דירה בתחתונים
- ראש הישיבה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 792
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 06, 2013 4:35 pm
- האט שוין געלייקט: 914 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1109 מאל
דירה בתחתונים
[justify]עס איז ידוע וואס ווערט געברעגט אין ספרי חסידות בשם המדרש 'נתאוה לו יתברך להיות לו דירה בתחתונים'.
אין די ראשונים ווערט ארום גערעדט פארוואס האט די רבש"ע באשאפן די וועלט? בעיקר ווערט ארום גערעדט די טעם פון טבע הטוב להטיב אדער נהמא דכסופא. קומט חסידות אין איז נישט צופרידן מיט די טעמים ווייל לויט דעם קומט אויס אז עפעס פעלט למעלה וואס ווערט נשלם דורך בריאת העולם, 'נמצא אתה מחסר שלימותו ח"ו' (לשון מקדש מלך).
ולכן ברעגט חסידות די טעם פון 'נתאוה לו יתברך להיות לו דירה בתחתונים' וואס מיט דעם ווערט אביסל לייכטער. ווייל א תאוה איז א זאך וואס מען קען נישט מסביר זיין, אבער די קשיא ווערט אויס שווער, ווייל גיי זיי מסביר א תאוה.
שוין, איך קום נישט דא מסביר זיין די לאגיק וויאזוי די קשיא ווערט פארענטפערט פארוואס האט די רבש"ע באשאפן די וועלט. איך וויל אביסל צונעמען די נושא כשלעצמו די פשט פון 'נתאוה לו יתברך להיות לו דירה בתחתונים'.
אין תניא שטייט אז תחתון שאין תחתון הימנו. דאס מיינט די רבש"ע וויל א דירה אין תחתון שאין תחתון הימנו. ווי לאנג משיח איז נאך נישט געקומען קענעו מיר אהננעמען אז די דרגא פון תחתון שאין תחתון הימנו איז נאך נישט באשאפן געווארן.אויב די רבש"ע וואלט (נאר) געדארפט די עבודה פון צדיקים וואלט משיח שוין דא געוועהן בימי הבעש"ט ותלמידיו. אלא מאי ער ווארט אויף אונזער עבודה, וואס לעת עתה זענען מיר די תחתון שאין תחתון הימנו.
עס איז דא א נקודה וואס ווערט ארום גערעדט אין תניא (פרק ל"ו אויך אביסל אין פרק ל"ג). איך צוטיר די לשון פון לקוטי תורה פרשת פקודי וז"ל והענין הוא כי הנה ענין המשכן הוא השראת השכינה בישראל וכמ״ש ושכנתי בתוכם וכתיב היכל ה׳ המה (בירמיה סי׳ ז׳ ד׳) והוא כמארז״ל נתאוה הקב״ה להיות לו דירה בתחתונים. וצ״ל והלא גם בלא״ה כתיב את השמים ואת הארץ אני מלא• אך הענין כי דירה זו היינו שיהיה בחי׳ גילוי אלקותו יתברך. והיינו בתחתונים דוקא דפי׳ תחתונים אין ר״ל במקום, שהרי הוא ית׳ אינו בגדר מקום וכמ״ש 'הנה מקום אתי', רק פי' עליונים ותחתונים היינו במעלה ומדרגה שעולם הזה השפל הוא היותר תחתון ושפל במדרגה דהיינו שהוא סוף ותכלית כל המדרגות השתלשלות העולמות שלכך השגת אלהות הוא בו בהסתר וצמצום גדול והחשך יכסה ארץ ונתאוה הקדוש ברור הוא להיות בו דוקא בחי׳ דירה וגילוי אלקותו ית׳ להאיר את החשר דוקא עכ"ל
פשטות כוונתו איז אז אין מקום איז נישט שייך צו זאגן אז די רבש"ע זיכט ווי צו וואונען, ווייל מלא כל הארץ כבודו, עס איז נישטא קיין פלאץ ווי ער איז נישט. אלא מאי, מען רעדט אין מדריגות. אין קדושה איז דא מדריגות עולמות וכו', אצילות בי"ע. אזוי אויך אין יעדער עולם איז דא מדריגות עד אין קץ כמבואר בהמשך תרס"ו מאדמו"ר הרש"ב נ"ע, ביי דעם איז געזאגט געווארן 'נתאוה לו יתברך דירה בתחתונים'. דער רבש"ע וויל וואונען אין די תחתון שאין תחתון הימנו במדריגה.
