יא עעעעעענדליך זעממיר דא עעעעעענדליך!!!!!!! אנגעפאנגען האט זיך עס א גיטע חודש צירוק. אה וואס א חודש עס איז געווען תענות אסתר אין אויף א היימישע סייט דא אויפן געוועב האט זעך געטין איבער שרייבן רעכטען וואס א שרייבער האט, דארט בין איך געוואר געווארן אז עס איז דא אזא סייט ווי "קאווע שטיבל" אדער ווי איך האב עס ליב אנציריפן "מיין שטיבעלע", אבער איך בין פין די סארט וואס ווערט נישט אזוי בייגייסטערט פין איין מינוט אויפן צווייטן אין איך גלייב נישט פאראויס געשאצטע מיינונגען אין איך האב ליב צי זעהן פארדעם ווי אזוי א זאך ארבעט זיך אויס פאר איך נעם שריט. אין אזוי ווי דא אין מיין שטיבעלע איז דא א מעגלעכקייט הנאה צי האבן אפי' מען איז נישט איינגעשריבן האב איך קודם אזוי געטאן אין טאקע איעדען טאג פארברענגט אין איך בין סתם געווען א מקבל אין נישט קיין משפיע, אבער אפי' נישט פארפאסענדיג האב איך דאך אסאאאך פארפאסט קודם ווען עס איז דא אזאליכע זאפטיגע ארטיקלעך פין פארפעסער שפירא אדער פין שמואל הלוי אינזער ערשטע חבר וותיק אין איך ווי א לעמעלע קען נישט ארויסווייזען מיט א לייק, אדער ווען עס איז דא אזאלעכע היציגע דעבאטעס ווי העלבראנץ א.א.וו. אין איך קען נישט ציגעבען מיינע צווי צענט ווי אזוי מיינט איר פילט מען זיך? ווי לאנג מיינט איר קען מען זיין סתם א גאסט? איז האב איך מחליט געווען צי דשוינען די קלאב אין איך געב א דריק אויפן רעגסטרירען לינק אין היידא, אבער פין נאכן רעגעסטרירען ביזן אנקימען אהער האט גענימען א גיטע וואך פארוואס? פרעג איך אויך איך עפען מיין אימעלס א יעדען טאג אין איך ווארט צי הערן אז יא מען האט מיר אנגענימען, אין גארנישט אין קול ואין עונה מען מאכט זיך נישט וויסענדעג פין מיר. סא וועגן דעם היינט ווען איך האב געשיקט אן אימעל פאר איינע פין די גבאים אין איך בין געווארן אנגענימען האב איך מיך צישריגען עעעעעענדליך!! אין יא איך בין מתפלל צים בורא כל אז סיי איך אין סיי דער חושבער עולם דא זאל הנאה האבן אין עס זאל ח"ו נישט ארויס קימען קיין מכשול פין מיינע געשרייבעכצער, (נ.ב. איך מיין אז די גבאים דארפן מיר פארגיטיגען אין אריין לאזן אינעם פריווארטען פארם אביסעלע שנעלער איך וואלט אפשר שוין אנגעיאגט צי שרייבן די פארלאנגטע צאל זאכליכע תגיבות אין די וואך)
actually; i'm using my blackberry more than my computer