ראדיקאלע עקסטרעמיזם אין צווישן די עקסטרעמיסטן

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
פארוואס?
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 954
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 31, 2014 11:28 am
האט שוין געלייקט: 1457 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2213 מאל

ראדיקאלע עקסטרעמיזם אין צווישן די עקסטרעמיסטן

שליחה דורך פארוואס? »

ראדיקאלע עקסטרעמיזם אין צווישן די עקסטרעמיסטן.

ס׳איז ליידער נישט קיין סוד, אז עס זענען דא אזעלכע אידן וואס זענען מזרע ישראל, אבער זיי רופן זיך ״סעקולארע אידן״ דאס הייסט, זיי זענען אומ-רעליגיעז רח״ל.
אבער דאקעגן זענען דא זייער אסאך אידן וועלכע האלטן זיך שטארק רעליגיעז, אנגעהויבן מיט די באקאנטע רעפארמער מובמענט, וועלכע פראטיקצירן מער ווייניגער אלע אידישע געזעצן, זיי גלייבן אין גאט, און ליבן איהם, כאטש זיי קוקן נישט אן די אידישע הלכה, אלס א אנזאג וואס ווארפט א חיוב אויף יעדן איינציגן יחיד, נאר מער ווי א עצה טובה. (אזוי ווי מיר קוקן אויף א מוסר ספר).
אזוי אויך די ריקאנסטראקטיוו מובמענט (reconstruction Judaism), וועלכע איז מער פרומער פון די רעפארמער, מיטן מקיים זיין מער מצוות, כאטש וואס אין גלויבונג זענען זיי נאך אסאך שוואכער. (עד כדי כך, אז עס איז נישט קיין סתירה צו זיין א אידישער אטעאיסט און זיין ריקאנסטראקטיוו).
ווידער, זענען דא אידן וואס זענען אומ-צופרידן מיט די אלע רעפארמס, זיי זענען נישט מסכים צו טוישן די פרינציפן פון די רעליגיע, און זיי זענען מער שטרענג, ווען עס קומט צו יסודי הדת, און דערפאר האבן זיי זוכה געווען טאקע צו באקומען דעם נאמען ״קאנסערוועטיוון״ וואס מיינט אין ענגליש אז זיי האלטן זיך נענטער צו די רעליגיע/טראדיצע.
זיי האלטן אז די הלכה איז די באזיס פונעם אידיש׳ן רעליגיע, אבער זעלבסט פארשטענדליך אז עס דארף זיין צוגעשטעלט צו די היינטיגע סטאנדארטן, זיי וועלן זיך ארומ-שפילן מיט די הלכה, אבער זיי וועלן עס נישט טוישן בשום פנים ואופן.
צו זיי, איז דא די באקאנטע ארטאדאקסישע מובמענט, וועלכע איז זייער עקסטרעם, זיי האלטן אז מ׳דארף בלייבן אזוי ווי די צייטן וואס די ספרי הלכה זענען געשריבן געווארן, און זיך האלטן געטריי דערצו, אן טוישן קיין שום זיז כלשהו.
א גרויסע טייל פון די ארטאדאקסישע מובמענט, רופן זיך ״מאדערנע ארטאדאקסן״, וואס דאס מיינט, אז כאטש זיי רוקן זיך נישט אוועק פון די הלכה, וועלן זיי זיין פלעקסיבל, און נישט אלעמאל אנ-נעמען דווקא די מערסטע חומרא׳דיגע שיטה.
אבער אן אנדערע טייל דערפון, זענען אלטרא ארטאדאקס, וואס זיי נעמען מערסטנס אן די חומרא׳דיגע שיטות, און זיי וועלן שטארק מחמיר זיין צו יוצא זיין אלע שיטות מיט אלע הידורים.
און דאן זענען דא די חסידים, וואס זענען געווענליך נאך מער פרום ווי די הלכה פאדערט, און זיי לייגן צו אייגענע מנהגים און טראדיציעס. (א שטייגער ווי ליובאוויטש און נאך).
און צווישן זיי קענען מיר געפונען עטליכע פרומע חסידות׳ן, וואס זיי האלטן זיך זייער אפגעזונדערט פון די דרויסנדיגע וועלט. (א שטייגער ווי וויז׳ניץ, בעלז, און נאך).
און דערנאך זענען דא מער עקסטרעמיסטישע חסידות׳ן (סאטמער געשטימט), וואס זענען זייער שטארק קעגן יעדער וואס טראכט נישט פונקט אזוי ווי זיי, און לייגן ארויף סטעיטמענטס אויף יעדע איינציגע מהלך המחשבה אנדערש פון זיי.
צווישן די עקסטרעמיסטן, געפונען מיר אזעלכע וואס זענען מער אפן צו הערן אן אנדערע מיינונג. (א שטייגער ווי דושינסקיא וכדומה).
אבער אנדערע וואס זענען זייער שטארק אנטקעגן איינער וואס האלט נישט ממש אזוי ווי זיי, אבער זענען כאטש נישט אנטקעגן די וועלכע זענען נישט אנטקעגן די וואס האלטן נישט ממש אזוי ווי זיי. (…).
און דערנאך זענען דא אזעלכע וואס זענען אויכעט אנטקעגן די וואס זענען נישט אנטקעגן די וועלכע זענען נישט אנטקעגן די וואס האלטן נישט ממש אזוי ווי זיי, אבער זענען כאטש נישט אנטקעגן די וואס זענען נישט אנטקעגן די וועלכע זענען נישט אנטקעגן די וועלכע זענען נישט אנטקעגן די וואס האלטן נישט ממש אזוי ווי זיי. (…).
נו. מיין שאלה איז יעצט, צו עס קומט אמאל צו אן אפשטעל, אדער עס איז ממש ענדלאז?
אסור ליראת שמים שתדחק את המוסר הטבעי של האדם, כי אז אינה עוד יראת שמים טהורה.
סימן ליראת שמים טהורה הוא כשהמוסר הטבעי, הנטוע בטבע הישר של האדם, הולך ועולה על פיה במעלות יותר גבוהות ממה שהוא עומד מבלעדה.
~ אורות ישראל להגראי"ה קוק
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