כדי דאס צו פארשטיין אביסל קלארער דארף מען מקדים זיין מה ששמעתי בשם הסטראשעליר זי"ע ווי ער איז מסביר די מושג פון ד' עולמות. יש הטועים אז עס איז דא כאילו פיר אדרעסן ווי די ד' עולמות זענען. מען וועט פליען גאהר הויך וועט מען אהנקומען צו עולם היצירה. אויב פליעט מען נאך העכער וועט מען אהנקומען צו עולם הבריאה, וכן בעולם האצילות. אבער עס איז א גרויסע טעות. עולמות איז מלשון העלם. די ד' עולמות איז נישט קיין מקום, נאר עס איז ד' מדריגות כלליות באופן ההעלם. אין עולם האצילות איז די העלם סאך ווייניגער ווי די אנדערע עולמות, וכן הלאה. די העלמות איז אין די מענטשען'ס קאפ. א איידילער מענטש וועט אלהות זיין ווייניגער בהעלם ווי א מעהר פארגרעבטער מענטש. עס קען זיין אז צווי מענטשן זיצן איינער נעבן די צווייטע, איינער איז בעולם העשיה הגשמי, און די צווייטע איז בעולם האצילות. ווייל די עיקר ווי ווייט די העלם איז ביי אים אין קאפ. דער איז אין עולם האצילות, ער איז ממש דבוק בשם, ומרכבה לשכינה. עכת"ד מה ששמעתי בשם הסטראשעליר.
(ובזה נבין הסיפור אז די דברי חיים האט זיך צוהיסט ביי שלש סעודות. בנו הגארליצער האט אים געגעבן א טיי. האט די דברי חיים געזאגט: נע אין עולם האצילות טרינקט מען נישט קיין טיי. האט די גארליצער געענטפערט בצחות לשונו: אין עולם האצילות היסט מען נישט. פשטות ביי די דברי חיים איז דעמאלס געוועהן אלהות בפשיטות, ממש ווי אין עולם האצילות)
זאגט די אלטער רבי אז ווען מיר זאגן אז נתאוה לו יתברך דירה בתחתונים, קען מען מאכן א טעות כאילו אז יש מקום וואס מען לאזט נישט רבש"ע אריין, נאר מיט פראטעקציע, און נאר די אידן קענען דאס ערלעדיגן, וח"ו לומר כן. ולכן זאגט ער אז מען רעדט אין דרגות, דהיינו יעדער מענטש בדרגתו ווי ער געפינט זיך איז פאראן א העלם והסתר, און דארט וויל די רבש"ע ריען זיין דירה.
ולכאורה צריך להבין, אז אה"נ לגבי אונז איז א חילוק פון מקום אדער בדרגות רוחניות. ווייל בי אונז איז שווער צו פארשטיין ווי קען זיין אז יש מקום וואס איז פנוי מיניה. ולכן, אויב מיר רעדן אויף דרגות רוחניות (וואס על פי רוב פארשטייען מיר סייווי נישט יד מושגים פונקט קלאהר) וועלן מיר ענדערש אהננעמען אז דאס פארשטייען מיר אז לגבי דעם נתאוה לו דירה. אבער ווען מיר רעדן כלפי מעלה, איז זיכער נישטא קיין חילוק פון הגבלה במקום אדער הגבלה בדרגות רוחניות. ואם כן איז נאך אלס נישט פארשטאנדיג וויאזוי איז שייך צו זאגן אז יש מקום במדריגות רוחניות וואס איז פנוי מיניה.
ווען מיר זאגן אז נתאוה לו יתברך, איז כאילו מען זאגט אז ער האט א תאוה וואס ער קען נישט צו קומען ח"ו. די אמת איז אז כלפי דער רבש"ע איז כחשיכה כאורה, עס איז נישט קיין חילוק פון אור וחושך, עס שטייט ביידע מיט א 'כ' ווייל ביי דער רבש"ע איז נישט קיין חילוק. נישט אז חושך איז פונקט ווי אור, נאר ביידע האבן נישט קיין תפיסת מקום. די וועלט איז א חלק פון דעם רבש"ע, ולכן אין נסתר מפני כבודו. דאס אז די עולם זאל האבן גילוי אלהות פעלט גאהר נישט אויס.
