער געפירט געווארן דורכ'ן טאטן מרן רביה"ק זי"ע.
דער רבי האט מעורר געווען מען זאל טאקע שיקן די קינדער לערנען נאר אין די הייליגע מוסדות, סיי די יונגלעך סיי די מיידלעך און סיי די בחורים, מען זאל נישט שיקן די קינדער אין דער פרעמד, אל תלכו לרעות בשדות אחרות, וואו מען באקומט א השפעה פון די אלגעמיינע גאס.
באזונדער האט דער רבי שליט"א מעורר געווען מען זאל אכטונג געבן אויף די ארבעטס פלעצער וואו מ'שיקט ארויס די ערוואקסענע טעכטער אז דאס זאל זיין אויסגעהאלטן אן ערליך מקום מיט א ערליכע חברותא.
דערנאך האט דער רבי גערעדט בשבחם פון אנ"ש תושבי המקום, וואס שטרענגען זיך אן און זענען אליינס מנדב פאר די אייגענע מוסדות טראץ דעם וואס ס'קומט נישט אן גרינג. באזונדער האט דער רבי באדאנקט די נגידים תומכי המוסדות פון איבער די וועלט וועלכע האבן זיך געלאזט קאסטן ריזיגע סכומים להחזקת חינוך הטהור, און דער רבי האט זיי אנגעואונטשן ברכות לרוב.
משא הקודש פון מרן רבינו.jpg

די מסיבה האט זיך געענדיגט שפעט ביינאכט ארום 2:00 אזייגער, ווי דער ציבור משתתפים האבן זיך צושיידט מיט געהויבענע געמיטער.
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
נאר,,פרייליך
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1615
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 10:52 pm
האט שוין געלייקט: 109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 217 מאל

שליחה דורך נאר,,פרייליך »

פילע פרטים'לך פינעם מסע הקודש
viewtopic.php?f=33&t=6006
נאטרוליסט
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 547
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 5:51 pm
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 85 מאל

שליחה דורך נאטרוליסט »

שעפטל האט געשריבן:און דערנאך האט דער רבי מכבד געווען הגה"צ ראש ישיבתינו שליט"א צו טאנצן מיט די ספר תורה, און דאן האט מען אריינגעלייגט די ספר תורה להיכל הארון קודש. און דערנאך האט דער רבי שליט"א פארגעזאגט לדוד מזמור מיט גרויס התעוררות.
תיכף נאך אמירת לדוד מזמור איז פארגעקומען א גאהר התרגשות'דיגער און געהויבענער מסיבת לחיים וואו דער ציבור האט אינאיינעם געזינגען ווארימע ניגונים ווי והאר עינינו, אהבה רבה, און נאך, מיט גרויס התעוררות.
התרגשות'דיגער מסיבת לחיים.jpg


נאך א לענגערע שעה פון נידוני דבקות דערנאך האט דער רבי שליט"א געוואונטשן לחיים לכל הקהל הקודש און דאן משמיע געווען \ גאר פייערדיגע דברות קודש, ווי דער רבי האט צוערשט אנגעהויבן מיט דברי תורה מקשר צו זיין סוף התורה לתחילתה, און ארומגערעדט פון דעם וואס שטייט אין זוה"ק קוב"ה אורייתא וישראל חד היא, אז יעדער איד איז מקושר צו הקב"ה און צו די תורה הק' און דער רבי האט דאס משלב געווען מיט דברי מוסר והתעוררות ווי צום ערשט האט דער רבי ארויסגעברענגט בשבח קהלתינו אין בני ברק וואו ס'איז ב"ה נתוסף געווארן ספסלי ביהמ"ד מיט שיעורי תורה, און די אברכי הכולל וואס האבן זיך לעצטנס פארהערט אויף זייערע לימודים ביי די גדולי הרבנים, נאכדעם האט דער רבי מעורר געווען בעניני חינוך הבנים והבנות מען זאל זיך נישט שעמען מפני המלעיגים וואס לאכן אפ פון דעם חינוך הטהור, מען זאל זיין אפגעשיידט מיט א הבדלה פון די גאס און פון אלע צייטונגען, מען זאל אכטונג געבן אויף די שטוב מען זאל חלילה נישט רעדן אויף די טמא'נע העברעאישע שפראך, און מ'זאל איינהאלטן אלע תקנות פון שיכון. אויך האט דער רבי ארומגערעדט בעניני צניעות ביי נשים, דער רבי האט זיך באנוצט מיט די מליצה יש א"ם למסורת, אז יעדע מאמע איז מחויב איבערצוגעבן פאר די טעכטער די מסורת ישראל וואס עס הייסט צניעות און ערליכקייט. און אין דעם זכות פון זיך פירן בגדרי הצניעות וועלן נתקבל ווערן די תפלות פון אידישע קינדער פאר'ן הייליגן באשעפער.

דערנאך איז דער רבי אריבער צו דעם נושא העומד על הפרק איבער די שרעקליכע גזירת הגיוס, און זיך באצויגן צו דעם וואס מ'האט זיך יעצט געפריידט מיט'ן חינוך ספר תורה, און אז ליידער זענען דא רשעי ישראל וואס ווילן מפריד זיין אידישע קינדער פון די תורה, להשכיחם תורתיך ולהעבירם מחוקי רצוניך, האט דער רבי געזאגט, היינט ווען מ'האט זיך געפריידט מיט די הייליגע תורה זאגן מיר פאר די תורה הק' אונז גיי מיר בלייבן געטריי פאר די הייליגע תורה אונז זעמער גרייט אויף מסירות נפש, מיר וועלן גיין אין תפיסה, מיר וועלן זיך לאזן שלאגן און שמייסן, און מיר וועלן זיך נישט אפרייסן פון די הייליגע תורה. אידישע קינדער האבן שוין מיטגעמאכט אן אינקוויזיציע און א אוישוויץ און מיר וועלן ווייטער בלייבן געטריי פאר די תורה מיט אלע רמ"ח אברים ושס"ה גידים און די רשעי ישראל וועלן אונז נישט קענען אפרייסן פון די תורה, און אריינשלעפן אין אזעלכע פלעצער וואו מ'רייסט אוועק אידן פון שמירת התורה והמצוות.

