איך זוך ארבעט!
- רויטע וואנצעס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4863
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
- געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
- האט שוין געלייקט: 8315 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל
- מאראנצןזאפט
- ידיד ותיק
- הודעות: 994
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 22, 2013 2:15 pm
- האט שוין געלייקט: 1544 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2255 מאל
דער אשכול שאפט מיר צער, מיר זענען אלע עדות אויף וואס פאר א זעלטענעם געלונגענעם יונגערמאן פישלע איז כאטש זיין יונגען עלטער, און אז ער באקומט במחנינו דעם הרגש ווי איינער וואס טויג אויף גארנישט און דארף ארבעטן א נידריג ראנגיגער ארבעט ציפט עס אין הארצן.
צו די חשוב'ע רעדאקציעס פון אידישע אויסגאבעס: אדם אוסר את שלו, עס איז נישט ערלויבט זיך צו באנוצן מיט מיינע ארטיקלען אן קיין בפירושער ערלויבעניש. איר קענט אייך מיט מיר פארבינדן אין אישי. א דאנק פון פאראויס.
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1396
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 11:19 am
- האט שוין געלייקט: 3030 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2212 מאל
- קאנטאקט:
מאראנצןזאפט האט געשריבן:דער אשכול שאפט מיר צער, מיר זענען אלע עדות אויף וואס פאר א זעלטענעם געלונגענעם יונגערמאן פישלע איז כאטש זיין יונגען עלטער, און אז ער באקומט במחנינו דעם הרגש ווי איינער וואס טויג אויף גארנישט און דארף ארבעטן א נידריג ראנגיגער ארבעט ציפט עס אין הארצן.
ביי מיך איז נאר דא איין עדות וואס איז קובע: דער באנק אקאוינט, און עס זאגט נישט קיין פאלשע עדות. דער ספרים געשעפט דזשאב בין איך שוין אויסגעוואקסן, און דערווייל יאוועט זיך קיינער נישט צו מאכן א חליפין מיט מיר, זיין געלט פאר מיינע שעה'ן.
(- - -)
- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16680
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18071 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
מאראנצןזאפט האט געשריבן:דער אשכול שאפט מיר צער, מיר זענען אלע עדות אויף וואס פאר א זעלטענעם געלונגענעם יונגערמאן פישלע איז כאטש זיין יונגען עלטער, און אז ער באקומט במחנינו דעם הרגש ווי איינער וואס טויג אויף גארנישט און דארף ארבעטן א נידריג ראנגיגער ארבעט ציפט עס אין הארצן.
איך האב הנאה פון א יונגערמאן וואס נעמט זיך אין האנט אריין, און נישט - ווי טויזענטער אנדערע - זאגט 'כאשר אבדתי אבדתי', איך וועל שוין דא פארבלייבן ארבעטן.
ער שפירט א געשמאק אין בויען, כה לחי! מוזט נישט פיזיש בויען, ער קען מענעזדשן די גויים, ארבעטן אין א האלץ אדער פארקעי אפיס, עס איז גוט אז ער ווייסט וואס ער וויל און פאקוסט אויפן ריכטיגן ארבעט.
וע"ע כאן באשכול זו
ובאשכול זו
ואשכול זו
אויך דא:
"לוינט זיך צו לערנען א פאך? און וועלכע?"
וירח ה' את ריח הניחוח
- פלעין יודיש
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1116
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 23, 2014 3:35 pm
- האט שוין געלייקט: 752 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 760 מאל
דער (פינטעל) איד האט געשריבן:גם אני בחלומי
איך בין אין דע שפעטע 20 יארן.
www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=10&t=6022
וואס גייט דא פאר בן עשרים או בן ארבעים???
- פליקער
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1692
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
- האט שוין געלייקט: 1056 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל
עס איז מיר איינגעפאלען א אייזערנער פלאן פאר א ביזנעס פאר א וויליאמסבורגער איינוואוינער, פישי זאג מיר אויב ביזטו אינטערעסירט.
היות היינט ציטאג ווערן אלע בעיסמענטס פארדינגען פאר אינגעלייט, ווייסען זיי דאך נישט ווען עס ווערט טאג אדער נאכט, זאל איינער פאר א מינימאלע חודשליכער אפצאל קלאפן אויפן פענסטער, איין קלאפ פאר טאג צוויי קלאפעס פאר נאכט,
מען קען צילייגען נאך געוויסע סערוויסעס אויב איין פארפאלק וויל וויסען דעים וועטער אויך, דאן פאר נאך א קליינע סכום וועט מען קלאפן נאך דריי מאל פאר זיניג, פיר מאל פאר רעיגן, פינף מאל פאר שניי.