נאר כלפי דער מענטש וואס ער איז במצב של העלם והסתר, ער פילט נישט אלהות (אזוי שטארק), ביי דעם וויל דער רבש"ע אז ער זאל קענען מאכן א דירה. דער איד זאל איינזעהן וויאזוי אלעס איז גאט. ער זאל איינזעהן אז די גאנצע בריאה בכל העולמות,איז עכט מאוחד מיט עצמותו יתברך.
קומט אויס אז ווען די אלטער רבי האט מפשיט געוועהן די ווערטער פון דירה בתחתונים, זאגענדיג אז נישט אין מקום מיינט מען נאר אין מדריגות, פירש אז נישט ביין רבש"ע איז דא ח"ו א מקום וואס פעלט א דירה לו יתברך, נאר ביי דיר דער איד אין קאפ, פעלט צו איינזעהן אז אלעס איז אלהותו יתברך.
ועוד, עס שטייט אין ספרים אז די גאנצע ענין פון נתאוה, איז נאר נוגע פאר אידן, וואס שורש נשמתם איז חלק אלוה ממעל, ולכן לגבי זיי איז נוגע וויאזוי מיר קענען מאכן א דירה לו יתברך בי אונז אין מח. ווען מיר וועלן מעהר איינזעהן אז אלעס אין די וועלט איז מאוחד מיט די רבש"ע, אין אלעס איז דא באשאפן נאר אויף אויס צו פירן די כוונה העליונה, דעמאלס האבן מיר געמאכט א דירה לו יתברך, אין אונזער עולם.[/justify]

- הוגה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3112
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
- געפינט זיך: מאנסי
- האט שוין געלייקט: 6841 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל
זייער שיין און קלאר ארויסגעברענגט.
איך האב מיר אלעמאל געוואונדערט, פון וואנעט ווייסן מיר אז מיר זענען תחתון שאין תחתון הימנה? אפשר איז דא נאך אן עולם אדער מערערע עולמות וואס זענען נידעריגער ווי אונז, נאר מיר קענען עס נישט משיג זיין צוליב דעם וואס מיר זענען צו אויסגעלייטערט צו קענען פארשטיין אזאנע נידעריגע עולמות? ביים אין סוף ב"ה אידאך נישט שייך קיין גבול למעלה או למטה. אויב זענען מיר דאס נידעריגסטע דאן איז יא דא א גבול למטה? וצע"ג...

"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
- ראש הישיבה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 792
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 06, 2013 4:35 pm
- האט שוין געלייקט: 914 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1109 מאל
הוגה האט געשריבן:זייער שיין און קלאר ארויסגעברענגט.
איך האב מיר אלעמאל געוואונדערט, פון וואנעט ווייסן מיר אז מיר זענען תחתון שאין תחתון הימנה? אפשר איז דא נאך אן עולם אדער מערערע עולמות וואס זענען נידעריגער ווי אונז, נאר מיר קענען עס נישט משיג זיין צוליב דעם וואס מיר זענען צו אויסגעלייטערט צו קענען פארשטיין אזאנע נידעריגע עולמות? ביים אין סוף ב"ה אידאך נישט שייך קיין גבול למעלה או למטה. אויב זענען מיר דאס נידעריגסטע דאן איז יא דא א גבול למטה? וצע"ג...
לעת עתה זענען מיר תחתון שאין תחתון הימנו. אבער ווער ווייסט, קען זיין אז עס קומט נאך מעהר תחתון. די עיקר איז אז די מעהר תחתון (במדריגה) א מענטש געפונט זיך, דעמאלס, איז זיכער אז אים האט מען געמיינט!