דער רבי האט פארענדיגט אז המה כרעו ונפלו ואנחנו קמנו ונתעודד, זיי וועלן האבן א מפלה אזוי ווי המן, און אידישע קינדער וועלן בלייבן מיט דעם הדר קבלוה מאהבה ורצון עד ביאת הגואל. וכל קרני רשעים אגדע תרוממנה קרנות צדיק מ'זאל פטור ווערן פון די ביטערע צרה און מ'זאל שוין זוכה זיין צו ביאת המשיח בב"א.
דברות קודש.jpg


נאך די פייערדיגע דברות קודש האט דער עולם זיך ארויסגעלאזט אין פלאמפייערדיגע ריקודין מיט א גייסט פון מסירות נפש פאר די תורה ומצוות, די גאהר התלהבות'דיגע ריקודין האבן אנגעהאלטן גאהר א לאנגע צייט בעת אינג און אלט טאנצן מיט בשמחת התורה.
זינגן.jpg


אינמיטן טאנצן האט דער רבי שליט"א באפוילן אז די בחורי הישיבה זאלן ארפאקומען פון די פארענטשעס און טאנצן אינדערמיט, די אלע תלמידי הישיבה וועלכע זענען ליידער די באטראפענע פון די שווערע גזירה און האבן שוין ערהאלטן דעם צו גיוס פון די טמא'נע מיליטער האבן געטאנצן אינאיינעם ה' הוא מלכינו ולו אנו עבדים א לענגערע צייט מיט שמחה און התרגשות.
בחורים.jpg


עס איז שוין געווען גאהר שפעט אין די נאכט ווען דער געהויבענער מעמד איז געקומען צו אן ענדע, און דער ציבור האט זיך צושיידט מיט געהויבענע געמיטער.

תיכף דערנאך איז סערווירט געווארן א רייכער סעודת מלוה מלכה פאר אלע חשובע געסט פון חו"ל אין די זאלן פון ארמונות ח"ן, ווי מען האט פארברענגט ביי סעודת דוד מלכא משיחא בשבת אחים גם יחד.



וויפיל בחורים בערך זענען שוין אינעם גיל פון מיליטער דינסט, וועלכע זענען אראפגעקומען טאנצן.
sefish
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 576
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 28, 2012 2:00 am
האט שוין געלייקט: 161 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 195 מאל

שליחה דורך sefish »

רא''ט איז נאך אלץ דארט? נישט געוויסט
Η aroinim είναι μια ηλίθια άτομα, ραβίνος τους Aron μπορεί να κάνει κανένα λάθος!
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

שליחה דורך שעפטל »

[center]זעקסטער טאג – מאנטאג פ' פקודי העעל"ט[/center]
מאנטאג אינדערפרי האט מרן רבינו שליט"א געדאווענט שחרית אינאיינעם מיט די תלמידי ישיבה גדולה און די ישיבה קטנה אין בני ברק, אין דעם נייעם נארוואס-פארענדיגטן היכל שלמה משה נדבת בנש"ק הר"ר שלמה משה הלוי קלאגסברוין שליט"א,
היכל שלמה משה.jpg

און נאכ'ן דאווענען איז פארגעקומען דער ברית לבן הנולד לר' יואל ניילענדער הי"ו וואו דער רבי שליט"א איז געווען סנדק און מוהל.
ברית.jpg

נאכ'ן דאווענען איז דער רבי אריינגעגאנגען אויף א באזוך אין דעם ביהמ"ד עטרת זקנים וואו עס קומט פאר טעגליך שיעורים פאר די זקני אנ"ש, וואו דער רבי שליט"א האט ווארעם אנגעוואונטשן פאר די חשוב'ע זקנים און דערנאך האבן די עלטערע אידן גענומען שלום און ברכת קודש פונעם רבי'ן.
עטרת זקנים.jpg

דערנאך איז דער רבי שליט"א אריינגעקומען צו א מסיבת לחיים מיט די בחורים פון די ישיבה גדולה און ישיבה קטנה אין היכל שלמה משה, וואו די בחורים האבן געזינגען ווארימע ניגונים, און דערנאך האט אויפגעטרעטן הר"ר יצחק דוד יאקאב שליט"א דער מנה"ר פון די ישיבה קטנה וועלכער האט ארויסגעברענגט די געוואלדיגע הכנה מיט וואס די בחורים האבן זיך געגרייט צום רבי'נס קומען, און וויאזוי די בחורים האבן במשך די פארלאפענע צוויי יאר אויסגעפאלגט די אלע זאכן וואס דער רבי האט אויפגעפאדערט ביי די פאריגע באזוך בשנת תשע"ב העעל"ט, און דערביי האט דער חשוב'ער מנהל געבעטן אז דער רבי שליט"א זאל מעורר רחמים זיין פאר די בחורים זיי זאלן ניצול ווערן פון די אלע שווערע גזירות וואס הויערט ליידער אויף זייערע קעפ מיט דעם שרעקליכן גזירת הגיוס היל"ת.
נאכדעם האט אויפגעטרעטן דער חשוב'ער נדבן בנש"ק הר"ר שלמה משה הלוי קלאגסברוין שליט"א מיט א קורצע דרשה פאר די בחורים וואו ער האט געבעטן די בחורים זאלן מתפלל זיין להצלחתו ער זאל קענען ווייטער ממשיך זיין צו שטיצן די הייליגע מוסדות בארה"ק.
דאן האט מען געהאט די זכי' צו הערן דברות קודש פון מרן רבינו שליט"א, ווי דער רבי האט ארומגערעדט איבער דעם ענין פון קדושת העינים, דער רבי שליט"א האט נאכגעזאגט א רמז אז צוויי מאל עי"ן איז בגימטריא במספר קטן אזוי ווי דער שם הוי"ה הק', און דער רבי האט מעורר געווען אויף דעם חיוב פון שמירת עינים.
דערנאך האט דער רבי מעורר געווען אויף עניני תפילה איבער דעם גרויסן כח פון תפילה, און אז מ'זאל דאווענען מיט התלהבות, און איבער די וויכטיגקייט פון גיין אין מקוה און לערנען פאר'ן דאווענען.
לחיים קלאסגברוין.jpg
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
דער (פינטעל) איד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1192
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 6:02 pm
האט שוין געלייקט: 784 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 950 מאל

שליחה דורך דער (פינטעל) איד »

יש"כ פארן אזוי שיין באשרייבן. דאס שרייבסטו טאקע אדער איז עס גענומען פון ערגעץ אנדערש?
באניצער וועלכע וואלטן געלייקט דער (פינטעל) איד פאר די הודעה אויב ס'וואלט געשריבן געווארן דורך א צווייטן (93 בסך הכל):
אי • אפשר • לפורטם • כי • רבים • הם
ראנג: 99.9%
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