Stay away from negative people
they have a problem for every solution
they have a problem for every solution
קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
- משה געציל
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1676
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
- האט שוין געלייקט: 2456 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2705 מאל
אה! ענדליך שפיר איך מיך אין פלאץ! געמיינט אייביג אז איך בין דער איינציגסטער שלעפער...
איך בין שוין מיד פון דרייוון אזויפיל, א יעדן טאג האב איך פרישע עפיזאדן. היינט האב איך ארומגעדרייווט עפעס א טשאלמי, געדרייט א קאפ, און צום סוף האט ער נאך אראפגעדרוקט דעם פרייז מיט פופציג פראצענט, און איך גוטער האב נאך נאכגעגעבן פאר דעם שלאחמנעס... נאכער האב איך געטוהן אביסל מעסענדזשער סערוויס, אפגעיאגט די נשמה צו דערליווערן פון פלעטבוש אויף בארא פארק... און ביים אפטראגען דאס פעקל צום דעסטענאציע געט זי מיר איר מאנס נאמבער, ער וועט מיר שוין באצאלען. פארשטייט זיך אליינטס אז איך קען ווארטן...
איך האלט אז איך וואלט געווען א אייזענער פראגרעמאר, איך קען זיך מורא'דיג גוט אויס אין פאלם סענטראס.

ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16680
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18071 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
רויטע וואנצעס האט געשריבן:פינטעלע האט שוין אזא דזשאב, ער איז א שרייבער און ער ווער באצאלט מיט לייקס.
אבער ער איז אנדערפעיד אונטער דעם מינימום וועידזש, ער וויינט און בעהט זיך פאר א רעיז. איך בין מסכים מקיים צו זיין דעם 'שועתינו קבל', אוו אים געבן א העכערונג אז ער זאל אהיימקומען סוף וואך מיט א חתיכה הראוי להתכבד, און ער זאל שרייבן אין זיין אשכול "אלפיים מי יודע?".
וירח ה' את ריח הניחוח
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 879
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 9:32 am
- האט שוין געלייקט: 96 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 312 מאל
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1396
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 11:19 am
- האט שוין געלייקט: 3030 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2212 מאל
- קאנטאקט:
[tag]משה געציל[/tag], א קורצע זוך אין דיינע תגובות ברענגט ארויף אז דו טוהסט אין די "מקוה איד" פעלד. פראגראם די טורנסטיילס...
[tag]מאראנצןזאפט[/tag], (ערשטע קאזין פאר קארשןזאפט), אמאהל האב איך געמיינט אז דו ביזט פינקי אליינס. ווייל (ווארום, כלשונך) פינקי קען זיך נישט אזוי גוט אפילו ווי דו האסט איהם אראפגעלייגט. דערנאך האב איך מיך געשוואוירן אז דו ביזט ר' מאטיל זילבער (פארשטייט זיך בדרך סוד, עמוק עמוק). יעצט קומסטו אריין אין אויער מער ווי א קלינגענדיגע זלמן ווידער מאראאאאאאנצןזאאאאאאאאפפפפפט, מינח אתנחתא חצי זקף גדול. לענייננו, וואס פאר א גוט יאר טוהסטו פאר פרנסה? א שרייבער ביזטו נישט, ווייל דו ספעלסט* "תיכף" מיט א "ק"... איז וואס יא?
*אינטרעסאנט אז קיינער פון די שבעה הסריסים וואס האבן צוגעהאלפן רעדאגירן האבן עס נישט פאראכטן.
[tag]מאראנצןזאפט[/tag], (ערשטע קאזין פאר קארשןזאפט), אמאהל האב איך געמיינט אז דו ביזט פינקי אליינס. ווייל (ווארום, כלשונך) פינקי קען זיך נישט אזוי גוט אפילו ווי דו האסט איהם אראפגעלייגט. דערנאך האב איך מיך געשוואוירן אז דו ביזט ר' מאטיל זילבער (פארשטייט זיך בדרך סוד, עמוק עמוק). יעצט קומסטו אריין אין אויער מער ווי א קלינגענדיגע זלמן ווידער מאראאאאאאנצןזאאאאאאאאפפפפפט, מינח אתנחתא חצי זקף גדול. לענייננו, וואס פאר א גוט יאר טוהסטו פאר פרנסה? א שרייבער ביזטו נישט, ווייל דו ספעלסט* "תיכף" מיט א "ק"... איז וואס יא?
*אינטרעסאנט אז קיינער פון די שבעה הסריסים וואס האבן צוגעהאלפן רעדאגירן האבן עס נישט פאראכטן.