- ראש הישיבה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 792
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 06, 2013 4:35 pm
- האט שוין געלייקט: 914 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1109 מאל
איך האב פריערד געשריבן:
מקום קען מיינען כפשוטו, אזוי אויך קען עס מיינען מקום במדריגה. עס איז נישט שייך צו זאגן אז ביי דער מדריגה איז ח"ו דער רבש"ע נאך נישט דא. נאר מקום אז יעדער גדר וואס מיר וועלן נאר מאכן איז זיכער נישט קיין העלם והסתר לגבי עצמותו יתברך ח"ו. ווידער ווען מיר רעדן מדריגה רעדט מען נאר לגבי די מענטש בכל מדריגה שהוא וואס לגבי אים איז דא א העלם, וואס אינו רואה ואינו מדגיש אלהותו יתברך, לגבע דעם זאגט זיך דירה בתחתונים. אז מדריגה הכי תחתונה וויל דער רבש"ע אז מען זאל מאכן פאר אים א דירה, אז יעדער איד בכל מדריגה שהוא, זאל קענען דערהערן אלהותו ועצמותו יתברך.
קומט אויס אז ווען די אלטער רבי האט מפשיט געוועהן די ווערטער פון דירה בתחתונים, זאגענדיג אז נישט אין מקום מיינט מען נאר אין מדריגות, פירש אז נישט ביים רבש"ע איז דא ח"ו א מקום וואס פעלט א דירה לו יתברך, נאר ביי דיר דער איד אין קאפ, פעלט צו איינזעהן אז אלעס איז אלהותו יתברך.
מקום קען מיינען כפשוטו, אזוי אויך קען עס מיינען מקום במדריגה. עס איז נישט שייך צו זאגן אז ביי דער מדריגה איז ח"ו דער רבש"ע נאך נישט דא. נאר מקום אז יעדער גדר וואס מיר וועלן נאר מאכן איז זיכער נישט קיין העלם והסתר לגבי עצמותו יתברך ח"ו. ווידער ווען מיר רעדן מדריגה רעדט מען נאר לגבי די מענטש בכל מדריגה שהוא וואס לגבי אים איז דא א העלם, וואס אינו רואה ואינו מדגיש אלהותו יתברך, לגבע דעם זאגט זיך דירה בתחתונים. אז מדריגה הכי תחתונה וויל דער רבש"ע אז מען זאל מאכן פאר אים א דירה, אז יעדער איד בכל מדריגה שהוא, זאל קענען דערהערן אלהותו ועצמותו יתברך.
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 129
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 13, 2013 7:22 pm
- האט שוין געלייקט: 17 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 104 מאל
ראש הישיבה האט געשריבן:איך האב פריערד געשריבן:קומט אויס אז ווען די אלטער רבי האט מפשיט געוועהן די ווערטער פון דירה בתחתונים, זאגענדיג אז נישט אין מקום מיינט מען נאר אין מדריגות, פירש אז נישט ביים רבש"ע איז דא ח"ו א מקום וואס פעלט א דירה לו יתברך, נאר ביי דיר דער איד אין קאפ, פעלט צו איינזעהן אז אלעס איז אלהותו יתברך.
מקום קען מיינען כפשוטו, אזוי אויך קען עס מיינען מקום במדריגה. עס איז נישט שייך צו זאגן אז ביי דער מדריגה איז ח"ו דער רבש"ע נאך נישט דא. נאר מקום אז יעדער גדר וואס מיר וועלן נאר מאכן איז זיכער נישט קיין העלם והסתר לגבי עצמותו יתברך ח"ו. ווידער ווען מיר רעדן מדריגה רעדט מען נאר לגבי די מענטש בכל מדריגה שהוא וואס לגבי אים איז דא א העלם, וואס אינו רואה ואינו מדגיש אלהותו יתברך, לגבע דעם זאגט זיך דירה בתחתונים. אז מדריגה הכי תחתונה וויל דער רבש"ע אז מען זאל מאכן פאר אים א דירה, אז יעדער איד בכל מדריגה שהוא, זאל קענען דערהערן אלהותו ועצמותו יתברך.
אויב האלטסטו אז דער מענטש איז א דבר נפרד פון דעם אייבערשטער, דעמאלט האלטסטו שוין אז עס איז דא א מקום ווי דער אייבערשטער געפונט זיך נישט, ר"ל דער מענטש.
