מעגן פרויען גיין אין תפילין וציצית?

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

http://en.wikipedia.org/wiki/Conservati ... f_Halakhah

Conservative Jewish observance of Halakhah[edit]

Conservative Judaism holds that both the ethical and ritual mitzvot ("biblical commandments") are normative. Conservative Jews are obligated to observe ritual laws, including the laws of Shabbat (the Jewish Sabbath), kashrut (dietary rules), daily prayer and Jewish holidays and life-cycle events, as well as guidelines in such matters as medical and social ethics.

A gap exists between what the Conservative movement teaches and what most of its laypeople have incorporated into their daily lives. A primary source of such information about this gap is Jewish Identity and Religious Commitment: The North American Study of Conservative Synagogues and Their Members, 1995–96, edited by Jack Wertheimer (1997). In practice, the majority of Jews affiliated with Conservative synagogues do not observe the Conservative interpretation of halakha.[8]

Conservative Jewish practice, however, is significantly stronger than that found in Reform Judaism, such as following Shabbat, Kashrut, life-cycle events and holiday observances.[9][10]

There is a substantial committed core of Conservative Jews, consisting of the lay leadership, rabbis, cantors, educators, and those who have graduated from the movement's religious day schools and summer camps, that do take Jewish law very seriously. Recent studies have shown a marked increase in the observance of members of the movement (Silvestein, ibid.)[11]
[/quote]
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

לעיקוואוד, יעצט שרייבסטו א נייע נקודה, דהיינו כאטש רוב קאנסערוואטיוון שטימען נישט מיט זייער אפיציעלע אידעאלאגיע וואס איז לדבריך נישט קיין סאך אנדערש ווי מאדערן ארטאדאקסיע, פונדעסטוועגן פאלט ארונטער רב שעכטער'ס עיקר טענה, וויבאלד זיין פוינט איז אז די קאנסערוואטיווע אידעאלאגיע סימבאליזירט פרויען תפילין לייגער (גראדע וואלט איך געהאלטן אז זיי סימבאליזירן ענדערש אידן-שבת-דרייווער אבער לאמיר נישט אריינגיין אין דעם) און די אידעאלאגיע איז דאך נישט טריפה כלשעצמו. דאס איז א ריכטיגע געדאנק, אבער לאמיתו של דבר ווייס איך בכלל נישט וואס איז דער גדר פון "סימבאל", ווי איך האב שוין פריער געשריבן אז אויף אזא אופן קען מען אלעס אסר'ן. ממילא אפשר האלט רב שעכטער אז דאס וואס די קאנסערוואטיוון אלס א גרופע סימבאליזירט פרויען תפילין לייגער פארוואנדלט עס אין אן אסור'דיגע זאך. גיי פארשטיי אזעלכע האלבע ווערטער.
אבער מיט דיין עיקר טענה ביסטו גערעכט. ס'איז באמת נישטא קיין עכטער חילוק אין מהות צווישן די חכמי התלמוד, תלמידי חתם סופר, מאדערן ארטאדאקסן, אפען ארטאדאקסן, רעקאנסטראקשאניסט, און די מייסדי קונסרבטיבה. הגם היינט וואס אזעלכע יסודות'דיגע ענינים ווי תורה מסיני, ביאת המשיח, און געי מעריעזש איז אינוואלווד איז אפשר יא דא א יסודות'דיגער חילוק, וצ"ע.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
היימישער ליטוואק
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1658
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 5:26 pm
האט שוין געלייקט: 1449 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1074 מאל

שליחה דורך היימישער ליטוואק »