(- - -)
- רויטע וואנצעס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4863
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
- געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
- האט שוין געלייקט: 8315 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל
- יאיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4765
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 6187 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל
באמת א שאד אז אזעלכע טאלאנטפולע יונגעלייט, צו די זאך, מיט א קאפ אויף די פלייצע און נאך א סענס אוו יומאר נאכדערצו, קענען נישט טרעפן א שיין באצאלטע דזשאב, און דארפן זיך מחזק זיין מיט דעם שוין-לאנג-עקספייערטן לא לחכמים לחם. רבותי, צייטן האבן זיך געטוישט, מען קען היינט מאכן געלט דורך זיין קלוג (דערפאר בין איך טאקע ליידער אן עני ואביון). עס לוינט זיך צו דורכשוויצן אפאר יאר, זיך גיין לערנען א נארמאלע פאך (עס זענען דא אסאך פלעצער וואס קענען ווערן באצאלט מיט קאלעזש פראגראמס, ווי בדרך, cope, מכון לפרנסה, וכדו'). עס זענען דא אלע סארטן זאכן וואס מען קען זיך לערנען, פון גראפיק דעזיין ביז פראגראמינג ביז אקאונטינג ועוד. אזוי אויך לוינט זיך אריינצוגיין אין א דזשאב ווי מען באקומט ווייניג באצאלט אבער אויב מען ארבעט שווער האט מען גוטע פאטענציאל. בקיצור, עס זענען דא אסאך אפציעס, מען דארף זיך נאר אויסלערנען אז דורך זיצן און עפענען אשכולות אין קאווע שטיבל וועלן זיי נישט אנקומען פון זיך אליין. אויב מען שטרענגט זיך אן דארף מען קענען מצליח זיין עווענטועל, בדרך הטבע.
האדם לא נברא אלא להתענג
- איש עברי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 798
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 6:41 pm
- האט שוין געלייקט: 997 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1854 מאל
למעשה א יונגערמאן אין די מיטעלע צוואנציגער יאהרן וואס האט קיינמאהל קיין אלגעמיינע בילדונג נישט באקומען ווייסט אליין נישט וואס ער וויל לערנען, און ער ווייסט אליין נישט לאמיתו אויף וואס ער איז פעאיג ווייל מן הסתם האט ער זיך שוין מסרס געווען די טאלאנטן און איז אריין אין א פעלד ווי ער באלאנגט נישט.
סתם אזוי איז נישט אזוי איינפאך צו גיין לערנען ווען די רחיים מיט 4 קינדערלעך זיצן על צווארו, דעריבער שלאג איך פאהר א עצרת המיליאן ווי דער עולם זאל פארלאנגען פון די רבנים אז מ'זאל מאכן א תקנה אז יעדע בחור מוז לערנען א פאך ווייל אנדעם גייט עס נישט היינטיגע צייטן.
סתם אזוי איז נישט אזוי איינפאך צו גיין לערנען ווען די רחיים מיט 4 קינדערלעך זיצן על צווארו, דעריבער שלאג איך פאהר א עצרת המיליאן ווי דער עולם זאל פארלאנגען פון די רבנים אז מ'זאל מאכן א תקנה אז יעדע בחור מוז לערנען א פאך ווייל אנדעם גייט עס נישט היינטיגע צייטן.
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1396
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 11:19 am
- האט שוין געלייקט: 3030 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2212 מאל
- קאנטאקט:
ק/פ פון אן אנדערע אשכול
זעהסט מיין פראבלעם, און פארוואס איך זוך א נייע דזשאב?
איך האב געווידמעט צאל-לאזע שעות אויסצושטעלן די קאווע בלעטער, און קוים א קארגע 24 ניקס האבן צוגעווארפן א רמז אז זיי זענען עס מכיר טוב. ווידעראום [tag]מאראנצןזאפט[/tag] האט אריינגעלייגט צאל-לאזע שעות צו נאכפארשען און שרייבן זיין ארטיקל, און בנשימה אחת האבן 56 ניקס ארויסגעוויזן א רמז אז זיי זענען עס מכיר טוב. עד כאן הנמשל.
דער משל איז, עס קען א יונגערמאן ארבעטן ווי א פערד און שטיין אויף די פיס כולא יומא פאר א נישטיגע מינימום וועידזש, בו בזמן ובעידן אחת וואס זיינס א חבר זיצט מיט א טעלער יאפטשיק און קאוילסלאו מיט די פיס אויפ'ן דעסק און מאכט א אלף'ל א טאג.