שליחה דורך שעפטל »

פון דארט איז דער רבי שליט"א אריבער צו א מסיבת שבע ברכות וואס איז צוגעשטעלט געווארן ספעציעל פאר די תלמידי הישיבה גדולה וועלכע האבן זיך אויסגעצייכנט מיט'ן אויפשטיין יעדן טאג פארטאגס, די מסיבת שבע ברכות איז פארגעקומען אין שטוב פון הנגיד מוה"ר נפתלי הירצקא פרענקל הי"ו פון ב"ב מגדולי תומכי המוסדות,
שבע ברכות ר' נפתלי הירצקא פרענקל.jpg

שבע ברכות נפתלי הירצקא פרענקל.jpg

און דערנאך האט דער רבי אפגעשטאטעט א באזוך במעונו פון האדמו"ר מבוהוש שליט"א ווי עס איז אנטוויקעלט געווארן א שיינער שמועס.
בוהוש.jpg

אין די נאכמיטאג שעה'ן האט דער רבי שליט"א געדאווענט מנחה בבית האכסניא און דערנאך האט דער רבי שליט"א פארלאזט בני ברק אויפ'ן וועג קיין גליל ווי מען האט אנגעהויבן די רייזע אויף מקומות הק' מתפלל צו זיין אינאיינעם מיט די אנ"ש תומכי המוסדות און תושבי ארה"ק, להפקד בדבר ישועה ורחמים.
עטוואס פריער האבן שוין די באסעס פון די נדבנים בעם זיך ארויסגעלאזט קיין צפת ווי עס האט אפגעווארט א רייכער אווענט, אנגעהויבן פון א ספעציעלער חינוך פאנעל אין האטעל ווי דער ציבור איז איינגעשטאנען, ווי די געסט האבן געהערט גאר א שיינעם חינוך דרשה פון הר"ר משה בלוי שליט"א מגדולי המחנכים בארה"ק.
אויפ'ן וועג קיין גליל האט זיך דער רבי שליט"א אפגעשטעלט אין כפר הרי"ף ווי דער רבי האט אפגעשטאהט א ביקור גומלין ביי גיסו האדמו"ר מ'בעלזא שליט"א
ביקור גומלין בעלזא.jpg

און פון דארט האט דער רבי שליט"א ממשיך געווען דעם וועג קיין צפת.
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

שליחה דורך שעפטל »

ווי דערמאנט איז פאהרגעקומען א ספעציעלער מעמד הכרת הטוב אין צפת פאר די געסט די נגידים תומכי המוסדות,
עלעגאנטער מעמד הכרת הטוב.jpg

ווי דער ציבור זיך געוואשן צו א סעודה און דערביי האט מען געהערט א הערליכע דרשה פונע'ם פום ממלל רברבן הגה"צ המשפיע רבי אלימלך בידערמאן שליט"א, וואס האט זיך באצויגן אויף עניני אמונה און בטחון ווי אויך דברי הכנה צו די מקומות הק' וואס מ'וועט פוקד זיין דעם קומענדיגן אינדערפרי.
נאכדעם וואס דער רבי שליט"א איז אנגעקומען אין זאל האט דער בעל דרשן שליט"א ווייטער ממשיך געווען מיט זיין דרשה ווי ער האט ארויסגעברענגט זיין נאנטשאפט צו אונזערע מוסדות הק' פון ווי ער אליינס איז א תלמיד און איז אויפגעוואקסן אין די סאטמארער ת"ת אין בני ברק, ווי אויך איז זיין מאמע געווען א מחנכת ביי אונז אין בית חינוך, וואו מ'גרייט זיך אצינד בס"ד צו בויען דעם נייעם בנין.
רבי אלימלך בידערמאן.jpg

דערנאך האט דער רבי שליט"א משמיע געווען דברות קודש ווי דער רבי האט זיך געשטעלט אויפ'ן פסוק אלה פקודי המשכן, און האט ארומגערעדט בשבחם פון די וואס לאזן זיך קאסטן אויפצובויען א מקום פאר השראת השכינה. אויך האט דער רבי געזאגט ווארימע דברי הכנה לקראת די נסיעה צו די מקומות הק', דער רבי האט ערווענט אז דאס אליינס אז מ'געפונט זיך שוין אין די שטאט צפת וואו עס זענען נטמן אזעלכע קדושי עליונים איז שוין אויך א זכי'. דער רבי האט ארויסגעברענגט אז לב יודע מרת נפשו יעדער איד פארמאגט זיך זיין אייגענעם פעקל אויף וואס מתפלל צו זיין און דער אייבערשטער זאל העלפן מ'זאל טאקע קענען אויס'פועל'ן ישועות ורפואות פאר'ן כלל און פאר'ן פרט.
דערנאך האט דער רבי געוואונטשן לחיים אז מען זאל פועל'ן אלעס גוטס.
דב''ק הכרת הטוב.jpg

אנקומענד'יג אין די אכסניות וואס איז אהערגעשטעלט געווארן דורך די הנהלת המוסדות אין די רייכע האטעל מלון כנען ספא, - ווי אויף א גאהר מסודר'דיגע אופן האבן שוין די עסקנים געהאט צוגעגרייט און אייגעטיילט די צימערן פאר די געסט אויף א מייסטערהאפטיגער אופן – איז דער ציבור אנטפאנגען געווארן מיט א ספעציעלן "תפילת פעקל" וועלכעס האט אנהאלטן אין זיך אלע נויטיגע צוגעהערן ווי א תהלים'ל, ליכט, קוויטל פאפיר אד"ג.
תפילת פעקל.jpg

עס איז שוין געווען שפעט אין דער נאכט ווען דער ציבור איז זיך געגאנגען גרייטן צום מארגע'דיגער טאג.
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
לאליפאפ
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1281
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 06, 2013 3:12 pm
האט שוין געלייקט: 276 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 813 מאל

שליחה דורך לאליפאפ »

וואו איז כפר הרי"ף וואס דו דערמאנסט אויפן וועג קיין גליל?
באניצער אוואטאר
פלעין יודיש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1116
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 23, 2014 3:35 pm
האט שוין געלייקט: 752 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 760 מאל

שליחה דורך פלעין יודיש »