אויב ווייטער האלטסטו אז דער מענטש איז כולו דער אייבערשטער, ווייל לית אתר פנוי מיניה, סיי אין מקום און מדרגה, און ממילא מוז זיין אז די מצב ומדרגה פון די בריאה וואס רופט זיך מענטש איז כל כולו דער אייבערשטער, אויב אזוי, ביסטו ביים מגביל זיין דעם מענטש, באמת מגביל דעם אייבערשטער. והדרא קושיתך לדוכתיה
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 129
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 13, 2013 7:22 pm
- האט שוין געלייקט: 17 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 104 מאל
איין וועג ווי איך פלעג מיר מסביר זיין דאס ענין פון נתאוה הקב"ה לעשות לו דירה בתחתונים איז בערך אזוי.
כידוע בשם הבעשה"ק, אז תענוג תמידי אינו תענוג, און די סיבה פון די בריאה איז נמשל למלך שגירש את בנו מעל שלחנו "כדי שכשיחזור יהיה לו יותר תענוג".
כלומר, לעבן בשלום מיט מיר אליינס, נישט האבען קיין אינערליכע מלחמות וסתירות, איז כשלעצמו נישט קיין גרויסע תענוג. אדרבא, עס איז לאנגווייליג.
שמחה ותענוג פון זעהן ווי אלע מיינע פארשידענארטיגע און (לפנים) פונאנדערגעטיילטע חלקים אין מיר זענען בשרשו מאוחד באחדות גמור, קען נאר געשעהן אויב מען שפירט קלאר די חורבן און צער פון אינערליכע סתירה, פון נישט זיין מקושר ומאוחד באחדות. ווייל אויב מען ווייסט נישט פון די צער פון פירוד, האט מען נישט די הנאה, שמחה, און תענוג אז מען האט זיך ארויסגעזעהן פון די צער.
איז וואס טוט איינער וואס איז נאטורליך אינגאנצען בשלום מיט זיך, און שפירט קיינמאל נישט קיין קאנפליקט און זיך, ווי קען ער טרעפן תענוג?
איז די עצה, צימצום. ער זאל זיך במכוון אריינברענגן אין א מצב פון ענגשאפט (ענגשאפט איז ווען איין חלק פון מיר, פון מיין מציאות, שלאגט זיך מיט אן אנדערע חלק, און לאזט איר נישט זיין מיט א גאנצקייט. זי איז דאן פארענגט).
מען לאזט זיך בדוקא פארגעסן פון אונזער אחדותדיגע שורש, און מען לעבט מיט די פונאנדערגעטיילטע רצונות און חלקים אין זיך.
דערנאך, איינמאל מען האט געשפירט די ענגשאפט פון פירוד, וויל מען זייער צוריק דעם איחוד. די שמחה איז ווען מען זעהט אז דער פירוד וואס מען האט ביז יעצט געלעבט איז א טעות. און אז אפי' דער פירוד, דער תחתון, איז אויך באמת אן אחדות, און אז 'אחד' איז חי וקים און וואוינט אפי' אין דעם פלאץ אויך. בשעת מען כאפט און באלעבט אט דעם יציאה ממיצר, איז די שמחה גאר גרויס.
אט דאס איז די תאוה פון אחד צו וואוינען בתחתונים. שאפן במכוון א תחתון כדי הנאה צו האבן פון ארויסגיין דערפון. בסוד והחיות רצוא ושוב, ירידה צורך עלייה.

אויב זאגסטו אז פארן נתאוה האט קוב"ה נישט געהאט קיין הנאה צוליב דאס אחדות, און די איינציגסטע וועג כביכול האט געקענט גרייכן דער הנאה איז נאר דורכן באשאפן די תחתון און די פירוד, ביסטו ווידער מגביל גאט ב"ה. והדרא קושיא לדוכתיה.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 129
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 13, 2013 7:22 pm
- האט שוין געלייקט: 17 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 104 מאל
קודם איינס, מען רעדט דען אין זמן? פון אייביג אהן האט דער 'אין סוף' אויך אין זיך א הגבלהדיגע צימצום, און האט כסדר הנאה פון די כסדרדיגע יציאות פון די הגבלות.
