יעצט ווען כל הקהל הקודש פייערט דעם יום הלדת פון קאווע שטיבל, שפיר איך פאר פאסיג אויסצודריקן מיינע געפילן כלפי דאס מקום. אמת, איך בין נאך פון די יונגע שרייבער דא אבער, ווי די רבי פלעגט זאגן, במקום שאין פיש (העי! אונז האמיר [tag]געפילטע פיש[/tag] און [tag]פישל'ע העררינג[/tag]) השתדל להיות איש.
בראש וראשון ברויך ארויסגעברענגט ווערן א הכרת הטוב פאר די חשובע מנהלים, אחראים און גבאים וואס געבן אוועק אזויפיל צייט, קאפ און מח שלא על מנת לקבל פרס, און מאכן זיכער אז אלעס פירט זיך ווי עס דארף צו זיין. אונז פשוטע ליינערס און שרייבער טראכטן נישט אלץ אריין ווען מען קומט אהער און מ'טרעפט א רואיג ווינקל זיך אויסצוליפטערן און אויסגעבן וואס ליגן אויפ'ס הארץ, אז דאס איז נישט באשאפן געווארן אזוי. מ'קען זאגן אז עס האט זיך טאקע פארלאנגט צוויי יאר ארבעט ביז מיר זעהן זיך ארום מיט א דבר השלם אזוי פראפעסיאנאל און בעטעמט, ועוד ידם נטויה.
שנית, דארף מען זיך באדאנקן פאר די חשובע שרייבער וואס שטעלן צו חומר כדי שלא יחסר המזג, זה בכה וזה בכה, יעדער און זיין פעלד. עס איז זיכער אז די טאלאנטפולע שרייבער וואלטן געקענט ווערן שיין באצאלט פאר זייער צייט אבער זיי קומען אהער אויסצושרייען דעם אמת וואס מ'לאזט נישט ארויסשרייבן ערגעץ אדערש.
ואחרון אחרון חביב, דארף מען באגריסן די טויזענטער חברים את אשר ישנו פה ואת אשר כבר איננו פה וואס באטייליגן זיך מיט הערות והארות הן במילי דשמיא והן, להבדיל, במילי דעלמא, ווייל די תגובות און לייקס וואס דער עולם געט איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס (קרעדיט[tag]שעפטל[/tag]) .
יעצט בכלליות איבערן שטיבל. איך קען נישט רעדן פאר א צווייטן (פאר מיין צווייטע ניק אפשר יא) אבער איך קען זאגן אז פאר מיר איז ק"ש ממש א מלאך המושיע מערערע מאל. נישט נאר די אחיעזר אפטיילונג ווי מ'באקומט עצות, חיזוק און הילף, נאר אלעס ארום און ארום. עס מאכט זיך אז א איד דארף חיזוק ובפרט אין די שטורימישע טעג וואס מיר האלטן אצינד, שאין לך יום שאין מחאתו מרובה מחבירו און דער עולם דרייט זיך ארום מיט קשיות וואס מ'האט נישט מיט וועם איבערצושמועסן, קומט מען אהער און מ'טרעפט א קלארקייט ווי זה בונה וזה סותר כדרכה של תורה.
נאך אן אייגנארטיגקייט וואס ק"ש פארמאגט איז די וועג וויאזוי שמועסן ווערן געפירט. עס מאכט זיך אפט מאל ווען דעבאטעס ווערן היציג ,זעט מען דא ווי מ'איז נזהר בכבוד חברים נישט צו אטאקירן פערזענטליך און עס מאכט זיך אפילו ווי מ'איז מקיים דעם את והב בסופה ווען מ'דערלאנגט א לייק פאר'ן צד שכנגד. איך ווינדער מיך כסדר פארוואס ווען מ'גייט אין בית מדרש טרעפט מען קוים איינער מיט וועם מ'קען פירן א נארמאלער שמועס אבער ווען מקומט אהער זעט מען אז לא אלמן ישראל, כלל ישראל איז נישט באנקראט און ס'איז דא מיט וועם צו גיין צום טיש.
עס איז די העכסטע צייט אז די רבנים זאלן איינזען די מעלות פון אזא פלאץ. נעמט למשל דף היומי וואס איז געווען פסול אין מערערע פלעצער אבער במשך הזמן איז עס געווארן עקסעפטעט כמעט איבעראל, און אפילו סאטמאר האט עס אנגענומען טאקע בשינוי שם אבער דע איידיע איז דע סעים. די פירער פון סאטמאר האבן געזען אז דער עולם כאפט זיך צו צום דף היומי און גלייך די סיסטעם, האבן זיי פארשטאנען אז כדי נישט צו פארלירן דעם עולם דארף מען זיך צושטעלן. בנוגע איטערנעט איז די זעלבע זאך. אסאך יונגעלייט האב צוטריט צום אפענעם נעץ, און אפילו די וואס האבן פילטערס למחצה לשליש ולרביע, כל אחד לפום דרגא דיליה, קענען נאך אלץ צוקומען למקומות המטונפים. וואלט דען נישט געווען גלייך אז די וואס זארגען זיך פאר אלע פראבלעמען פון כלל ישראל זאלן עפעס טון דערוועגן?