שעפטל האט געשריבן:פון דארט איז דער רבי שליט"א אריבער צו א מסיבת שבע ברכות וואס איז צוגעשטעלט געווארן ספעציעל פאר די תלמידי הישיבה גדולה וועלכע האבן זיך אויסגעצייכנט מיט'ן אויפשטיין יעדן טאג פארטאגס, די מסיבת שבע ברכות איז פארגעקומען אין שטוב פון הנגיד מוה"ר נפתלי הירצקא פרענקל הי"ו פון ב"ב מגדולי תומכי המוסדות,
שבע ברכות ר' נפתלי הירצקא פרענקל.jpg

שבע ברכות נפתלי הירצקא פרענקל.jpg


ווער איז דער פרענקל
א נייע נגיד אפיר געקימען???
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

שליחה דורך שעפטל »

[center]זיבעטן טאג – דינסטאג פ' פקודי העעל"ט[/center]
דא גייען מיר ווייטער מיט'ן באריכט פונעם געהוביענעם מסע הקודש אין ארה"ק:
דינסטאג פארטאגס איז מרן רבינו שליט"א מיט א בלויזע באגלייטונג פון גבאים ומשב"ק אנגעקומען זיך טובל'ן אין מקוה פון אריה"ק,
מקוה האריז''ל.jpg

און שפעטער איז דער רבי שליט"א אריינגעקומען אין ביהמ"ד צאנזער קלויז ווי מען האט געדאווענט שחרית.
שחרית אין צאנזע'ר קלויז.jpg

נאכ'ן דאווענען איז פאהרגעקומען א מסיבת לחיים צוגעשטעלט דורכ'ן הנהלת הביהמ"ד, ווי דערביי האט אויך אויפגעטרעטן הרה"ג ר' (יוסף) [יעקב] אלי' אונדארפער שליט"א רב דק' ראשית חכמה מאנטריאל,
קבלת פנים ולחיים.jpg

און דערנאך האט דער רבי שליט"א געוואונטשן לחיים און משמיע געווען דברות קודש.
דערנאך איז דער רבי שליט"א אריבער צום טאכווער תלמוד תורה על טהרת הקודש ווי דער רבי שליט"א האט מאציל געווען ברכות קדשו פאר די תלמידי הת"ת און די הנהלה,
ת''ת טאכוער.jpg
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

שליחה דורך שעפטל »

און נאך א קורצע הפסקה אין די אכסניא איז דער רבי שליט"א אריבער אויף א קורצע באזוך אין תלמוד תורה בת עין על טהרת הקודש ווי אויך דארט האט דער רבי שליט"א ווארעם אנגעוואונטשן פאר די צאן קדשים און די הנהלת המוסד.
ת''ת בת עין.jpg

באלד דערנאך איז דער רבי שליט"א און די פמליא אנגעקומען מתפלל זיין אויפ'ן ביה"ח העתיק אין צפת, ווי צוערשט האט מען זיך געשטעלט ביים ציון פון אריה"ק זי"ע ווי דער רבי שליט"א האט בהתעוררות רב פאהרגעזאגט תהלים פון קאפיטל צ' ביז קאפיטל ק"ח.
ביה''ח העתיקה אין צפת.jpg

גרויס איז געווען דאס התעוררות ווען מען האט פוקד געווען די הייליגע ציונים וואס טראץ דער רעגנ'דיגער וועטער האט דער ציבור אין שפיץ פון רבי'ן שליט"א א לענגערע צייט פארברענגט ביי די הייליגע מקומות מתפלל צו זיין לנו וכל ישראל.
דערנאך בעת דער רבי שליט"א האט א לענגערע צייט געליינט קוויטלעך און הזכרות, האט מען געזינגען ניגוני התעוררות ודבקות. באזונדער האט דער רבי שליט"א מתפלל געווען פאר די תומכי מוסדות יטב לב מיט'ן ספעציעלן ספר הזכרונות ווי אלע תומכים האבן געהאט די געלעגנהייט אריינצושיקן זייער קוויטל.
פון דארט איז דער רבי שליט"א אראפ צום ציון פון הייליגן בית יוסף זי"ע ווי דער רבי האט ממשיך געווען מיט אמירת תהלים ביז קאפיטל קי"ט, און אויך דארט זענען געזינגען געווארן ניגוני קודש בעת דער רבי שליט"א האט מעתיר געווען בתחינה ובקשה פאר'ן כלל און פאר'ן פרט.
הייליגן בית יוסף.jpg

דאן איז מען אריבער צום ציון מקום מנו"ק פון אלשיך הק' ווי דער רבי האט ממשיך געווען באמירת תהלים ביז קאפיטל קכ"ה,
ציון פון אלשיך הק'.jpg

און דערנאך ביים ציון פון הרה"ק מ'טאלטשאווע זי"ע ווי מען האט ווייטער געזאגט תהלים ביז קאפיטל ק"מ.
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

שליחה דורך שעפטל »

דערנאך איז דער רבי שליט"א אראפ אונטן צום ציון הק' פון התנא רבי פנחס בן יאיר ווי מען האט מסיים געווען תהלים, און דערנאך פארלאזט דעם ביה"ח מיט האפענונג צו האבן געפויעלט אלס גוטס.
תנא רבי פנחס יאיר.jpg

דאן האט זיך דער רבי שליט"א אומגעקערט לבית האכסניא בעת די באסעס און קארס פון אלע תומכים און אזוי אויך די אנ"ש תושבי ארה"ק וועכלע זענען אינצווישן אנגעקומען מיטקצוקומען מיט'ן רבי'ן שליט"א פוקד זיין די הייליגע מקומות להפקד בדבר ישועה ורחמים מאכן זייער וועג צו אתרא קדישא מירון.
אויפ'ן וועג קיין מירון האט זיך דער רבי שליט"א אפגעשטעלט מתפלל זיין ביים ציון פון התנא רבי יהודה בר אילעאי ווי מען אנגעהויבן ספר תהלים ביז קאפיטל י' און דאן האט מען ממשיך געווען מיט'ן וועג קיין מירון.
התנא רבי יהודה בר אלעאי.jpg

אנקומענדיג קיין מירון ווי עס האט שוין אפגעווארט א ריזן ציבור אנשים נשים וטף, איז דער רבי שליט"א צוערשט אריין אין די מערה פון התנא האלוקי רבי שמעון בר יוחאי ווי מען האט געדאווענט מנחה, דער בעל תפילה איז געווען הר"ר חיים דוב בנעט הי"ו.
מנחה אין די מערה פון רשב''י.jpg