די סיבה לבריאה פון לדור בתחתונים איז קודם בסיבה, נישט בזמן.
ועוד והוא העיקר. דער ראש ישיבה איז בעצם גערעכט אז די גאנצע שמועס איז א מוגדרדיגע. ווייל די מינוט מען זוכט סיבות מיינט דאס אז מען לעבט אין די וועלט פון הגדרות.
די כוונה פון זאגען סיבות און הגדרות פאר א בלי גבול וגדר, איז אז אפי' ווען מיר לעבן נאך מיט הגדרות זאלן מיר קענען שפירן און באלעבן די בריאה און דעם בורא, מיט א מהלך.
א קליגער מענטש קען מסביר זיין א טיפע נקודה פאר א קינד, לויטן לעוועל פון דאס קינד. די הסבר ארבעט גוט אויף יענעם לעוועל.
ווילאנג מיר פרעגן זאכן מצד די דרגא פון הגדרות, וועלן די תירוצים אויך זיך דארט געפינען.
די אנדערע וועג איז צו זאגען כי לא מחשבותי מחשבותיכם. ואילו ידעתיו הייתיו. און ווי מען זאגט נאך פון איינע פון די חסידישע רבי'ס, ידעתיו והייתיו.
די סיבה לבריאה פון לדור בתחתונים איז קודם בסיבה, נישט בזמן.
ועוד והוא העיקר. דער ראש ישיבה איז בעצם גערעכט אז די גאנצע שמועס איז א מוגדרדיגע. ווייל די מינוט מען זוכט סיבות מיינט דאס אז מען לעבט אין די וועלט פון הגדרות.
די כוונה פון זאגען סיבות און הגדרות פאר א בלי גבול וגדר, איז אז אפי' ווען מיר לעבן נאך מיט הגדרות זאלן מיר קענען שפירן און באלעבן די בריאה און דעם בורא, מיט א מהלך.
א קליגער מענטש קען מסביר זיין א טיפע נקודה פאר א קינד, לויטן לעוועל פון דאס קינד. די הסבר ארבעט גוט אויף יענעם לעוועל.
ווילאנג מיר פרעגן זאכן מצד די דרגא פון הגדרות, וועלן די תירוצים אויך זיך דארט געפינען.
די אנדערע וועג איז צו זאגען כי לא מחשבותי מחשבותיכם. ואילו ידעתיו הייתיו. און ווי מען זאגט נאך פון איינע פון די חסידישע רבי'ס, ידעתיו והייתיו.
- ראש הישיבה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 792
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 06, 2013 4:35 pm
- האט שוין געלייקט: 914 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1109 מאל
[justify]שכוח [tag]נשמה יתירה[/tag] פאר די הערות.
אין די ענין פון גבול ביים רבש"ע מוז מען מקדים זיין וואס עס שטייט אין ספר מקדש מלך: כשם שיכלתו בבלתי בעל גבול, כך יכלתו בגבול. שאם אי אתה אומר כן נמצא אתה מחסר שלימותו ח"ו. ודבר זה אי אפשר לבעל גבול להבינו על בריו, ע"כ.
ביי אונז איז דא נאר גבול. מיר פארשטייען אויכעט אז עס איז דא אזא זאך ווי בלתי בעל גבול. כאטש מיר פארשטייען נישט די מושג פון בלי גבול, קענען מיר פארשטיין אז עס איז דא אזא זאך וואס איז נישט אזוי ווי אונז (א גדר פון השגת השלילה), וואס איז בלתי בעל גבול. וויאזוי דאס ארבעט ווייסן מיר נישט, ווייל מיר זענען בעלי גבול.
דא קומט די מקדש מלך און לייגט צו נאך מעהר. אז דער בלתי בעל איז אויעך א בעל גבול!