#איטסנאטפיער
מצטמק ויפה האט געשריבן:[tag]פישל'ע העררינג[/tag] איך מיין עס איז א שאד צו ווארטען נאך א האלבע חודש פאר די פרישע קאווע בלעטער, נעם צוזאם די ארטיקעל, און אויך [tag]מאראנצןזאפט[/tag]'ס ארטיקעל...
זעהסט מיין פראבלעם, און פארוואס איך זוך א נייע דזשאב?
איך האב געווידמעט צאל-לאזע שעות אויסצושטעלן די קאווע בלעטער, און קוים א קארגע 24 ניקס האבן צוגעווארפן א רמז אז זיי זענען עס מכיר טוב. ווידעראום [tag]מאראנצןזאפט[/tag] האט אריינגעלייגט צאל-לאזע שעות צו נאכפארשען און שרייבן זיין ארטיקל, און בנשימה אחת האבן 56 ניקס ארויסגעוויזן א רמז אז זיי זענען עס מכיר טוב. עד כאן הנמשל.
דער משל איז, עס קען א יונגערמאן ארבעטן ווי א פערד און שטיין אויף די פיס כולא יומא פאר א נישטיגע מינימום וועידזש, בו בזמן ובעידן אחת וואס זיינס א חבר זיצט מיט א טעלער יאפטשיק און קאוילסלאו מיט די פיס אויפ'ן דעסק און מאכט א אלף'ל א טאג.
#איטסנאטפיער
(- - -)
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2901
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 17, 2012 1:10 pm
- האט שוין געלייקט: 913 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 692 מאל
פישל'ע העררינג האט געשריבן:ק/פ פון אן אנדערע אשכולמצטמק ויפה האט געשריבן:[tag]פישל'ע העררינג[/tag] איך מיין עס איז א שאד צו ווארטען נאך א האלבע חודש פאר די פרישע קאווע בלעטער, נעם צוזאם די ארטיקעל, און אויך [tag]מאראנצןזאפט[/tag]'ס ארטיקעל...
זעהסט מיין פראבלעם, און פארוואס איך זוך א נייע דזשאב?
איך האב געווידמעט צאל-לאזע שעות אויסצושטעלן די קאווע בלעטער, און קוים א קארגע 24 ניקס האבן צוגעווארפן א רמז אז זיי זענען עס מכיר טוב. ווידעראום [tag]מאראנצןזאפט[/tag] האט אריינגעלייגט צאל-לאזע שעות צו נאכפארשען און שרייבן זיין ארטיקל, און בנשימה אחת האבן 56 ניקס ארויסגעוויזן א רמז אז זיי זענען עס מכיר טוב. עד כאן הנמשל.
דער משל איז, עס קען א יונגערמאן ארבעטן ווי א פערד און שטיין אויף די פיס כולא יומא פאר א נישטיגע מינימום וועידזש, בו בזמן ובעידן אחת וואס זיינס א חבר זיצט מיט א טעלער יאפטשיק און קאוילסלאו מיט די פיס אויפ'ן דעסק און מאכט א אלף'ל א טאג.
#איטסנאטפיער
פישל'ע דיין משל איז אפי' נישט גוט פאר א משל נישטא אזא זאך איינער זיצט מיט א טעלער יאפטשיק און קאוילסלאו מיט די פיס אויפ'ן דעסק און מאכט א אלף'ל א טאג אדער זיצט ער נישט מיט די טעלער יטפטשיק אדער מאכט ער נישט א אלף
אינגעלייט היינט האבען זייער ליב צו שפילען גרויס כאולי זיי מאכען אסאך געלט ווען איינער זאגט דיך אז ער מאכט א אלף זאלסטו וויסען ער ארבעט שווער דערפאר אפי' ער זאגט אז נישט
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1396
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 11:19 am
- האט שוין געלייקט: 3030 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2212 מאל
- קאנטאקט:
- איש עברי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 798
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 6:41 pm
- האט שוין געלייקט: 997 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1854 מאל
די ישועה איז געקומען שנעלער ווי געראכטען אט איז א אויסצוג פון די היינטיגע לוח הציבור
עס ווערט געזוכט א יונגערמאן צו גיין נאך געלט מיט איינער וואס שעמט צוך צו צאמנעמען אליינס, פאר איינער וואס האט שוין מיטגעמאכט געפערליכע צרות. וועט באצאלן טויזנט דאלער א וואך רופט 1347-560-1611
איך האלט אז דו ביזט אייזן צוגעפאסט פאר דעם, עי' אשכול מיין בליק אויף די ניק'ס וד"ל