דאן האט דער רבי שליט"א צוגעטרעטן צום ציון פון הייליגן תנא ווי דער רבי האט בקול בכי אנגעהויבן פאהרצוזאגן תהלים פון קאפיטל צ' מיט גרויס התעוררות והשתפכות הנפש, און געזאגט ביז קאפיטל ק"ח און דערנאך דעם יהי רצון בעת די התעוררות און בכיות אין די גאנצע מערה גרייכט גאהר הויך.
תפילה אויפ'ן ציון פון התנא האלוקי רבי שמעון בר יוחאי.jpg

א לענגערע וויילע האט דער רבי שליט"א דערנאך געליינט קוויטלעך ביים ציון הק' און באזונדער האט דאס מאהל אויך דער רבי מעורר רחמים געווען פאר די תומכי המוסדות.
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

שליחה דורך שעפטל »

נאכ'ן מתפלל זיין אין די מערה איז דער רבי שליט"א ארויסגעקומען אין חצר ווי עס איז צו ערשט אפגעראכטן געווארן די חאלאקעס פון עטליכע קינדער פון אנ"ש,
מעמד החאלאקעס.jpg

און דאן האט דער רבי שליט"א משמיע געווען פייערדיגע דברות קודש.
דברות קודש מירון.jpg

נאך די דברות קודש האט מען ספאנטאן אויסגעבראכן אי א לעבעדיגע רקידה לכבוד התנא האלוקי רשב".
ריקודי קודש אין חצר פון די מערה.jpg

די פייערידעג טענץ מלא התלהבות דקדושה האט אנגעהאלטן א גאהר לאנגע צייט בעת אינעם גאנצן שטח און אויף די שטאקן ארום טאנצט מען מיט.
ריקודי קודש אין חצר פון די מערה2.jpg

נאך די לענגערע ריקודין האט מען פארלאזט אתרא קדישא מירון מיט געהויבענע געפילן און מיט א תפילה לא-ל חי אז מען זאלן האבן געפויעלט אלעס גוטס, און מען האט זיך געלאזט אין וועג קיין טברי'.
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
איש עברי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 798
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 6:41 pm
האט שוין געלייקט: 997 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1854 מאל

שליחה דורך איש עברי »

ער איז נאך אלץ אין ישראל? ער בלייבט שוין דארט וואוינען?
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

שליחה דורך שעפטל »

אנקומענדיג קיין טברי' איז דער רבי שליט"א צוערשט אנגעקומען צום אוהל פון ציון פון התנא רבי מאיר בעל הנס ווי דער רבי שליט"א האט געגעבן צדקה פאר די עסקני מוסדות יטב לב לצדקת ר' מאיר בעה"נ און דאן איז דער רבי אריין צום ציון הק' ווי דער רבי האט געצינדן ליכט און דערנאך האט מען געזאגט תהלים און ממשיך געועון ווייטער ביז קאפיטל ק"כ.
תנא רבי מאיר בעל הנס.jpg

נאך ווי דער רבי האט געליינט קוויטלעך אויפ'ן ציון איד דער רבי מכובד געווארן אנצוצינדן דעם נר למאור וואס דער זכות איז אפגעקויפט געווארן דורך הרבני הנגיד מוה"ר אהרן משה שלאגער הי"ו וועלכער האט דערמיט מכבד געווען מרן רבינו שליט"א.
פון דארט איז דער רבי שליט"א צוגעפאהרן צום ציון הק' פון הייליגן של"ה ווי דער רבי האט געזאגט דעם תפילת השל"ה און דערנאך פוקד געווען די ציונים פון התנא רבי יוחנן בן זכאי ובניו, און דער הייליגער רמב"ם. ביי די ציונים האט מען שוין נישט געזאגט קיין תהלים צוליב וואס עס איז שוין געווען נאכ'ן זמן מעריב.
דערנאך איז מען געפאהרן צום ציון פון התנא רבי עקיבא
תנא רבי עקיבא.jpg

ווי דער רבי שליט"א האט צוערשט משמיע געווען דברות קודש
תנא רבי עקיבא2.jpg

און דערנאך האט מען געטאנצן אמר רבי עקיבא אשריכם ישראל לפני מי אתם מטהרין ומי מטהר אתכם א לענגערע צייט,
ריקודין אמר רבי עקיבא.jpg

און דאן האט מען אויפן פלאץ געדאווענט מעריב.
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

שליחה דורך שעפטל »

קורץ דערויף איז דער רבי שליט"א אריינגעקומען אין שאטער וואס איז דארט אויפגעשטעלט געווארן צום שלחן לחיים לרגל המאורע.
אריינגעקומעדיג האט אויסגעבראכן פייערדיגע ריקודין פאר א גאהר לאנגע צייט, און דערנאך איז געזינגען געווארן ניגוני דבקות ורגש דקדושה,
באוהל הגדול על יד ציון התנא רבי עקיבא.jpg

נאכגעפאלגט מיט לענגערע דברות קודש.
דב''ק באוהל הגדול על יד ציון התנא רבי עקיבא.jpg

אינצווישן האט מוה"ר חיים שלמה פישער הי"ו משב"ק אויסגערופן בפקודת הקודש פון מרן רבינו שליט"א אז אלע בחורים תושבי ארה"ק וועלכע האבן ערהאלטן א צו גיוס פונעם ציוניסטיש'ן מיליטער, ארויפצוקומען און ערהאלטן לקח און ברכת קודש פון רבי'ן.
ארויפרופן אלע בחורי חמד וועלכע האבן ערהאלטן א צו גיוס פונעם ציוניסטיש'ן מיליטער.jpg

מיר מוזן באטאנען אז ווי פארשטענדליך האבן מיר באריכטעט דעם געהויבענעם טאג בלויז אויפ'ן שפיץ גאפל, אבער די פאקטישע געפילן און התרוממות הנפש וואס האט זיך אפגעשפיעלט, סיי ביי די מקומות הק' און באזונדער אין אתרא קדישא מירון און צום לעצט ביי דעם דאזיגן לחיים טיש און טברי', איז אוממעגליך אראפצוגעבן אין פארם פון א באריכט.
באוהל הגדול על יד ציון התנא רבי עקיבא2.jpg