וואס קען שוין זיין א מעלה פון גבול צו איינער וואס איז בלי גבול? עס ווערט געברענגט א משל אין חסידישע ספרים, וועגן די דין פון ברענגן א קטן זאל קוקן אויף א אות אין די תורה און זאגן אויב עס איז א ר אדער א ד. פארוואס א קטן? ווייל ער האט נישט קיין חשבונות, ער ווייסט נישט וואס דארף דא שטיין, מען פרעגט אים וואס איז דער אות, און ער ענטפערט לויט ווי עס זעהט אים אויס. פארוואס קען נישט א גדול ענטפערן?ווייל ער מבקש חשבונות רבים, ער חשבוןט אויס וואס דארף דא שטיין לויט דעם ענטפערט ער וואס איז די אות. איינער וואס איז שוין א גדול קען נישט זיין מעהר קיין קטן.
ביים רבש"ע איז נישט אזוי ער איז א בלתי בעל גבול, און באותו רגע איז ער נישט קיין אנדערש ווי א גבול. ודבר זה אי אפשר לבעל גבול להבינו על בריו. ווייל כאטש מיר קענען דערהערן א מושג פון בלי גבול, קענען מיר נישט דערהערן אז באותו רגע זאל זיין סיי בלתי בעל גבול, און סיי בעל גבול.[/justify]

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום ראש הישיבה, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
- ראש הישיבה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 792
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 06, 2013 4:35 pm
- האט שוין געלייקט: 914 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1109 מאל
נשמה יתירה האט געשריבן:אויב האלטסטו אז דער מענטש איז א דבר נפרד פון דעם אייבערשטער, דעמאלט האלטסטו שוין אז עס איז דא א מקום ווי דער אייבערשטער געפונט זיך נישט, ר"ל דער מענטש.
אויב ווייטער האלטסטו אז דער מענטש איז כולו דער אייבערשטער, ווייל לית אתר פנוי מיניה, סיי אין מקום און מדרגה, און ממילא מוז זיין אז די מצב ומדרגה פון די בריאה וואס רופט זיך מענטש איז כל כולו דער אייבערשטער, אויב אזוי, ביסטו ביים מגביל זיין דעם מענטש, באמת מגביל דעם אייבערשטער. והדרא קושיתך לדוכתיה
חס ושלום לומר אז א מענטש איז א דבר נפרד.
ממילא ביזסטו גערעכט אז סיי אין מקום און סיי און מדריגה איז נישט שייך צו זאגו באמת תחתון. ווייל די רבש"ע איז איבעראל. דער נושא איז נאר ווי אונז שטיי מיר? דהיינו די רבש"ע האט אונז אריין געלייגט אין א מצב, וואס אונז פילן זיך ווי נבראים נפרדים. כאטש מיר ווייסן און פארשטייען אז מלא כל הארץ כבודו, לית אתר (סיי בין במקום בין במדריגה) פנוי מיניה, מכל מקום פילן אונז זיך ווי נפרדים, מיט א אייגענע entity. דער הרגשה איז אין קאפ, נישט אין מקום. וועגן דעם ווען מען רעדט פון דירה בתחתונים, וועט מען אלע מאהל רעדן פון אריין ברענגן אלהות אין קאפ (במדריגה).
איך וויל נאכאמאהל זאגן אז וויאזוי דאס פארענטפערט באמת בריאת העולם, איז א צווייטע נושא
- ונבנתה העיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3795
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
- האט שוין געלייקט: 6591 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל
הוגה האט געשריבן:איך האב מיר אלעמאל געוואונדערט, פון וואנעט ווייסן מיר אז מיר זענען תחתון שאין תחתון הימנה? אפשר איז דא נאך אן עולם אדער מערערע עולמות וואס זענען נידעריגער ווי אונז, נאר מיר קענען עס נישט משיג זיין צוליב דעם וואס מיר זענען צו אויסגעלייטערט צו קענען פארשטיין אזאנע נידעריגע עולמות? ביים אין סוף ב"ה אידאך נישט שייך קיין גבול למעלה או למטה. אויב זענען מיר דאס נידעריגסטע דאן איז יא דא א גבול למטה? וצע"ג...
מצד די אפשריות זענען מיר די נידריגסטע, א וועלט וואו עס זעהט זיך גארנישט אהן אלוקות [ואדרבה] און דאך עקזעסטירט זי, דאס איז די ווייטסטע וואס עס איז שייך צו גיין, וכמובן איז דאס נישט קיין הגבלה מצד דעם אייבערשטען.
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן
אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?