קוריאזע מאמענטן פונעם טשיילדהוד

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
פארשפארט
באניצער אוואטאר
לאליפאפ
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1281
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 06, 2013 3:12 pm
האט שוין געלייקט: 276 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 813 מאל

קוריאזע מאמענטן פונעם טשיילדהוד

שליחה דורך לאליפאפ »

מיר אלע האבן א בליק אויף אונזערע יארן אין חדר, רוב האבן נישט קיין פאזיטיוון בליק אבער צומאל א קוריאזן בליק וועלכע קומט באגלייט מיט א קרום פון די נאז און א שטיל געלעכטערל...

צווישן די פילע מוסר דרשות, סטראשונקעס, און פעטש, רופן פיל זכרונות אויס א הילכיגן געלעכטער אויסברוך דערמאנענדיג זיך ווי דער פרימיטיווער מלמד מיט די 2014 דאן אלטמאדישע ברילן האט פראבירט צו מאיים זיין מיט זיין מאכטלאזן בליק.

האסטו געזאגט מעם שיען גימעל??
העעעעעע? קוק אויף מיינע אויגן!
עך הער נישט, העעעעעע? שטיי דא!

לאו דווקא פון חדר, עני מעמעריס ווי מ'איז נאכגעלאפן א פרעמדן יונגערמאן א דריי פערטל בלאק זיך אנכאפענדיג אין די פרינדזשעס פון זיין טלית ביזן זיך כאפן אין שרעק אז נישט צו עם באלאנגסטע..

כא כא כא! דערוילעם איז געבעטן צו שעירן די זיסע מאמענטן פון די קינדהוד יארן לכבוד חודש אדר.
באניצער אוואטאר
איש עברי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 798
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 6:41 pm
האט שוין געלייקט: 997 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1854 מאל

שליחה דורך איש עברי »

נישט קיין קוריאזע זכרון אבער פארט א זכרון מימי הילדות

אוי די קענדי מענטש פון ווייצענע בית המדרש!
א דמות וואס פאדערט א באזונדער ארטיקל, א געשטעל פון א רוסישע סאלדאט מיט א מוטערליכע שמייכל, מיט אונזער יונגע חושים האבן מיר געשפירט אז יותר ממה שהעגל רוצה וויל ער אונז געבן זיסווארג מיט א אומבאגרעניצטע אהבה, איך געדענק נאך די קאנסראסט פון זיינע הויכע גלאנציגע שטיוול מיט זיין אויסגעדינטע רעקל וואס האט געהאט טיפע טאשן וואס דארט איז געלעגן בערג פון קענדיס וואס מיר האבן געטוהן אלע טאקטיקן ארויסצובאקומען פון דארט נאך א קענדי.
מיין זיסטע זכרונות זענען פון אים ווי ער געט מיר א האנטפול מיט קענדיס מיט א ליבליכע שמייכל און ער איז גליקליך ווען איך באצאהל אים מיט א גוט שבת.
פארשפארט