נאכ'ן טיש איז דער ציבור געסט אריין אין דערנענבענדיגער זאל ווי עס איז צוגעגרייט געווארן א רייכער נאכטמאהל פאר'ן ציבור, און דאן האט זיך א טייל עולם ארויסגעלאזט אין וועג אין לפוט פעלד צוריק אהיים און דער איבריגער ציבור האבן די באסעס געפירט צוריק אויף בני ברק, ירושלים און בית שמש.
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

שליחה דורך שעפטל »

דער רבי שליט"א האט זיך אינד אויפגעהאלטן אין די אכסניא אין שטוב פון הר"ד דערלי הי"ו,
עוסק בלימוד התורה דינסטאג שפעט אויפדערנאכט.jpg

און דאן אין די שפעטע נאכט שטונדן זיך געלאזט אין וועג צוריק אויף בני ברק.
אויפ'ן וועג האט דער רבי שליט"א אפגעשטאהט א באזוך במעונו פון האדמו"ר מ'צאנז שליט"א אין קרית צאנז נתני', ווי עס איז אנטוויקעלט געווארן גאהר א שיינער שמועס בד"ת וסיפורי צדיקים,
צאנז.jpg

און דערנאך האט זיך דער רבי שליט"א אונגעקערט לבית האכסניא אין בני ברק.
[center]•♦•

אכטן טאג – מיטוואך פ' פקודי – תשע''ד[/center]

מיטוואך אינדערפרי האט רבינו שליט"א געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הג' אין שיכון.
שחרית אין ביהמ''ד הג' אין שיכון.jpg

נאכ'ן דאווענען איז דער רבי שליט"א געגאנגען אויף א באזוך בבית גיסו הרה"ג ר' מנחם ערנסטער שליט"א ראש ישיבת וויזניץ, וואו עס איז אנטוויקלט געווארן א שיינער שמועס בד"ת וסיפורי צדיקים.
ר' מנחם ערסנטער.jpg
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

שליחה דורך שעפטל »

דערנאך איז רבינו שליט"א אריבערגעגאנגען צו דעם בנין התלמוד תורה אין שיכון וואו עס איז אין די טעג פארענדיגט געווארן דער הויפט אריינגאנג צו די תלמוד תורה די טרעפ צו דעם בנין מיט'ן הויפט טויער וועלכע זענען ביז יעצט נאך נישט געווען פארענדיגט, און די קינדער פלעגן זיך ביז יעצט באנוצן מיט א זייטיגע אריינגאנג פון די אונטערשטע שטאק, און די הנהלת הת"ת האט שוין לאנג ארויסגעקוקט אז דאס זאל פארענדיגט ווערן פאר די הצלחה פון דעם סדר אין די תלמוד תורה, צו פארמאגן באזונדערע אריינגענג פאר די עלטערע און די יונגערע כיתות.
ווען דער רבי שליט"א איז אנגעקומען אויפ'ן ארט זענען די יונגערע קינדער פון די תלמוד תורה געווען אויסגע'שורה'ט אין די קארידארן פון בנין און האבן מקבל פנים געווען דעם רבי'ן בשירה וזמרה, און דער מנהל הר"ר יקותיאל יצחק בראך הי"ו האט אויפגעטרעטן מיט עטליכע ווערטער פאר די קלענערע קינדער וועלכע האבן נישט אנטייל גענומען אינאיינעם מיט די גרעסערע קינדער וועלכע האבן געהאט די זכי' צו דאווענען שחרית מיט רבינו שליט"א זונטאג אינדערפרי.
דאן האט דער רבי קובע געווען א מזוזה אויפ'ן נייעם שער הבנין, און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכת קדשו פאר די קינדער.
פון דארט איז רבינו שליט"א אריבערגעגאנגען צו א מסיבת שבע ברכות אין שטוב פון מוה"ר אייזיק ראטה הי"ו, בן מוה"ר פסח ראטה בי"ו חבר הנהלת המוסדות, וואו עס זענען געלאדענט געווארן ארום 50 יונגעלייט מאנ"ש פון בני ברק וועלכע האבן זיך אנגעשלאסן מיט'ן סכום פון 18,000 שקל און העכער פאר'ן נייעם בנין פון די מיידל שולע אין בני ברק.
צוערשט האט דער רבי שליט"א געזעגענט די בני משפחה פונעם בעל אכסניא הי"ו, און דערביי האט די באבע פון בעל אכסניא האשה"ח מרת ווירצבערגער תחי' אלמנת הרה"ח מוה"ר שלמה זלמן ע"ה מנדב געווען א סכום הגון פאר'ן בנין החדש ווי דער רבי שליט"א האט אונטערגעשריבן די שטר און דאן מאציל געווען ברכת קדשו.
ביים מסיבה האט אויפגעטרעטן מוה"ר פסח הי"ו וועלכער האט ארויסגעברענגט דאס התקשרות פונעם ציבור צום רבי'ן וואס דערפאר שפירט יעדער פאר א זכי' צו נעמען א חלק אין דעם נייעם בנין און צו שליסן א שותפות מיט'ן רבי'ן שליט"א.
יצחק אייזיק ראטה.jpg

דערנאך האט דער רבי שליט"א גע'חתמ'ט אויף די שטרות פון די חשוב'ע נדבנים, און דער רבי האט געזאגט ווארימע דברי ברכה און אנגעוואונטשן פאר די אלע וועלכע נעמען א חלק אין אויפשטעלן דעם בית חינוך על בנינו ועל דורותינו.
פון דארט איז דער רבי אנגעקומען אויף א באזוך אין די נייע דירה פון האברך ר' אהרן ווייס הי"ו מגדולי תומכי כוללינו אין בני ברק, זון פון הרבני הנגיד מוה"ר יצחק אייזיק הי"ו מגדולי תומכי המוסדות, און איידעם פון הרה"ח ר' גרשון כף הי"ו חבר הנהלת המוסדות, וואו דער רבי האט קובע געווען א מזוזה, און דער רבי האט באגריסט דעם זיידן הרה"ח הישיש ר' יושע ווייס הי"ו מזקני אנ"ש וממקימי קהילתינו ומוסדותינו הק' בבני ברק.
ר' אהרן ברי''א ווייס.jpg

פון דארט איז דער רבי געפארן אויף א באזוך צו הגאון ר' משה שאול קליין שליט"א חבר בד"ץ שבט הלוי, וואו דער גאון שליט"א האט איבערגעגעבן א גרוס פון די אברכי כוללינו אין בני ברק וועלכע האבן זיך לעצטנס פארהערט אויף הערליכע מקצועות אין שו"ע.
הגאון ר' משה שאול קליין.jpg

