ביאור עמוק ונוגע למעשה ביסוד מנהג הפורים רב
- לעיקוואד
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3911
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
- האט שוין געלייקט: 1536 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
- קאנטאקט:
ביאור עמוק ונוגע למעשה ביסוד מנהג הפורים רב
[justify]שוין, עס איז שוין נאך ראש חודש אדר, מען איז מחוייב זיך צו נעמען אין די הענט אריין, ווי איך האב געהערט פון מו"ר החפץ בעילום שמו שליט"א, אז פונקט ווי ביי די ליטווישע איז ראש חודש אלול דער הויכפונקט פון יאר, עס פאלט אויף יעדער א ציטער מען מוז זיך נעמען אין די הענט אריין, ממש אזוי דארף זיין ראש חודש אדר ביי א פרייליכער חסידישער איד, וואס ווייסט אז דער יסוד פון עבודת השם איז שמחה, ראש חודש אדר דארף עם צונעמען אלע איברים, און ער האט דאס אפילו מרמז געווען אין די נאמען אדר אז אויף אידיש איז דא מלשון אדער, דהיינו אז דער שמחה פון דער חודש דארף אריינגין אין די אדערען אין די בלוט, און דאס איז דער טייטש משנכנס אדער, ווען עס גייט אריין דער אלקאהאל אין די אדערען, דעמאלטס איז מרבין בשמחה. נאר פריילאך. נאך האב איך געהערט בקבלה, אז פונקט ווי ראש חודש אלול ציטערען די פיש, איז וואס קומט נאך די פיש, די גלעזל בראנפען, איז אין אלול ציטערען טאקע די פיש, אבער אין אדר ציטעט די בראנפען.
איך וויל נישט אפהאלטען דער עולם פון טרינקען, וועל איך נאר קלאר מאכען א קורץ ווארט, וואס איז שטארק נוגע למעשה היינטיגע צייטען, און בפרט דא אויף קאווע שטיבל. עס איז באקאנט דער מנהג ישראל אין כמעט אלע קהילות, אז מען שטעלט א פורים רב משמח זיין דער עולם אין פורים. וואס לכאורה לפום ריהטא איז דאס ממש א מרפסין אדרא'דיגער מנהג, וואס ווען נישט אז מיר האבען מיט די אייגענע אויגען געזעהן ווי מען פירט זיך אזוי ביי די פרומסטע קהילות וואלט מען זיכער געווען דאס איז אן אפיקורסישער מנהג פון די משכילים וואס מאכען חוזק פון דער יסוד פון יהדות וואס דאס איז הנהגת הרבנים הגאונים ואמונת חכמים וצדיקים. נישט נאר דאס נאר פארקערט, עס איז באקאנט וואס צדיקים האבען געזאגט אז דער פורים רב האט א כוח פועל'ן ישועות פונקט ווי א צדיק ממש. וכל זה צריך ביאור רב ועצום.
קלער איך בדרך וודאי זיכער קען מען זאגען אזוי, עס פארשטייט יעדער איינער שיש לו מוח בקדקדו, אז אפילו דער רב דער רבי, דער ראש ישיבה דער מנהיג, איז אויכעט א מענטש, און אוודאי קען ער אויך א טעות האבען, כאשר עינינו רואות. דאך טאר מען נישט חלילה מזלזל זיין אין רבנים מנהיגי ישראל, ווי דער חינוך איז מסביר אין מצוות לא תסור, שלא תעשה תורה כשני תורות, און ווען רבנים פארלירען זייער אוטוריטעיט איז בטלה כל התורה כולה, אבער דאס איז אלץ מצד הדין. דא קומט אריין די מורא'דיגע גאונות פון מנהגי ישראל, כידוע אז מנהגים זענען גרעסער און העכער פון הלכות ודינים, און דער מנהג האט קובע געווען אז אין איינער פון די גרעסטע טעג פון יאר, שטעלט מען אוועק דער לץ פון שטאט, מען טוהט עם אן א גרויסער רעבישער שטריימל, מיט א וויסע בעקיטשע און א זילברענע שטעקען, און מען באקרוינט עם רב. וואס קודם כל, גיט דאס א רמז פאר'ן רב, יא ביסט טאקע א רב און מיר זענען אייך מכבד מיר פאלגען אייך, וויסען זאלט איר אבער, איר זענט נישט מער ווי א לץ מיט א רעבישע שטריימעל. און צווייטענס, גיט דאס א הזדמנות פאר דער לץ דורף דעם וואס ער מאכט נאך פארשידענע ענינים פון דער אמתער רב און אזוי ברמיזה פירט זיך אויס די געהעריגע ביקורת וואס דארף נארמאל זיין אויף יעדער הנהגה.
והמבין יבין, שכ"ז בסוד התגלות בחינת סובב כל עלמין, כידוע שיש בחינת ממלא שבו יש הגדרות וגבולים ומדרגות, ובבחינה זו המון עם מקבל שפעו דרך הת"ח כ"א כפי לקו. ויש בחינת סובב כל עלמין שמחייה הכל בשווה, ולא ניכר שוע לפני דל, וזה בחינת ונהפוך הוא, וזו הבחינה מתנוצצת באחרית הימים ולכן בטלה כבוד התורה ובת קמה באימה כלה בחמותה במהרה בימינו אמן.[/justify]