לעיקוואד האט געשריבן:איך בין נישט מסכים. און איך האלט נישט איך האב א טעות געהאט. עס גייט נישט אזוי גרינג האסט א טעות געהאט און לאמיר גיין ווייטער...
לאמיר טראכטען פון וואס מען רעדט, הרב שעכטער טענה'ט אז פרויען לייגען תפילין איז קאנסערוועטיו. יאיר טענה'ט אז קאנסערוועטיוו האבען בכלל נישט קיין שיעבוד צו הלכה= זיי לייגן בכלל נישט קיין תפילין. היאך יתקיימו שניהם?
דער שליסל דא איז דער חילוק צווישען מענטשען וואס געהערן צו קאנסערוועטיווע קהילות און די קאנסערוועטיווע מאוומענט אידיאלאגיע און פירערשאפט. [ א חילוק וואס אלע דארט זענען מכיר דערין, ואכמ"ל] ווען שעכטער טענה'ט אז מען טאר נישט לייגן תפילין ווייל דאס איז א סימבאל פון קאנסערוועטיו. ליגט דא א הנחה אז דער געדאנק פון קאנסערוועטיו איז כפירה און איז באופן כללי א מאוומענט וואס גייט קעגן זיין אמונה אין אידישקייט. דער הנחה איז פאלש. דאס וואס דער קאנסערוועטיווע מאוומענט ענהאלט אסאך עמארצים און אידען וואס לייגן תפילין איז ביי זיי ענליך צו נישט האבען אינטערנעט ביי חרדים, איז נאך בכלל נישט קיין נקודה וואס איז רעלעווענט דא. פונקט ווי קיינער וואלט נישט געזאגט מען טאר נישט טוהן עפעס א מנהג וואס יאנג איזרעאל טוהט וויבאלד דארט זענען דא אסאך אידען וואס טראגען אין די עירוב שבת. כל זמן וואס דער יסוד איז דער זעלבער.
אלא מאי, ער וויל זיך האלטען אנדערש פון קאנסערוועטיוו, און ער דארף זיך זוכען זאכען וואס מאכט עם אנדערש. הרב שעכטער'ס ערליכע אידען איז דאך כולל אידען וואס הקפדה ביי הלכה איז אסאך ווייניגער ווי חרדים וואס רעדן ביים דאווענען, און איז קרוב צו משל האינטערנעט של יאיר. יאיר קוקט אויף די חילוק פון חרדים ביז קאנסעקוועטיו, וואס אוודאי איז דא א גרויסער חילוק בהנהגה, אבער וואס איז רעלעווענט דא איז דער חילוק צווישען דער שוואכסטער איד וואס הייסט ביי שעכטער ערליך, ביז דער דורכשניטליכער קאנסערוועיטווער איד. אזא חילוק איז נישט פארהאן. און דער ערליכסטער קאנסערוועטיו איז אפילו מער פרום פון הרב שעכטער'ס שוואכסטע.


דו האסט אוועקגשטעלט א הנחה, אז ר"ה שכטר פילט אז ער מוז "קריעטן" א זאך וואס וועט צווישנשיידן צווישן מ.א. און קונסערוואטיוון. איך טענה, אז דאס איז נישט זיין מאטיוו ווייל ער האט די והותר "חילוקים" בין שני הקהילות. נו, דו האסט דאך פארט גשריבן, איז דאך עביד איניש לאחזוקי בדבוריה, גייט מען זיך איצט טענה'ן ביז איך בין בין בלו אין מיין פנים. איך שלאג פאר אז מיר זאלן פארן ווייטער און גמרנו.
איצט אז דו ווילסט טענה'ן אז רב שכטר איז ראנג מיט דאס וואס ער שרייבט אז די ק. זענן כופרים, הער איך וואס דו ווילסט טענה'ן. לדעתי, איז דער מיינונג פון 99% פון די רבנים ווי ער.
דו מעגסט מחולק זיין, אבער קענסט דאס נישט פארלייקנען. סא, קענסטו נישט האבן קיין טענה צו זיין פסק.
איך האלט אז זיין טעות איז א לוקאלע, און אפילו עפעס וואס ק. טוהן, מיינט נישט אז מיר טארן דאס נישט טוהן. און זיינע ראיות זענן מופרכות מעיקרא, כמבואר למעיין בתשובתו.
"אי השימוש בשכל הישר, הוא מקור כל הטומאה, שורש כל הרשעה שבעולם כולו"
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

איך ווייס נישט פארוואס איר ווילט אריינמישען דא דער פרעזנעליכער שמועס. איך זעה אז מיר האבען דא גאנץ א געשמאקע און צוגעבענדע דעבאטע. קיינער פארדינט נישט פון אריינמישען עביד איניש לאחזוקי בדיבוריה, אדרבה, גאנץ קאווע שטיבל שטייט אויף דער יסוד..

איך קלער נאכאלץ אז יש דברים בגו וואס איך האב געשריבען, אויב זענט איר אינטרעסירט קען איך נאכאמאל מסביר זיין. דאס וואס 99% פון רבנים וועלן אפשר זאגען אז קאנסערוועטיוו זענען כופרים (פארשטייט זיך אן בכלל זיך באמיען נאכצוקוקען וואס זיי טראכטען און האלטן און פירען זיך בכלל), איז טאקע וויבאלד זיי מאכען אגאנצע צייט חיצונישע פעולות וואס זאלן זיי מבדיל זיין, און פרויען לייגן תפילין איז נאר א לאקאלער דוגמא דערפון.