דער כלל איז אזוי, אויב איינער זאגט אז ער איז פונקט גוט - נישט צו פרום, נישט צו מאדערן. און אזוי ווי אים דארפן אלע זיין, אזא איינער איז געווענליך אן עקסטרעמיסט. אין אנדערע ווערטער, עס איז נישט די אידעאלאגיע וואס מאכט אן עקסטרעמיסט, עס איז דער צוגאנג צו די אידעאלאגיע, ודו"ק.
האדם לא נברא אלא להתענג
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 513 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל

שליחה דורך איחוד פעלד »

מיט וואס איז דושינסקיא מער אפען ווי סאטמאר?

ווייל ער האט א יד אחת מיט דער שטח אין בית שמש?
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
פארוואס?
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 954
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 31, 2014 11:28 am
האט שוין געלייקט: 1457 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2213 מאל

שליחה דורך פארוואס? »

איחוד פעלד האט געשריבן:מיט וואס איז דושינסקיא מער אפען ווי סאטמאר?

ווייל ער האט א יד אחת מיט דער שטח אין בית שמש?

סארי, איך האב באמת נישט געמיינט קיינעם פערזענליך, איך האב געמיינט די פוינט.
אבער איך ווייס נישט ווי דו האסט געזעהן אין מיינע ווערטער אז דושינסקיא איז מער אפן פון סאטמער. איך האב געשריבן אז צווישן די וועלכע זענען סאטמער געשטימט, זענען דא פארשידענע סארט גרופעס.
אסור ליראת שמים שתדחק את המוסר הטבעי של האדם, כי אז אינה עוד יראת שמים טהורה.
סימן ליראת שמים טהורה הוא כשהמוסר הטבעי, הנטוע בטבע הישר של האדם, הולך ועולה על פיה במעלות יותר גבוהות ממה שהוא עומד מבלעדה.
~ אורות ישראל להגראי"ה קוק
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6957
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

פארוואס? האט געשריבן:אבער אנדערע וואס זענען זייער שטארק אנטקעגן איינער וואס האלט נישט ממש אזוי ווי זיי, אבער זענען כאטש נישט אנטקעגן די וועלכע זענען נישט אנטקעגן די וואס האלטן נישט ממש אזוי ווי זיי. (…).
און דערנאך זענען דא אזעלכע וואס זענען אויכעט אנטקעגן די וואס זענען נישט אנטקעגן די וועלכע זענען נישט אנטקעגן די וואס האלטן נישט ממש אזוי ווי זיי, אבער זענען כאטש נישט אנטקעגן די וואס זענען נישט אנטקעגן די וועלכע זענען נישט אנטקעגן די וועלכע זענען נישט אנטקעגן די וואס האלטן נישט ממש אזוי ווי זיי. (…).
נו. מיין שאלה איז יעצט, צו עס קומט אמאל צו אן אפשטעל, אדער עס איז ממש ענדלאז?

וואו איז מיין קאלקיולעיטער?
diff
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 1:07 pm
האט שוין געלייקט: 185 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 313 מאל

שליחה דורך diff »

is there nothing higher then the kj kg stake buyers whith the fancy houses
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

ר' פארוואס?: איך מיין אז דו האסט פארפעלט אויסצורעכענען נאך עטליכע סוב-קאטעגאריעס. למשל ביי די מאדערן-ארטאדאקסן זענען פאראן עטליכע גרעידס, ווי אזעלכע וועלכע האלטן זיך שטרענג צו די הלכה. און אנדערע וועלכע בייגן און דרייען אויס די הלכה אזוי שטארק אז ס'איז שוין נישט דערקענבאר. און די יעניגע זענען נעענטער צו די קאנסערוואטיוון ווי צו ארטאדאקסיע,בכלל. למשל ביי זייערע יוגנטליכע ווערן די סעלל-פאונס געהעריג גענוצט אום שב"ק, אן צוריקהאלט און האלטן שבת ביז צאת הכוכבים איז ביי זיי צו א שווערע לאסט. :? :roll: :x :oops: :cry: :o
פארשפארט