I have a dream
Martin Luther King ~
Martin Luther King ~
- מאראנצןזאפט
- ידיד ותיק
- הודעות: 994
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 22, 2013 2:15 pm
- האט שוין געלייקט: 1544 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2255 מאל
נבלה נעשה בלעיקוואד!
סאיז טאקע אדער אין אלע אדערן, לעיקוואד רעדט איבער א פורים רב, איך מיין איך דארף מיך נעמען האקן אויפן סיסטעם.
שפתיים קישאק דעם ארטיקל און מער אמת ווי ווערטל...

צו די חשוב'ע רעדאקציעס פון אידישע אויסגאבעס: אדם אוסר את שלו, עס איז נישט ערלויבט זיך צו באנוצן מיט מיינע ארטיקלען אן קיין בפירושער ערלויבעניש. איר קענט אייך מיט מיר פארבינדן אין אישי. א דאנק פון פאראויס.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 7167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
- האט שוין געלייקט: 4109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל
- גנדי
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1181
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 05, 2013 11:21 pm
- האט שוין געלייקט: 2151 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1341 מאל
וזה סוד מזל אדר דגים. לפי מה שידוע מאמר החכם. במקום שאין איש איז הערינג אויך פיש.
לרמז בדור שפל זה שאין לנו אישים. מעמידים הערינג עיוור להנהיג את העדה.
ומעמידים פורים רב להראות שאין בין רב ראשון לרב שני אלא מקרא מגילה בלבד.
וכל העניים והעסקנים עיניהם תלויות לקריאת מגילה.
ומה הואיל לנו עיני העדה אלא קול קורא׳ס ותקנות כאורך המגילה.
ושרים שושנת יעקב תכלת מרדכי. לרמז שהחינוך והסיסטעם היא טלית שכולו תכלת.
ורצוי לרוב אחיו. לא לכל אחיו. כי אח השני תובע בערכאות. כי כל זה איננו שוה לי...
והבן כי קרצתי.

You must be the change you want to see in the world
- מאראנצןזאפט
- ידיד ותיק
- הודעות: 994
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 22, 2013 2:15 pm
- האט שוין געלייקט: 1544 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2255 מאל
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1393
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 11:19 am
- האט שוין געלייקט: 3030 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2212 מאל
- קאנטאקט:
גנדי האט געשריבן:וזה סוד מזל אדר דגים. לפי מה שידוע מאמר החכם. במקום שאין איש איז הערינג אויך פיש.
לרמז בדור שפל זה שאין לנו אישים. מעמידים הערינג עיוור להנהיג את העדה.
ומעמידים פורים רב להראות שאין בין רב ראשון לרב שני אלא מקרא מגילה בלבד.
וכל העניים והעסקנים עיניהם תלויות לקריאת מגילה.
ומה הואיל לנו עיני העדה אלא קול קורא׳ס ותקנות כאורך המגילה.
ושרים שושנת יעקב תכלת מרדכי. לרמז שהחינוך והסיסטעם היא טלית שכולו תכלת.
ורצוי לרוב אחיו. לא לכל אחיו. כי אח השני תובע בערכאות. כי כל זה איננו שוה לי...
והבן כי קרצתי.
איך פארשטיי נישט צו קיין תורה, און אודאי נישט צו פורים תורה. איך לייק דיך אבער פאר'ן רעפערענץ צו העררינג. שישו מעי, שישו.
(- - -)
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: ביאור עמוק ונוגע למעשה ביסוד מנהג הפורים רב
ווער מעלדט זיך איין צו פיהרען דער פורים רעביסטיווע אין קאווע שטיבעל? אן אלגעמיינע אדמו"ר האבען מיר שוין, יעצט איז צייט צו א פורים רב
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: ביאור עמוק ונוגע למעשה ביסוד מנהג הפורים רב
איך בין זייער באגייסטערט, אבער ס'איז צופיל כבוד פאר מיר