דערנאך האט דער רבי זיך אומגעקערט לבית האכסניא אין שטוב פון הגה"צ ראש ישיבתינו שליט"א וואו דער רבי האט געדאווענט מנחה מיט די תלמידי ישיבה קטנה פון בני ברק, וועלכע האבן זיך מצטיין געווען בלימוד שעות רצופות אין די פארלאפענע ימי השובבי"ם. און דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים, וואו איינער פון די בחורים האבן איבערגעזאגט אין גראמען דעם גאנצן פלפול וואס דער רבי האט משמיע געווען פרייטאג צו נאכטס ביים טיש. פון וועלכען דער רבי האט גאר שטארק הנאה געהאט, און האט אויסגעדרוקט זיין הנאה פאר די בחורים אז מען האט אויסגענוצט די צייט מיט לימוד התורה, און דערנאך האט דער רבי שליט"א מאציל געווען ברכת קדשו און פארטיילט פאר די בחורים דעם ספה"ק זרע קודש, נדבת הרה"ח בנש"ק ר' שלמה משה הלוי קלאגסברוין הי"ו נכד המחבר הרה"ק מראפשיץ זי"ע.
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

שליחה דורך שעפטל »

פון דארט איז דער רבי שליט"א אריבערגעגאנגען אויף א מסיבת שבע ברכות בבית גיסו האדמו"ר מוויזניץ שליט"א וואו עס איז פארגעקומען א פריוואטע שבע ברכות לרגל השמחה בחצרות סאטמאר-וויזניץ פאר די בני המשפחה האדמורי"ם ורבנים קינדער און אייניקלעך שליט"א לבית וויזניץ.
שבע ברכות.jpg

ריקודין ש''ב.jpg

נאך די שבע ברכות האט דער רבי שליט"א באזוכט אין הויפטקווארטיר פון די ארגאנעזאציע "רפואה וחיים" וועלכע זענען עוסק אין הילף פאר חולי ישראל און האבן איינגעלאדענט דעם רבי'ן צו קובע זיין א מזוזה אין דעם נייעם אפיס פון די ארגאנעזאציע, און דערנאך האט זיך דער רבי שליט"א אומגעקערט לבית האכסניא אין שטוב פון הרה"ח מוה"ר משה חיים ווייס הי"ו וואו עס זענען אנגעקומען אויף א באזוך פארשטייער פון די שטאטראט אין בני ברק, ר' בנימין שטיינהארץ הי"ו, און ר' שלמה זלמן פרענקל הי"ו. אויך האט באזוכט ביים רבי'ן דער באקאנטער עסקן בעניני רפואה אין ארץ ישראל ר' זוסמאן טייטל הי"ו, וועלכער האט גענומען א ברכה ביים רבי'ן פאר הצלחה אין זיינע פעולות פאר די חולי ישראל.
פארנאכטס איז אין היכל ביהמ"ד הגדול אין שיכון פארגעקומען די צענטראלע דרשה פון מרן רבינו שליט"א פאר די בני הישיבות והכוללים פון די שטאט.
גאהר שנעל האט זיך דער גאנצער היכל הביהמ"ד אנגעפילט מקצה אל הקצה מיט שורות שורות ככרם פון תלמידי חכמים רבנים ראשי הכוללים און נאך, פון איבער די שטאט בני ברק וועלכע זענען געקומען מיטהאלטן די דרשה.
צענטראלע דרשה פאר די בני ישיבות וכוללים1.jpg

א שטילקייט האט געהערשט אין ביהמ"ד ווען דער רבי שליט"א איז ערשינען און ארויף אוי'פן בימה פאהרנט פון ארון הקודש.
דער רבי שליט"א האט אנגעהויבן מיט א טיפן פלפול אין די סוגיא פון מצוה הבאה בעבירה פון וואס אלע משתתפים האבן זיך דערקוויקט מיט די הערליכע דברי דרוש ואגדה אויף די סוגיא. בסיום הדברים האט מען געהאט די זכי' צו הערן דברי חיזוק והדרכה אויף כמה ענינים הצריכים תיקון וחיזוק, יסודות'דיגע דברי הדרכה אויפ'ן גאנצן יאר.
צענטראלע דרשה פאר די בני ישיבות וכוללים.jpg

נאך די לענגערע דרשה האט דער רבי שליט"א שלום גענומען פון די רבנים וראשי הישיבות שליט"א,
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

שליחה דורך שעפטל »

און דאן האט זיך דער רבי אונגעקערט צום שטוב פון הגה"צ ראש ישיבתינו בב"ב שליט"א ווי עס זענען אנגעקומען אויף א באזוך די חברי הבד"ץ פון הגאון רבי נסים קרליץ שליט"א
רבני בית דינו פון הגאון רבי נסים קרליץ.jpg

און דערנאך איז אנגעקומען אויף א באזוך הגאון ר' חיים הלוי וואזנער שליט"א בן הגאון בעל שבט הלוי שליט"א. וואו עס האט זיך פארצויגן א הערליכע שמועס בהלכה ובאגדה.
דערנאך איז בבית האכסניא פון רבי'ן שליט"א פאהרגעקומען דער ווארט-תנאים פון המחותנים מוה"ר דוד מאיר ווייס הי"ו חבר הנהלת מוסדותינו הק' בירושלים – אבי החתן, און מוה"ר הערשל האלצער הי"ו מגדולי עסקני קהלתינו אין בני ברק – אבי הכלה, ווי דער רבי שליט"א האט געליינט דגעם תנאים.
שמחות ווארט-תנאים בקודש פנימה.jpg

דאן איז פאהרגעקומען דער ווארט-תנאים פון המחותנים מוה"ר שלמה צבי שטרוהל הי"ו פון בני ברק – אבי החתן, און מוה"ר יצחק שלום בן הר"ר משה חיים ווייס הי"ו פון בני ברק – אבי הכלה, ווי דער רבי שליט"א האט געליינט דעם תנאים.
1ווארט-תנאים בקודש פנימה.jpg

דערנאך איז אריין צום רבי'ן הרב ר' חנוך זייבארד הי"ו ראש העיר פון בני ברק וועלכער האט אויסגעשמועסט מיט'ן רבי'ן פארשידענע ענינים העומדים על הפרק, און דאן ערהאלטן ברכת הקודש פון רבי'ן שליט"א.
הרב חנוך זייבארד ראש העיר בני ברק.jpg
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