איך מיין נישט אז הרב שעכטער איז סתם א רב וואס האט זיך טועה געווען אין א הלכה, איך פארשטיי און קוק אן אז ער זעהט זיך באמת אלץ אזא מין שומר החומות פון ארטאדאקסיע. און ער שרייבט דאס קלאר. ער מיינט נישט אז עס איז דא א פרטיש'ע איסור אויף דעם, נאר ער זעהט בהשקפה אז אזעלכע זאכען קענען מערער זיין ארטאדאקסיע און עס ברענגען נענטער צו קאנסערוועטיזם וכדומה, דאס איז טאקע וויבאלד ער פילט די צורך זיך כסדר מבדיל זיין פון זיי. נישט ווייל ער האט מורא איינער וועט מיינען אז ער איז קאנסערווטיו, נאר ווייל ער האט מורא אז ער וועט זיין קאנסערוועטיו.
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
היימישער ליטוואק
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1658
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 5:26 pm
האט שוין געלייקט: 1449 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1074 מאל

שליחה דורך היימישער ליטוואק »

I tend to agree with your above post
"אי השימוש בשכל הישר, הוא מקור כל הטומאה, שורש כל הרשעה שבעולם כולו"
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

לעיקוואד האט געשריבן:איך האב דאך געברענגט די היינטיגע אפיציעלע סטעיטמנעט פון די קאנסערוועטיווע געמיינדע, גארנישט פון צוויי הונדרעט יאר צוריק.
דער חשוב'ער איד וואס איר האט גערעדט מיט איז לכאורה געווען אזא קנאישער קאנסערוועטיוו, וואס איז ברויגז אז דער עולם איז נישט גענוג פרום, פונקט ווי א קנאישער ארטאדאקס וועט דיר מסביר זיין אז פון אלע ארטאדאקסישע קהילות זענען דא ווייניג וואס פירען זיך באמת מיט א שיעבוד צו הלכה, וויאזוי מענטשען פירען זיך בפועל איז נישט די נקודה דא. פילע חסידישע אידען רעדען ביים דאווענען, דאס מיינט נישט אז זיי זענען כופרים צו פורקי עול. וויבאלד אין פרינציפ איז ער אן ערליכער איד. די זעלבע קאנסערוועטיוו איז אין פרינציפ גארנישט אנדערש ווי ארטאדאקס, נאר על דרך די חילוק פון אגרות משה ביז דברי יואל, הגם אז בפועל אפשר איז מער עולם מער מיקל אדער מזלזל אין הלכות ומצוות, על דרך דער חילוק פון בית מדרש בני הישיבות חזון איש ביז בית מדרש בני קריינדל שעניגסבוים.

א חשוב'ער חבר מיינער האט מיר צוגעשיקט אן ארטיקל וואס איז ערשינען אין קאמענטערי מאגאזין דורך דניאל גורדיס וואו ער באשרייבט די קאנסערוואטיווע באוועגונג. ער גייט אדורך זייער לעצטע ספר אויף קאנסערוואטיווע הלכות און באשטעטיגט מיינע פריערדיגע רייד אז רוב רובם פון די קאנסערוואטיווע אידן האבן נישט די מינדעסטע שעבוד צו זייערע אייגענע פוסקים:
[left]
On what issues do Conservative
laypeople actually behave in a certain way simply
because their rabbinate says they should? “Few, if any,”
[/left]
is the honest answer.
עס זענען דא דארט נאך גאר אינטערעסאנטע שטיקלעך, ווי למשל:
[left]
That is why it is particularly astonishing that such
a gargantuan volume has not even a single chapter devoted
to why Conservative Jews should care about living
an “observant life” in the fi rst place. There are moments
when some of the authors seem to want to try. “Halacha
is what committed Jews do,” Katz writes in his fi ne introduction.
This is absolutely true, but that is as far as the
claim gets pushed. “But why must committed Jews do
this?” is the obvious retort. Nothing in TOL suggests an
answer. It’s bound to leave thinking but yearning Jews
empty, searching elsewhere.
Conservative Judaism admittedly has a tough
row to hoe. Classic claims about the authority of halacha
are much harder to sustain in light of Conservative
Judaism’s openness to biblical criticism than they are
in classic Orthodox intellectual circles.
[/left]

[left]
There are hungry souls in America, waiting for
the religious center to speak to them in a way that
will move them. But Conservative Judaism still seems
addicted to the soulless language that has dogged it
since the 1950s. Compare the following two sentences.
Rabbi Karen Reiss Medwed’s chapter on prayer, which
essentially opens the book, begins as follows: “The obligation
to engage in daily prayer is one of Scripture’s
less well-defi ned commandments.” In contrast, Rabbi
Jonathan Sacks’s introduction to prayer in the relatively
new Koren Siddur, intended primarily for use by
Orthodox Jews, opens by asserting that “Prayer is the
language of the soul in conversation with God.”
What more is there to say? Is there any doubt
about which mode of address will gain adherents?
[/left]
האדם לא נברא אלא להתענג
פארשפארט