למעשה אז עס זענען דא אפאר מסירות נפש אידן וואס געבן זיך אפ מיט דעם, וואלטן די רבנים געדארפט ארויסקומען און דאס עמפטליך שטיצן. עס וואלט כדי געווען אז עטליכע שרייבער דא זאלן אויפשרייבן א קול קורא וואס מ'וועט דערנאך ארומפירן צו רבנים זאלן דאס אינטערשרייבן, און דארט זאל פארלאנגט ווערן אז אלע קהילות זאלן גרינדן אזא סארט זייטל ווי בני קהילתם זאלן פארברענגן צווישן אחים לדעה.
לעת עתה בלייבט נאר איבער צו ווינטשן פאר אלע משתתפים צום סוקסעס פונעם שטיבל, אז עס זאל אייביג הערשן דא אהבה ואחוה ושלום ורעות און די גאלדענע קייט זאל זיך ווייטער ציען וממנו ילמדו וכן יעשו.
דער עולם איז מכובד דא אריינצושטעלן באגריסונגען פאר די חשובע מנהלים, אחראים, גבאים און קאלעגעס לרגל המאורע.
די שיינקייט פון קאווע שטיבל
- הוגה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3112
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
- געפינט זיך: מאנסי
- האט שוין געלייקט: 6841 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל
איך מיין אז ס'שוין הויך צייט מכתיר צו זיין קאווע שטיבל מיט די טיטל אלץ "שופר של כלל ישראל". מיר בעטן די מנהלים אז זיי זאלן עס עמטליך ארויסשרייבן אויפן אויבן אן ביים הויפט בלעטל.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
- ברסלבער
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2048
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
- האט שוין געלייקט: 3570 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל
זייער שיין [tag]דריידל[/tag]. גם אני מצטרף בברכה פאר די אנפירערס און מיטגלידער פון קאווע שטיבל, @כל אחד בשמו יבורך, פארן אהערשטעלן אזא הערליכע אויסגעהאלטענע סייט. זאל דער אייבערשטער העלפן אויף ווייטער.
איך האב מורא אז דאן וועט עס אויסקוקן ווי אלע שופרות וואס כלל ישראל פארמאגט שוין... בעסער לאזן אזוי.
הוגה האט געשריבן:איך מיין אז ס'שוין הויך צייט מכתיר צו זיין קאווע שטיבל מיט די טיטל אלץ "שופר של כלל ישראל". מיר בעטן די מנהלים אז זיי זאלן עס עמטליך ארויסשרייבן אויפן אויבן אן ביים הויפט בלעטל.
איך האב מורא אז דאן וועט עס אויסקוקן ווי אלע שופרות וואס כלל ישראל פארמאגט שוין... בעסער לאזן אזוי.
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 565
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 25, 2013 11:20 am
- האט שוין געלייקט: 91 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 160 מאל
- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16679
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18070 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
הוגה האט געשריבן:איך מיין אז ס'שוין הויך צייט מכתיר צו זיין קאווע שטיבל מיט די טיטל אלץ "שופר של כלל ישראל". מיר בעטן די מנהלים אז זיי זאלן עס עמטליך ארויסשרייבן אויפן אויבן אן ביים הויפט בלעטל.
מיר האבן עס געוואלט ארויפלייגן, אבער מיר האבן ערהאלטן א מעסעדזש, סארי, דער טיטל איז שוין פארנומען.....
וירח ה' את ריח הניחוח
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
שמעקעדיג האט געשריבן:הוגה האט געשריבן:איך מיין אז ס'שוין הויך צייט מכתיר צו זיין קאווע שטיבל מיט די טיטל אלץ "שופר של כלל ישראל". מיר בעטן די מנהלים אז זיי זאלן עס עמטליך ארויסשרייבן אויפן אויבן אן ביים הויפט בלעטל.
מיר האבן עס געוואלט ארויפלייגן, אבער מיר האבן ערהאלטן א מעסעדזש, סארי, דער טיטל איז שוין פארנומען.....
אבער ס'נאך אלץ דא פלאץ פאר נאך איינס. פונקט אזוי ווי ס'איז פאראן מער ווי איין חד בדרא. אינז זענען ב"ה געבענטשט מיט דרייא אידישע צייטונגען. און א יעדער איז דער איינציגער, אלוועלטליכער, אומאפהענגיגער שופר פונ'ם יהדות החרדית.