שליחה דורך שעפטל »

דערנאך האט דער רבי שליט"א אויפגענומען די חשוב'ע יונגעלייט רבני כוללינו כולל למצויינים ויואל משה פון ירושלים עיה"ק, וואו דער רבי האט געגעבן במתנה פאר די יונגעלייט דעם ספר לב אהרן על סוגיות הש"ס.
חלקות פרסים.jpg

קבלת קהל במשך די שטונדן פון מיטוואך נאכט איז באשטימט געווארן פאר אנ"ש תושבי ירושלים עיה"ק וועלכע זענען אריינגעגאנגען בפו"פ, אינדערצווישן זענען אויך פארגעקומען עטליכע חאלאקעס און באזוכן פון רבנים ואדמורי"ם שליט"א. צווישן אנדערן האט באזוכט ביים רבי'ן שליט"א האדמו"ר מ'סטראפקוב שליט"א,
סטראפקוב.jpg

און אזוי אויך זענען פאהרגעקומען ביקורי גומלין פון האדמו"ר מ'צאנז שליט"א,
ביקור גומלין צאנז.jpg

און האדמו"ר מ'בוהוש שליט"א,
בוהוש.jpg

אויך איז אריין אל הקו"פ הרה"ג ר' ישראל מנחם אלטר שליט"א בן האדמו"ר מ'גור שליט"א, ווי עס האט זיך אנטוויקעלט א תורה'דיגער שמועס און דערביי האט ער געברענגט פאר'ן רבי'ן שליט"א ספרים וואס ער האט לעצטענס ארויסגעגעבן לאור עולם.
שפעט ביינאכט נאכ'ן ענדיגן קבלת קהל פון אנ"ש תושבי ירושלים זענען די חברי הנהלת המוסדות פון ירושלים אריין צום רבי'ן שליט"א וואו עס איז פארגעקומען א אסיפה אינאיינעם מיט'ן ועד החינוך פון מוסדותינו הק' אין ירושלים וועלכע האבן אויסגעשמועסט פארשידענע זאכן אין די מוסדות הק', אויף וואס דער רבי האט געגעבן הוראת קדשו אויף אלע ענינים, דאן האט דער רבי שליט"א ווארעם אנגעוואונטשן פאר די חברי ההנהלה און דערנאך זיך אומגעקערט לבית האסניא אין שטוב פון מוה"ר משה חיים ווייס הי"ו אין די שפעטער נאכט שטונדן.
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

שליחה דורך שעפטל »

[center]ניינטן טאג – דאנערשטאג פ' פקודי[/center]
דאנערשטאג אינדערפרי – דעם לעצטן טאג פונעם געהויבענעם ביקור קודש – האט מרן רבינו שליט"א געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הג' אין שיכון, און נאכ'ן דאווענען איז פאהרגעקומען דער ברית לבן הנולד לר' אברהם שאול ווייספעלד הי"ו פון ירושלים, ווי דער רבי שליט"א איז געווען סננדק און מוהל.
תפילת שחרית וברית מילה.jpg

נאכ'ן דאווענען איז דער רבי אנגעקומען אין שטוב פון מוה"ר יצחק אייזיק ברב"ז ווייס הי"ו מגדולי עסקני ותומכי מוסדותינו הק' וועלכער איז שטארק אקטיוו אין דעם קרן הבנין פון די נייע מיידל שולע אין בני ברק. צוערשט איז דארט אנגעקומען האדמו"ר מוויזניץ שליט"א אפשטאטן א ביקור גומלין ביי גיסו מרן רבינו שליט"א, ווי עס האט זיך דערביי פארצויגן א שיינעם שמועס.
ביקור גומלין מ'וויזניץ.jpg

דערנאך איז פאהרגעקומען אן אסיפה דורכ'ן וועד שומרי משמרת הקודש שע"י קהלתינו הק' אין בני ברק וועלכע געבן זיך אפ מיט אלע עניני טעכנעלאגיע צו שטיין על המשמר איבער די אלע תקנות וואס רבינו שליט"א האט איינגעשטעלט איבער די טעכנעלאגישע כלים, ווי עס איז איבערגעשמועסט געווארן מי'ן רבי'ן שליט"א אלע אקטועלע ענינים אין די הינזיכט, דערנאך האט דער רבי שליט"א אנגעוואונטשן פאר די חברי וועד צו קענען אנגיין ווייטער אין די הייליגע ארבעט.
דערביי איז אריין אל הקו"פ הרה"ג ר' שמעלקא ראזענבוים שליט"א בן האדמו"ר מנאדבורנא ז"ל ראש ביהמ"ד להוראה דבר חיים, וועלכע איז געקומען מקבל זיין ברכת הקודש.
ר' שמעלקא ראזענבוים.jpg

נאך ווי דער רבי שליט"א האט איבערגעגעבן ברכתו בקודש פאר'ן בעל אכסניא מוה"ר יצחק אייזיק הי"ו איז דער רבי שליט"א אריבער אויף א באזוך אינעם בית אופה "סאטמארער מצות" אין בני ברק, ווי עס ווערן געבאקן מצות מצוה אויף יו"ט פסח הבעל"ט מיט אלע חמרות והידורים וואס איז איינגעפירט אינערהאלב קהלתינו הק', כתקנת מרנן רבותיה"ק זי"ע ויבלחט"א מרן רבינו שליט"א, און ווערט אנגעפירט דורך חשובע אברכי אנ"ש, אונטער די שטענדיגע השגחה פון הגה"צ ראש ישיבתינו בב"ב שליט"א.
אין די בעקעריי האט אפגעווארט דעם רבי'ן דער הויפט בעל מכשיר הגאון הרמי"ל לאנדא שליט"א גאב"ד בני ברק, וועלכער האט געצייגט פאר'ן רבי'ן די חומרות והידורים פון די בעקעריי, און אינאיינעם זענען זיי אריבער אויף די גאנצע מהלך האפי'. דערנאך איז פאהרגעקומען א ענגע לחיים אין די הויפט ביורא פונעם בעקעריי ווי דער רבי שליט"א האט אנגעוואונטשן פאר'ן בעל מכשיר דער בני ברק'ער רב שליט"א און דערנאך פאר די פארוואלטער שיחיו.
בית אופה סאטמארער מצות אין בני ברק.jpg
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
פארשפארט